היימישע מעדיקל שולע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

בעזהשי"ת נאך יארן זיך דרייען צווישן די מעדיצינישע קארידארן האבנדיג די זכי' ארויסצוהעלפן חולי ישראל, און נאכן זעהן אז סאיז דא א דימענד פאר געזונטע נפשות וואס זענען באהאוונט אין מעדיצין, וועל איך אנהייבן געבן א סעריע פון לעקציעס אויף א וועג וואס אלע אינטרעסירטע באטייליגטע וועלן זיך שפירן היימיש און באקוועם מיט די פאקטישע היינטיגע מעדיצין וועלט ביז גאר א קורצע צייט.
דורך דעם וואס מען וועט פאקוסען נאר אויף די אינפארמאציע וואס איז נוגע למעשה, און אויסלאזן די אלע זאכן וואס די דאקטוירים פארגעסן סייווי, (פרעג נאר א פאראמעדיק צו ער געדענקט נאך וואס די ראלע פון די AV NODE איז…) אדער זאכן וואס איז נישט נוגע טעגליך.
מישאן וועט זיין אקאמפלישד ווען די תלמידים וועלן גראדואירן און וועלן קענען אריינשפאצירן אין ICU און וועלן האבן די סקילס צו אפליינען די אלע מאשינען און וויסן גענוי די מצב פונעם פאציענט, און וועלן קענען קאמיוניקירן מיט די דאקטוירים ווי א פרא, און וועלן קענען זיין א חלק אין מאכן קריטישע באשלוסן טיילמאל נאך בעסער פון די דאקטוירים. און אזוי ארום קענען ארויסהעלפן חולי ישראל זאל זיך אודאי נישט אויספעלן.

יעדע שטיק צייט וועט ווערן ארויפגעלייגט פרישע שיעורים, און סוועט זיין גענוג צייט צווישן איין שיעור אינעם צווייטן, אזוי ארום אז מ'זאל עס גוט איינזאפן, און אזוי אויך ווערן די מער געלערנטע אינעם פאלק גרופען צו שטיין גרייט מסביר צו זיין לכל השואלים און מער מסביר זיין אויב די עולם העט האבן שאלות נאכן שיעור, צוליב וואס דער טיטשער וועט זיין אפוועזנד און וועט בלויז אריינקומען אין די מינוטן איידערן געבן א פרישע לעקציע, צוליב מאנגל אין צייט.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געבוקמארקט.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

יישר כח! מיר קוקען ארויס אויף די שיעורים

איז דא א סדר ווען א נייע שיעור גייט ארויף?
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

קיין סדר איז נישט פארהאנדין
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

WOW!!
שכח מיר ווארטן
ואני בתומי אלך.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

א געוואלדיגע זאך. ווען הייבט זיך עס אן?

איך בין זיכער איר וועט אי"ה אריינקומען מיטן פולן נאמען און מיט אייערע קרעדענשאלס

מעדיצין איז נישט א זאך וואס מען מעג לערנען פון א אנאנימער ניק אויף די אינטערנעט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איינגעשריבן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

סדר השיעורים:
צירקולאטארי סיסטעם.
קארדיאלאזשי. (סיסטעם, עקיוט & כראנישע דיזיזעס, טעסטינג, מעדיקעשאנס)
פאלמענאלאזשי. (סיסטעם, עקיוט & כראנישע דיזיזעס, טעסטינג, מעדיקעשאנס)
ABG בלוט טעסט.
קידני & PH יסודות & דיסארדערס.
לייף סופארט. (מאשינערי, מעדיקעשאנס, טעקניקס אוו ראנינג א קאוד)

געדענקט! ווען איך שרייב א ווארט איז עס מיט די הנחה אז דער ליינער ווייסט דער אפטייטש, אויב איר טרעפט זיך מיט אומבאקאנטע ווערטער פרעגט אן און האפנטליך וועט איינער וויסן צו ענטפערן.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ביטע שרייבן די ווערטער אויך אין ענגליש.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

פיין, געפוילט, בעל דרגה. העמיר זיך משתדל זיין,
מיין שאלה איז אויב כ'זאל אפילו שרייבן אין אידיש,
לאזט מיר וויסן.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מעדיצין פראפעסער האט געשריבן:פיין, געפוילט, בעל דרגה. העמיר זיך משתדל זיין,
מיין שאלה איז אויב כ'זאל אפילו שרייבן אין אידיש,
לאזט מיר וויסן.


אוודאי אין אידיש, נאר די טערמינען זאלן שטיין אויך אין ענגליש.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צירקולאטארי סיסטעם איז די פאמפ און אדערן סיסטעם וואס מאכט די בלוט און אקסידשען ארום לויפן אין דעם קערפער (די הארץ איז א הויפט שפילער דערין)
קארדיאלאדזשי איז די הארץ סיסטעם, אריינגערעכנט די ברייטע אדערן
פאלמאנאלאדזשי איז די לונגען און אטעמען סיטעם.
ABG איז די באשטאנדטיילן אין די בלוט וואס פעלט אויס צו זיין געזונט דערמיט
קידני איז די נירען וואס דאס רייניגט אויס די וואסער אין דעם קערפער
לייף סאפפארט איז ווען פון די אויבענדערמאנטע קאנען נישט אליין טוהן די ארבעט און א מאשין העלפט ארויס
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

בעל מדרגה האט געשריבן:
מעדיצין פראפעסער האט געשריבן:פיין, געפוילט, בעל דרגה. העמיר זיך משתדל זיין,
מיין שאלה איז אויב כ'זאל אפילו שרייבן אין אידיש,
לאזט מיר וויסן.


אוודאי אין אידיש, נאר די טערמינען זאלן שטיין אויך אין ענגליש.


סארי איך האב נישט געשריבן אין ענגליש, Medical Terms.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

בוקמארקד
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

Can't wait
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אדרבה, הויב אן, אפשר וועט עפעס אריין אין מיין קעפעלע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

יישר כח.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

farshlufen האט געשריבן:אדרבה, הויב אן, אפשר וועט עפעס אריין אין מיין קעפעלע.

ס'וועט זיכער אריינגיין אין דיין קעפעלע אבער דו דארפסט קודם אויפשטיין.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

הקדמה צו די צירקולאטארי סיסטעם האף איך יעצט אראפצושרייבן
אוועטאר
מעדיצין פראפעסער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 6:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעדיצין פראפעסער »

יעדע חומר אין די קערפער פון ביין ביז פלייש איז פשוט צוזאמגעדריקטע לעבעדיגע סעלס, א ביין איז נישט א ביין, נאר ווען טויזענט לעבעדיגע סעלס פון איין געוויסע סארט (ביין סעל) קומען זיך צוזאם ווערט פארמירט א ביין, און אזוי מוסקל, און יעדע זאך. די קערפער איז ס"ה א גרויס זעקל פיהל מיט פארשידינע מיני סעלס, און די ציל פונעם קערפער איז צו האלטן ביים לעבן אט די אלע באשעפענישן,
א יעדע מין סעל האט זיך זיינע ספיציפישע געברויכען וואס ער מוז באקומען זיך צי האלטן ביים לעבן, אריינגערעכנט די פיר הויפט געברויכן וואס אלע סעלס אנע אויסנאם מוזן כסדר באקומען וואס איז:
אקסעזשין. געוויסע מיניראלן. צוקער. ארויסגעבן אפפאל.
און חוץ פון די פיר וואס זענען כלליות'דיג פאר אלע סעלס, האט זיך יעדע סעל זיינע אייגענע געברויכען וואס מען רופט "נוטריענטס" וואס דאס איז א שם הכולל אויף די עסן פון א סעל וואס איז אנדערע עסן פאר א יעדע סארט סעל, און אויב א סעל וועט נישט באקומען סיי וועלכער פון זיינע געברויכן וועט עס נישט לאנג נעמען ביז ער וועט זיין א טויטער.
ר' סעל איז א פארמאכטע זאך דורך א הייטל membrane וואס נעמט אים ארום, טא וויאזוי קען ווערן געליפערט די אלע סחורה וואס מוז אריין און ארויס? דערפאר האט א סעל טירן וואס קענען זיך עפענען און פארמאכן, און פאר יעדע סארט מאטריאל וואס דארף אריין\ארויס האט דער סעל א באזונדערן טיר.
זעמיר שוין כמעט פארטיג… נאר איין קשיא, פון ווי באקומען די אלע סעלס זייערע באדערפענישן, ווער לייגט עס אין פארנט פון זייער טיר אז זיי זאלן עס קענען אריין נעמען?
פארדעם איז דא א פייפ סיסטעם וואס לויפט דורך אלע סעלס, און אין די פייפס פליסן די אלע זאכן וואס סעלס דארפן און ווען א סעל דארף נאר סיי וואס דארף ער נאר עפענען זיין טיר און די פייפ עפענט גלייך זיין טיר לעומת זה (די טירן אריין צום באן אין עירעפארט) און וואס ער וויל ווערט גלייך אריינדעליווערט אינעם סעל. פארשטייט זיך אז די פייפס וואס טרעפן זיך מיט די סעלס זענען גאר קליין אזש זיי קענען קאמיוניקירן מיט סעלס, און די אלע קליינע פייפס קומען פון א גרעסערן וואס ציט זיך צו נאך א גרעסערן א.א.וו. ביז די פאר מעין גרויסע פייפס וואס פון זיי צושפרייט זיך די אלע קליינטשיגע פייפס
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח פראפעסאר און צו געזונט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זייער גוט געשריבן
א מענטש איז צוזאמגעשטעלט פון איבער 15 טריליאן צעלס
גרויסע קליינע לאנגע קורצע דינע דיקע
פון וואס איז א צעל געמאכט?
פון נאך קלענערע אטאמס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער קלאר דערווייל
איך האב א שטארקע אינטערעסע אין דעם
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

געוואלדיג! מורא'דיג קלאר
ואני בתומי אלך.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: היימישע מעדיקל שולע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

געבוקמארקד

קוקט אויס זייער גיט!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”