נשמה האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:לויט מיין הבנה איז אלע תגובות פון נשמה אויב עפעס געוואנדן צום נישט ריכטיגן אדרעס, דאס דארף געשריבן ווערן צום טערעפיסט צו באטראכטן, בכלל בכלל נישט פארן פאציענט.
נשמה, די באטראכסט דאס ווי מען באטראכט א מענטל פראבלעם, כ'בין בכלל נישט זיכער אז ס'האט א דירעקטן שייכות אז זאלסט קענען מדמה זיין דערצו.
איך באטראכט דאס ווי א מהלך הנפש וואס לויפט נישט ריכטיג, וואס מ'קען עס טוישן, אויב און ווער עס קען. דער נפש ווערט עקסיידעט פון נישט ריכטיגע זאכן. דער מענטש וויל זיך ערפילן פון נישט ריכטיגע זאכן. א טערעפיסט וואלט מער פארשטאנען וואס איך וויל זאגן.
נשמה כ' האב אסאך וואס צו שרייבן, די צייט ערלויבט נישט.
וואס די זאגסט איז נישט משנה. די נקודה איז איין זאך.
דו נעמסט דיין אלגעמיינע מהלך אויף ידיעה, בחירה, חטא, תשובה, חרטה, התחלה, נפש, מילוי, חסרון, ועוד און די אפלייסט עס צו אונז אלע און אזוי אויך צום אפיציעלן עדיקט. יא דער עדיקט האט דאס אויף א שטערקערן פארנעם ווי א געווענליכע מענטש, גאר שטערקער, פיל פאכיג שטערקער אבער די קאנצעפט רימעינס די סעים.
פארדעם האסטו נישט געהאט קיין פראבלעם פון צו דיאגנאזירן מיין פראבלעם אן "עדיקשן" ווייל די שרעקסט דיך נישט דערפאר. ס'איז סך הכל די אלגעמיינע פראבלעמען פון חטאים, נסיונות און הרגלים נאר מער קיצונית'דיג.
דערפאר קענסטו אויך נישט האלטן אז דער עדיקט האט בכלל נישט קיין בחירה ווייל לשיטתך איז דער עדיקט א נארמאלע מענטש מיט א שטארקן פראבלעם, אבער ער איז נא אלץ א נארמאלע מענטש. אויב לאזטו נאך פון האלטן אז ער האט א בחירה, מי יודע וואס די גייסט האלטן אויף א סטעפ ווייניגער? און נאך ווייניגער ביז צום המון עם אום אפשר אויף דיר אליין.
און וויבאלד דו ווילסט דאס האלטן אז יעדער האט בחירות מיט התחלות אויף בחירות וואטעווער, האסטו דעם עדיקעט אויך דא אריינגעפיילט אינעם זעלבן תיק און פטור אן עסק.
קומען די אנדערע און זאגן איין מינוט, דו ווילסט האבן א מיינונג אויפן המון עם, כל הכבוד. דו פארשטייסט דערצו, שרייבסט עס גוט, ס'שטימט מיט סאטמאר רבינס ספרים, גוט איך הער.
אבער צום עדיקט??? ווי קומט אריין די אלגעמיינע שיטות איבער מענטשנס נסיונות צום עדיקט'ס ראנגלענישן? מ'רעדט דא פון פאציענט, א חולה, א רחמנות, א בעל יסורים, א מיטגעמאכטער. ווי וואגסטו זיך צו פראקטיצירט מעדיצין אדער טעראפי אן האבן לייסינס דערצו? ווי שלעפסטו צאם די אלגעמיינע מענטשהייט מיטן עדיקט?
לשיטתם פאלט דער עדיקט אריין אין א קאטעגאריע ווי א קענסער מחלה, הארץ אטאקע, MS, סטראוק, עפעס מעידזאר. דו באהאנדלסט עס דאס ווי א אינגראטאונעיל, א הויט אויסשלאג, שלאפן פראבלעימן אדער העי פיבער, עפעס וואס מ'קען היילן אוווער די קואנטער בשעת זיי האלטן מ'דארף פארן קיין אהייא מיט א אמבולאט. דא שטעקט א ברייטע געפ וואס איך האף דו קענסט, בעזרת עושה שמים וארץ, עס נענטער ברענגען.
זאג אליין. ווען ווערט מען אן עדיקט, וואס באדייט דאס? וואס פון די געווענליכע מעכאניזם איבער יצר טוב און יצר הרע פאלט דאן אוועק? וועלכע מהלכים אין ספרי מוסר וחסידות איז שוין אינעווליד? וואס האלטסטו דארף אדער קען די פאציענט יא טוהן זיך צו היילן?
ווי געזאגט אויב נוצטו די זעלבע מהלכים נאר מיט א שטערקע דאזע האסטו פארלוירן רוב ניקים וועלכע זענען באהאוונט מיט די נושא (איך פארשטיי נישט דערצו, און איך לייד נישט דערפון ב"ה. דו ביזט געווען דער ערשטער מיך צו דיאגנאזירן אלץ א עדיקט...).
פארשטאנען?