Deep Breathing chalange: פראבירט עס אליינס אויס.

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

זייער אן אינטערסאנטער נושא, עס האט אסאך בענעפיטן פאר געזונט, דא וואס טענה'ן אז די אונטערשטע חלק פון די לונגען דארף זיין אקטיוו, און איז נישט ביי רוב מענטשן, די וואס לערנען זיך זינגען אדער גוט שווימען ארבעטן דערויף מער.

די פראבלעם איז, רוב מענטשן אטעמען נישט גוט, און אפילו ווען מ'גייט מאכן די עקסערסייז גייט מען עס נישט גוט טון.

א אטעם דארף אריין גיין אין די לוער בעק, דאס הייסט אין די אונטערשטע חלק פונעם רוקן, גייט עס דען אריין אהין? ניין, און אין לונגען גייט עס אויך נישט עכט, די לונגען איז פול מיט בלוט, און עס איז דא אזוי ווי בעלאנס וואס ווערט אויפגעבלאזן, און כדי ס'זאל זיין פלאץ זיך אויפצובלאזן רוקט זיך די דייעפרעם אראפ, און דאס פילט זיך ווי די לופט גייט אריין אין די רוקן.

די גרינגסטע עצה איז, לייגט זיך אראפ אויף די ערד, און אטעמט אריין אזוי ווי איר שמעקט טאביק, שטיל און טיף, וועט איר פילן ווי די בויך פילט זיך אן, און די רוקן ביז אונטען, אזוי דארף מען אטעמען, נאכדעם קענט איר מאכן די עקרסערסייז, ווייל פשוט א קליינע אטעם אין די אקסלען האט בכלל נישט דעם עפעקט.
לעצט פארראכטן דורך לייפציק אום זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

געזעהן די אשקול פאריגע וואך, נישט געהאט קיין צייט צו ליינען, יעצט האב איך עס געליינט, שכוח היימישער איך האב שוין אמאהל געליינט ערגעץ פון די וויכטיגקייט פון ריכטיג אטעמען און איך גיי אי״ה אנהייבן מארגען צו מאכן די עקסערסייז.
שכוח לייפציק פאר דיין הוספה ס׳מאכט זייער סענס
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

פאר מ׳הייבט אן די עקסערסייז דארף מען קלאצן 15 מינוט?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:איינע פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן אויב נישט די וויכטיגסטע זאך צו זען עכטע שינוים איז צו זייער שטארק ארויסאטעמען, און די שאלה ווי אזוי מען מאכט דאס. ווי אנדערע האבן אנגעמערקט ווען מען אטעמט ארויס נאך 5 סעקונדעס קען זיך שוין דאכטען אז מען האט ארויס געאטעמט די גאנצע לופט און די צייט וואס איז לא דובים ולא יער, די לונגען זענען נאך אנגעלייגט מיט די אלטע קארבאן מאנאקסייד לופט וואס לאזט נישט צו די פרישע לופט.

און דאס איז א זאך וואס מען דארף נוצען אביסל סקיל, הגם דאס ווערט בעסער מיט פראקטיק ברויך מען נאך אלס אין מיין עקספיריענס פארשידענע פאטענטען וויאזוי ארויסצושטופען די מאקסימום לופט.

סא וועל איך מיטטיילן אביסל פון מיין עקספיריענס.

המשך יבוא.

קודם שטים איך איין מיט @לייפציג אז מען דארף אריינאטעמען טיעף אריין אין די אונטערשטע חלקים פון די לונגען און ווי אזוי מען זאל עס טוען. אין מיין עקספיריענס אויב אטעמט מען שטארק ארויס אויך פון די אונטערשטע חלקים פונעם לונג, ווערט ליידיג דארט, און ווען מען אטעמט אריין צוריק טיעף קומט די פרישע לופט אן דארט טיעף.

סא ווי אזוי אטעמט מען ארויס די מאקסימום און טיעף?

די ערשטע זאך איז מען זאל ארויסבלאזן מיט אז צוגעמאכטע מויל, ניין נישט אונגאנצען צוגעמאכט..אבער נאר לאזן א קליינע עפענונג. (אזוי ווי איינער וואס בלאזט שופר, אזוי וועט ארויסקןמען די לופט מער פון אינעווייניג).

נאמבער צוויי. עס איז דא פיר וועגן ווי אזוי א מענטש אטעמט ארויס לופט פון די לונגען, ווען מען מאכט דעם עקסערסייז און מען איז פארטיג מיט איינס קען מען גיין צום צווייטען אדער דריטען ארויסצושטופען נאך אביסל לופט.

1. ארויסאטעמען נאטורליך (אווי געזאגט מיט א קליינע עפענונג אין מויל).
2. ווען מען וויל עפעס ארויסשטופען פון די קנה אדער לונג. (למשל ווען איינער פילט שליים און ער וויל עס אויסליידיגען/ארויסשטופען אטעמט ער ארויס אבער לייגענדיג פרעשור אויף די זייטן פונעם קנה).
3. ווען א מענטש רעדט אדער זינגט אטעמט ער אויך ארויס לופט אבער עס איז אנדערש ווי ווען ער אטעמט סתם ארויס.
4. און צום לעצט, ווען מענטש הוסט אטעמט ער אויך ארויס לופט, אבער עס איז ווייטער אנדערש ווי סתם ארויסאטעמען, עס איז אסך טיעפער.

ווען מען הייבט אן מיט איינס און מען פילט אז מען האלט שוין ביים מאקסימום איז געווענדליך נאך דא אגוטע 5 סעקונדעס ארויסצואטעמען דורך 2-3-4.

און דא כאפט דער גרויסער חילוק אין מיין עקספיריענס. אויב נוצט מען נאר 1 פארן ארויסאטעמען, איז עס זייער א געזונטער עקסערסייז, און מען וועט זען פילייכט שינוים מיט די צייט, אבער מען וועט נישט זען קיין באלדיגע שינוים נאכן עקסערסייז. אבער טאמער לייגט מען אריין די עקסטערע עפערט ארויסצונעמען די מאקסימום אנגעלייגטע לופט פון די לונגען דורך 2-3-4 קען מען פילן תיכף נאכן עקסערסייז א נייע ענערזשי און פרישקייט אין די לונגען און דעם אטעם. מען קען פילן ווי עס קומט אריין פרישע אקסיגען אין די לונגען, און מען פירט זיך דערביי צו טוען זאכן. פראבירט עס אויס.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ארום די זייגער האט געשריבן:פאר מ׳הייבט אן די עקסערסייז דארף מען קלאצן 15 מינוט?

וואס עפעס? דער עקסערסייז זעלבסט נעמט 15 מינוט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

צוזאמגענומען פון די פאריגע תגובות ווי אזוי און ווען צו מאכן דעם עקסערסייז.

פארן עקסערסייז האט גרייט

-15 מינוט צו מאכן דעם עקסערסייז
-א טיימער
-א העט פאון צו קענען הערן עפעס בשעת מעשה (ראטזאם אז מען זאל נישט ווערן באורד)

די עקסערסייז

דאס אטעמען באשטייט פון 4 חלקים, אריינאטעמען, האלטען די לופט אין די לונגען, ארויסאטעמען די לופט, האלטען די לופט אינדרויסען ביז ווען מען הייבט אן נאכאמאל אריינאטעמען. ווען מען אטעמט פון זיך אליינס,דויערט איין אטעם (אלע פיר חלקים צוזאמען) 5-7 סעקונדעס, אבער בשעת איך מאך דעם עקסערסייז געדויערט איין אטעם צווישען 45 סעקונדעס און א מינוט.

די ערשטע און וויכטיגסטע חלק איז דאס ארויסאטעמען, מען אטעמט ארויס שטייט דורך "די מויל", האלטן די מויל פארמאכט און נאר א קליינעם עפענונג און מען וויל מאכן זיכער אז מען שטופט ארויס די מאקסימום לופט וואס ליגט אנגעזאמעלט אין די טיפעניש פון די לונגען אויסגעמישט מיט קארבאן מאנאקסייד, אזוי עס זאל קענען אריינקומען ווי מער פון די פרישע אקסיגאן לופט. ווען איך מיין אז מען האט שוין ארויסגעשטופט די מערסטע לופט גיט מען נאך א עקסטערן שטופ ארויס נאך אביסל לופט, די חלק נעמט ביי מיר 15-20 סעקונדעס.

די צווייטע חלק איז דאס האלטן די לופט אינדרויסען (די הפסק צווישען ארויסאטעמען און אריינאטעמען). ביי מיר נעמט די חלק 2-3 סעקונדעס, עס איז מיר פשוט זייער שווער אנצוהאלטען לענגער נאכן האבן ארויסגעאטעמט אזוי פיל לופט.

דער דריטער חלק איז דאס אריינאטעמען די לופט, דאס איז אויך גאר א וויכטיגער חלק, מען אטעמט אריין שטייטליך דורך די נאז, טיעף אריין, און מען פראבירט אריינצונעמען נאך און נאך. אסך מאל פראביר איך אריינצונעמען די מאקסימום לופט ממש, אבער אסך מאל קוק איך מער אויפן טיימער ווען עס ווערט 15 סעקונדעס שטעל איך מיך אפ ביי כמעט מאקסימום. נעמט געווענדליך 15-20 סעקונדעס

דער פערטער חלק איז דאס האלטען די לופט אינעווייניג. אויך גאנץ א וויכטיגער חלק. דאס נעמט געווענדליך 10-15 סעקונדעס.

פון דא און ווייטער איז חוזר חלילה צוריק צום ערשטען חלק.

עטליכע נקודות.

-עס איז דא פארשידענע אטעמען עקסערסייז וואס זענען נישט אזוי אגרעסיוו, דהיינו נישט אזוי סך ארויס און נישט אזוי סך אריין. אין מיין עקספיריענס האט דאס ווייט נישט די עפעקט וואס אן אגרעסיוו עקסערסייז האט.
-ווען איר גייט אנהייבען וועט איר נישט קענען ארויסאטעמען פאר 15-2 סעקונדעס, ווייל דער לונג איז נישט צוגיוואוינט זיך אזוי אויסצוליידיגען און אנצופולען, דאס איז נארמאל. עס וועט אויסקוקען מער אזוי. ארויס: 6-8 סעקונדעס, אריין 8-10 סעקונדעס, האלטען לופט אינעווייניג אפאר סעקונדעס. אבער נאך אפאר מאל וועט איר שוין קענען לענגער.

"ווען" צו מאכן די עקסערסייז.

די ערשטע זאך איז, מאכן דעם עקסערסייז אויף א ליידיגען מאגן. ווען דער מאגן איז אנגעפילט, קענען זיך נישט די לונגען אזוי שטארק אויפבלאזן און ארייננעמען אזוי פיל לופט.

נאך א נקודה, מאך דעם עקסערסייז פאר דו הייבסט אן די עקשאן פונעם טאג, עס וועט צוהעלפן די זאך זאל פארן. (נישט למשך ביינאכט פארן שלאפן אדער פאר סאפער).

איך מאך געווענדליך די עקסערסייז פאר פרישטאג, אדער טאמער ארבעט איך פאר פרישטאג דעמאלס הארט פאר די ארבעט.

ווי אזוי אטעמט מען ארויס די מאקסימום און טיעף?

די ערשטע זאך איז מען זאל ארויסבלאזן מיט אז צוגעמאכטע מויל, ניין נישט אונגאנצען צוגעמאכט..אבער נאר לאזן א קליינע עפענונג. (אזוי ווי איינער וואס בלאזט שופר, אזוי וועט ארויסקןמען די לופט מער פון אינעווייניג).

נאמבער צוויי. עס איז דא פיר וועגן ווי אזוי א מענטש אטעמט ארויס לופט פון די לונגען, ווען מען מאכט דעם עקסערסייז און מען איז פארטיג מיט איינס קען מען גיין צום צווייטען אדער דריטען ארויסצושטופען נאך אביסל לופט.

1. ארויסאטעמען נאטורליך (אווי געזאגט מיט א קליינע עפענונג אין מויל).
2. ווען מען וויל עפעס ארויסשטופען פון די קנה אדער לונג. (למשל ווען איינער פילט שליים און ער וויל עס אויסליידיגען/ארויסשטופען אטעמט ער ארויס אבער לייגענדיג פרעשור אויף די זייטן פונעם קנה).
3. ווען א מענטש רעדט אדער זינגט אטעמט ער אויך ארויס לופט אבער עס איז אנדערש ווי ווען ער אטעמט סתם ארויס.
4. און צום לעצט, ווען מענטש הוסט אטעמט ער אויך ארויס לופט, אבער עס איז ווייטער אנדערש ווי סתם ארויסאטעמען, עס איז אסך טיעפער.

ווען מען הייבט אן מיט איינס און מען פילט אז מען האלט שוין ביים מאקסימום איז געווענדליך נאך דא אגוטע 5 סעקונדעס ארויסצואטעמען דורך 2-3-4.

און דא כאפט דער גרויסער חילוק אין מיין עקספיריענס. אויב נוצט מען נאר 1 פארן ארויסאטעמען, איז עס זייער א געזונטער עקסערסייז, און מען וועט זען פילייכט שינוים מיט די צייט, אבער מען וועט נישט זען קיין באלדיגע שינוים נאכן עקסערסייז. אבער טאמער לייגט מען אריין די עקסטערע עפערט ארויסצונעמען די מאקסימום אנגעלייגטע לופט פון די לונגען דורך 2-3-4 קען מען פילן תיכף נאכן עקסערסייז א נייע ענערזשי און פרישקייט אין די לונגען און דעם אטעם. מען קען פילן ווי עס קומט אריין פרישע אקסיגען אין די לונגען, און מען פירט זיך דערביי צו טוען זאכן.

פראבירט עס אויס.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פרובירט פריער ארויסצובלאזן שטארק אין געמוזט כאפן 10 אטעמעס צי קומען צי זיך אין אביסל אפגעשוואכט.
איז דעס טא בי עקספעקטעד?
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

Haklal האט געשריבן:פרובירט פריער ארויסצובלאזן שטארק אין געמוזט כאפן 10 אטעמעס צי קומען צי זיך אין אביסל אפגעשוואכט.
איז דעס טא בי עקספעקטעד?

יא, אויך קען די קאפ שווינדלען פון אריינעמען אזויפיל לופט ווען מ'איז נישט צוגעוואוינט, מ'סטאפט און מ'הייבט אן נאכאמאל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

לייפציק האט געשריבן:

ריכטיג.
ביים נעקסטען אטעמען אטעם ארויס אביסל ווייניגער, און זע צו עס ארבעט יא.

בכלל איז די גאנצע עקסערסייז א טרייעל און עראר,דארפסט טרעפען דעם ריכטיגען באלאנס. למשל אויב יעצט האסטו ארויסגעאטעמט 10 סעקונדעס און דו האסט געפילט אז עס איז גווען TOO MUCH, טריי ביים קומענדיגע מאל נאר 7-8 סעקונדס, פאר דעם דארף מען האבו דעם טיימער.

אנפאנג וועסטו קענען נאר ווייניג אבער עס וועט זייער שנעל ארויפגיין.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האמיר סך הכל פיר אידן דא, @דיפערענט, יהודי, נערישער, מה פתאום. אויסער דעם עטליכע וואס האבן מיר געשיקט אין אישי, זעט אויס זיי ווילן נישט קומען ארויס עפענטליך, ווייס איך נישט פארוואס. וועט זיין אינטרעסאנט וואס די אידן וועלען צוריקקומען נעקסטע וואך.
:lol: )

האמיר שוין אויך @ראפאט, און @טשאקלעט אן באורד. HAKLAL מיט נודה זענען אויך האלב אין. אויסער עטליכע אישיס. ביי דאנערשטאג ערווארטען מיר די רעפארטס פון אנגעשלאסענע איבער די בענעפיטס..
אשלג
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשלג »

שכוח 'היימישער' פארן ארויפברענגן די עקסערסייז. כ'האב אמאל געליינט וועגן דעם און ס'איז געשטאנען אז מ'זאל צומאכן איין נאז לאך בשעת מ'אטעמט אריין אזוי קען מען אריינציען לענגער און שטאטער און לופט טאנק פילט זיך נישט אן אזוי שנעל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אשלג האט געשריבן:שכוח 'היימישער' פארן ארויפברענגן די עקסערסייז. כ'האב אמאל געליינט וועגן דעם און ס'איז געשטאנען אז מ'זאל צומאכן איין נאז לאך בשעת מ'אטעמט אריין אזוי קען מען אריינציען לענגער און שטאטער און לופט טאנק פילט זיך נישט אן אזוי שנעל.

יא, עס איז דא אזוי מהלך, און עס קען טאקע זיין נוצבאר פאר מתחילים, און עס איז טאקע כדאי צו פראבירן. אנפאנג פלעג איך אויך נוצען דעם איין נאז לאך מהלך.

היינט/שפעטער זע איך אז ביי מיר ארבעט פונקט אזוי גוט ווען מען אטעמט אריין געהעריג מיט די נאז.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Is the whole idea of this exercise to release dopamine?
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

Haklal האט געשריבן:Is the whole idea of this exercise to release dopamine?

איך בין נישט קיין סייענטיסט, אבער איך האב שוין געטוען דעם עקסערסייז פילייכט טויזענט מאל, און געזען פון עקספיריענס וואס עס ארבעט נישט פארוואס עס ארבעט.

ווי איך פארשטיי איז א גרויס חלק די אקסיגען וואס קומט אריין אין די לונגען. אז עס קומט אריין ווייניג אקסיגען, קומט נישט צו גענוג אקסיעגאן און ענערזשי צום מח און צום גאנצען גוף.

אזוי אויך די רואיגקייט און אנגעצויגענקייט האט א דירעקטע השפעה אויף די וועג ווי אזוי מען אטעמט. יעדער קען זען ביי זיך אז ווען מען ווערט אנגעצוגען אדער דערשראקן טוישט זיך דער אטעם ריטעם. ווען מען מאכט דעם אטעמען עקסערסייז, ברענגט מען צוריק דעם אטעם צו נארמאלער ריטעם.

עס האט וויירשיינליך נאך אסך פאזיטיווע ביאליגישע עפעקטען וויאזוי עס פארבעסערט פארשידענע זאכן. אבער ווי געזאגט איז דאס נישט מיין ספעשעלטי.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יישר כח היימישער איך טוה עס ווען איך דערמאן זיך אפילו בלויז איינמאל און זעה תיכף א שינוי...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נודה לך האט געשריבן:יישר כח היימישער איך טוה עס ווען איך דערמאן זיך אפילו בלויז איינמאל און זעה תיכף א שינוי...

האמיר שוין דעם ערשטען הגדת עדות... די חידוש וואס איך זע מיט דעם מיטל אנטקעגן אנדערע מיטלען איז די ווארט...תיכף.

איר ברויכט נישט נעמען די כינעזער האניג (איינער דענקט נאך..) פאר דריי חדשים און 17 סעסיעס,8 קלאסן און מען וועט זען מיט דער צייט שינוים.

עס איז COD
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

איך האב עס שוין געטוהן צוויי טעג פאר בערך 10 מינוט, ס׳איז געווען זייער שווער, בעיקר די ארויסבלאזען חלקים, איך וועל ריפארטען ווען איז זעה עפעס א שינו לטובה.

די שנויים וואס איך האף צי זעהן איז רואיגקייט און ווייניגער קאפ וויי.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

טשאקלעט האט געשריבן:איך האב עס שוין געטוהן צוויי טעג פאר בערך 10 מינוט, ס׳איז געווען זייער שווער, בעיקר די ארויסבלאזען חלקים, איך וועל ריפארטען ווען איז זעה עפעס א שינו לטובה.

די שנויים וואס איך האף צי זעהן איז רואיגקייט און ווייניגער קאפ וויי.

דעמאלטס לייג צו נאך איין פרט, האב אינזין צו פטרן... כ'מיין האב אינזין צו רילעקסען, ווען איינער רילעקסט געט ער אזוי גרויסע אטעם ארויס אהההה געווען א שווערע טאג היינט, אההההההההה מחי', אין אנדערע ווערטער, אנשטאט עס צו טון אנגעצויגן, אריין נאך נאך לופט, ארויס ארויס... אינגאנצן.. אנגעצויגן, טו עס אזוי ווי ביזט אין קאלעפארניע פאר וועקעשן און די וועטער איז שרעקליך גוט, געט די פוינט?
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

לייפציק האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:איך האב עס שוין געטוהן צוויי טעג פאר בערך 10 מינוט, ס׳איז געווען זייער שווער, בעיקר די ארויסבלאזען חלקים, איך וועל ריפארטען ווען איז זעה עפעס א שינו לטובה.

די שנויים וואס איך האף צי זעהן איז רואיגקייט און ווייניגער קאפ וויי.

דעמאלטס לייג צו נאך איין פרט, האב אינזין צו פטרן... כ'מיין האב אינזין צו רילעקסען, ווען איינער רילעקסט געט ער אזוי גרויסע אטעם ארויס אהההה געווען א שווערע טאג היינט, אההההההההה מחי', אין אנדערע ווערטער, אנשטאט עס צו טון אנגעצויגן, אריין נאך נאך לופט, ארויס ארויס... אינגאנצן.. אנגעצויגן, טו עס אזוי ווי ביזט אין קאלעפארניע פאר וועקעשן און די וועטער איז שרעקליך גוט, געט די פוינט?

יאפ. אזוי טוה איך עס, דירעקט אויף א רילעקסד וועג מיט ציגעמאכטע אויגן אויפן קאוטש.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

טשאקלעט האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
טשאקלעט האט געשריבן:איך האב עס שוין געטוהן צוויי טעג פאר בערך 10 מינוט, ס׳איז געווען זייער שווער, בעיקר די ארויסבלאזען חלקים, איך וועל ריפארטען ווען איז זעה עפעס א שינו לטובה.

די שנויים וואס איך האף צי זעהן איז רואיגקייט און ווייניגער קאפ וויי.

דעמאלטס לייג צו נאך איין פרט, האב אינזין צו פטרן... כ'מיין האב אינזין צו רילעקסען, ווען איינער רילעקסט געט ער אזוי גרויסע אטעם ארויס אהההה געווען א שווערע טאג היינט, אההההההההה מחי', אין אנדערע ווערטער, אנשטאט עס צו טון אנגעצויגן, אריין נאך נאך לופט, ארויס ארויס... אינגאנצן.. אנגעצויגן, טו עס אזוי ווי ביזט אין קאלעפארניע פאר וועקעשן און די וועטער איז שרעקליך גוט, געט די פוינט?

יאפ. אזוי טוה איך עס, דירעקט אויף א רילעקסד וועג מיט ציגעמאכטע אויגן אויפן קאוטש.

האסט לכאורה פארגעסן די העט פאון, פון דיינע ווערטער קוקט אויס די פויקעסט צו שטארק, לאז עס גיין אליין
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווי איך זע איז דא אסך וואס הייבן אן וואס איז צו אנגעשטרענגט פאר זיי. זעט אויס איך האב שוין פארגעסען, ווייל די ערשטע מאל איך האב געמאכט דעם עקסערסייז איס גווען 12 (!) יאר צוריק. דער כלל איז אויב עס איז צו שווער, גיי ווייניגער אגרעסיוו אטעם נאר ארויס 5 סעקונדעס, נאך 3 טעג גיי ארויף צו 8 סעקונדעס וכולי. טרעף דיין אייגענעם באלאנס, זע עס זאל נישט זיין exausting.

(אזוי ווי איינער זאל וועלען אנהייבען צו מאכן עקסערסייז אויף 7 מייל א שעה. ופשוט)
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נו, וואס איז די רעזולטאט ביי די וואס האבן פראבירט דעם עקסערסייז?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

פרובירט אבער זינט איך בין שטארק פארקילט געווען פארגאנגענע וואך האב איך נישט געקאנט געהעריג אטעמען... גיב מיר נאך א וואך און איך וועל זיין צוריק.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

געמאכט 3 טעג לעצטע וואך אין געפילט 2 מאל בעסער בשעת מעשה אבער איך פיל די טשסט אדער די מאסעלס. היינט פרובירט נאכאמאל, איך האף אז איך וועל שנעל אנהייבן פילן די געוואלדיגע ווי הרב היימיש האט ערווענט.
Any feedback?
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

איך וויל עס אזוי שטארק טין. באט איך האב נישט ארויס פינקליך ווי אזוי
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”