ספר לימודים לדעת און איר מחבר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ותן ברכה
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:25 pm

תגובהדורך ותן ברכה » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:20 pm

100% the medication for this is not a big deal, there is not a reason not to try it. You can always stop it if it don't help or you find a different solution

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:18 pm

צדיקים האט געשריבן:נשמה דו געבטס אסאך אינפערמעישן

וויל איך וויסן אזוי

ווען דער מענטש ליידט, און מעדיקעישען קען אים העלפן אויף יעצט, און פליישמאנ'ס מהלך, קען געדויערן חדשים אדער יארן (איך ווייס נישט, איך שרייב נאר אויבערפלעכליך וויפיל איך האב געהערט פון אפאר מענטשן)
איז דער ריכטיג צו לאזן א מענטש זיך פייניגן, און בשום אופן נישט נעמען מעדיקעישען

אעדר איז ריכטיגער, צו נעמען אביסל מעדיקעישען, און נאכדעם פרובירן אויך פליישמאנ'ס מהלך?

מיר ליגט נישט אין קאפ אז פליישמאנ'ס מהלך נעמט חדשים אדער גאר יארן. איך האב געהערט פון א פאר נאנטע אז זיין מהלך ארבעט אויפן פלאץ. אדער אויפן פלאץ, אדער גארנישט. זעהן די רעזולטאטן נאך א יאר, דאס האב איך נישט געהערט.

ווער האט אויסגעזאגט פאר דעם יונגערמאן אז ער ליידט? וויאזוי ווייסט ער אז ער ליידט? ווייל מענטשן ארום אים זאגן אים: ביסט אנדערש און ער מיינט אז די איינציגע וועג וואס ער האט איז זיך צו דערשרעקן און לויפן צו מעדיקעשאן, דאס מיינט נאכנישט אז ער ליידט. ס'מיינט אז מ'האט אים געזאגט אז ער דארף שפירן אז ער ליידט, כדי זיך צו העלפן.

קוק אהער: איך האב אויך געמיינט אז אויב איך גיי נעמען מעדיקעשאן גיי איך ארויסגיין פון מיינע "ליידן", ס'איז אבער נישט אזוי געווען. איך בין אויך געווען איבערצייגט אז דאס גייט מיך העלפן. אבער ס'פארדרייט די יוצרות ווי מ'זאגט, און דער מענטש לערנט זיך נישט אויס.

(איך שליס נישט אויס אז ס'קען זיין אז ס'גייט העלפן)

זיך קענען קאנצענטרירן, מיינט נאכנישט אז מ'גייט געהאלפן ווערן. איך האב דיך דאס שוין געשריבן אויבן. איינער שרייבט פריער אז ער קען עס טרייען. זאל ער טרייען. וואס שאדט צו טרייען. אבער די דר קאסט געלט.

בכלל דאס נעמען מעדיקעשאן מאכט אז מ'זאל מיט די אייגענע כוחות זיך נישט קענען ארויסזעהן פון די פראבלעם. און איך ווייס אפילו נישט צו די מעדיקעשאן איז וואס ס'העלפט. ס'קען זיין אז יא. קען זיין אז ער גייט נעמען מעדיקעשאן, און אלעס גייט ווערן גוט מיט איינמאל. וואס לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ ארבעט עס אויך נישט אויפן פלאץ. יא, מ'קען זיך קאנצענטרירן אויפן פלאץ. אבער ווער זאל זיך קאנצענטרירן אויף וואס? אדרבה זאל ער זיך אליין איבערצייגן צו ס'העלפט טאקע. חוץ אויב ער וויל זיך דאוזן מיט גאר הויעכע דאזעס. צו צווינגען זיין געפייניגט מח אז ס'מוז לעבן וויאזוי "מענטשן ארום מיר ערווארטן פון מיר".

געזונטהייט אין אויפפירונג דארף - לויט וויאזוי איך פארשטיי - קומען פונעם נפש. אויב די נפש איז געזונט, געשעהט געזונטע אויפפירונג. געזונטע אויפפירונג אן א געזונטע נפש איז נישט אזאך וואס ס'מוז געשעהן פאר יעדן פרייז. א געזונטע נפש יא. אויב דער מענטש גייט שלאפן שפעט, און ער פעניעט אריין ביז שפעט אין די נאכט אריין. לבי אומר לי, דשאסט לבי, לויט מיין עקספיריענס, אז ס'גייט גארנישט העלפן די מעדיקעשאן. ער גייט זיך בעסער קענען קאנצענטרירן אויף די שמועס וואס ער שמועסט. לויט וויפיל איך קען קאוהירענס טערעפי. האט א מענטש סיבות פאר זיין אויפפירונג.

איך שליס גארנישט אויס. איך וויל זאלסט נאר נעמען אין באטראכט מיין עקספיריענס. איך רעד שוין נישט פון די סייד עפעקטס. דאס האט סייד עפעקטס. ס'איז Artificial. א מענטש ארבעט פון אינעווייניג אויף ארויס. די נפש איז וואס האט אן השפעה אויפן מענטש. נישט א דראג זאל האבן השפעה אויף די מהלכים אינעם נפש.

דיין עיקר שאלה איז צו דארף ער ליידן? דאס איז דיין עיקר שאלה. און אויף דעם דארף איך מיך באציען. קודם ער קען טאקע טרייען. אבער איך וויל דיר זאגן: ווער זאגט דיך אז זיינע ליידן גייען זיך אויפהערן? מיט וואס איז ער אזוי זיכער?

מעדיקעשאן איז נישט קיין Fix. אפשר קען עס טוישן די Behavior. אבער וויפיל פאטענציאל האט עס צו טוישן די מהלך וויאזוי דער מענטש האט זיך אויסגעלערנט צו באגיין מיט די וועלט?

ווען דו קומסט מיר זאגן אז דו האסט פרובירט פליישמאן און ס'איז נישט געגאנגען, פיין. וואס זאל מען יעצט טון? אבער צו זאגן אז מעדיקעשאן גייט העלפן שנעלער ווי פליישמאן איז וויפיל איך ווייס נישט ריכטיג. מעדיקעשאן מאכט אז מ'זאל שפירן קלארקייט, יא. אויסדרוקליך. אבער ס'היילט גארנישט אויס. כך נראה לי.

נאכאמאל, דו רעדסט פון די ליידן. וואס מיינט ער ליידט? ער שטייט אויף שפעט? דו טראכסט אז מעדיקעשאן פאר ADHD קען מאכן איינעם אויפשטיין פרי? פון וואס ליידט ער? ער קומט נישט אין צייט? דו מיינסט אז מעדיקעשאן פאר ADHD קען מאכן איינעם קומען אין צייט? דו מיינסט אז מעדיקעשאן פאר ADHD קען מאכן איינעם אפלאזן זיין סמארטפאון?

אויב איינער האלט נישט דערביי, גייט עס נישט געשעהן. די מיינד פון א מענטש איז קלוגער ווי מעדיקעשאן.

אין אמת'ן. איך קען דיך שרייבן: פרוביר און שוין. איך וויל דיר אבער שרייבן, אז איך האב שוין פרובירט. און מיין עקספיריענס. איך בין נייגעריג צו מאכן א סטאדי צו מעדיקעשאן פאר ADHD האט שוין איינעם געהאלפן?

עניוויע, אונטערשטע שורה איז אזוי. אויב ער וויל טרייען, זאל ער טרייען. אבער דו זאלסט וויסן אז מעדיקעשאן איז נישט אלעס.

און אויב ער נעמט יא. ביטע קום דא צוריק און זיי מודה על האמת צו ס'העלפט צו נישט. דאס אלעס. ער זאל מאכן א פלאן: וואסערע רעזולטאטן וויל איך זעהן אין מיין לעבן. און זעהן צו די מעדיקעשאן האט דאס באוויזן.

דא האסטו וואס איך האב געשריבן א פאר יאר צוריק. איך וויל נאר צולייגן אז דעמאלט האב איך נאכנישט געוואוסט פון אזא מהלך פון "פליישמאן". היינט פארשטיי איך אז ס'איז נישט נאר די קאנטראסט צווישן 'דיסציפלינען' און געבן מעדיקעשאן. די גאנצע וועג וויאזוי א קינד ווערט מחונך שפילט א ראלע. אויב א קינד ווערט מחונך אז ער מוז דערלאנגען פון זיך, דאס איז נישט די מהלך פון 'פליישמאן'. דאס איז 'איגו'. און דאס קען גורם זיין פראבלעמען. די מהלך פון פליישמאן איז גאנץ טיף. מ'דארף עס כאפן. ער רעדט לעצטענס אויף די ובחרת בחיים האטליין. 1-718-298-4568. דרוק 2, און דערנאך דרוק פינף איינס. עס איז שוין דא יעצט 26 שיעורים. וכן יעזור ה' להלאה בטוב ובנעימים.

מיט דעם אלעם, ווען ס'קומט צו א קינד וואלט איך נישט אריינגערעדט. איך רעד דא פון Adult ADHD. אדער א בחור'ל וואס פארשטייט שוין וויאזוי צו אפעלירן די מהלך פון 'פליישמאן'. היינט קלער איך שטארק צו וואקסינען שפילט א ראלע אין די אויפשטייג פון ADHD. אבער ששששש... עמער זעהן וואס ס'וועט זיך אויסקאכן. לאמיר יעצט אפלאזן וואקסינען... איך שרייב סתם מיינע שפאקולאציעס. ס'דא וואס זאגן אזוי, ס'דא וואס זאגן אזוי. עמער זעהן...

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מוצ"ש פאברואר 29, 2020 1:59 pm

איך האב געהערט רבי שרגא פליישמאן, נישט אן אלע פעלער איז ער קעגן מעדעצינען, און איך מיין אז דאס איז ער זיכער גערעכט אז היינט געט מען צ שנעל מעדעצינען פאר יעדע קלייניקייט.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראצעדור און 10 געסט