שנעלע הארץ קלאפן

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

שנעלע הארץ קלאפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אפאר מאל אין טאג
האט דאס צו טוהן מיט אנגעצוגענקייט, וואס קען מען טאן דערפאר,?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנעלע, אדער "נישט מסודרדיג?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

גיי צום דאקטאר און טשעק עס אויס, אסאך מענטשן האבן דאס און מען ברויך רעיר נעמען דערפון.
טאמער פילסטע אז דיין הארץ קלאפט שנעל אויף א רעיט פון 180 און ארויף, דאן רוף הצלה.
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

your friend האט געשריבן:גיי צום דאקטאר און טשעק עס אויס, אסאך מענטשן האבן דאס און מען ברויך רעיר נעמען דערפון.
טאמער פילסטע אז דיין הארץ קלאפט שנעל אויף א רעיט פון 180 און ארויף, דאן רוף הצלה.

עס איז זייער נישט ראטזאם צו ענטפערן ׳״גיי צו א דאקטער״ אדער ״רוף הצלה״. די זאכן ווייסט ער אויך. ער וויל וויסן אויב איינער ווייסט עפעס ממשות, און נישט סתם וואס איינער האט געהערט אמאל אויף א הצלה רוף.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

דאס ווערט גערופן Heart Palpitations געווענדליך איז עס נישט שעדליך און עס גייט אוועק מיט די צייט, עס קען קומען פון סטרעס, ענקזייעטי, אדער דורך האבן אין זיך צו סאך ניקאטין, קאפין, אדער אלקהאל, אדער קען עס קומען דורך אנדערע מעדיקעל אישאס ווי נידריגע ציקער, נידריגע בלוט פרעשער, אדער פון געוויסע מעדיצינען,
אויב ברענגט עס מער ערנסטע סימפטאמען ווי דיזינעס, אטעמען שוועריקייטן, שטארקע אנגייענדיגע טשעסט פעין, אדער גאר חלש'ן לויף שנעל צו א דאקטור (נישט די ניק...) ווייל עס קען זיין א סימן פאר ערנסטע זאכן..
הק' איש ימיני
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ערשטע זאך זאלסטו וויסען, אז 90 פראצענט ברויכסט נישט רופן הצלה!! דארפסט נישט גיין צום דאקטער!!

חוץ אויב ביסטו העכער 50 און ביסט ערענסט איבערוואוגיג.

עס איז כמעט זיכער אדער סטרעס, אדער איבערעסן. אויב איז עס איבערעסן, פארשטייסטו אליין וואס דו האסט צו טאן. אויב איז עס סטרעס, איז אזוי, געווענדליך וועט די "סטרעס" פון די הארץ קלאפעניש אליין מאכען רוב הארץ קלאפעניש!!

דאס הייסט מען האט מורא פון די מורא! אויב ווייסטו אז עס איז נאר פשוט סטרעס, וועסטו זיך נישט אזוי דערשרעקן, וועט עס נישט געשען אזוי שווער.

אויב איז עס טאקע סטרעס, איז דא פארשידענע עצות. אנגעפאנגען פון נעמען א פיצעלע דאזע "וואליום", אדער אפי' א וויטאמין ווי "מעקס-רילעקס". אדער גאר סארנעס מעטאדע, וואס איז כמעט זיכער א רפואה אויב איז עס סטרעס.

אויב העלפן די אלע זאכען נישט, קען עס געמאלט זיין "הייפערטענטשען". דאס קען מען טריטן, עס איז ווייט פון עק וועלט. באט עיגעין, חוץ מיט די אויבען דערמאנטע מציאות, גלייב איך שווער אז עס איז דאס.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג מארטש 16, 2015 10:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

*ווי גערעכטער זאגט, איבערעסן נעמט אריין א גאר גרויסע דאזע פון אלקעהאל, קאפין וכדו'
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ארטסקרול האט געשריבן:
your friend האט געשריבן:גיי צום דאקטאר און טשעק עס אויס, אסאך מענטשן האבן דאס און מען ברויך רעיר נעמען דערפון.
טאמער פילסטע אז דיין הארץ קלאפט שנעל אויף א רעיט פון 180 און ארויף, דאן רוף הצלה.

עס איז זייער נישט ראטזאם צו ענטפערן ׳״גיי צו א דאקטער״ אדער ״רוף הצלה״. די זאכן ווייסט ער אויך. ער וויל וויסן אויב איינער ווייסט עפעס ממשות, און נישט סתם וואס איינער האט געהערט אמאל אויף א הצלה רוף.

נישט ריכטיג, א מענטש וויל נישט הערן רוף הצלה און דעריבער רופט ער טאקע נישט... ממשות איז רופן הצלה און זיי וועלן אים שוין זאגן.

ואגב איך האב געהאט נישט נאר שנעלע קלאפן נאר א ענדליכע זאך, ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין די געפיל, אבער עס פילט כאילו די הארץ טאנצט אביסל ארויס, למעשה בין איך געגאנגן זיך אויסטשעקן די הארץ און אלעס איז געווען ב"ה בסדר נאר איך האב געהאט א סטרעפ, און נאך וואס די מעדעצין האט אנגעהויבן ארבעטן איז עס מסודר געווארן.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

למעלה משבעים האט געשריבן:
ארטסקרול האט געשריבן:
your friend האט געשריבן:גיי צום דאקטאר און טשעק עס אויס, אסאך מענטשן האבן דאס און מען ברויך רעיר נעמען דערפון.
טאמער פילסטע אז דיין הארץ קלאפט שנעל אויף א רעיט פון 180 און ארויף, דאן רוף הצלה.

עס איז זייער נישט ראטזאם צו ענטפערן ׳״גיי צו א דאקטער״ אדער ״רוף הצלה״. די זאכן ווייסט ער אויך. ער וויל וויסן אויב איינער ווייסט עפעס ממשות, און נישט סתם וואס איינער האט געהערט אמאל אויף א הצלה רוף.

נישט ריכטיג, א מענטש וויל נישט הערן רוף הצלה און דעריבער רופט ער טאקע נישט... ממשות איז רופן הצלה און זיי וועלן אים שוין זאגן.

ואגב איך האב געהאט נישט נאר שנעלע קלאפן נאר א ענדליכע זאך, ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין די געפיל, אבער עס פילט כאילו די הארץ טאנצט אביסל ארויס, למעשה בין איך געגאנגן זיך אויסטשעקן די הארץ און אלעס איז געווען ב"ה בסדר נאר איך האב געהאט א סטרעפ, און נאך וואס די מעדעצין האט אנגעהויבן ארבעטן איז עס מסודר געווארן.

דו דיסקרייבסט "פאלפעטעשאנס". דאס קומט כמעט אלץ פון סטרעס. מען פילט ווי מען דארף היסען, אזא "לופט באבל" ביים הארץ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

א גרויסן יישר כח!!!!!!
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

ארטסקרול, טשילעקס...... איך בין א הצלה וואלענטיר, און טאמער האט איינער סתם אזוי שנעלע הארץ קלאפעניש הנקרא פאלפיטעישענס זאל ער רופן הצלה! און מען וועט טוען וואס עס פעלט זיך אויס. אדער קען ער גיין תום דאקטאר און דער דאקטאר וועט אים קאנסאלטען וואס צו טוען ווען עס געשעהט סקומענדיגע מאהל.
Zik
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zik »

טאמער פילסטע אז דיין הארץ קלאפט שנעל אויף א רעיט פון 180 און ארויף, דאן רוף הצלה.[/quote]
tachycardia איז אסאך פאר 180 אין מען זאל ח"ו נישט ווארטען ביז 180, היי 180 מוז מען שוין רופען פאר מעדיקס אין זיי שאקען.
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

your friend האט געשריבן:ארטסקרול, טשילעקס...... איך בין א הצלה וואלענטיר, און טאמער האט איינער סתם אזוי שנעלע הארץ קלאפעניש הנקרא פאלפיטעישענס זאל ער רופן הצלה! און מען וועט טוען וואס עס פעלט זיך אויס. אדער קען ער גיין תום דאקטאר און דער דאקטאר וועט אים קאנסאלטען וואס צו טוען ווען עס געשעהט סקומענדיגע מאהל.

מנהלים, ס׳צייט צו עפענען א באזונדערע געזונהייט אשכול וואס איז געווידמעט פאר הצלה אינגעלייט צו ענטפערן!
און אפשר אויך א זומער סווימינג פול שווימען פראגעס, ווי לייף גארד קענען ענטפערן...
און אפשר אויך א אפטיילונג פאר נישט לעבעדיגע, ווי חברה קדושה קען ענטפערן!
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

צוריק צום נושא א מינוט, קען זיין אלע זענען גערעכט דא אז די הארץ קלאפעניש איז גארנישט.

אבער קודם דארף מען זיכער מאכן אז נישט. די ערשטע מאל, פאר מאל, מוז מען זעהן א דאקטאר, אויב נישט הצלה ממש, ווייל עס קען זיין א מיליאן זאכן, אויך ערנסט. אז זיי בארואיגן איז מען רואיגער.

כנלענ"ד
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

צוריק צום נושא א מינוט, קען זיין אלע זענען גערעכט דא אז די הארץ קלאפעניש איז גארנישט.

אבער קודם דארף מען זיכער מאכן אז נישט. די ערשטע מאל, פאר מאל, מוז מען זעהן א דאקטאר, אויב נישט הצלה ממש, ווייל עס קען זיין א מיליאן זאכן, אויך ערנסט. אז זיי בארואיגן איז מען רואיגער.

כנלענ"ד

דאס איז עס
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שטארק זיך האט געשריבן:
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

צוריק צום נושא א מינוט, קען זיין אלע זענען גערעכט דא אז די הארץ קלאפעניש איז גארנישט.

אבער קודם דארף מען זיכער מאכן אז נישט. די ערשטע מאל, פאר מאל, מוז מען זעהן א דאקטאר, אויב נישט הצלה ממש, ווייל עס קען זיין א מיליאן זאכן, אויך ערנסט. אז זיי בארואיגן איז מען רואיגער.

כנלענ"ד

דאס איז עס

און דאס איז אויך מיין ענפער.
בפשטות, ווי לכתחלה האט געשריבן, אויב ביזטו אונטער פיפציג, איז עס כמעט זיכער סטרעס, וואס פאלעפעטעישענס איז איינע פון די סימפטומען דערפון (עס קומט אויך אסאך פון איבערעסן צוזאמען מיט מאגען ברענענישן, אבער... מאגען ברענעניש איז דאך אויך סטרעס און נישט מער פון דעם).
אבער כדי צו זיין זיכער, טשעק עס אויס 'איין' מאל ביים דאקטער, אויב איז אלעס בסדר איז עס זיכער סטרעס אויך די נעקסטע מאל עס פאסירט.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דאס געהאט ביי מיר. נאכן באזוכן א דאקטאר און פון דארט צו א הארץ ספעציעליסט אין קארנעל האספיטאל האט ער מיר געזאגט אז עס איז גארנישט. נאר איך זאל רעדוצירן די מאס קאווע וואס איך טרונק. (כהאב איהם נישט געפאלגט...)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקעל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:. (כהאב איהם נישט געפאלגט...)

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!! מצות עשה דאוריתא!!
חרדי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרדי »

מתבונן האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד

צוריק צום נושא א מינוט, קען זיין אלע זענען גערעכט דא אז די הארץ קלאפעניש איז גארנישט.

אבער קודם דארף מען זיכער מאכן אז נישט. די ערשטע מאל, פאר מאל, מוז מען זעהן א דאקטאר, אויב נישט הצלה ממש, ווייל עס קען זיין א מיליאן זאכן, אויך ערנסט. אז זיי בארואיגן איז מען רואיגער.

כנלענ"ד

דאס איז עס

און דאס איז אויך מיין ענפער.
בפשטות, ווי לכתחלה האט געשריבן, אויב ביזטו אונטער פיפציג, איז עס כמעט זיכער סטרעס, וואס פאלעפעטעישענס איז איינע פון די סימפטומען דערפון (עס קומט אויך אסאך פון איבערעסן צוזאמען מיט מאגען ברענענישן, אבער... מאגען ברענעניש איז דאך אויך סטרעס און נישט מער פון דעם).
אבער כדי צו זיין זיכער, טשעק עס אויס 'איין' מאל ביים דאקטער, אויב איז אלעס בסדר איז עס זיכער סטרעס אויך די נעקסטע מאל עס פאסירט.

מאגען ברענעניש איז נאר סטרעס?
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

נישט ראטזאם צו איגנארירן. גיי צו א הארץ דאקטער זיך צו אויסטשעקן. עס קען זיין א צייכן פאר מער ערענסטע הארץ פראבלעמען.
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

גיוואלדיג האט געשריבן:נישט ראטזאם צו איגנארירן. גיי צו א הארץ דאקטער זיך צו אויסטשעקן. עס קען זיין א צייכן פאר מער ערענסטע הארץ פראבלעמען.

דער דאטער האט דאך איהם געזאגט אז ס'איז גארנישט, נאר אז עס איז געקומען פון קאווע (ווי כ'האב דערמאנט אויבן אז 'קאפין' קען עס ברענגען) , סא ענדע'לע האט אפגעמאכט ענדערשט דאס ווי צו ליידן אויף א 'קאווע דעפיציט'.
---
חרדי, ניין ס'איז נישט ריכטיג, 'מאגן ברענעניש' קען קומען פון אסאך גורמים כגון 'עסיד ריפלאקס' וכדומה, אבער יא סטרעס קען עס מאכן ערגער.
הק' איש ימיני
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

גערעכטער האט געשריבן:ענדע'לע האט אפגעמאכט ענדערשט דאס ווי צו ליידן אויף א 'קאווע דעפיציט'.

אוי ווי גערעכט. מיין באליבטע קאווע!

למעשה טריי איך נישט צו טרונקען אין די וועלט אריין. עס איז אוועקגעגאנגען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ענדע'לע האט אפגעמאכט ענדערשט דאס ווי צו ליידן אויף א 'קאווע דעפיציט'.

אוי ווי גערעכט. מיין באליבטע קאווע!

מענין לענין באותו ענין, האב איך געזען אינעם המספיק גאזעט דעם חודש אז שטודיעס ווייזן אז פינעף גלעזלעך קאווע א טאג שטאפן אויף די פארשאפטע אדערן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:ענדע'לע האט אפגעמאכט ענדערשט דאס ווי צו ליידן אויף א 'קאווע דעפיציט'.

אוי ווי גערעכט. מיין באליבטע קאווע!

מענין לענין באותו ענין, האב איך געזען אינעם המספיק גאזעט דעם חודש אז שטודיעס ווייזן אז פינעף גלעזלעך קאווע א טאג שטאפן אויף די פארשאפטע אדערן.

אויף קאווע צו ס'איז געזונט אדער נישט איז שוין געווען מער שטודיעס וויפיל קאווע באנדלעך די האסט שוין געטרינקען...
סטעי טונד פאר די וויקלי שטודיע אויף קאווע...
אז די ווילסט וויסן דער אמת פרעג די כולל אינגעלייט...
הק' איש ימיני
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”