הרב_שלום האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט אז אין ענגלאנד איז נישט דא קיין סטרעפ
אן ענגלישע ווייסט נישט וואס סטרעפט מיינט
א דאקטאר פון ענגלאנד האט מיר אמאל געזאגט, אז וואס עס מאכט זיך אין ענגלאנד איז די זעלבע ווי אין אמעריקא.
די נפק"מ איז נאר, ווי שנעל א דאקטאר וועט געבן אנטיביוטיק.
רוב מאל ווען א מענטש האט געוויסע סימנים פון סטרעפ, מיינט עס נאכנישט אז ער דארף אנטיביוטיק.
רוב מאל איז עס נאכנישט אזוי שטארק, אין עס גייט אוועק פון זיך אליין (אדער דארך טרינקען ווארימע טיי, אדער מיט ווייטאמינען).
אויב נעמט מען אנטיביוטיק, וועט עס טאקע אוועק גיין אין נאר איין וואך (אדער אפילו ווייניגער), טאמער נעמט מען נישט קען עס נעמען כמעט גאנצע 7 טעג ביז עס גייט אוועק.
טאמער ח"ו האט זיך דאס אנטוויקעלט, און עס איז שוין א ריכטיגער סטרעפ, וועט שוין גארנישט העלפען חוץ פון אנטיביוטיק.
אבער ווען עס איז שוין א רעכטע סטרעפ, דארף מען נישט אריינשטעקען די לאנגע אויער'ן פיצערס, ווייל מ'קען עס שוין זעהן אויף די אויגען פון דער פאציענט.
וועגן דעם, האלטען און פירן זיך די ענגלישע דוקטורים, נישט צו נעמען קיין test פאר יעדער קליינער פארקילעכטס, ווייל זיי ווילען נישט אנשטאפען דער מענטש מיט אנטיביוטיק ווען עס פעלט נישט אויס.
משא"כ די אמעריקאנער דאקטורים, וואס לעבן אין א פחד אז מ'קען זיי קלאגען אויף יעדער מענטשליכער חוות דעת, אויב עס שטעלט זיך אויס אנדערש, ממילא וועלן זיי ענדערש שטאפען דער מענטש מיט אנטיביוטיק, ווי איידער אפשר איינס פון ווייסעך וויפיל וועט אפשר קלאגען, אז עס האט זיך פארשטערקערט וכדומה.
ע"כ וואס איך האב געהערט פון אן ענגלישע דאקטאר.
וואס איז אמת און וואס נישט? האב איך נישט קיין בלאסער אהנונג. אזוי אויך ווייס איך נישט וואס איז מער שעדליך (וכדהלן). איך שרייב נאר וואס איך האב אמאל געהערט.
אגב. איך ווייס פון אן ענגלענדער וואס איז אוועק פון סטרעפ, נאכדעם וואס עס האט זיך שלעכט אויסגעלאזט.
פון דער אנדערע זייט קען איך אן ענגלענדער וואס האט געכאפט א געפערליכער אינפעקשען, און זייענדיג אין שפיטאל אין ניו יורק, און מ'האט איהם אנגעשטאפט מיט גאר שטארקע אנטיביוטיק, האבן די דוקטורים נאכאלץ נישט געגלייבט ווען מ'האט געזעהן ווי עס ארבייט, ביז דער חולה האט זיי פארציילט אז ער האט כמעט קיינמאל נישט גענומען קיין אנטיביוטיק.
עכ"פ. איינער וואס איך האב געקענט איז געשטארבן א דאנק דעם ענגלישען מהלך, און א צווייטער איז געראטעוועט געווארן.