ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פּאלענד ספּרינג
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:44 am

ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּאלענד ספּרינג »

טייערע חברים.

עס זענען דא פילע מיטגלידער דא אין קרעטשמע וואס זענען גוט באהאווענט אין די יסורי נפש גייען אדורך פאר מענטשן וואס ליידן פון א שיתוף וואס האט א פערסאנעליטי דיסארדער אדער צומאל פון די חולה נפש אליינס. איך זיך נייטיק ערשט האנטיגע אינפארמאציע פון קעיסעס און געשיכטעס וואס האבן זיך סוקסעספול געהיילט און זיך אדער די שיתוף ארויסגעזען פון זייער מצב אן איבערלאזן איינער די אנדערע.

איך וויל בעטן בכלל לשון של בקשה פאר ווער עס קען ברענגן קראנטע מעשיות און מעטאדעס 'נאר פון סוקסעס סטאריס'. ס'איז נישט א אשכול וואס זיכט מיטגעפיל אדער אלגעמיינע טרויעריגע געשיכטעס, אויף יענס זענען שוין דא גענוג בלעטער מיט פעסער טינט אויסגעגאסן אין די קרעטשמע און אלע היימישע מאגאזינען.

אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע לייגט ארויף א לינק.

מען קען מגיב זיין אדער אריינקומען פריוואט.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

ווי אזוי איך פארשטיי קען מען נישט ארויסקריכען... בידע צדדים קענען ג'יין פאר העלף עס צי קאנטרילען אין ווי אזוי צי הענדלען
I might be wrong
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

קימען דא ברבים פאר העלף אין עדווייס איז זיכער נישט קיין עסק
פּאלענד ספּרינג
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּאלענד ספּרינג »

די אשכול האב איך אויפגעמאכט פאר צוויי סיבות.

א' בכלל צו זען צו ס'איז דא וואס זענען ערהוילט געווארן.

ב' אויב יא צו זיי קענען מיטטיילן די עקספיריענס.

אזויווי יעדער וואס איז עטוואס באהאווענט אין די נושא ווייס איך אויך אז ס'איז כמעט נישט שייך. און אויך ווייס איך אז די שאנסן פון טרעפן די ישועה דא איז זייער קליין. מיט דעם אלעם האלט איך אז עס איז ווערט צו פרעגן. ס'איז באמת נישט וויכטיג צו לייגן תגיבות וואס זאגן ס'איז א שאד די צייט....

אבער דאך וויל איך בעטן אז די וואס זענען מגיב זאלן ביטע נאר מגיב זיין אויב ענפערט עס דירעקט אויף וואס איך זוך. ישר כח.
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

ליידער נישט דא קיין העלפן פאר דעם.....
א איבערלעבער
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
פּאלענד ספּרינג
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּאלענד ספּרינג »

נאכאמאל. מיר ווייסן שוין פון דעם. מיר זוכן דווקא פאר אלטערנאטיווע געשיכטעס אדער מעטאדעס. פאר וואס מ'קען אלס נישט היילן איז שוין דא גענוג באשריבן.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

פערסענאליטי איז מידות און מקען ארבעטן דערמיט אבער כמעט נישט ממש טוישן

דער הייליגער נועם אלימלך דרייבט אין פרשת צו אז מדארף ארבעטן מיט די מידות ווי אז א כעסן זאל ארבעטן דערמיט זיך צי רעגן אויף רשעים
און אין א אנדערע שטיקל זאגט ער אז מזאל ארבעטן 40 טעג אויסצירייסן אינגאנצן א מידה

דערויף האבעך אמאל געהערט אז פון דא זעהט מען אז מיט די 40 טעג אינאיינעם קען מען נאר ארבעטן דערויף אבער טוישן אינגאנצן איז נישט פשוט
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ר' פאלענד, לאזט אייך נישט צוקלאפן. צום סוף וועט זיך טרעפן עמיצער אי"ה וואס זאל זאגן עפעס גוטס.

די אויבערשטע תגובות, זענען סתם נאך אפאר שטיינדליך אין וועג. מ'וועט דאס אויך איבערקומען. אי"ה.

מפי השמועה, הער איך זאגן אז ס'זענען יא דא סוקסעס סטאריס. אבער קיין פערזענליכע עקספיריענס האב איך נישט.
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

ממוצע האט געשריבן:ר' פאלענד, לאזט אייך נישט צוקלאפן. צום סוף וועט זיך טרעפן עמיצער אי"ה וואס זאל זאגן עפעס גוטס.

די אויבערשטע תגובות, זענען סתם נאך אפאר שטיינדליך אין וועג. מ'וועט דאס אויך איבערקומען. אי"ה.

מפי השמועה, הער איך זאגן אז ס'זענען יא דא סוקסעס סטאריס. אבער קיין פערזענליכע עקספיריענס האב איך נישט.

יעצט געוואלט דאס שרייבען .. זעיהט אויס דער פותח האשכול וויל נאר הערען וואס יא, העמיר ווארטען
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

Clm האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:ר' פאלענד, לאזט אייך נישט צוקלאפן. צום סוף וועט זיך טרעפן עמיצער אי"ה וואס זאל זאגן עפעס גוטס.

די אויבערשטע תגובות, זענען סתם נאך אפאר שטיינדליך אין וועג. מ'וועט דאס אויך איבערקומען. אי"ה.

מפי השמועה, הער איך זאגן אז ס'זענען יא דא סוקסעס סטאריס. אבער קיין פערזענליכע עקספיריענס האב איך נישט.

יעצט געוואלט דאס שרייבען .. זעיהט אויס דער פותח האשכול וויל נאר הערען וואס יא, העמיר ווארטען

אגב סוקסעס סטאריס קען איך אויך טאקע נישט אזוי פין דער נאנד אבער די שאלה איז וואס מיינט סוקסעס?!
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

איך זעה מען רופט זיך נישט אן, דא האב איך אן עדות פון הרה"ק בעל השומר אמונים ער האט שוין געזען סוקסעס
אטעטשמענטס
Screenshot_20220328-031213_OneDrive~2.jpg
Screenshot_20220328-031213_OneDrive~2.jpg (395.45 KiB) געזען 1724 מאל
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

געהערט אמאל פון מרדכי וויינבערגער LCSW ביי זיין וועכענטליכע show אז DBT האט שוין געהאלפן אסאך מענטשן
די patient דארף אבער איינזעהן אין זיין פראבלעם אין זיין וויליג צו גיין זיך היילן .
בהצלחה

אויסצושמיסן קענסטו אריינקומען אינעם Dbt אשכול
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

נו, לאז דעם שומר אמונים רבי דערציילן די סטארי...

עניוועיס, סוקסעס איז רעלאטיוו. ביי איינעם מיינט עס אויסגעהיילט און ביי א צווייטען עפעס אנדערש.

אקיצער. דא האסטו אנדערהאלבען סוקסעס סטאריס. און צופעליג פון עטליכע ספעקטרומס.

איינער מיט א שווערע פרוי, און דאס איז לכאורה געווען א גענעטישע דיסארדער, מיינענדיג, אז די אויפציאונג איז געווען אזוי און זי האט עס אויך דעוועלאפד, אבער אויף א שווערן פארנעם. די טעראפי וואס מען האט געמיינט אז ס'וועט העלפן האט איר געמאכט פאר א ראבאט, און דאס איז אויך געווען א טייל פון איר "גוטסקייט", איך טוה וואס די טעראפיס הייסט... קאנסט נישט האבען טענות אויף מיר... FAST FORWARD, (א לאאאאאנגע צייט) ער האט אנגעהויבן מיטשפילן און אויך געארבעט אויף ראבאטישע אויפפירונג, און אלעס געטוהן א שטייגער, אז מען מוז נאר טוהן וואס פעלט אויס פאר'ן לעבן, און מען טוהט אלעס אנע פיעלינגס, וואס האט איר ממש משוגע געמאכט. ביז זי האט אים געזאגט, העי, איך זעה אז געוויסע זאכען באדערן דיך, אבער איך וועל פרובירן נישט צו טוהן דירעקט דיך צו שטעכן א.ד.ג.

דער טעראפיסט דארט (נישט אזא היימישער, און ער פלעגט מיך פון צייט צו צייט אנקלינגען, אז איך זאל אים זאגען די מענטאליטעט פון די מענטשן אין מיין קהילה, וויאזוי צו זאגען די ווערטער וואס ווערט ביינונז גענוצט) האט מיר בשעתו געזאגט. אז די פרוי האט ניטאמאל עס געטוהן פאר שלעכטקייט, דאס איז געווען איר סורווייוועל מעטאד אלס קינד אויף צו דורכלעבן, אנע ווערן וויי געטוהן פון אירע עלטערן וואס פלעגן ממש הרגענען אירע פיעלינגס.

די אינטערסאנטע טייל פון די אויבענדערמאנטע, אז אירע עלטערן האבען אנגעקליגען דעם טעראפיסט צו באשייגעצן אז די טאכטער גייט ממש מטה מטה, ווייל זי שמייכלט און בעדאנקט זיך. "זי איז ממש חרוב. ממש נישט צו דערקאנען. ער פייניגט איר. זי האט מורא זיך עפענען דאס מויל און צוריקזאגען וואס זי האט צו זאגען. די שמייכל ווייזט אויף א נפשיות'דיגע אינערליכע פראבלעם"

און דאן מיט דעם מאן וואס האט געהאט ווייס איך נישט די סינדראם...

פון מיין זייט איז עס א שטארקע סעלף עסטיעם מאנגל, און לכאורה איז דאס געווען זיין וועג פון צייגן מאכט. אבער די פאקט איז געווען אז עס האט אויסגעקלאפט אין א פערסאנאליטי דיסארדער סארט.

ביי דעם קראנקען זכר איז אלעמאל געווען א קאמענטאר אויף וואס זיין ווייב האט געטוהן. און די טשעררי אן טאפ אפ די פיי, אז אלעס האט מען הויך גערעדט... אבער, ער פלעגט איר טריעטן גאר שיין ווען עס האט אים אנגעשמעקט, ווייל ער האט איר עכט ניט פיינט געהאט, אבער געמוזט צייגן מאכט. נו, א שיינע פאר אויעררינגלעך נאך א געזונטן שטעך. א הערליכע ברעיסלעט נאך א דערנידערונג פארענט פון די קינדער א.א.וו. דא האט דער טעראפיסט גענומען א אנדערע צוגאנג, און אים אויסגעלערנט, אז א פרעזענט גיבט מען בעפאר מען טשעפעט... און אוואו אויבענדערמאנט. FAST FORWARD, מיט די פולע מיטארבעט פון די עזר כנגדו, האט זי אים איינמאל געזאגט, אז די געשאנק איז איינס אין דער וועלט, אבער ביטע גיב מיר עס נאך א וואך פון גוטע טערמינען, און אויך נאר ווען די שפירסט אז איך שפיר אויך אזוי. ער האט שווער געארבעט צו שפירען די אנדערע זייט, און יא, היינט צוטאגס, לויט ווי איך הער, האט ער זיך געטוישט דורך און דורך.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פיל בעסער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 3:41 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיל בעסער »

איך האב מיטגעהאלטן לייוו ווי א אינגערמאן וואס פלעגט ארומגיין אין דער גאס און זיך משוגע מאכן און וויינען אויפן קול (נעבעך) איז געווארן א אנדערע געזונטע מענטש ב"ה!
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

איר זאגט נישט איבער וועלכע דיסארדער איר רעדט.

ערשטנס דארפט איר טרעפן א טעראפיסט וואס האלט אז פאר יעדע זאך איז דא א דיאגנאסיס און אז מען קען העלפן דעם ספעציפישן דיסארדער.
צום ביישפיל
BPD- borderline personality disorder
קען מען העולם אויב די קליענט איז aware און וויל זיך העלפן.
Narcissism- ווענד זיך אויף וועלכן אויפן, א.א.וו.

איז דא א דיאגנאסיס?
אוועטאר
פיל בעסער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 3:41 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיל בעסער »

ער איז געווען ביי אסאך דאקטוירים (אפילו געפלויגן קיין א"י) אבער קיינער איז נישט ארויס קלאר.

איך פלאן זיך מער מסביר צו זיין נאך שבת ב"ה.

(אין לאנדאן איז שוין חצות)
אוועטאר
שמעטערלינג
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
לאקאציע: איבעראל

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעטערלינג »

פיל בעסער האט געשריבן:ער איז געווען ביי אסאך דאקטוירים (אפילו געפלויגן קיין א"י) אבער קיינער איז נישט ארויס קלאר.

איך פלאן זיך מער מסביר צו זיין נאך שבת ב"ה.

(אין לאנדאן איז שוין חצות)



איך האב זיך באצויגן צום פותח האשכול נישט צו אייך.

איר רעדט בכלל נישט פון א פערסאנעליטי דיסארדער.
אייער באקאנטן איז אפשר psychotic און האט פשוט געדארפט מעדעצין צו וואס.
משיבת נפש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 pm

Re: ווער איז ארויסגעקראכן פון א פערסאנעליטי דיסארדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיבת נפש »

פיל בעסער האט געשריבן:ער איז געווען ביי אסאך דאקטוירים (אפילו געפלויגן קיין א"י) אבער קיינער איז נישט ארויס קלאר.

איך פלאן זיך מער מסביר צו זיין נאך שבת ב"ה.

(אין לאנדאן איז שוין חצות)


נו זיי ממשיך
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”