די נושא פון אדיקשאן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

וַנַּשִּים עַד נֹפַח
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:57 am

די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַנַּשִּים עַד נֹפַח »

בעזהשי"ת

לאור די אשכול פון @שוועדישע קאווע אונטערן קעפל אייוועלט אדיקשאן און די שיינע תגובות פון @נשמה און אנדערע,

האב איך געטראכט אז מ'דארף עפענען א באזונדער אשכול אויף די נושא פון אדיקשאן בכלליות.

וואס אסאך פון אונז קענען נוצן אינפארמאציע איבער דעם נושא.

אדיקשאן קען זיך אויסשפילן אויף אסאך זאכן אפילו למשל אייוועלט קען זיין אן אדיקשאן פאר געוויסע ווי דערמאנט,
אבער מער באקאנט איז טאבאקא אדיקשאן, אלקעהאל אדיקשאן וואס איז ברייט פארשפרייט ביי אונזער ציבור ליידער, היינט האלט עס שוין ביי פארשידענע מיני געווירצן וואס ווערן פארשפרייט וואס א מענטש ווערט צוגעבונדן דערצו,

נאכדעם איז דא אינטערנעט אדיקשאן, בכלל, סמארטפאון אדיקשאן, און נאך זאכן בפרטי פרטיות,
אויך וואס די יעצטיגע התעוררות בעניני טעכנאלאגיע די גרויסע כינוס פאר נשים,
האט מיר געמאכט טראכטן,
אז לכאורה איינער פון די גרעסטע פראבלעמען פון טעכנאלאגיע איז אדיקשאן. דאס זעהט מען במציאות, אסאך מענטשן ביי זיך, און די וואס זענען אינו רואה נגעי עצמו, קענען עס זעהן איבעראל, צו אין גאס, אין ביהמ"ד ווי מענטשן זענען פארטיפט אין זייער טעכנאלאגישע כלים, חלק זענען צוגעבונדן צו זייער סמארטפאון און אנדערע אפילו צו א פליף פאון אנדערע צו טאבלעטן (תרתי משמע),
האט מען דערמאנט ערגעץ ווי ביי די דרשות איבער דער פראבלעם ספעציפיש?

און נאך אנדערע זאכן וואס מ'דארף נישט מעלה זיין על הכתב.

דא וויל מען רעדן פון די נושא פון אדיקשאן בכלליות אן אריינגיין דוקא אין פרטיות'דיגע פעלער,

איז אדיקשאן בכלל אן אמת'ע זאך, אדער איז פשוט ווי יעדער נטיעה וואס א מענטש האט צו שלעכטס?

וואס איז דער שורש פון אדיקשאן?

און פארוואס קומט עס צו א מענטש, ביי איינער מער פון א צווייטן?

און וואס איז דער עצה דערצו? צו איז בכלל דא אן עצה?

מקורות אין די ספרים וועגן דעם?

און נאך.

.
וַנַּשִּים עַד נֹפַח
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:57 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַנַּשִּים עַד נֹפַח »

נשמה האט געשריבן:

קום אריין
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

שכח פארן עפענען… דאס איז געוויס אן אינטערעסאנטע נושא…
איך בין נישט קיין עקספערט אין די זאכן אבער מעדיציניש איז אויפגעוויזן געווארן אז אדיקשאן איז אן אמת׳ע זאך…און ווען איינער ליידט אויף דעם איז גאר שווער זיך ארויסצוזעהן דערפון… עצות ווייס איך נישט… אבער עס זענען דא…
………………
עס איז דא איין קליינע פראבלעם אין דאס דארף מען אויסשמועסן, ווען גייט אריין א זאך אין אדיקשאן איך מיין צו זאגן אוודאי זענען דא עדיקט אבער נישט אויב איך טוה עפעס וואס איך וויל נישט מיינט אז איך בין עדיקטעט… עס זענען דא כללים דערפאר… אדרבה זאלן קומען די מומחים וואס פארשטייען דערצו אין אויסקלארן…!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
וַנַּשִּים עַד נֹפַח
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:57 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַנַּשִּים עַד נֹפַח »

הקולמוס שלי האט געשריבן:שכח פארן עפענען… דאס איז געוויס אן אינטערעסאנטע נושא…
איך בין נישט קיין עקספערט אין די זאכן אבער מעדיציניש איז אויפגעוויזן געווארן אז אדיקשאן איז אן אמת׳ע זאך…און ווען איינער ליידט אויף דעם איז גאר שווער זיך ארויסצוזעהן דערפון… עצות ווייס איך נישט… אבער עס זענען דא…
………………
עס איז דא איין קליינע פראבלעם אין דאס דארף מען אויסשמועסן, ווען גייט אריין א זאך אין אדיקשאן איך מיין צו זאגן אוודאי זענען דא עדיקט אבער נישט אויב איך טוה עפעס וואס איך וויל נישט מיינט אז איך בין עדיקטעט… עס זענען דא כללים דערפאר… אדרבה זאלן קומען די מומחים וואס פארשטייען דערצו אין אויסקלארן…!


ייש"כ
אויב דו קענסט ברענגען די מקורות ווי עס איז "מעדיציניש" אויפגעוויזן געווארן

און אגב ווי ווייט איך ווייס איז נישט דא קיין מעדיצין פארדעם.
אויב איינער ווייסט אנדערש זאל ארויפקומען.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

נשמה איז דא לאמיר אים לאזן רעדן…
איך בין נישט קיין עקספערט אין די נושא אין איך גיי נישט אריין גיין אין מעדיצינשע שטודיעס… איך ווייס נישט אויב עס זענען דא מעדיצין אבער מהלכים וויאזוי צו ארבעטן איז יא דא; אין וועכע מהלכים ווייס איך אויך נישט… ווייל ב״ה איך ברויך נישט צוקומען צו דעם…
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

מענין לענין איך וויל נישט פארדרייען די עיקר נושא אין שמועס…
עס איז דא א שיינע פאעזיע פון @טינט אויף אדיקציע.
נאר אייך א לינק viewtopic.php?p=2663446#p2663446
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
שוועדישע קאווע
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 28, 2022 11:22 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועדישע קאווע »

קודם א ייש"כ פארן פוה"א פארן ארויפברענגען די נושא


דעס וואס הקולמוס שרייבט אז עס איז א מעדיצינישע פראבלעם יא קען זיין אז די היינטיגע א.ג. סייענטיסטן ווילן זאגן אזוי

פונקט ווי אלע חולי הנפש

איז נישט באזורט אויף אמת'ע בייווייזן בפרט דא וואס איז גארנישט פיזיש

נאר וואס ס'איז לייכטער צו זאגן אז ס'איז א קרענק ווי איידער ארבעטן אויף די שלעכטע מידות/נטיעות
וַנַּשִּים עַד נֹפַח
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:57 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַנַּשִּים עַד נֹפַח »

ווייזט מיר איינער צו אין אישי
אז ס'איז דא אן אשכול איבער די 12 סטעפ מהלך
viewtopic.php?forms=0&t=45555#p2524695

וואס איז איינער פון די וועגן צו העלפן עדיקשאן
לאמיר לאזן יענע אשכול מיוחד פאר 12 סטעפס מהלך
דא וועט מען ווייטער רעדן איבער די עצם נושא פון אדיקשאן בכלליות
און אפשר אנדערע מעגליכע מהלכים
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

עדיקשאן איז ווען א מענטש פילט אן זיין חלל דורך אנטלויפען צו עפעס וואס מאכט אים צייטוויליג שפירען בעסער אבער גיט באמת גארנישט צו פאר אים נאר אדרבא עס מאכט די חלל נאך טיפער און גרעסער, וואס לכבוד דעם ווערט ער גאר מער צוגעבינדען צום אנטלויף מיטעל, וחזר חלילה.
אפילו ער ווייסט אז עס איז נישט גיט פאר אים איז אים אבער צו שווער צו קומען פנים אל פנים און האנדלען מיט דעם טיפען פיסטקייט און ווייטוג, און ווען אימער זיין נפש היבט אים אהן קיצעלען לויפט ער תיקף צו דאס וואס פארשטילט זיין וויטאג.

יה"ר שתצילינו מפגע רע
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

איז ריכטיג אז ביי פרויען איז דא ווייניגער וואס ליידן אויף אדיקשאן?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אושפיזין האט געשריבן:איז ריכטיג אז ביי פרויען איז דא ווייניגער וואס ליידן אויף אדיקשאן?

ניין ליידער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

יש״כ פארן עפענען אזא וויכטיגע אשכול, עס איז וויכטיג ווייל צו לאנג האט מען איגנארירט די נושא ביי אונז ווען מוואלט געקענט ראטעווען אסאך משפחות און נשמות אויב מוואלט מכיר געווען אז דעס איז א עכטע פראבלעם וואס איז ליידער זייער מצוי אין יעדע ציבור און גרופע אויף די וועלט.
קודם דארף מען קלאר מאכן אז עס זענען דא געוויסע אדיקשאנס וואס די דאקטורים האבן פעסטגעשטעלט אז איז אן אדיקשען און סאיז דא געוויסע אדיקשאנס וואס סאיז נאכנישט קלאר.
למשל געוויסע דראגס וואס אויב נעמט מען דעס אפילו לעגאל ווי געוויסע פעין רעליווערס למשל ׳פערקאסעט׳ אויב מנעמט דאס אביסל צו לאנג וועט די גוף און מוח ווערן צוגעבינדען צו דעם, די נערוואס סיסטעם וואס קאנטראלירט אלעס וועט ערווארטן די דראג און אויב באקומט ער דאס נישט איז אך און וויי…. די גאנצע גוף ווערט צודרייט, די הארץ און די בלוט דרוק, די מאגן און קישקעס, די לעבער און בלוט צעלן, אלעס הייבט אן ווערן צומישט און ווילאנג מנעמט נישט נאך וועט ער נישט אויפהערן. פארשטייט זיך אז אפילו מנעמט יא, ווערט די גוף צוגעוויינט און דארף נאך און נאך. די זעלבע איז ביי אן אלקאהאליק אביסל שוואכער אבער סאיז קלאר אז מאיז אדיקטעד. אפילו קעפין און ניקאטין זענען געפפערליך אדדיקטאוו ד.ה. זיך אפצוגעוויינען איז ממש א מלחמה כבידה מיט די גאנצע גוף. און רדו מענטשען האבן נישט די כוחות דערצו.
פארדעם דארף א שטארקע דראג אדיקט אריין גיין און א ספעציעלע ריהעב ווי מגעוויינט אפ די גוף און מוח פון דעם, זעלבע מיט אלקאהאל.

אבער למשל אינטערנעט און סמארטפאון און אפילו רח״ל צו נידריגע זאכן איז נישט קלאר אז דאס הייסט ממש אן אדיקשאן, דעס איז זיכער אז ווען א מענטש געוויינט זיך צו צו א געוויסע סארט זאך און אוודאי צו זאכן וואס געבען אים פלעזשאר אדג, וועט זיין זייער שווער זיך אפצוגעוויינען דערפון ווייל די גוף דערמאנט זיך פון די גוטע פילינג און וויל נאך. אבער סאיז נישט די זעלבע ווי די אנדערע זאכן.
אויב וויל מען מער אריין קריכען, דארף מען פארשטיין אז דעס גאנצע זאך וואס מאכט א מענטש פילן פלעזשאר איז נישט ממש עכט, ד.ה. סאיז דא אפאר הארמאנס וואס זענען קעמיקאלו אינעם מענטש וואס דאס געבען די מענטש די פילינג ׳אהההההה׳ ׳דעס איז גוט׳ ׳אוי איז דעס פיין׳ אאז״ו ווייל די הארמאנס זענען באשאפען געווארן ביים בורא נפשות צו מאכן זיכער אז די מענטש עסט און שלאפט און האט חתונה, צו האלטען די וועלט מיט א קיום.
איז די הארמאנס וועלן געבן די פילינג פארן מענטש ווען ער עסט אז דאס איז גוט און אזוי ווייטער ביי יעדע זאך וואס סאיז גוט פארן גוף.
אבער די הארמאנס קענען ווערן פארמישט אויב מפארדרייט עס. למשל, א בחורל וועט געווענליך נישט האבן קיין שום רייץ צו טרונקען וויין אדער ברוינפען ווייל סאיז שארף און סציפט….. אויב אבער וועט ער וואך נאך וואך טרונקען וויין וועט ער נאך א שטיק צייט ווערן צוגעצויגען און אדיקטעד, ווייל די הארמאנס הייבען אן זען ׳אקעי, וויין מאכט דעם בחורל פילן גוט, יעצט וועל איך אים מאכן פילן עכט גוט אז ער זאל כסדר ווילן טרינקע און אזוי כסדר פילן גוטן״ און חוזר חלילה.
דעס איז אויפן שפיץ גאפל וואס איז מיר געליגען אויפן ליידיגען מאגען.
וַנַּשִּים עַד נֹפַח
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:57 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַנַּשִּים עַד נֹפַח »

נארמאליזעם האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:איז ריכטיג אז ביי פרויען איז דא ווייניגער וואס ליידן אויף אדיקשאן?

ניין ליידער

וואס ביסטו אזוי זיכער?

קען זיין עכ"פ אין אונזערע רייען זיכער איז נישט דא ביי פרויען קיין רייכערן אלקאהאל וכו' טעכנאלאגיע אויך ווייניגער ווי מענער
איך גלייב אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אביסל ווייניגער

סאו קען זיין
וַנַּשִּים עַד נֹפַח
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:57 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַנַּשִּים עַד נֹפַח »

אידיאט האט געשריבן:יש״כ פארן עפענען אזא וויכטיגע אשכול, עס איז וויכטיג ווייל צו לאנג האט מען איגנארירט די נושא ביי אונז ווען מוואלט געקענט ראטעווען אסאך משפחות און נשמות אויב מוואלט מכיר געווען אז דעס איז א עכטע פראבלעם וואס איז ליידער זייער מצוי אין יעדע ציבור און גרופע אויף די וועלט.
קודם דארף מען קלאר מאכן אז עס זענען דא געוויסע אדיקשאנס וואס די דאקטורים האבן פעסטגעשטעלט אז איז אן אדיקשען און סאיז דא געוויסע אדיקשאנס וואס סאיז נאכנישט קלאר.
למשל געוויסע דראגס וואס אויב נעמט מען דעס אפילו לעגאל ווי געוויסע פעין רעליווערס למשל ׳פערקאסעט׳ אויב מנעמט דאס אביסל צו לאנג וועט די גוף און מוח ווערן צוגעבינדען צו דעם, די נערוואס סיסטעם וואס קאנטראלירט אלעס וועט ערווארטן די דראג און אויב באקומט ער דאס נישט איז אך און וויי…. די גאנצע גוף ווערט צודרייט, די הארץ און די בלוט דרוק, די מאגן און קישקעס, די לעבער און בלוט צעלן, אלעס הייבט אן ווערן צומישט און ווילאנג מנעמט נישט נאך וועט ער נישט אויפהערן. פארשטייט זיך אז אפילו מנעמט יא, ווערט די גוף צוגעוויינט און דארף נאך און נאך. די זעלבע איז ביי אן אלקאהאליק אביסל שוואכער אבער סאיז קלאר אז מאיז אדיקטעד. אפילו קעפין און ניקאטין זענען געפפערליך אדדיקטאוו ד.ה. זיך אפצוגעוויינען איז ממש א מלחמה כבידה מיט די גאנצע גוף. און רדו מענטשען האבן נישט די כוחות דערצו.
פארדעם דארף א שטארקע דראג אדיקט אריין גיין און א ספעציעלע ריהעב ווי מגעוויינט אפ די גוף און מוח פון דעם, זעלבע מיט אלקאהאל.

אבער למשל אינטערנעט און סמארטפאון און אפילו רח״ל צו נידריגע זאכן איז נישט קלאר אז דאס הייסט ממש אן אדיקשאן, דעס איז זיכער אז ווען א מענטש געוויינט זיך צו צו א געוויסע סארט זאך און אוודאי צו זאכן וואס געבען אים פלעזשאר אדג, וועט זיין זייער שווער זיך אפצוגעוויינען דערפון ווייל די גוף דערמאנט זיך פון די גוטע פילינג און וויל נאך. אבער סאיז נישט די זעלבע ווי די אנדערע זאכן.
אויב וויל מען מער אריין קריכען, דארף מען פארשטיין אז דעס גאנצע זאך וואס מאכט א מענטש פילן פלעזשאר איז נישט ממש עכט, ד.ה. סאיז דא אפאר הארמאנס וואס זענען קעמיקאלו אינעם מענטש וואס דאס געבען די מענטש די פילינג ׳אהההההה׳ ׳דעס איז גוט׳ ׳אוי איז דעס פיין׳ אאז״ו ווייל די הארמאנס זענען באשאפען געווארן ביים בורא נפשות צו מאכן זיכער אז די מענטש עסט און שלאפט און האט חתונה, צו האלטען די וועלט מיט א קיום.
איז די הארמאנס וועלן געבן די פילינג פארן מענטש ווען ער עסט אז דאס איז גוט און אזוי ווייטער ביי יעדע זאך וואס סאיז גוט פארן גוף.
אבער די הארמאנס קענען ווערן פארמישט אויב מפארדרייט עס. למשל, א בחורל וועט געווענליך נישט האבן קיין שום רייץ צו טרונקען וויין אדער ברוינפען ווייל סאיז שארף און סציפט….. אויב אבער וועט ער וואך נאך וואך טרונקען וויין וועט ער נאך א שטיק צייט ווערן צוגעצויגען און אדיקטעד, ווייל די הארמאנס הייבען אן זען ׳אקעי, וויין מאכט דעם בחורל פילן גוט, יעצט וועל איך אים מאכן פילן עכט גוט אז ער זאל כסדר ווילן טרינקע און אזוי כסדר פילן גוטן״ און חוזר חלילה.
דעס איז אויפן שפיץ גאפל וואס איז מיר געליגען אויפן ליידיגען מאגען.

;l;p-
זייער שיין מחלק געווען
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

פארוואס שרייב איך די אלע זאכן? פאר צוויי סיבות.
א. צו וויסען אז סאיז א עכטע זאך און נישט ווי די וואס זאגען אז סאיז סתם א פוילקייט, און שלעכטע מידות! אויף קיין שום איד נישט געזאגט קיין שום אדיקשאן. רוב אידן מיט אדיקשאן וואלט אוועקגעגעבען כל חללי צו קען פטור ווערן פון דעם. ממילא דארף מען אויך וויסן אז סאיז היינט דא ב״ה אסאך ערליכע טערעפיסטן וואס קענען זיך גוט אויס און העלעפען מענטשען יעדען טאג ארויסקרוכען פון אדיקשאנס.

ב. צו וויסען אוועק צו שטיין פון זאכן וואס זענען אדיקטעוו סלוינט נישט אנצוהייבען!! און ווער רעדט נאך פון יונג בחורים וואס האבען נאכנישט די כוחות זיך צו שלאגען און ווערן סאך שנעלער אדיקטעד, זיי טארן נישט אנרירען קיין שום זאך וואס איז אדיקטאוו ווי ויין אדער סמארטפאון (איך רעד בגשמיות).
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א מענטש געווענליך וועט ווערן אדיקטעט צו א זאך אויב עפעס גייט פאר מיט זיין נפש, סקען קומען פון ווערן צוקוועטשט אדער באקומען ווייניג ווארעמקייט, צו זאגן פאר אזא איינעם צו שטיין ווייט פון עני זאך וואס מקען ווערן אדיקטעט וועט ברענגן אז יענער וועט אנהייבן צו ווערן מער אגרעסיוו אדער אריינפאלן אין דיפרעסיע אדער וועט ער בעל כורחו ווערן אדיקטעט צו עפעס!
סאיז גראדע איינע פון די זאכן וואס א מענטש גייט דורך אין ריהעב בשעתן ארויסקריכן פון די אדיקשאן, וואס איז פשט דערפון? איז די תירוץ ווי מיר האבן יעצט געשריבן אז דער מענטש האט א פראבלעם וואס איז קיינמאל אויסגעשמועסט געווארן און נישט קעיר גענומען סוא יעצט אנשטאטס צו פיטערן די מח מיט פאלטשע סיגנעלס וואס האלטן אן פאר אפאר מינוט טרעפט ער זיך יעצט ליידיג און מווערט דיפרעסט און אגרעסיוו פאר א שטיק צייט ווילאנג מבהאנדעלט עס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וַנַּשִּים עַד נֹפַח האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:איז ריכטיג אז ביי פרויען איז דא ווייניגער וואס ליידן אויף אדיקשאן?

ניין ליידער

וואס ביסטו אזוי זיכער?

קען זיין עכ"פ אין אונזערע רייען זיכער איז נישט דא ביי פרויען קיין רייכערן אלקאהאל וכו' טעכנאלאגיע אויך ווייניגער ווי מענער
איך גלייב אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אביסל ווייניגער

סאו קען זיין

כהאב געהאנדעלט מיט חברה וואס נעמען קעיר פון אזאלעכע זאכן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

אידיאט האט געשריבן:פארוואס שרייב איך די אלע זאכן? פאר צוויי סיבות.
א. צו וויסען אז סאיז א עכטע זאך און נישט ווי די וואס זאגען אז סאיז סתם א פוילקייט, און שלעכטע מידות! אויף קיין שום איד נישט געזאגט קיין שום אדיקשאן. רוב אידן מיט אדיקשאן וואלט אוועקגעגעבען כל חללי צו קען פטור ווערן פון דעם. ממילא דארף מען אויך וויסן אז סאיז היינט דא ב״ה אסאך ערליכע טערעפיסטן וואס קענען זיך גוט אויס און העלעפען מענטשען יעדען טאג ארויסקרוכען פון אדיקשאנס.

ב. צו וויסען אוועק צו שטיין פון זאכן וואס זענען אדיקטעוו סלוינט נישט אנצוהייבען!! און ווער רעדט נאך פון יונג בחורים וואס האבען נאכנישט די כוחות זיך צו שלאגען און ווערן סאך שנעלער אדיקטעד, זיי טארן נישט אנרירען קיין שום זאך וואס איז אדיקטאוו ווי ויין אדער סמארטפאון (איך רעד בגשמיות).



אוי ווי גוט דו זאגסט, און ספעציעל אין דיין 2טע נקודה, מ'ברויך אויפהייבן א וויי געשריי און הויעך שרייען און פארפירן אויף די אלקעהאלישע געטראנקן וואס טוט זיך ביי אסאך פון אינזערע שוהלן און הייזער אין שבתים און יומא דפגרא'ס, אסאך אינגעלייט און בחורים ווערן נעבעך צוגעבינדן צו דעם, הרב אונגאר האט עס פיין ארויסגעברענגט ביים ערשטן פראגראם פון ריזדשענעל בקור חולים לעצטענס.

איך לייג דא א לינק פון הרב וואלערשטיין ז"ל וואס ברענגט ארויס די נושא קורץ און שארף.

הרב זכרי' וואלערשטיין
אוועטאר
היט דיין אויגען
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט דיין אויגען »

שוועדישע קאווע האט געשריבן:נאר וואס ס'איז לייכטער צו זאגן אז ס'איז א קרענק ווי איידער ארבעטן אויף די שלעכטע מידות/נטיעות

די פאקט איז גראדע פונקט פארקערט ווי די ברענגסט ארויס
דער וואס אנערקענט אז ער איז א חולי נפש אן אדיקט ארבעט געווענליך זייער שווער זיך צי היילן ווייל נאר אזוי קענען זיי היילן זייער אדיקשאן און זיין ריין
דער וואס וויל נישט אנערקענען אז ער איז אדיקט טוט געווענליך גארנישט אדער זייער ווייניג
איך האף איך האב מיר גענוג ארויס געברענגט
פרובירט
מקהלת הד''א
אוועטאר
היט דיין אויגען
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 11:03 am

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היט דיין אויגען »

צוואנציג קשיות גענומען פון AA צי זען אויב מען איז א אדיקט
אנשטולדיגט אז ס'איז אין ענגליש איך בין נישט קיין גוטע איבערזעצער
אויב איינער קען עס איבערשרייבן וואויל איז אים

מען קען די 20 שאלות פרעגען אויף יעדע אדיקשאן מען דארף נאר טוישען די ווארט אלקהאל אויף די אדיקשאן וואס די טראכסט

Am I An Alcoholic? 20 Questions To Ask Yourself

1. Are you experiencing cravings for alcohol, the act of drinking or the act of being drunk?
2. Is thinking about alcohol or having a drink at the forefront of your mind a lot of the time?
3. Have you ever felt like you should cut back on your alcohol consumption levels?
4. Are you hiding how much you are drinking from anyone close to you?
5. Do you feel shame and guilt around your drinking patterns?
6. Are you drinking alone regularly?
7. Is alcohol in any way controlling your life or schedule?
8. Do you experience blackouts when you drink?
9. Do you drink more heavily based on your emotions or stress levels?
10. Have friends or family expressed concern towards your drinking habits?
11. Have you tried to switch the types of alcohol or brands you consume in an effort to control your drinking?
12. Has there ever been a time that you tried to quit drinking or promised to yourself that you would stop, but could not manage to do so for more than a couple days?
13. Does drinking affect your personal life in any way such as missing work or having arguments with people?
14. Do you ever wonder what your life would look like if you did not drink?
15. Have you been in trouble with the law while under the influence?
16. Do you become a different person when you drink such as a dare devil, angry, violent or more extroverted?
17. Do you binge drink or drink heavily on a regular basis?
18. Are you able to have a couple drinks at happy hour and call it a night easily or do you tend to gravitate towards keeping the partying going once alcohol is in your system?
19. Do you compromise on your morals or values while drinking?
20. Do you experience any type of alcohol withdrawal symptoms such as shaking, anxiety, depression, vomiting in the morning or when you don’t drink for a couple days

If you answered yes to several of these questions, it is possible that a drinking problem could be present. A good rule of thumb is if you are questioning if you have an alcohol problem, it likely means there is one. It’s nothing to be ashamed of or embarrassed by. Many people face this question and few seek treatment when they know they answer is yes. So, just moving through this exercise is a great first step and help is available to you.
פרובירט
מקהלת הד''א
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

נארמאליזעם האט געשריבן:א מענטש געווענליך וועט ווערן אדיקטעט צו א זאך אויב עפעס גייט פאר מיט זיין נפש, סקען קומען פון ווערן צוקוועטשט אדער באקומען ווייניג ווארעמקייט, צו זאגן פאר אזא איינעם צו שטיין ווייט פון עני זאך וואס מקען ווערן אדיקטעט וועט ברענגן אז יענער וועט אנהייבן צו ווערן מער אגרעסיוו אדער אריינפאלן אין דיפרעסיע אדער וועט ער בעל כורחו ווערן אדיקטעט צו עפעס!
סאיז גראדע איינע פון די זאכן וואס א מענטש גייט דורך אין ריהעב בשעתן ארויסקריכן פון די אדיקשאן, וואס איז פשט דערפון? איז די תירוץ ווי מיר האבן יעצט געשריבן אז דער מענטש האט א פראבלעם וואס איז קיינמאל אויסגעשמועסט געווארן און נישט קעיר גענומען סוא יעצט אנשטאטס צו פיטערן די מח מיט פאלטשע סיגנעלס וואס האלטן אן פאר אפאר מינוט טרעפט ער זיך יעצט ליידיג און מווערט דיפרעסט און אגרעסיוו פאר א שטיק צייט ווילאנג מבהאנדעלט עס.

100% Agree. סאיז די סארט מענטשן וואס ווערן שנעללער אדיקטעד. אבער דער מענטש פארזיך ווייסט אז ער איז מער עלול דארף ער זיך אבאכט געבען ווייל נאכדעם איז סאך שווערער.
איך פארשטיי וואס די זאגסט אבער נישט יעדער ווערט עגרעסיוו.... איך קען איינעם וואס וואטשט זיך זייער שטארק מיט אלקאהאל ווייל ער קען זיין נפש.
אמאל געווען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמאל געווען »

עדיקשען איז פאר סאם ריזען א נושא וואס מען האט געווארפן אינטערן באס, זאל ווען זיין אן אויפוואכונג ביי די יונגווארג, וואלט מען אסאך עגמת נפש געקענט פארמיידן. פאר סיי וועלכע סיבה רעדט מען נישט פון דעים, צו ווייל נישט אלע מחנכים זענען באהאווענט דערמיט, צו ווייל מען האט מורא אז רעדן דערפון קען ברענגען מענטשען צו עדיקשען.

איך האב נישט קיין עצה, אבער מען דארף עפעס טוען, ס'זיכער דא א דרך הממוצע.

איך האב נאר געוואלט קלאר מאכן עטליכע פאקטן.

עדיקשען איז א געהעריגע חולי נפש, אבער קען נישט ווערן געטריטעט מיט קיין מעדעצינען.

עדיקשען ווערט עפ"ר געטריגערט פון א spiritual void. רוחניותדיגע ליידיגקייט. דאס קומט אפט מאל פון פראבלעמען פון די יונגערע יארן, אדער טראמע.

טראמע מיינט נישט דווקא א עקסידענט אדער עפעס אזוי ערענסט, ס'קען מיינען קליינע זאכן אויך, דערפאר איז כדאי אבאכט צוגעגעבן נישט צו טראמאזירן קינדער, און דילען מיט טראמע בייצאטענס.

ס'דא כל עלרליי עדיקשענס אויף די וועלט, און אלע האבן די זעלבע סאלושען.

ס'דא א רייע פון זאכן וואס עדיקטס טוען זיך צוהאלטן אוועק דערפון (גערופען אין זייער שפראך סאבער) אינקלאדינג טעראפי, ספאנסערשיפ, 12 סטעפס, און ליידער ריהעב. ועוד...

דאס איז אמאל זיכער אז עדיקשען איז א זאך וואס רוב רובה עדיקטס קענען זיך נישט אליינס האלטן אין דארפן טוען איינס פון די אויבערדערמאנטע.

עדיקשען איז א לייף לעסטינג דיזיעס רח"ל , אן עדיקט דארף אוועק געבן צייט יעדען טאג פון זיין לעבן זיך צו האלטן סאבער. אויב נישט קען מען צוריק פאלן.

עדיקשען קען פירן צו שעדליכע חולי גוף והנפש

ס'דא א מיעוט שאינו מצי עדיקטס וואס קענען זאגן אז זיי זענען פולקאם ריקאווערד.

די מערסט באנוצטע וועג פאר ריקאווערי איז די 12 סטעפס מהלך פון די ביג בוק.

אין אלע היימישע געגענטער איז ב"ה דא 12 סטעפ גרופעס פון יונגעלייט וואס ארבייטן אויף זיך זיך ארויס צוזעהן פון כל ערליי עדיקשענס.


אויב איר זעהט איינעם זיך פלאגן מיט עדיקשען, איז די עצה נישט אים אראפ צורייסן, ער קען נישט פלעין סטאפן. ווייז איהם צו הילף. אז האסט געקענט סטאפען א העביט פון איין מינוט צום צווייטען מיינט עס אז די ביסט אן עדיקט קיינמאל נישט געווען, מיין נישט אז יעדער קען.

ווען איר זעהט איינער איז דורכגעפאלן מיט געמבלען, אדער ערגערע עדיקשענ'ס זייט וויסען אז אים בשגץ'ן ברבים איז נישט די היילונג, אויב עפעס וועט עס פירען צו פארקערט. פונקט ווי איר גייט נישט באוואשען א מענטש וואס האט יענע מעשה רח"ל


וויסען זאלט איר אז טויזענטער יונגעלייט פלאגען זיך מיט עדיקשען'ס און זייער אסאך ווייסען אפילו נישט אז זיי זענען קראנק.

די ארגעניזאציע Guard your eyes. האט איבער דרייסיג טויזענט יודישע מעמבערס, וואס פלאגן זיך מיט אינטערנעט אדיקשן, אסאך מער זענען דא וואס פלאגן זיך מיט אנדערע מינע עדיקשען'ס

ס"ה פארשטיי אן עדיקט און האנדל מיט אים ריכטיג.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך בין נישט קיין עקספערט אין עדיקשאן, אבער איך האב יא גאר אסאך שטודירט און געליינט אויף די נושא, ווייל מיין אשת חיל איז עוסק אין די נושא, בפרט פאר teenagers.

איך שרייב אביסעלע, אבער איך קום נישט מיט קיין דעת תורה, ווי אויך נישט מיט קיין מעדיקעל עדווייז, פשוט אויסשמיסען אביסעלע.

אין די medical field איז אנגענומען אז עדיקשאן איז א disease.
אמאל האט מען געוויסט אז עדיקשאן מיינט alcoholism, שפעטער אויך אויף אנדערע substance abuse. היינט איז אנגענומען עדיקשאן אויך אויף addictive behavior, למשל געמבלינג, קוקן אומריינע ווידיאויס (איז ער נישט א פשוטער שגץ? מער וועגען דעם שפעטער), וכדומה. דאס מיינט נישט אז דער addict איז נישט אחריות אויף וואס ער טוט. אבער עס איז די מיינונג פון professionals אז עס איז א disease.

און קורצע ווערטער:
The American Medical Association (AMA) classified alcoholism as a disease in 1956 and included addiction as a disease in 1987. In 2011 the American Society of Addiction Medicine (ASAM) joined the AMA, defining addiction as a chronic brain disorder, not a behavior problem, or just the result of making bad choices.


איך האב געהאט א ספאנישע ארבייטער פון קאלאמביע. גאר א געלונגענע מענטש. געמאכט אלע maintenance אין פאבריק. געקענט עלעקטריק, פלאמבינג, וועלדינג, קאמפיוטערייזט קאנטראלס, בוילערס און וואס נישט. מיר האבן געקויפט א גענוצטע אלטע מאשין פאר א האלבן מעלאנע וואס קאסט א פאר מיליאן ניי. ער האט איבערגעווייערט אלע קאנטראלס און עס געמאכט פאר א קאמפיוטערייזט מאשין מיט פארטס פאר בערך 100 אלפים. בקיצור גאר א געלונגענע מענטש. ער פלעגט גיין צוויי מאל איאר קיין Atlantic City מיט פינעף טויזענט דאלער. אמאל פלעגט ער אהיימקומען מיט דאפעלט, אבער רוב מאל מיט גארנישט. אויסגע-געמבעלט. האב איך אים אמאל געפרעגט וויאזוי קומט צו אזא נארמאלע מענטש צו זיין א געמבלער. האט ער מיר געזאגט, איך בין נישט קיין געמבלער. עס איז דא וואס זייער enjoyment איז גיין צו אלע ball games, און ביי מיר איז דאס מיין fun. איך קום מיט די דעת אז ביז פינעף טויזענט קען איך דערלייגן און דאס איז מיין וואקאציע. איז אזוי, אויב וואלט ער געווען א איד, וואלט ער געווען א שגץ, אבער נישט קיין געמבלער. ווען א אינגערמאן קוקט טרייפענע מאוויס, איז ער א גרויסע גראבע שגץ. ער איז אבער נאכנישט קיין עדיקט. אבער... עס הייבט זיך אייביג אהן מיט עבירות, און עס ווערט צוביסלעך אן עדיקשאן. א אינגערמאן וואס שיכורט זיך אן ביי א קידוש אין שוהל, איז נאך נישט קיין אלקאהאליק. אבער פארשטייט זיך, אויב וועט ער זיך נישט אכטונג געבען, איז ער pre exposed אסאך מער צו ווערן אן אלקאהאליק.

נו וואס איז די חילוק פון א שגץ מיט א אלקאהאליק? אדער אפשר נישט אזוי שארף, לאמיר פרעגן בעסער, וואס איז די חילוק פון א אינגערמאן וואס האט ליעב גיטע וויין, און ער קען טרינגען יותר מילומודו ביי מסיבות מיט חברים, ער איז א social drinker, אדער א occasional drinker, צו א אלקאהאליק?

עס איז דא אסאך חילוקים. אבער in my humble opinion מיין איך עס עס איז דא איין צווישענשייד, וואס איז אייביג אמת:

א social drinker, א אינגערמאן וואס קוקט ליידער מאוויס וואס מען טאר נישט, א טאטע וואס גייט געמבלינג אין אטלאנטיק סיטי, אבער... ער ווייסט אז עס איז דא consequences און ער רעכנט זיך דערמיט, ער איז נאכנישט קיין עדיקט. ער מוז ארבייטען אויף זיינע שלעכטע מידות, ארבייטען אויף זיין כעס, אויף זיין יראת שמים, אויף זיין relationship מיט זיין משפחה. ער האט אבער נאכנישט קיין דיזיס. משא"כ א עדיקט, ער ווייסט אז עס איז דא consequences, אבער ער קען נישט אויפהערן. ער ווייסט אז די רענט איז שוין נישט באצאלט דריי חדשים, ער ווייסט אז די גראסער לאזט שוין בשום אין אופן נישט אויפשרייבן, און ער האט צוגעזאגט מיט טרערן פאר די ווייב, אז היינט דאנערשטיג ברענגט ער אהיים זיין paycheck, און די וועסט קענען גיין אין גראסערי. און ער האט עס באמת געמיינט הונדערט טויזענט פראצענט. קומט דאנערשטיג 7 אזייגער, והילד איננו. די ווייב מיט די קינדער ווארטן, וויינען, רופן און בעטן, ער הייבט נישט אויף די טעלעפאון. ער איז צירוק אין Atlantic City. ער האט ציגעזאגט פארן רב אז ער גייט מער נישט טרינקען, די ווייב האט מסכים געווען אים צו געבען די לעצטע another chance, אבער וואס ווען ווי, ער איז געווען ביי א קידוש און געטרונקען נאכאמאל. בקיצור, ער קען נישט אויפהערן אפילו ער וויל. און דאס איז אויך דא מיט בחורים און מיידלעך וואס זענען געווארן עדיקטעט צום אייפאון. זיי קוקן מאוויס שבת ביינאכט. זיי וויינען נאכדעם און זענען convinced אז זיי זענען אזוי עקעלדיג אז דער אייבערשטער גייט זיי צומאלן עני סעקאנד. זיי טרעפען א משגיח אדער principle (וואס עס נעמט גאר אסאך courage דאס צו טוהן) און ענדליך נאך חדשים זיך איינהאלטן, עפענען זיי זיך אויף זייער צובראכענע הארץ און וויינען זיך אויס, און ארבעטען זייער שווער תשובה צו טוהן, און זאגן צו אז זיי גייען דאס מער נישט טוהן, און קומט נאכאמאל ליל שבת, זיי פאלן אדורך. דאס איז עדיקשאן. און יא, מען קען זיך העלפען, אבער עס איז זייער שווער, און מען דארף ממש זיין גרייט מקריב צו זיין א קרבן.

עס איז דא help!
פון די גרעסטע עקספערטן ביי די גוים אין אמעריקא, איז געווען דער הייליגער פרומע חסידישער דאקטאר, Rabbi Doctor Twerski זצ"ל. ער האט געשריבן אהן א שיעור ביכער וועגען די נושא.

=======================================
אמאל געווען האט געשריבן גאר גוט וואס מיינט עדיקשאן, גלייך פאר מיין תגובה. קוק צירוק די לעצטע תגובה.

איך קום נישט דא אים אויסצובעסערען, נאר פשוט אביסעלע מרחיב זיין וואס ער האט געזאגט.

מען קען צופלאצט ווערן ווען א עדיקט קומט נאכאמאל אהיים שיכור. ער קערט נישט אויף אונז? פארוואס פארשעמט ער אונז? פארוואס טוט ער עס נאכאמאל? ער האט דאך צוגעזאגט. ער האט אפילו געוויינט ווען ער האט צוגעזאגט, האב איך געמיינט אז ער קעירט יא פאר אונז, איצט קומט אויס אז די טרערן זענען אפילו נישט געווען עכט!

מען קען נישט פראבירן צו פארשטיין אן עדיקט. אבער אויב איז מען א spouse פון אן עדיקט, איז וויכטיג צו גיין צו סופראט גרופעס פאר spouses.

נאך א נושא: איך קום נישט דא זיך אהנעמען פאר addicts און פאר זייערע מעשים טובים. at the end of the day זענען זיי אחריות אויף זייערע מעשים. אבער עס איז א פאקט, אז גאר אסאך מאל (נישט אייביג!) איז דער עדיקט דווקא א פיינע איידעלע נשמה. זיי קענען נישט דערליידן עוולות, אבער האבן נישט די דרייסט זיך נישט צו לאזן. איך קען אן עדיקט וואס איז געוואן א הייליגע בחור, ער האט אינוועסטעט אין א ביזנעס מיט כלומרשט פיינע בעל בתיש'ע מענטשען וואס האבן אים אפגערויבט אויף גאר א מיסע אופן. ער פלאגט זיך איצט זייער מיט פרנסה. ער איז א alcoholic. ער האט באגראבן זיינע געפילען אין די ביטערע טראפען. מען זאל אונז נישט פראבירן. ער גייט צו פראגרעמס און ער ווייסט אז ער קען נישט גיין צו געוויסע שמחות, ווייל עס וועט אים געבען א trigger און ער וועט טרינקען. און עס איז בכלל נישט helpful וועט די גאנצע משפחה מיט אלע חבירים רייסן אים אראפ איעדעס מאל ער קומט נישט צו א שמחה. ער טאר נישט גיין. עס איז פאר אים פיקוח נפש. Once an addict, always an addict. ער איז קיינמאל אויסגעהיילט. ער קען זיין sober פאר יארן, אבער ער מוז ארבייטן אויף זיך איעדען טאג. רבנים און טעראפיסטן וואס טוען אין די נושא הערן כסדר פון מאמעס, from all my children, why he?
He was my most sensitive child??!!

איך האב אביסעל מאריך געווען. עס איז דא אסאך מהלכים וויאזוי משפחה, עלטערען, ישיבות, מחנכים זאלן צוגיין צו די זאכן.
unconditional love, KIPS, tough love, מער discipline, וכו'. מהלכים וואס זענען זיך סותר. איך האב נישט די דעת תורה בכלל אריינצורעדען. אבער ווי אמאל געווען האט געשריבן, עס זאל זיין אן awareness ביים היימשען עולם אויף די נושא. און זאל השי"ת זיך מרחם זיין אויף אונז אלע, און העלפען אפווישען די טרערן פון אלע אידישע קינדער וואס זענען עפעקטעט פון א עדיקט, און ער זאל געבען די כוחות פאר די עדיקטס אליינס זיך צו שטארקען.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דאנערשטאג יוני 23, 2022 3:20 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: די נושא פון אדיקשאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

wow זייער קלאר סיי קאשער און סיי אמאל געווען.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קאשער זאגסט זייער גוט
אבער דאס וואס די מאכסט א חילוק פון אויב מען קען זיך ממש נישט איינהאלטען דאס מאכט אים פאר א אדיקט איז נישט ממש אזוי
ס'איז דא זייער אסאך מענטשען וואס זענען אדיקטעד צי רייכענען אן א שיעור א באקס א טאג אדער מער
ס'קומט שבת רייכענען זיי גארנישט
דאס מאכט זיי אויס אדיקט?
אז אין פראנט פון זיין ווייב גייט ער נישט טרונקען אבער שפעטער ווען זי זעהט נישט וועט ער עס אויסטרונקען ווערט ער אויס אדיקט?

די זעלבע זענען דא מיט ס'מ פאונס אידן וואס זענען אדיקטעד אבער ס'קומט שבת קודש טאטשען זיי עס נישט (יא ס'איז דא וואס זענען יא מחלל שבת אבער נישט יעדער) מאכט זיי עס אויס אדיקט?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”