אלעס ארום עקסערסייז

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

לעצטענס האב איך אביסל פראבירט צו מאכן עקסערסייז, איך בין נישט איבערוואגיג, איך טוה עס ווייל אזוי ווי רוב עולם - אייוועלט פארברענגער - ארבעט נישט קיין פיזישע ארבעט, מ'זיצט זיך ביים קאמפויטער, און מ'ליינט, מ'לאכט, און מ'רעגט זיך, און מ'האט הנאה פון די צייט וואס גייט זיך אזוי געמיטליך אומגעשטערט.

די תוצאות פון דעם זענען אז ווען א לעפל פאלט ארויס פון האנט ביי נאכט מאל, אדער די קאצקא פונעם קאווע גליטשט זיך ארויס פונעם נארוואס אויפגעשטאנענע האנט, דארף מען איבערקלערן מער פון איין מאל צו ס'איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג איינצובייגן א גאנץ געביידע פון רמ"ח אברים און שס"ה גידים, צוליב אן פשוטע געבויגענע שטיקל אייזען.

איך ווייס אז ס'איז דא פלעצער וואו מען קען גיין פאר געלט, אבער אויב איינער קען אריינקומען מיט מהלכים, סודות אויב ס'איז בכלל דא, אדער אינסטראקשאנס, עצות וויאזוי אנצוגיין מיט די עקסערסייז, וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך פאר מיר און פאר יעדער וואס וויל זיך האלטן פריש.

דעריבער, וואלט געווען א גרויסע תועלת, טאקע פאר אונזער קרייז, אז דער עולם זאל אריינקומען מיט סיי וואס, וואס קען צוהעלפן דעם אשכול זאל טראגן די ריכטיגע משמעות, און ס'זאל ברענגען צו געזונט.

הצלחה וברכה!

יעדער איז וועלקאם.
אוועטאר
out of the blue
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 5:53 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך out of the blue »

די שפראך איז גוט....
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

וועלמער עס בעז"ה איבערבליקן.
ס'זעהט אויס ווי גוטע סחורה.

יישר כח, אפרישיעטעד.
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

געוואלדיג גוט דעיס,
פון וואו וויסעך, ווייל אלעס טוט מיר וויי.

אבער וואס זאל איך טוהן, איך בין פון הויט און ביין, (מיט א קליין שטיקל בויך),
און די 'פאש-אפס' איז מיר עפעס וואס איך קען נישט באווייזן,
'וואל-סיט', טוט טאקע זייער וויי, אבער צוביסלעך צוביסלעך, יעדן טאג אביסל, מ'וועט זיך בעז"ה אויסרייבן,
אבער די 'פאש-אפס' קען איך ניטאמאל אנהייבן, איך פאל צו די זייטן, מיינע קניען ארבעטן נישט מיט,
'פלענק' גייט דורך, ווייל איך דארף בסך הכל זיך האלטן גראד,
אבער איינמאל איך דארף נאך אויך ניצן מיין הענט און זיך אונטערהייבן, גייט עס נישט.

איך פראביר כאטש וואס איך קען (נישט)
ס'דא נאך אן עצה?
אפשר דארף איך מיר אויסלערנען מער א ריכטיגע וועג? איי דאונט קנאוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק מיט א גרופע אינגעלייט צוויי מאל א וואך גיימער צו פארק קעיר, זיי האבן דארט אלע מיני מאשינען און טרעינערס... איך רעקאמענד עס שטארק!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
Mountain Biker
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:14 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mountain Biker »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק מיט א גרופע אינגעלייט צוויי מאל א וואך גיימער צו פארק קעיר, זיי האבן דארט אלע מיני מאשינען און טרעינערס... איך רעקאמענד עס שטארק!!!

מה יקר?
זומער וואקאציע Colorado - Utah
[email protected]. http://www.AlpineTravelny.com
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך צאל 40 יעדעס מאל, אנדערע ביללן אינשורענס, זיי האבן דאקטוירים וואס קענען פרעסקרייבן די טעראפי, אויב ס'פעהלט אויס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק מיט א גרופע אינגעלייט צוויי מאל א וואך גיימער צו פארק קעיר, זיי האבן דארט אלע מיני מאשינען און טרעינערס... איך רעקאמענד עס שטארק!!!


אבל דא עקא אז איך האב נישט צו סאך צייט פאר דעם...
עלמער מוזן טרעפן עפעס ביכער מיט פינקטליכע אנווייזונגען...

די 'זיבן מינוט עקסערסייז' שעפט מיר אויס ביזן לעצטן טראפ כח, די ערשטע מאל האבעך פשוט געלאכט פון כח'לאז'קייט (כ'מיין אזוי שרייבט מען עס).
וויאזוי מאכט מען עקסערסייז פאר א שעה?
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

לדעתי האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק מיט א גרופע אינגעלייט צוויי מאל א וואך גיימער צו פארק קעיר, זיי האבן דארט אלע מיני מאשינען און טרעינערס... איך רעקאמענד עס שטארק!!!


אבל דא עקא אז איך האב נישט צו סאך צייט פאר דעם...
עלמער מוזן טרעפן עפעס ביכער מיט פינקטליכע אנווייזונגען...

די 'זיבן מינוט עקסערסייז' שעפט מיר אויס ביזן לעצטן טראפ כח, די ערשטע מאל האבעך פשוט געלאכט פון כח'לאז'קייט (כ'מיין אזוי שרייבט מען עס).
וויאזוי מאכט מען עקסערסייז פאר א שעה?

איך האב אויך געפרעגט די זעלבע שאלה ביז איך האב אנגעהויבן צו גיין מיט א גרופ
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אנצוהייבן עקסערסייז גלייך מיט פאשאפס וכדומה איז די גרעסטע מיסטעיק!

מדארף קודם אנווארעמען די קערפער און נאכדעם קען מען מאכן שווערערע זאכן אן האבן איבריגע ווייטאג.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

פאר אפאר יאר צוריק, האבן אפאר יודושע טרעינערס ארויסגעגעבן א DVD מיטן נאמען FitYid, עס איז ארום 18 מינוט לאנג, אנגעהויבען פון אנווארמען ביז סטרעטשעס צום סוף.
מען קוקט וואס זיי טוען און מען מאכט עס נאך. מען דארף נישט קיין שום עקוויפמענט.
איך האב עס געטון דריי מאל א וואך פאר א היבשע פאר חדשים. עס איז גאר געשמאק.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אושר עד האט געשריבן:פאר אפאר יאר צוריק, האבן אפאר יודושע טרעינערס ארויסגעגעבן א DVD מיטן נאמען FitYid, עס איז ארום 18 מינוט לאנג, אנגעהויבען פון אנווארמען ביז סטרעטשעס צום סוף.
מען קוקט וואס זיי טוען און מען מאכט עס נאך. מען דארף נישט קיין שום עקוויפמענט.
איך האב עס געטון דריי מאל א וואך פאר א היבשע פאר חדשים. עס איז גאר געשמאק.

https://mostlymusic.com/products/fit-yid
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לדעתי האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב אנגעפאנגן אפאר חדשים צוריק מיט א גרופע אינגעלייט צוויי מאל א וואך גיימער צו פארק קעיר, זיי האבן דארט אלע מיני מאשינען און טרעינערס... איך רעקאמענד עס שטארק!!!


אבל דא עקא אז איך האב נישט צו סאך צייט פאר דעם...
עלמער מוזן טרעפן עפעס ביכער מיט פינקטליכע אנווייזונגען...

די 'זיבן מינוט עקסערסייז' שעפט מיר אויס ביזן לעצטן טראפ כח, די ערשטע מאל האבעך פשוט געלאכט פון כח'לאז'קייט (כ'מיין אזוי שרייבט מען עס).
וויאזוי מאכט מען עקסערסייז פאר א שעה?



די ערשטע 10- 15 מינוט איז ווארם-אפס... מ'גייט אויף א מאשין, צו סיז טרעדמיל, בייק אדער סיי וועלעכע מאשין דארט איז דא...

נאכדעם איז דא אן די גראונד ווארם-אפס, דזשאמפינג דזשעקס, לויפן עטליכע מיני וועגן, נאכדעם כמה מיני סטרעטשינגס, און די לעצטע 15 מינוט איז יעדעס מאל אנדערש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

געווענליך ווען איך מאך מיט אנדערע הייבט מען אן קודם ווארם אפס פאר צען מינוט,
מהייבט אן מיט וואקן שנעלער און שנעלער נאכדעם לויפט מען,
מטאנצט ומניח
מ'מארטשט
זשאמפינג זשעקס
טאנצן ראוב
שטייעדיגע קראנטש צוויי וועגן.

נאכדעם גייט מען צו מער אינטענס עקסערסייז וואס צווישן איין זאך אינעם צווייטן נעמט מען א ברעק פון 10-20 סקונדעס אדער מיט א גוטע סטרעטש.

נאכדעם מאכט מען קאל דאונס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אליינס מאך איך ווארם אפס פאר פינף מינוט מיין גוף איז שוין געוואוינט דערצו, נאכדעם גייט מען צו אינטענס עקסערסייז, נאכדעם העיווי ליפטינג, און קאל דאונס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וואקן 40-45 מינט יעדן טאג שנעל איז זייער ווירקזאם, אויב "נאר אויב" גייסט נישט עסן לכבוד דעם מער ווייל מווערט הינגעריג אזוי נאך יעדע סעשן.

מפארלירט בערך 500-600 קעלעריס פון אזא וואק, אויב מטוט עס יעדן טאג איז עס בערך א פונט אהאלב אראפ דורכן וואקן אליין, ווי אויך טוישט עס בכלל די מענטש בנוגע זיין סטרעס און אנגעשטרענגקייט וואס מאכט עסן אן קיין חשבון, סוא מוועט פארלירן נאכמער.

חוץ פון דעם איז ראטזאם צו מאכן כאטש איין מאל א וואך שווערע ווארקאוט, פשוט צו שטארקן די ביינער.


אויב איינער וויל מער אינפארמעישן בנוגע עקסערסייז קען מיך פרעגן, כבין סערטיפייט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

נארמאליזעם האט געשריבן:וואקן 40-45 מינט יעדן טאג שנעל איז זייער ווירקזאם, אויב "נאר אויב" גייסט נישט עסן לכבוד דעם מער ווייל מווערט הינגעריג אזוי נאך יעדע סעשן.

מפארלירט בערך 500-600 קעלעריס פון אזא וואק, אויב מטוט עס יעדן טאג איז עס בערך א פונט אהאלב אראפ דורכן וואקן אליין, ווי אויך טוישט עס בכלל די מענטש בנוגע זיין סטרעס און אנגעשטרענגקייט וואס מאכט עסן אן קיין חשבון, סוא מוועט פארלירן נאכמער.

חוץ פון דעם איז ראטזאם צו מאכן כאטש איין מאל א וואך שווערע ווארקאוט, פשוט צו שטארקן די ביינער.


אויב איינער וויל מער אינפארמעישן בנוגע עקסערסייז קען מיך פרעגן, כבין סערטיפייט.

יעדע מענטש פארלירט פונט פון וואקן שנעל 45 מינוט(כרעד אויב מעסט נישט מער נאכן עקסרסייז) ? ווייל עפעס ליגט מיר אין קאפ פון א מול מאכער אז מפארלירט גארנישט פון עקסרסייז, אדער נאר טייל מענטשן
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

נארמאליזעם האט געשריבן:וואקן 40-45 מינט יעדן טאג שנעל איז זייער ווירקזאם, אויב "נאר אויב" גייסט נישט עסן לכבוד דעם מער ווייל מווערט הינגעריג אזוי נאך יעדע סעשן.

מפארלירט בערך 500-600 קעלעריס פון אזא וואק, אויב מטוט עס יעדן טאג איז עס בערך א פונט אהאלב אראפ דורכן וואקן אליין, ווי אויך טוישט עס בכלל די מענטש בנוגע זיין סטרעס און אנגעשטרענגקייט וואס מאכט עסן אן קיין חשבון, סוא מוועט פארלירן נאכמער.

חוץ פון דעם איז ראטזאם צו מאכן כאטש איין מאל א וואך שווערע ווארקאוט, פשוט צו שטארקן די ביינער.


אויב איינער וויל מער אינפארמעישן בנוגע עקסערסייז קען מיך פרעגן, כבין סערטיפייט.


WOW די אשכול האט שוין אריינבאקומען א סערטיפייד פערסן.
ס'הייבט אן טראגן א פנים, ב"ה צוביסלעך צוביסליך.
דאס איז א קידוש השם, מי כעמך ישראל.
אידן העלפן זיך איינעם דעם צווייטן, שלא על מנת לקבל פרס.


יעצט צו ענין.
מיר האט אייביג זייער געבאדערט אז איך שפיר מיר אייביג ווי איך שלעפ מיר נאך,
מ'קען באטראכטן מענטשן און ביהמ"ד
ס'דא וואס יעדע ריר פון זיי איז מיט א שטארקייט, מיט א גראדקייט, נישט פויל.
נאכדעם זעהט מען מענטשן וואס שלענגלען זיך, מיט א שטייטקייט, א שוואכקייט.

שטיין ביי שמונה עשרה איז מיר פשוט אנגעקומען שווער.
איך בין נישט געווען בעה"ב אויף מיין בעלענס,
אויב איינער וואלט מיר געגעבן א שטיפ פון אונטען, וואלט איך געפלויגן ביז די נעקסע וואנט. ווייסטוואסעכמיין.
כ'האב נישט מורא וועגן גילוי, ווייל ס'דא אסאך אזאנע אידן אין ביהמ"ד.

איך האב אנעהויבן מאכן עקסערסייז (כפי העולה על דעתי) צו וואקן (צום שיעור ביינאכט אדער אין גראסערי, וכדו') מיט אזאנע Wעיטס, אזא וועסטל פון 12 פונט (הונטער דעם רעקל), און אויף די 'ענקל' פון 2.5 פונט איטש (הונטער די הויזן).
מ'באקומט א גלייכע וואק, נישט איינגעבויגן נאכגעשלעפט.
מ'מוז זיך עכט טראגן, מ'קען זיך נישט סתם שלעפן.
מ'מוז אויפהייבן יעדע פיס מיט אביסל כח...
דאס האט געמאכט א שטארקע שינוי אויף מיר.

שפעטער האב איך געעפענט דעם אשכול פשוט צו הערן אדער געוואויר ווערן מער איבער גוטע עקסערסייז וואס מ'קען אליינס מאכן
האט איינע פון די גוטע אידן צוגעוויזן די 'זיבן מינוט עקסערסייז'
כ'האב עס אנגעהויבן צו טוהן
כ'מוז זאגן אז ס'מאכט סאך מער עקסערסייז ווי די Wעיט'ס, נאך דערצו די 'פלענק' ווי מ'ליגט אויף די עלענבויגן און די פיס פינגערס פאר 30 סקונדעס.
מ'ארבעט אויס אלע מאסעלס פון די גאנצע גוף וואס מ'ניצט צו שטיין און גיין.
מ'באקומט כח צו שטיין אויף די צוויי פיס מיט א גלייכע ריקן.

אלס א סערטיפייט פארזאן, וואס קענסטו צוגעבן אינפערמאציע, ס'וועט צוניץ קומען פאר מיר און פאר נאך אידן, צום געזונט.
יישר כח!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דעי קליפ פון 7 מינוט איז אויסדריקלעך געמאכט נאר אויב מווארעמט אן די גוף פארדעם, אן דעם איז עס נישט געזונט און אויך פילט מען זיך ווי א אויסגעקלאפטע הושענה.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

ווי קען מען זעין די 7 מינוט ווידאוי?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

Clm האט געשריבן:ווי קען מען זעין די 7 מינוט ווידאוי?



ער מיינט דער פון היימישע הייקער.

7 מינוט אוידאוי

viewtopic.php?p=3612389#p3612389
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

shimon7323 האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:ווי קען מען זעין די 7 מינוט ווידאוי?



ער מיינט דער פון היימישע הייקער.

7 מינוט אוידאוי

viewtopic.php?p=3612389#p3612389

Need access
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

נארמאליזעם האט געשריבן:דעי קליפ פון 7 מינוט איז אויסדריקלעך געמאכט נאר אויב מווארעמט אן די גוף פארדעם, אן דעם איז עס נישט געזונט און אויך פילט מען זיך ווי א אויסגעקלאפטע הושענה.

וואס מיינט מען ווארעמט אן די גוף פארדעם? ווי אזוי טוט מען דאס אינדערהיים אן קיין מאשינען?

ווי אזוי איז די 7 מינוט עקסערסייז קאמפערד צו אנדערע עקסערסייז ווי וואקן אדער טרעדמיעל און אנדערע? טוט עס די זעלבע אויף? בעסער שוואכער?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: אלעס ארום עקסערסייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

וועןרענטל האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:דעי קליפ פון 7 מינוט איז אויסדריקלעך געמאכט נאר אויב מווארעמט אן די גוף פארדעם, אן דעם איז עס נישט געזונט און אויך פילט מען זיך ווי א אויסגעקלאפטע הושענה.

וואס מיינט מען ווארעמט אן די גוף פארדעם? ווי אזוי טוט מען דאס אינדערהיים אן קיין מאשינען?

ווי אזוי איז די 7 מינוט עקסערסייז קאמפערד צו אנדערע עקסערסייז ווי וואקן אדער טרעדמיעל און אנדערע? טוט עס די זעלבע אויף? בעסער שוואכער?

אקעי די סיבה פארוואס מדארף מאכן אביסעל טאנצדיגע און סטרעטשעדיגע זאכן פארן אנהייבן צו מאכן די שווערע חלקים איז פשוט ווייל מקען נישט אנהייבן גלייך שווער, כלל זה נקוט בידך פאר דיין גאנצע לעבן!
סאיז נישט געזונט פארן מח און פארן הארץ, סאיז א שאק וואס קען האבן עפטיר שאקס, ווי אויך איז די גוף בעיקר די מוסקלען און ביינער זייער סטיף און נישט פלעקסיבעל, און אויב ממאכט אזוי עקסערסייז וועט מען 99% נישט מאכן די ריכטיגע מאוו וואס קען צוברעכן ביינער פארדרייען ביינער באקומען א בראך וכדומה,
ווי אויך ווערט מען שווער אויסגעקנאקט נאכן זיך נישט אנווארעמען פארדעם


יעצט זיך אנווארעמען דארף מען נישט האבן קיין עקוויפמענט, נאר מקען אנהייבן מיט א לייכטע וואק וואס זאל כסדר ווערן שנעלער און שנעלער ווי כהאב שוין געשריבן אויבן מיט א גאנצע (קליינע) ליסטע,

ווי אויך פאוקסט מען געווענליך ביי די עקסערסייז וואס מיר מאכן אז מ'זאל אריינגיין די קארדיאו פעטוועי, דאס הייסט אז די ענערזשי ווערט פארברענט מיט אקסידשין, וואס ווען מ'איז אין די פעטוועי קען מען מאכן לענגער עקסערסייז.

סוא ביים זיך אנווארעמען דארף מען אויף דעם האלטן קאפ.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”