אייביג מיד, און אביסעל dizzy, קען נישט נארמאל פאנקצנירן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג אפריל 09, 2019 9:51 am

אוודאי בראש וראשון דארף מען גיין צום דאקטער אבער אויב זעהט ער גאנישט אזוי ווי בנידון דידן זאל ער גיין מיט סארנא דאס וועט אים בעזר השם העלפן "אין חכם כבעל הנסיון" איך רעדט פין עקספיריענס
ארויס פין בבל

לפנות בוקר
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:30 am

באריכט האט געשריבן:
יהלום האט געשריבן:2 קשיות פאר איך זאג וואס איך האלט פון נסיון מיט א משפחה מיטגליד
1) ער האט צו טהון מיטן מאגן ?
2) ער גייט גלעזער?


האט א האקעלע מאגען ..האט פון צייט צו צייט IBS סימטאמען

גלעזער יא , 1200 אויף איינס 800 אויף אנדערע.

זיכער סארנא !

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:31 am

באריכט האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:אפשר סארנא קען לעזן דעם פראבלעם


שוין מיטגעהאלטן ביי א נאנטן וואס דאס איז טאקע געווען בעז"ה די ריטיגע לעזונג.

אויך מאכן זיכער אז מ'שלאפט די נויטיגע שעות א נאכט, אסאך מאל זענען דא מענטשן וואס זייער קערפער פארלאנגט מער שלאף, נישט פאר יעדעם איז גענוג 7 שעה, ס'איז דא אזאלעכע וואס פארלאנגט זיך 8 אדער אפי' 8 און א האלב שעה.

רעדוצירן קאפי קען אויך העלפן, ס'איז דא א קאפי וואס הייסט Roma די טעם איז זייער ענליך צו עכטע קאפי, אבער ס'איז בכלל נישט קיין קאפיען.

א גוטע דייעטע בכלליות, דהיינו מאכן זיכער אז די קערפער באקומט אלע אירע נויטיגע געברויכן און נוטרישענ'ס.

רעדוצירן "צוקער" איז בדוק ומנוסה אז ס'העלפט, צוקער קען ברענגען אנגעצויגענקייט, דיזיניס, קאפ-וויי, א.א.וו.

ועל כולם: דער מענטש דארף זיין גרייט זיך צו לאזן העלפן, דהיינו: פון די ווערטער וואס איר שרייבט "yes 3 cups a day wont give up on that dont even try". זעט אויס ווי דער מענטש איז "בכלל נישט" אינטערעסירט זיך צו העלפן, נאר בתנאי אז א מלאך וועט קומען און אים היילן איבערנאכט, אבער ער איז נישט גרייט צו טון עפעס דערצו, און צו פארציכטן פון זיינע באקוועמליכקייטן, ווי איר שרייבט dont even try, סא אויב דאס איז די קעיס זענען לכאורה אלע דערמאנטע עצות ווערטלאז, אויב וויל ער טוישן זיין לעבן און אנהויבן לעבן מיט א קלארען מח, אן קיין דיזיניס וכדומה, דארף ער זיין גרייט צו "טון עפעס דערצו למעשה", און נישט נאר ארומלויפן צו דאקטורים.

צום שלוס וואונטש איך אים אז ער זאל שנעל פטור ווערן דערפון, און אדרבה, זאל מען דערנאך קומען דערציילן וועלכע עצה מ'שפירט אז ס'האט די מערסטע געהאלפן.


אנדערע סארט ציקער סויטענערס וכו איז ok?


לויט ווי איך האב געשריבן, און פון די עקספיריענס וואס איך האב מיטגעהאלטן שוין עטליכע מאל, איז פאלשע צוקער OK און אייגענטליך פארדעם איז עס געמאכט געווארן.

לויט ווי יהלום האט אבער געשריבן איז פאלשע צוקער אויך נישט גוט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז עס א חשש רחוק, עכ"פ מ'קען אנהויבן מיט פאלשע און זען צו ס'ווערט בעסער.

אויך פארשטיי איך פון דיין שתיקה כהודאה אז דער פון וועם מ'רעדט האט נאך קיינמאל נישט פראבירט דק. סארנא'ס מעטאד, ס'איז ווערט עס צו פרובירן, און אייגענטליך וואלט איך פארגעשלאגן דאס פאר די ערשטע און נעקסטע סטעפ.

אלעס וועגן סארנאס מעטאד קענסטו זען דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=29091

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:34 am

אגב מעג אין איין וועגס ארויסגעברענגט ווערן די שיינקייט פון דעם אשכול, וואס איז געווארן אנגעפילט מיט 28 תגובות אין ווייניגער ווי א טאג,

אידן זענען גרייט צו העלפן איינעם דעם צווייטן שלא ע"מ לקבל פרס, אויך אין די פארנומענע ער"פ סעזאן.

קיינער פון דא איז נישט קיין סעלס פערסן פאר קיין פאלשע צוקער וכו'.

מי כעמך ישראל!

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:37 am

ער זאל טרינקען כאטש 1.5 גאללאן וואסער א טאג
Free gift card when buying Pampers
viewtopic.php?f=26&t=25048&p=1929993#p1929993

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

מחנך
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דינסטאג אפריל 09, 2019 10:41 am

אינטרעסאנט קיינער זאגט נישט דא ווואס איז די פראבלעם מיט קאפי, קאפי טריקנט אויס די מענטש, עס מאכט דיהיידרעטעד, און דאס ברענגט צו קאפ ווייטאג, דיזינעס, און נאך.

די עצה אויב ער וויל נישט אויפגעבן אויף זיין קאפי, צו טרינקן אסאך וואסער, דאקטוירים זאגן צו טרינקן כאטש צוויי גלעזלעך וואסער קעגן יעדע קאפ קאפי.

אויך זענען גערעיכט די וואס זאגן אז סארנא דארךף העלפן, ווייל דאס איז מן הסתמא די עצה, ספעשעלי אויב די פראבלעם קען זיין אסאסיעיטעד מיט מאנא, עפסטיען באר, יוסט וכדומה.

באריכט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

תגובהדורך באריכט » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:09 pm

בקיצור פון רוב מגיבים איז וויניגער קאווה, ציקער, אין טוהן סארנא.

וואס איז מעט עקסערססייז? ( ער האט דאס אויך געטוהן אפשר נישט גענוג..)

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:14 pm

אויב איך מעג אריינרעדן. איך האב גאר שטארק געליטן יארן צירוק פון דיזינעס, וכו'. וואס האט מיהר געהאלפן:

- גיין שלאפן אין צייט!
- נישט טרינקן קאווע נאך 1 נאכמיטאג, און פראבירן נישט מעהר ווי צוויי א טאג. אביסל קאווע איז אפילו געזונט.
- צוקער איז אסור. בתכלית האיסור. זירא. נישט אין קאווע, נישט קענדיס. נישט קאקאש קעיק.
- מאכן זיכער נישט צו זיין אויסגעטריקענט. 1.5 גאלען א טאג איז ציפיהל און קען שאדן די נירען. אבער לכה"פ 8 גלעזער וואסער. קען אויך זיין טיי, זופ, וכו'.
- עקסערסייז!!! פיהר מאהל א וואך, לכה"פ 25 מינוט. עס מיז נישט זיין אין א gym, עס איז גאר ראטזאם פשוטע בריסק וואלקינג. עס איז גיט פאר די נערווען, און עס ריסעט די ריטעם פון די קערפער צו קענען בעסער רוען ביינאכט.

רפואה שלימה פאר איעדען איינעם.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:50 pm

;l;p-
Kosher Travel האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן. איך האב גאר שטארק געליטן יארן צירוק פון דיזינעס, וכו'. וואס האט מיהר געהאלפן:

- גיין שלאפן אין צייט!
- נישט טרינקן קאווע נאך 1 נאכמיטאג, און פראבירן נישט מעהר ווי צוויי א טאג. אביסל קאווע איז אפילו געזונט.
- צוקער איז אסור. בתכלית האיסור. זירא. נישט אין קאווע, נישט קענדיס. נישט קאקאש קעיק.
- מאכן זיכער נישט צו זיין אויסגעטריקענט. 1.5 גאלען א טאג איז ציפיהל און קען שאדן די נירען. אבער לכה"פ 8 גלעזער וואסער. קען אויך זיין טיי, זופ, וכו'.
- עקסערסייז!!! פיהר מאהל א וואך, לכה"פ 25 מינוט. עס מיז נישט זיין אין א gym, עס איז גאר ראטזאם פשוטע בריסק וואלקינג. עס איז גיט פאר די נערווען, און עס ריסעט די ריטעם פון די קערפער צו קענען בעסער רוען ביינאכט.

רפואה שלימה פאר איעדען איינעם.

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » מיטוואך אפריל 10, 2019 9:44 am

פראהביטש האט געשריבן:;l;p-
Kosher Travel האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן. איך האב גאר שטארק געליטן יארן צירוק פון דיזינעס, וכו'. וואס האט מיהר געהאלפן:

- גיין שלאפן אין צייט!
- נישט טרינקן קאווע נאך 1 נאכמיטאג, און פראבירן נישט מעהר ווי צוויי א טאג. אביסל קאווע איז אפילו געזונט.
- צוקער איז אסור. בתכלית האיסור. זירא. נישט אין קאווע, נישט קענדיס. נישט קאקאש קעיק.
- מאכן זיכער נישט צו זיין אויסגעטריקענט. 1.5 גאלען א טאג איז ציפיהל און קען שאדן די נירען. אבער לכה"פ 8 גלעזער וואסער. קען אויך זיין טיי, זופ, וכו'.
- עקסערסייז!!! פיהר מאהל א וואך, לכה"פ 25 מינוט. עס מיז נישט זיין אין א gym, עס איז גאר ראטזאם פשוטע בריסק וואלקינג. עס איז גיט פאר די נערווען, און עס ריסעט די ריטעם פון די קערפער צו קענען בעסער רוען ביינאכט.

רפואה שלימה פאר איעדען איינעם.


איך ווייס נישט צי ביסט גערעכט ווייל א מענטש דארף האבען ציקער אויך פארשטייט זיך מיט א גבול
מען זאל נישט ליידען. אבער גארנישט דארף מען אויך פרעגען א דאקטער צי עס איז געזונט
אגב ציקער איז דא אין אסאך מאכלים וואס דאס דארף מען נעמען אין חשבון אויך וויפיל טאקע מען עסט א טאג

למשל אין זיסע פירות הייסט אויך ציקער וואס מען קען נעמען אין חשבון

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך אפריל 10, 2019 10:06 am

פסיקתא האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:;l;p-
Kosher Travel האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן. איך האב גאר שטארק געליטן יארן צירוק פון דיזינעס, וכו'. וואס האט מיהר געהאלפן:

- גיין שלאפן אין צייט!
- נישט טרינקן קאווע נאך 1 נאכמיטאג, און פראבירן נישט מעהר ווי צוויי א טאג. אביסל קאווע איז אפילו געזונט.
- צוקער איז אסור. בתכלית האיסור. זירא. נישט אין קאווע, נישט קענדיס. נישט קאקאש קעיק.
- מאכן זיכער נישט צו זיין אויסגעטריקענט. 1.5 גאלען א טאג איז ציפיהל און קען שאדן די נירען. אבער לכה"פ 8 גלעזער וואסער. קען אויך זיין טיי, זופ, וכו'.
- עקסערסייז!!! פיהר מאהל א וואך, לכה"פ 25 מינוט. עס מיז נישט זיין אין א gym, עס איז גאר ראטזאם פשוטע בריסק וואלקינג. עס איז גיט פאר די נערווען, און עס ריסעט די ריטעם פון די קערפער צו קענען בעסער רוען ביינאכט.

רפואה שלימה פאר איעדען איינעם.


איך ווייס נישט צי ביסט גערעכט ווייל א מענטש דארף האבען ציקער אויך פארשטייט זיך מיט א גבול
מען זאל נישט ליידען. אבער גארנישט דארף מען אויך פרעגען א דאקטער צי עס איז געזונט
אגב ציקער איז דא אין אסאך מאכלים וואס דאס דארף מען נעמען אין חשבון אויך וויפיל טאקע מען עסט א טאג

למשל אין זיסע פירות הייסט אויך ציקער וואס מען קען נעמען אין חשבון

אויב איך מעג אביסל קלארער מסביר זיין וואס דו האסט געשריבן:
די צוקער וואס מיר האבן און עסן זיך אן דעמיט פון די אלע פראבאצירטע עסן, איז "נישט קיין שום must צו האבן", פינטל.
וואס ס'איז יא וויכטיג איז אביסל פון "נאטורליכע צוקער" וואס דאס ליגט אין פרוכט א.א.וו.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2043
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 10, 2019 11:04 am

חיים מאיר פערל
Is your answer

לפנות בוקר
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך אפריל 10, 2019 12:49 pm

אלע עצות קענען העלפן ווי באַלד ס'איז א מוח זאך! אבער אויסצומעקן די פראבלעם אינגאנצן דארף מען האבן סארנא!

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » מיטוואך אפריל 10, 2019 2:03 pm

.
ארויס פין בבל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 3:14 pm

אילו זכינו האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:;l;p-
Kosher Travel האט געשריבן:אויב איך מעג אריינרעדן. איך האב גאר שטארק געליטן יארן צירוק פון דיזינעס, וכו'. וואס האט מיהר געהאלפן:

- גיין שלאפן אין צייט!
- נישט טרינקן קאווע נאך 1 נאכמיטאג, און פראבירן נישט מעהר ווי צוויי א טאג. אביסל קאווע איז אפילו געזונט.
- צוקער איז אסור. בתכלית האיסור. זירא. נישט אין קאווע, נישט קענדיס. נישט קאקאש קעיק.
- מאכן זיכער נישט צו זיין אויסגעטריקענט. 1.5 גאלען א טאג איז ציפיהל און קען שאדן די נירען. אבער לכה"פ 8 גלעזער וואסער. קען אויך זיין טיי, זופ, וכו'.
- עקסערסייז!!! פיהר מאהל א וואך, לכה"פ 25 מינוט. עס מיז נישט זיין אין א gym, עס איז גאר ראטזאם פשוטע בריסק וואלקינג. עס איז גיט פאר די נערווען, און עס ריסעט די ריטעם פון די קערפער צו קענען בעסער רוען ביינאכט.

רפואה שלימה פאר איעדען איינעם.


איך ווייס נישט צי ביסט גערעכט ווייל א מענטש דארף האבען ציקער אויך פארשטייט זיך מיט א גבול
מען זאל נישט ליידען. אבער גארנישט דארף מען אויך פרעגען א דאקטער צי עס איז געזונט
אגב ציקער איז דא אין אסאך מאכלים וואס דאס דארף מען נעמען אין חשבון אויך וויפיל טאקע מען עסט א טאג

למשל אין זיסע פירות הייסט אויך ציקער וואס מען קען נעמען אין חשבון

אויב איך מעג אביסל קלארער מסביר זיין וואס דו האסט געשריבן:
די צוקער וואס מיר האבן און עסן זיך אן דעמיט פון די אלע פראבאצירטע עסן, איז "נישט קיין שום must צו האבן", פינטל.
וואס ס'איז יא וויכטיג איז אביסל פון "נאטורליכע צוקער" וואס דאס ליגט אין פרוכט א.א.וו.

איך שרייב נישט דא אלטץ דאקטאר. איך שרייב אויך נישט דא אלטס נוטרישען, פאר א דייעבעדיק, וכו'.
עס איז דא גענוג און נאך צוקער אין פרוכט. מען דארף נישט קאקאש קעיק, אדער אפילו געהעריגע ברויט. געפילטע פיש קען מען קאכן מיט אסאך מייערען וואס מאכט עס זיעס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:06 pm

וועגן ווייטעמין זעה דא viewtopic.php?t=38086#p1766473

mosheyahoo
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

תגובהדורך mosheyahoo » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 4:26 pm

the solution to this is dr sorno. but also go to the doctor to rule out anything series (from experience)

באריכט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

גרייט צו הערען נאך...

תגובהדורך באריכט » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:56 am

סאיז נאך פסח , פאר דעה וואס זענען געוועהן צו פארנומען.. פאר פסח, וואלט איך געוואלט הערען נאך עצות ,מיינוגען ,עקספוריענס וכו.

ישר כח.

IMBZ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:24 pm

מאך א h-pylori טעסט

IMBZ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

תגובהדורך IMBZ » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:27 pm

פאר ווי לאנג גייט דאס שוין אן אויב איז עס נאר פאר א שטיק צייט גייט לכארה עפעס פאר מיט אים
וואס מיינט אייביג מיד ער ווערט שנעל מיד אדער ער קען בכלל נישט אנהייבן ארבטען ווייל ער איז שוין מיד

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:21 pm

טעסט פאר ליים דיזיס, שןין מיטגעהאלטן ביי 3 מענטשן וואס דאס איז געווען די פראבלעם,
(אגב, די מאסעלס-מוסקלען טוהן וויי?)

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:56 pm

Chronic fatigue איז גאנץ מצוי. געוויסע פעלער קען דאס זיין סימפטאמען פון מילדע דעפרעסיע, אין אנדערע פעלער סארנא רילעיטעד, קען אויך זיין ליים דעזיז, (און קען אויך זיין אז איך ווייס נישט פון וואס עס קומט!)

זאל דער אויבערשטער העלפן און צושיקן די ריכטיגע רפואה!
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:19 pm

אינטרעסאנט כ'האב ממש לעצטנס געליינט (אפשר אין המספיק גאזעט) איבער איינער וואס האט געליטן פון ענליכע סימפטאמען, און נאכן אלעס פרובירן האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער גאר געווען אלערגיש צו די שטראלן פון ווייפיי ראוטערס! און ווען אימער ער איז געווען אין געגנווארט פון ראוטערס (וואס איז מער ווייניגער
געווען אגאנצן טאג) איז דאס אים באפאלן. ווי מאדנע ס'הערט זיך, קען דאס זיין די אורזאך. מען קען קיינמאל נישט וויסן

באריכט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

תגובהדורך באריכט » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:14 pm

IMBZ האט געשריבן:פאר ווי לאנג גייט דאס שוין אן אויב איז עס נאר פאר א שטיק צייט גייט לכארה עפעס פאר מיט אים
וואס מיינט אייביג מיד ער ווערט שנעל מיד אדער ער קען בכלל נישט אנהייבן ארבטען ווייל ער איז שוין מיד


שוין אפאהר יאר.. בלוט טעסט איז אלעס גיט, שטייט אויף אינדערפריה מיד...

באריכט
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:41 am

תגובהדורך באריכט » מאנטאג אפריל 29, 2019 9:19 pm

טרעף מיך האט געשריבן:טעסט פאר ליים דיזיס, שןין מיטגעהאלטן ביי 3 מענטשן וואס דאס איז געווען די פראבלעם,
(אגב, די מאסעלס-מוסקלען טוהן וויי?)


איך מיין ער דאס גטעסט , האט נישט קיין מאסעל פעין.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט