אלעס איבער ספעלט/ווייץ

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

אלעס איבער ספעלט/ווייץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך האב נאך נישט געטראפן אן אשכול רעדן דערוועגן, אויב איז דא ביטע עס צוזאמשטעלן.

ווי עס איז גאר באקאנט ליידן טויזענטער אידישע קינדער פון ווייץ מעהל. אביסל ווייץ מאכט זיי מיד, שווערע הארץ קלאפענישן און נאך, לכבוד דעים האבן גאר אסאך אריבערגעסוויטש צו ספעלט מעהל וואס איז מער א ברעקלדיגע טייג און עס איז גרינגער אויפ'ן מאגן.

מיין ב"ב דארף צוקומען צו ספעלט, און איך קויף טאקע א שטיק צייט קרעקער'ס פון עפעס א באקאנטע היימישע קאמפעני (אין אישי קען איך זאגן די נאמען), לעצטנס באמערק איך אז זיי טוען דא א געפערליכע פארברעך לא יאומן כי יסופר.

אין די אינגרידיענס פון די קרעקער'ס שטייט אז עס ליגט, ספעלט מעהל, ווייץ מעהל, וואסער און נאך, דאס מיינט אז עס ליגט אין דעים געהעריג ווייץ מעהל, אבער אויף די בעג שטייט אויפגעשריבן אין גרויס SPELT CRACKERS, מען שרייבט אז עס איז ספעלט קרעקער'ס וויבאלד עס פארמאגט "אויך ספעלט"!!!! און טאקע אויך ווייץ.

איך האב מיך אנגעפאנגען נאכצופרעגן אין זיך אריינטוהן אין די נושא, איך האב געפרעגט ביי צוויי קאמפעני'ס (אנדערע, ווייל צו יענע האב איך נישט געקענט צוקומען), בין איך געווארן געווארן אזוי: די ספעלט מיט די ווייץ מאכט מען געווענליך אין די זעלבע מאשינען, דעריבער קען אריינפאלן ווייץ ברעקלעך אין די ספעלט מעהל אויך, וועגן דעים וועט מען אלעמאל זעהן ביי אלע קאמפעני'ס אז זיי שרייבן אין קליין די ווערטער MAY CONTAIN WHEAT, דאס איז נישט קיין פראבלעים, ווייל פאר רוב מענטשן גייט נישט שאטן די ברעקעלעך פון ווייץ אין די ספעלט קוקי'ס.

די שייגעץ שטיק פון יענע קאמפעני איז אז חוץ וואס עס בלייבט איבער ווייץ, ליגט דארט ווייץ "אלס א חלק פון די אינגרידענס", און דאך שרייבן זיי אויף דעים אין גרויסן "ספעלט קרעקער'ס", און עס איז דאך נישט קיין ליגנט ווייל עס פארמאגט דאך אויך ספעלט (עס איז אזוי ווי זיי זאלן שרייבן אין גרויס "וואסער קרעקער'ס" ווייל עס פארמאגט אין זיך "אויך" וואסער), די צוויי קאמפעניס צו וועם איך האב גערעדט ווייסן פון די שייגעץ שטיק, נאר זיי זאגן אז מען קען גארנישט טוהן.

אז איינער דארף קויפן ספעלט זאל ער גיט באטראכטן די אינגרידיענס, צו טשעקן אויב מען נארט אים נישט אויס.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יעפ איז א חוצפה. אבער עס זענען דא קינדער וועמען ווייץ שאדט באמת צוליב שטארקע אלערגיעס. איז נישטא אן קיין שום ווייץ?
שויתי ה' לנגדי תמיד
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

Goodmorning האט געשריבן:יעפ איז א חוצפה. אבער עס זענען דא קינדער וועמען ווייץ שאדט באמת צוליב שטארקע אלערגיעס. איז נישטא אן קיין שום ווייץ?


עס איז יא דא, אויב די קאמפעני האט עקסטערע מאשינען פאר ספעלט מיינט דאס אז עס פארמאגט נישט קיין ברעקל ווייץ. מען דארף גיט באטראכטן די ניוטרישען פעקטס.
רוב מאל וועט שטיין די ווערטער allergy alert: contains wheat, טאמער שטייט נישט די ווערטער קענסטו זיך פארלאזן אז עס האט בכלל נישט קיין ברעקל ווייץ אין זיך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אָן אריינגיין אין די נושא צו עס איז גערעכט צו נישט
איז א יעדעס מאל ווען איינער קויפט א געוויסע מאכל און מען איז רעסטריקטעד פון געוויסע אינגרידיענס, איז וויכטיג צו ליינען די אינגרידיענס און זיך נישט פארלאזן פון שרייענדיגע גרעפיקס אויף די רעפפינג
דאס קומט ארויס שטארק ביי צוקער און אויך ביי ספעלט/האל וויט
עס איז אלץ דא פארפירערישע ווערטער וואס זענען נישט 100% ליגענט, און מען מוז קוקן די אינגרידיענס
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יוד אלף האט געשריבן:אָן אריינגיין אין די נושא צו עס איז גערעכט צו נישט
איז א יעדעס מאל ווען איינער קויפט א געוויסע מאכל און מען איז רעסטריקטעד פון געוויסע אינגרידיענס, איז וויכטיג צו ליינען די אינגרידיענס און זיך נישט פארלאזן פון שרייענדיגע גרעפיקס אויף די רעפפינג
דאס קומט ארויס שטארק ביי צוקער און אויך ביי ספעלט/האל וויט
עס איז אלץ דא פארפירערישע ווערטער וואס זענען נישט 100% ליגענט, און מען מוז קוקן די אינגרידיענס
מצא
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 6:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא »

קען אויך זיין אז זיי שרייבן עס פשוט ווייל דאס געזעץ פארלאנגט.

די USDA באטראכט ספעלט אלץ א סארט ווייץ, און ממילא מוזן אלע ספעלט פראדוקטן (אפילו 100% ספעלט) פארמאגן אן אויפשריפט contains wheat.

געווענליך ביי די אינגרידיענטס קען מען זען דעם חילוק, וצריכים לדייק היטב
מצא
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 6:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצא »

טעות
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

Goodmorning האט געשריבן:יעפ איז א חוצפה. אבער עס זענען דא קינדער וועמען ווייץ שאדט באמת צוליב שטארקע אלערגיעס. איז נישטא אן קיין שום ווייץ?

לויט וויפל איך ווייס איז נישט דא קיין אופן צי טעסטן אויף ספעלט עקסטער אלע אלערגיעס טעסט טעסטן שם הכולל ווייץ מיט ספעלט
אדרבה אויב איר ווייסט פין א טעסט עקסטר אויף ווייץ אין עקסטר אויף ספעלט ביטע מודיע זיין ולמצוה גדולה יחשב
איך האב שוין גרעד מיט אסאך לעבטריעס אבער לא מצאתי
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

שמואלישעי האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:יעפ איז א חוצפה. אבער עס זענען דא קינדער וועמען ווייץ שאדט באמת צוליב שטארקע אלערגיעס. איז נישטא אן קיין שום ווייץ?

לויט וויפל איך ווייס איז נישט דא קיין אופן צי טעסטן אויף ספעלט עקסטער אלע אלערגיעס טעסט טעסטן שם הכולל ווייץ מיט ספעלט
אדרבה אויב איר ווייסט פין א טעסט עקסטר אויף ווייץ אין עקסטר אויף ספעלט ביטע מודיע זיין ולמצוה גדולה יחשב
איך האב שוין גרעד מיט אסאך לעבטריעס אבער לא מצאתי


קען זיין אז א לעב קען דאס נישט טעסטן. אבער עס איז דא מענטשן וואס האבן זיך זייער אייגענע לעב וואס זיי פילן אויף זייערע ביינער.... אסאך מענטשן שפירן און זעען א חילוק ביי זיך אליין אן קיין לעב - אין זייער געזונט, ווי אויך אין זייערע אלערזשי'ס - צווישן ווען זיי עסן ספעלט אדער עסן ווייץ.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

די וואך האט מיין ווייב אויספרובירט א נייע קאמפעני ספעלט מעהל, עס איז געווען עפעס אויסערגעווענליך, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט - נישט נאר אזעלכע ספעלט חלה - נאר בכלל אזעלכע גיטע חלה האב איך קיינמאל נישט געהאט. די ספעציפישע קאמפעני האלט טאקע אין איין אדווערטייזן און פאריגע וואך האב איך געזאגט פאר מיין ווייב זאל דאס פרובירן, עס איז נישט איבערגעבליבן קיין לעק חלה ביים טיש צוליב וואס מען האט דאס צוכאפט.

איך ווייס נישט אויב עס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות צו שרייבן א נאמען פון די קאמפעני, אויב יא וועל איך עס שרייבן, טאמער נישט קענט איר זיך ווענדן צו מיר אין אישי. און גלייבט מיר נישט נאר איבערצייגט אייך אליין,
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

פארוואס זאל מען נישט מעגן שרייבן א נאמען ?
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

אז מען מעג דעמאלס שרייב איך. עס איז די קאמפעני WONDER, גלייב מיר איך האב נישט קיין שום נגיעה דא, עס איז פשוט כשמו כן הוא "ווינדער איבער ווינדער".
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: אלעס איבער ספעלט/ווייץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אנגעפאנגען צו עסן ספעלט חלות, די ווייב רעדט זיך אפ אז עס פאלט צאם. איינער מיט אן עצה?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אלעס איבער ספעלט/ווייץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

טראק דרייווער האט געשריבן:אנגעפאנגען צו עסן ספעלט חלות, די ווייב רעדט זיך אפ אז עס פאלט צאם. איינער מיט אן עצה?


די זעלבע רעסעפי? האב איך אמאל געהערט מען דארף אריינלייגן איין קאפ וואסער מער, וועל טרייען בלנ צו מברר זיין נאך שבת
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: אלעס איבער ספעלט/ווייץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

לייגט די מעהל אין פריזער פאר בערך 24 שעה פארן באקן, און נישט לאזן איבעריערן אינעם מיקסער, מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט איר האבן פיינע חלות.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”