פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

וואס איז למעשה די מהלך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

ווי שוין ערווענט איז די סאב קאנטשעס מיינד און די געפילן זייער שטארק משפיע אויף די מעשים פון די מענטש לטב ולמוטב און צומאל ווען די מענטש וויל דורכפירן א זאך אין זיין לעבן וועט עס שטיין אין וועג און צוריק האלטן די מענטש פון מצליח זיין אדער פון די הנאה פון די הצלחה, סאו וואס איז די וועג זיך צו טוישן, אז די סאב קאנטשעס מיינד און די געפילן זאלן נישט שטערן די ארבייט?

הער צו א מעשה איינע פון די היימישע ארגענעזאציעס איך וועל נישט אויסשמועסן וועלכע, האט זיך געטראפן אין א גרויסע פראבלעם,

עפעס איז געווארן אויפן גאס א שטיקל רודעריי קעגן זיי, און ווי א טאג איז עס געווארן ערגער און ערגער מיט פרישע לשון הרע׳ס יעדן טאג חדשים לבקרים, די פירער פון די ארגענעזאציע זענען געווארן פארלוירן זיי האבן נישט געוויסט וואס צו טון,
נאך אפאר טעג איז די מצב געווארן געפערלעך, מענטשן האבן אנגעהויבן אריינקאלן מיט טענות און אנגעהויבן אראפ דרייען א קאפ פאר די ארבעטערס און פשוט נישט צוגעלאזט אז די ארבייט און אפיס זאל קענען אנגיין,
די פירערס פון די ארגענעזאציע האבן געמאכט אן אימערדזשענסי מיטינג, זיי האבן באשלאסן א עצה, אז אויב איינער רופט אריין מיט טענות און מען זעהט אז ער האט א גוטן פיסק זאל מען אים אויסהערן און אים זאגן אז די אלע פראבלעמען פון די ארגענעזאציע מאכן זיך ווייל אונז האמיר נישט גענוג גוטע ארבייטערס און אים אפערן א דזשאב אין די ארגענעזאציע...
וואס מיינט איר איז געשען? ביז אפאר. טעג איז געווארן שא שטיל.... קיינער האט מער נישט גערעדט, שטיל רואיג ווי דער עולם זאל ווען האבן געפארן וואקאציע...

לגבי די סוב קאנטשעס מיינד קען מען טון די זעלבע עצה, אנשטאט זיך אן עצה צו געבן מיט אים זאל מען אים ריפראגרעמען אז ער זאל גאר ארויסהעלפן אנציקומען צום ציל

לאמיר פארשטיין וואס דרייווט די סאב קאנטשעס מיינד,
די סאב קאנטשעס מיינד טוט 2 זאכן.

1. ער זוכט הנאה
2. לויפט אוועק פון ווייטאג

קוקט צו וויאזוי דריי יודן ליינען די זעלבע צייטונג, א כולל יונגערמאן א ארבייטער און א ביזנעסמאן, יעדער וועט באמערקן אנדערע זאכן, די כולל יונגערמאן וועט זעהן אז מ׳קען עפלייען פאר סעקשן 8 די ארבייטער וועט זעהן זאכן וואס זענען אינטערסאנט פאר אים און די ביזנעסמאן וועט זעהן צווישן די שורות נייע אפארטאניטיס ווי ער קען אינוועסטן און פארדינען אסאך געלט,

וואס איז פשט?

די סוב קאנטשעס מיינד האט אלעס געזען, ווען ער זעהט עפעס וואס קען ברענגען הנאה פאר די מענטש אדער מאכן ווייניגער ווייטאג וועט ער אויפוועקן די קאנטשעס מיינד העי קוק דעי עדווערטייזמענט עס קען זיין אינטעראסאנט פאר דיר,

א מענטש וואס האט ליב מוזיק וועט עס טרעפן איבעראל, דער וואס איז נישט אינטערעסירט און מוזיק וועט עס בכלל נישט זעהן, ער האט אפשר געזען די עדווערטייזמענט פון די נייע סידי אבער ער האט נישט צוגעלייגט קיין קאפ דערצו קיין איין סקונדע, עס איז אריין אין איין אויער און ארויס פון די אנדערע,

די סוב קאנטשעס מיינד האט במשך די יארן וואס די מענטש לעבט צוזאם געשטעלט געוויסע געשענישן מיט ווייטאג און אנדערע מיט הנאה און ער טראגט די מענטש זאל אטאמאטיש אנקומען צו די זאכן וואס זענען הנאה און אויסמיידן ווייטאג, וואס אונז דארפן טון איז אונז דארפן אריין לייגן א נייע פראגרעם אין עס אזוי ער זאל דיר טראגן ווי די ווילסט אנקומען,

סאו די עצה איז אויפצובויען א שטארקע הונגער צו אנקומען צום ציל און א שטארקע ווייטאג פון נישט אנצוקומען צום ציהל
(בדרך אגב לגבי לימוד התורה שטייט אין ספה״ק אז תורה איז נמשלה למים ווייל אויב א מענטש איז נישט דארשטעריג דערפאר האט עס נישט קיין שום ספעציעלע גוטע טעם אבער אויב די מענטש איז יא דארשטעריג אה וואס קען זיין בעסער ווי גלעזל קאלטע וואסער און די מענטש דארף אויפבויען א דארשט דערצו)

שרייב אפ אויף א פאפיר אלעס וואס די האסט נישט אדער צער וואס די האסט יא אין די יעצטיגע מציאות און שרייב אפ אלע גוטע זאכן וואס די וועסט פילן ווען די וועסט אנקומען צום ציהל,
פיהל עס, פיל די צער און די הנאה, צושפרייט די געפילן אין אלע רמ״ח אברים, מאך די געפילן שטערקער, די שטערקסטע שייך,
נאכדעם מאך א פלאן א סטראטעגיע אנצוקומען צום ציל סטעפ ביי סטעפ און הייב גלייך אן צו טון די ערשטע סטעפ פונעם פלאן,

אויב איר וועט דאס טון וועט די סוב קאנטשעס צוזאמשטעלן די ציהל מיט הנאה און ער וועט ארויסהעלפן די מענטש מיט וואס עס פעהלט זיך נאר אויס,

ווארט איין מינוט איך האב א וויכטיגע הערה: טרעף עפעס צו מאכן די וועג צום ציהל ענדזשויעבל טרעף הנאה אין ארבייטן אנצוקומען צום ציהל אויב נישט וועט די סטרעסס פון ארבייטן אנציקומען צום ציהל זיין זייער שווער אויב עס איז א ציהל וואס עס נעמט אסאך צייט אנצוקומען דערצו (פארשטייט זיך אז אין רוחניות איז אטאמאטיש דא די חשיבות פון די ארבייט אנצוקומען צום ציהל און די גרויסקייט פון יעדע טראפ יגיעה וואס א מענטש טוט פארן אויבערשטן וואס קען געבן פארן מענטש חיות נאך פארן אנקומען צום ציהל)
לעצט פארראכטן דורך ספיידער אום דאנערשטאג יוני 30, 2016 6:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ספיידער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

ספיידער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
איך רעד נישט עכט וועגען מיר. איך רעד וועגען דעם צוגאנג פון סי בי טי ודעימיה.



העי נשמה איך האב נישט באמערקט דעי תגובה איך האב עס פלעין פארזעהן אוי ווי בינעך אויף די וועלט

איך גיי שוין ארויס פון אפיס איך וועל מער מאריך זיין בל"נ נאך שבת אבער און קורצן:

אויף וויפיל איך האב געליינט מתבונן'ס זאכן האב איך געזען זייער גוטע געדאנקען

איין זאך וואס איך דינג זיך מיט אים מיט אלע כוחות (גוזמא קתני) איז אויף זיין התנגדות צו סי. בי. טי.

איין זאך וואס איך טראכט איז אז אפשר ווייסט ער נישט גענוי וויאזוי צו פראקטיצירן סי. בי. טי. ...

בכלל ווי קען מען אויפגעבן אויף די געשמאק פון CBT פון זעך פיין אנשטויסן און אנפייפן, און נאכדעם זיך אליינס גוט גוט אויסלאכן

זאג מיר נשמה! האסטו נישט ליב אביסל פאן?????? האסט עס יא ליב, סאו גאו פאר איט




CBT איז צוויי טעראפיעס צוזאם געשטעלט, און יא איך עגרי אויף הונדערט פראצענט אז די חלק פון קאגניטיוו טעראפי אויב ווייסט מען נישט פינקטלעך וואס מען טוט קען אנמאכן געפערלעכע דעמעדזש, עס בויעט אויף די פאביע אדער OCD אויף א שרעקליכע פארנעם.

די חלק פון ביהעוויער טעראפי ווי לדוגמא עקספאוזשער איז זייער וויכטיג בשעת ווען די מענטש איז אונטער אטאקע איז כמעט די איינציגסטע עצה, עס זענען דא טעראפיסטן וואס ווילן עס נישט טון אדער טוען זיי עס נאר אויף ניינציג פראצענט (ד.מ. זיי לאזן ברענען 10% פון די פייער) ווייל זיי האבן נישט גענוג שטארקייט אין זיך צו טון אומבאקוועמע זאכן און לכבוד דעם מאכן זיי נייע שיטות דאס איז פאלשע רחמנות/רשעות און אומאחריות מיינע באקאנטע האלטן אויף מיר אז איך האב א ווייכע הארץ, אבער מיין ארבייט אלס טעראפיסט איז נישט צו שפייזן מיינע נייס גיי געפילן, נאר צו זיכער מאכן אז די פאביע איז אויסגעלאשן און די קליענט זאל וויסן וואס ער האט צו טון אויב עס צינד זיך צוריק אן

פארשטייט זיך אז אמאל דארף מען נאך אויפבויען די מענטש א געזונטע השקפה אין לעבן אבער ווען די פייער ברענט קענסטו רעדן צום דופן עקומה און עס וועט נישט העלפן און אמאל אויך ערגער מאכן צו זאגן הסברים, די בעל הפאביע וועט נוצן אלע שיינע הסברים צו אוועקלויפן פון די פאביע אנשטאט צו פעיסן ריעליטי און אויפגעבן קאנטראל

אט האסטו צוויי חשובע שרייבערס דא אויפן וועלטל וואס זאגן בערך אזוי ווי מיר האבן געשריבן (כאטשיק מתבונן האט געשריבן שפעטער אביסל אנדערש... נו איז א שווערע סתירת הרמב"ם אבער זיינע ווערטער ווערן נישט בטל וועגן דעם... ואפשר ליישב)

שטארק זיך האט געשריבן:קלאסטע פאביע, ווי אלע אנדערע פאביעס, איז נישט קיין לאגישע פחד, אבער ערקלערן קען מען איר זייער פיין.

סי בי טי עקספאושדזאר באזירט ארבעט געווענליך דאס בעסטע עס צו העלפן, אבער אויפן לענגערן טערמין דארף דער מענטש רעסטרוקטערן זיין מהלך מחשבה און השקפת החיים צו אויסמיידן א רילעפס


מתבונן האט געשריבן:
פארוואס נישט... האט געשריבן:אז מ'פארשטייט עס, קען עס העלפן אין א קלאוסטרעפאוביק מצב, מ'מאכט זיך א חשבון, פון וואס האב איך מורא? אז כ'גיי מורא האבן! נו, ס'איז דאך שוין געשעהן, כ'בין שוין פארציטערט, ערגער וועט שוין נישט זיין, מ'שטארבט נישט פון דעם....


זיך אויסרעכענינדיג שכל'דיג, קען העלפן פאר געוויסע מענטשן, אבער פאר רוב אנדערע וואט עס גאר קנאפ העלפן. איינמאל די אלערעם צינד זיך אן, איז מען אין א אנדערע וועלט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין שכל.
אבער פארשטייט זיך עס לוינט זיך אלעמאל צו פראבירן.
בדרך כלל וועט עקספאוזשער העלפן מער ווי צוגיין שכל'דיג.


שטארק זיך האט געשריבן:מתבונן שכוח פאר די קאמפלימענט; א קאמפלימענט פון אייך קען נאר מיינען איין זאך, איר האט געהאט א שכליות'דיגע קאנעקשאן צו מיינע ווערטער; און דאס מאכט מיר זיך שפירן גאר געשמאק...

איבער דעם געדאנק פון אריינקוקן אין זיך, און אנערקענען דעם פאקט אז מען דארף נישט זיין אין [די סארט] קאנטראל, און עס טוט שאדן ליבערשט ווי העלפן וכו'. איז א קנין וואס מיר אלע וואלטן געמעגט קונה, אפגעזען פון פאביעס (הלואי שיתגשמו חלומותי לכתוב כ"מ שאספתי ולקטתי בענין משך כ"ש)עס וואלט געהאלפן באמונה ובטחון (דאס איז עס בעצם) בעבודת המדות, שלום בית, חינוך הבנים, קניית חכמה ובאיכות החיים בכלליות, שוין.

אבער ווען עס האנדלט זיך אין פאביע, ווערט עס אפגעטיילט אין צווייען:

א. אקטיווע פאביע:
בעת די פאביע איז אין עקשן איז די עצה (למיטב ידיעתי) דייקא עקספאודזשער, על כלליה ופרטי, וויבאלד די כלי חשיבה זענען אין גלות, און "טראכטו" קומט נישט אין "באטראכט.


ב. שלאפעדיגע פאביע (אדער נאכן דורכגיין די עקספאושער שטאפל)

דאן דארף זיך נאכאמאל מחנך זיין מיט אן ערוואקסענעם אמונה'דיגן בליק כנ"ל.

א. פייער לעשן
ב. פייער פראוון דורכ'ן בויען שטארקער.

[/quote]
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

עפשר מאכט איינער א פי.די.עף..פון דע אשקל
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פארוואס האבן די מרגלים מורא געהאט פון די בני ענק אין ארץ כנען, זיי האבן דאך שוין געזען די גרויסע ניסים וואס השי"ת האט געמאכט מיט די מצרים? נאכמער זיי האבן דאך געזינגען אביסל פארדעם אין די שירה ביי קרי"ס אז "נמוגו כל יושבי כנען" זיי האבן דאך געוויסט אז די כנענעים האבן מורא פון די אידן און פון זייער גאט, אלזא פארוואס האבן די מרגלים אפגערעדט די אידן פון ארץ כנען?

ענטפערט ליבאוויטשער רבי, ווייל זיי האבן מורא געהאט פון הצלחה!

זיי האבן נישט מורא געהאט אז מ'גייט נישט זיגן די ענקים, נאר זיי האבן נישט געהאלטן אז מ'קען אריינגיין אין אזא לאנד וואס מ'דארף ארבייטן און פירן די מדינה און מ'קען ווייטער מצליח זיין צו זיין נאנט צו השי"ת, אזוי ווי יעצט אין מדבר וואס מ'עסט מן און מ'לערנט תורה א גאנצען טאג. אבער דאס איז געווען זייער טעות

פאר מער זע דעם מאמר פון ראביי יונתן זאקס געוועזענע רב הראשי פון לאנדאן.
(ער ווארפט אריין אסאך זאכן וואס איז ווייט פון אונזער השקפה, אבער ווער ס'קען ארויסנעמען דעם "תוכו", וועט מעגליך הנאה האבן).
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

נא_שכל האט געשריבן:פארוואס האבן די מרגלים מורא געהאט פון די בני ענק אין ארץ כנען, זיי האבן דאך שוין געזען די גרויסע ניסים וואס השי"ת האט געמאכט מיט די מצרים? נאכמער זיי האבן דאך געזינגען אביסל פארדעם אין די שירה ביי קרי"ס אז "נמוגו כל יושבי כנען" זיי האבן דאך געוויסט אז די כנענעים האבן מורא פון די אידן און פון זייער גאט, אלזא פארוואס האבן די מרגלים אפגערעדט די אידן פון ארץ כנען?

ענטפערט ליבאוויטשער רבי, ווייל זיי האבן מורא געהאט פון הצלחה!

זיי האבן נישט מורא געהאט אז מ'גייט נישט זיגן די ענקים, נאר זיי האבן נישט געהאלטן אז מ'קען אריינגיין אין אזא לאנד וואס מ'דארף ארבייטן און פירן די מדינה און מ'קען ווייטער מצליח זיין צו זיין נאנט צו השי"ת, אזוי ווי יעצט אין מדבר וואס מ'עסט מן און מ'לערנט תורה א גאנצען טאג. אבער דאס איז געווען זייער טעות

פאר מער זע דעם מאמר פון ראביי יונתן זאקס געוועזענע רב הראשי פון לאנדאן.
(ער ווארפט אריין אסאך זאכן וואס איז ווייט פון אונזער השקפה, אבער ווער ס'קען ארויסנעמען דעם "תוכו", וועט מעגליך הנאה האבן).


wow יישר כח פאר די געדאנק, זייער שיין,
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם אשכול

ספיידער! ספיידער!..... דו ריסט אן די טיעפסטע שרשים


כה לחי
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

pdf?
\
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

עכט נארמאל האט געשריבן:pdf?

יעס, אדער ווי אזוי פרינט איך ארויס כל האשכול הלזה?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

לעכטל האט געשריבן:
עכט נארמאל האט געשריבן:pdf?

יעס, אדער ווי אזוי פרינט איך ארויס כל האשכול הלזה?

די מאך נאר א PDF און אונז וועלן זיך שוין מסדר זיין
יישר כח
\
אויס וועלט
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 11:13 am

Re: פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויס וועלט »

עכט נארמאל האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
עכט נארמאל האט געשריבן:
pdf?
יעס, אדער ווי אזוי פרינט איך ארויס כל האשכול הלזה?
די מאך נאר א PDF און אונז וועלן זיך שוין מסדר זיין
יישר כח
PDF ביטע
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: פארוואס האב איך מורא צו מצליח זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לענ"ד איז עס א פחד פון אחריות, ס'איז נישט שייך צו מצליח זיין אן צו ריזיקירן. און מ'האט פשוט מורא...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”