קארן האט געשריבן:לייפסטייל האט געשריבן:קארן האט געשריבן:סתם א קרישקעלע, מקען פארלירן אלע איבריגע פונטן אן א סליוו אויך, ווי אזוי? מהאלט א שטרענגע דייעט, און ניין, א שטרענגע דייעט מיינט נישט אז מדארף פאסטן א גאנצן טאג, מגייט צו א פראפעשינאל nutritionist וואס שטעלט דיך אויס א פונקטליכע מעניו וואס דו מעגסט און דארפסט עסן יעדן טאג, און מדארף אויך מאכן עקסערסייז עטליכע מאל א וואך, און פאר דאס דארף מען אויך א פראפעשענאל, איך האב אזוי געטוהן פאר בערך זעקס חדשים, און אראפגעקנאקט מיינע איבריגע פונטן, ( בערך זעכציג פונט. )
ווען מ'איז זעכציג פונט איבערוואגיג קען מען טאקע. און דערפאר אזא איינער וועט טאקע נישט אפראווט ווערן פאר א סליוו חוץ אויב מ'האט צוויי ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען וואס קומען פון די איבערוואג (וואס ביי 60 פונט האט מען געווענליך נישט)
איינער וואס איז 160 פונט איבערוואג איז א גענצליך צווייטע מסכת, און נאך די סליוו דארף מען הערשט אויך פאלגן אלעס וואס די נוטרישאניסט זאגט און ווייטער גיין אויף דייעט און מאכן עקסערסייז אפילו נאכן פארלירן די איבריגע וואג
א גוטע וואך.
אלץ איינער וואס טוט און עקסערסייז שוין בערך צען יאר, וויל איך אביסל אויסקלארן די נושא.
איינער וואס איז איבערוואגיג, דארף גיין אויף דייעט און מאכן עקסערסייז, איינס אליינס איז נישט גענוג, וועסט אפשר נישט צו באקומען מער פונט, און אפשר אפשר פארלירן אביסל, אבער דעטס איט.
און כדאי צו דייעטן, דארף מען גיין צו א פראפעשענאל nutritionist וואס וועט דיך אויסשטעלן א פונקטליכע דייעט , געוואנדן לויט דיין הייך, וואג, עידזש, וכו'.
און צו מאכן עקסערסייז , דארף מען א פראפעשענעל טרעינאר, לכל הפחות איין מאל א וואך, די איבריגע קענסטו מאכן אן א טרעינאר.
ווען מטוהט די צוויי זאכן אויפאמאל, מיט די ריכטיגע עדווייס, זעהט מען אותות ומופתים, אוודאי איינער וואס דארף פארלירן אסאך פונט וועט עס נעמען לענגער צו פארלירן, אבער מען פארלירט, בדוק ומנוסה.
צו מאכן א סליוו , דאס וואלט איך געראטן פאר מענטשן וואס קענען נישט פארלירן די איבריגע פונטן, נישט דורך א דייעט און נישט דורך עקסערסייזן, איך רעד נישט פון מענטשן וואס הייבן אן א דייעט און מאכן עקסערסייז פאר אפאר וואכן און זיי הערן אויף, איך רוף זיי פוילע מענטשן, אבער סאיז דא טאקע מענטשן , וואס נאך די אלע מעשיות קענען זיי נישט פארלירן די איבריגע פונטן, סאיז א העלט קאנדישאן ביי זיי, פאר זיי איז א סליוו זייער גוט.
איך האב אריינגעשיקט איבער א מנין פון מיינע חברים און דזשים, און זיי געשיקט צו א nutritionist , און די וואס האבן שווער געארבעט, האבן פארלוירן גאר אסאך, און נאר איינער איז געווען, וואס נאך בערך א האלבע יאר שווער ארבעטן, און סהאט זיך כמעט נישט געטוישט, איז ער געגאנגען מאכן א סליוו.
פון מיין קוק ווינקל, איז סליוו א איזי וועי אוט, און סאיז נישט הונדערט פראצענט געזונט.
וויפיל איז די מערסטע וואס איר האט געוואויגן אין אייער לעבן?
נישט זייער א נייס פאוסט.
ווילסט רעדן פון דיין אייגענע עקספיריענס? עס איז דא גענוג און נאך סייבער ספעיס פאר אן עקסטער אשכול פאר דיר אליינס.
מען מוז נישט אריינקומען צו יענעמס אשכול אים שטעכן פאר וואס ער האט געטון.
פון דעם וואס דו האלטסט אז עס איז 'איזי וועי אוט' ( ), איך בין כמעט 100% אז דו האסט נאך נישט געוואויגן קיין 250 פונט.