אמאל געווען האט געשריבן:נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ
איך מיין אויסדרוקליך נישט קיינעם דא. איך רעד בכלל ווען מ'רעדט פון דעם נושא.
איין קליינע זאך וואס איך וויל פארשטיין איז אז פארוואס ווען מ'רעדט פון אדיקשאן קען מען נישט דערמאנען אפילו איין ווארט פון 'בעווני הרבים'. וואס קען מען נישט זאגן אז עס מוז זיין אז איך האב חוטא געווען וואס דערפאר בין איך געווען אין א אדיקשאן? קענסט מיר דאס פארענטפערן?
עס איז יסורים? יא!
עס איז פארוואנדלט געווארן אין דיזיס? יא!
עס פייניגט אויס מער ווי דאס גיהנם? יא!
מ'טוט עס געצווינגענערהייט ממש? יא!
די מענטש האט שוין ממש נישט קיין בחירה? יא!
ער איז געצווינגען פון זיין מח? יא!
אבער פארוואס ווערט נישט דערמאנט אפילו איינמאל אין די וערטער, אפילו איין ווארט, אז מן הסתם האב איך חוטא געווען וואס דערפאר לייד איך, אדער דערפאר האב איך געליטן?
אפילו ביי סתם יסורים פלעגן ערליכע יודן אלעמאל זאגן "בעווני הרבים!" איך בין נכנע, איך האב מן הסתם געטון נישט גוט, השי"ת שטראפט נישט סתם.
אפילו דוד המלך, וואס זיין [נראה כ]חטא איז געווען ממש געצווינגען מן השמים, מיט דעם אלעם האט ער אזוי געוויינט און תשובה געטון, און ער איז נאך פארשעמט ביזן היינטיגן טאג מיט דעם חטא אשת איש, און מיט דעם אלעם וואס עס איז נישט געווען קיין חטא, נאר נראה כחטא, האט ער דאך געזאגט: מחה פשעי. ער האט נישט געליטן? איז ער נישט געווען קיין מצורע זעקס חדשים? האבן אים די סנהדרין נישט פארשעמט?
איך זאג דיר אז סייענטיסטן וואלטן געטראפן אין דוד המלך'ס מח, אז ער האט בשום אופן נישט געקענט דאס ביישטיין. אבער מיט דעם אלעם איז דא אזא זאך, אז ערגעץ וואו איז דאס א חטא אויף וואס מ'דארף תשובה טון.
אמת טאקע אז דאס איז ממש געצווינגען, און כמעט מן השמים, אבער דאך וואו איז די 'בעווני הרבים'? דו האלסט טאקע אז השי"ת מאכט אז מענטשן זאל זינדיגן אן דעם וואס זיי זאלן דארפן תשובה טון? אויף די יעצטיגע עבירות, צי די פריערדיגע עבירות פון פאריגע גלגולים.
מיין זאך איז, אז מיט דעם אלעם וואס די גרויסע ריזיגע סייענטיסטן זאגן אז מ'טרעפט קלאר אין די מח פון א מענטש אז ער האט באמת נישט קיין ברירה, מיט דעם אלעם איז זיכער דא א מקום אויף וואס מ'דארף תשובה טון.
איך שוין זייער שטארק א אדיקט, און יעדער ווייסט אז אדיקט האט ממש נישט קיין בחירה. ס'איז אלעמאל געווען א פשטות. מ'דארף פארדעם נישט קיין סייענטיסטן. נאר מיט דעם אלעם איז דא די ענין אז א אדיקט קומט מצד חטאים, עוונות, ופשעים. אין לו אלא לבכות ולעשות תשובה על חטאיו הראשונים. וואס איז שלעכט מיט דעם?
און דער אייבערשטער זאל העלפן
טייערע נשמה'לע איך שפיר אז די ביסט עס נאכנישט אריבער אויף די אייגענע האנט ב"ה. כן יעזור ד' להלאה פאר דיר און פאר דיינע קינדער עד סוף כל הדורות.
אויב איך מעג פרעגן, וויפיל שעה א טאג געסטו אוועק פאר תיקון המעשים??
זייט וויסען, אז א גרויסע חלק פון תשובה איז תיקון המעשים. א עדיקט אין ריקאווארי לייג אריין שעות יעדע טאג פאר תיקון המעשים.
און זיין צופיל פארנימען מיט די עבר, איז אינקעגענזאץ פון ריקאווערי. ס'שטערט פשוט פון זיך רוקען פאראויס, אזוי די ביג בוק שרייבט (פ. 84) "ווען עס באדערט מיר מיינע אלטע דורכפעלער, מיינט עס אז איך וויל עס פארלייקענען. מיר וועלן נישט זוכן צו פארהאקן די טיר אויף אונזער עבר, נאר מיר וועלן זעהן וויאזוי דאס קען אונז העלפן זיין צו סערוויס אינעם עתיד."
איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט תשובה, זאג מיר ווען ס'גענוג.... וויפיל תעניתים, וויפיל צדקה, וכו. זיצען און קלאגן העלפט נישט פאר ערהוילונג. (זאג מיר נישט יעצט אז 11 סטעפס איז נישט אויסגעהאלטן, ווי לאנג די האסט נישט עפעס בעסערס, צורך רפואה נעמט מען אפי חמץ אין פסח)
הייליגער אור לשמים ברענגט אז די אלע עונשים און סיגופים וואס שטייט אין חז״ל און אין אר״י איז נאר ווען א איד פאלט אמאל אריין… אבער איינער וואס איז מושרש בחטא (אדיקט…) דאס עצם זיך צוריקהאלטן אידאך אזוי מין שווער אז דאס אליינס איז מכפר!
ווי אויך האב איך אמאל געהערט א מורדיגע ווארט היינט פון די ספר דרכי תשובה, א תלמיד פון די מהר"ם מפנא.
ס'דא עבירות וואס נאר מיתה איז מכפר.
סימא חשוב כמת. ווען א יוד היט זיינע אויגן און מאכט זיך וואו א סימא ווען ס'איז דא ראייות אסורות, איז עס חשוב כמת, און מכפר אויף די אלע עבירות!!!
ליידער זייער אסאך מענטשען ליידן פון שמוץ און אינטערנעט אדיקשאן, אלס א חלק פון ריקאווערי, ארבייטן זיי זייער אסאך אויף שמירת עיניים, וואס דאס אליינס איז מכפר כנ"ל
ע"כ האף איך אז די וועסט קענען שלאפן רוהיג די נאכט.
נעקסט?