ADHD שוועריגקייטן צו קאנצעטרירן, צופלויגן, אומ-איבערגעטראכט
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm
ADHD שוועריגקייטן צו קאנצעטרירן, צופלויגן, אומ-איבערגעטראכט
די שפור פון א.ד.ד. - ADD - ADHD
א שנעל פארנדע קאר מיט שוואכע 'סטאפ ברעיקס'
אן א.ד.ד. מח שפירט זיך ווי מען דרייווט שנעל א קאר און מען האט נישט די פולקאמע קאנטראל אויף די 'סטאפ ברעיק'. טיילמאל ווערט די קאר איבערגעהיצט פון פארן צו שנעל און עס נעמט זיך דרייען און 'ספינען' אז ס'איז גאר קאמפלעצירט פארן דרייווער וואס האט שווער קאנטראל אויפן שוואכן 'סטאפ ברעיק' צו 'סטאפן', און פארמיידן א צוזאמשטויס.
בערך אזוי שפירן מענטשן מיט א.ד.ד., נאטורלעך שפירן זיי ווי זיי "ווערן געדרייווט" פון זייער שנעל לויפנדען מח אן האבן א פולקאמע קאנטראל איבערצוטראכטן וויאזוי און וואו צו דרייווען זייערע מעשים/ענטפערס וואס נאטורלעך 'פליען' זיי ארויס. (מיר ריפען עס 'נאטורלעך' ווייל מען קען עס בעז"ה טוישן ווי מיר וועלן זעהן בעז"ה שפעטער)
דער ''פילטער'' וואס איז אין א יעדענ'ס מח וואס שאצט אפ און מאכט באשליסן און החלטות, איז ביי עם שוואכער דרייווענדיג אזוי שנעל. דאס מאכט עם מער איבערגעאיילט און צופלויגן. און ברענגט עם צו זיין אומפולסיוו.
זיין שנעלער מח קען זיך אריינטוען און פארטיפט זיך אין עפעס וואס איז עם אינטערגעקומען און פארגעסט אינגאנצן צו טראכטן פון וואס ער האט געפלאנט צו טון יעצט. אדער וואס קומט נעקסט מיט אזא שנעלע' ספיד' איז נאטורלעך שווערער אינמיטן 'פארן' זיך אפצושטעלן טראכטן מיט ישוב הדעת און באשלוסן צו ער זאל יא טון די געוואוסע זאך אדער נישט. .
די זעלבע איינגשאפטן קענען געניצט ווערן פאר הצלחה. מיטן שנעלען מח און שוואכן פילטער וואס מאכט זיי טראכטן 100 זאכן אויפאמאל, ספעציעליזירן זיי זיך אויף געביטן וואו עס פאדערט זיך צו טראכטן אין פארשידענע ריכטונגען און זיך שנעל אריענטירן, ווי מחדש זיין חידושים, און להבדיל אין ביזנעס, וכדומה. פארשטייט זיך אז זיי דארפן נעמען אין חשבון אז זייער געניאלן בייפאל און געדאנק איז טאקע עם בייגעפאלן ווייל זיין שנעל פארנדע מח האט געוואנדערט ערגעץ ווי קיינעם איז נישט בייגעפאלן. און אפט דארף מען איבערקוקן צו דער פלאן איז געאייגנט אויף למעשה.
פון דא קומען אזוי אפט די בליציגע געדאנקען און בייפאלן צום שנעלןADD מח. א מענטש 'פלאנט' נישט אויס א בייפאל. בליציגע נייע אויסטרעפונגען קומען אומצוגעגרייט. דאס מיינט אז עס איז אומפולסיוו, די רעזולטאטן פון א נישט פאראויס געפלאנטע פלאן פון א געדאנק. ווי די געדאנקען וואס פארפארן ערגעצווי אוועק ביי שמונה עשרה... אומגעפלאנט. אזא פאזע איז ווי ADDערס געפינען זיך א גאנצן צייט. זייער שנעלער מח איז נישט דא נישט דארט און נישט ערגעצוואו, נאר ענדערש דא 'און' דארט, נישט אויף איין פלאץ ערגעצוואו נאר 'איבעראל'. מ'שווימט ארום מיט די געדאנקען, עס פליעט ארום אומפולסיוו, געבנדיג פלאץ פאר נייע אומפאראויסגעזעענע געדאנקען אריינצופליען.
צווייטנס, א מענטש מיט ADD, ווען ער זעהט, הערט, אדער כאפט אויף א געדאנק, א בילד, א מענטשנ'ס פנים אדער א שאלה לייגט ער עס נישט גראד אריין אין מח אויף זיין 'פלאץ'. ער ווייסט ניטאמאל ווי דער פלאץ איז... ממילא למשל ווען ער זעצט זיך אראפ צו באצאלן די וואסער ביל, לויפט זיין שנעלער מח גלייך צו די דאגות וועגן זיין געפלאנטע טריפ מיט די קינדער צו כאפן פיש ביים וואסער, און די נעקסטע זאך ווייסט איר שוין איז די 'איינפאל' פאר א נייעם "אויסטרעף" וויאזוי צו מאכן א נעץ פארן פיש פאנג. אזא געדאנקען גאנג איז אויסגעשטעלט צו ווערן צומישט אדער אוועקפארן פון זאכן וואס מען האלט אינמיטן טון – עס איז אבער אפט די שליסל צו די 'בעקעריי' פון געדאנקען וואס קען ברענגען גוטע בייפאלן און לעזונגען. מיט אזא שנעלן 'ספיד' קומען ADD מענטשן אפט אן ווייטער און טיפער דארט וואו סתם מענטשן האבן נאכנישט אין טיפן חלו-ם איבערגעטרעטן.
א דריטער עלעמענט וואס ברענגט מענטשן מיט ADD צו זייער אייגנארטיגע וועג פון טראכטן און זייערע בייפעלער איז די אפט פארזעענע מעגליכקייט וואס זיי האבן. דאס איז זייער מער ווי געווענליך טיפע-קאנצעטראציע אין טייל צייטן. ווי מיר האבן שוין געשריבן איז ADD 'אטענשן דעפיציט'(חסרון אין קאנצעטראציע) א לאו דווקה'דיגן נאמען. ס'איז די רעדע פון 'אטענשאן אינקאנסיסטענט' (אומ-אנהאלטענדיג). כאטש ס'איז אמת אז דער ADD מח וואנדערט ארום ווען ער איז נישט 'אריינגעטוען', איז אבער די מעשה אז דערADD מח פארטיפט זיך אסאך שנעלער און טיפער ווען עפעס "כאפט עם". א קינד מיט ADD קען זיצן פאר שעות צוגענאגלט צוזאמצושטעלן א עראפלאן שפילצייג. אן ערוואקסענער ADDער קען ארבעטן מיט אן אייזערנעם טיפען קאנצעטראציע ווען ער שטייט פארנט פון א 'דעדליין'. אדער ביים ווערן איבערגענימען מיט א געוואוסן פראיעקט וואס איז עם צום הארצן און קען עס ענדיגן אין א צענטל צייט וואס אנדערע וואלטן געדארפט דערצו.
די דאזיגע מעגליכקייט פאר טיפע-קאנצעטראציע הייצט אן טיפער אין די קעמערלעך פון מח. "מים עמוקים עצה בלב איש" (משלי) ווי אין די טיפענישן פון וואסער, וואס טיפער אלס מער סודות און נייע בעשעפענישן און פלאנצונגען ליגן דארט באדעקט. דאס געבט אויך צו פארשטיין פארוואס ס'איז עם שווערער 'אראפצוקומען' ווען ער האלט אינמיטן טון עפעס וואס ער גלייכט, און פארן נישט הערן וואס מ'רעדט צו עם ווען ער איז קאנצעטרירט אין 'זיין' ביכל אדער פראיעקט.
א פערטע יסוד פאר זיינע בייפאלן און געדאנקען איז וואס עס רופט זיך "הייפער-אקטיוו מח" פון א א.ד.ד. געדאנקענגאנג. א נאנטער 'קרוב' צו די טראדיציאנאלע סימפטאם פון הייפער-אקטיוועטי וואס איז מער מצוי טאקע ביי מענטשן מיט א.ד.ד. אבער אלע מיט ADD זענען מענטשן וואס רעאגירן גלייך צוריק. אפילו ווען זיי זענען אויסערליך רואיג און מסודר, האבן זיי געווענליך אינערליך רעאגירט צו וואס זיי האבן יעצט געזעהן אדער געהערט, זיי נעמען די שטיקל אינפארמאציע און ריקן עס ארום דארט, שטופענדיג אריבער די מחשבה אדורך זייער עמאנאציאלע צו זיי זאלן עס אננעמען אדער עס אפשלאגן, אבער אייביג רעאגירן זיי מיט א ענטפער, א מיינונג. אזא הייפער אקטיווע ארבעט פארמערט בייפאלן ווייל זיין מח ארבעט אויף דעם נייעם אינפארמאציע ברענגענדיג שאנסן פאר עס ארומטוישן און אויפברענגען נייע זאכן ארום דעם.
די קונץ פאר מענטשן מיט א.ד.ד. איז צו צוימען די דאזיגע איינגשאפטן פראדאקטיוו . א.ד.ד. איז נישט קיין תירוץ צו לאזן זאכן וויאזוי ס'איז ווייל דאס קינד" איז דאך נישט שילדיג". פארקערט עס פעלט אויס א פעסטן אייגענארטיגען חינוך אויסצולערנען דעם קינד וויאזוי זיך צו היטן פון פארלוירן ווערן אין א שווערע מיניט און פארמיידן פון אריינפאלן און א 'ספין' ווי ער טראכט נישט וואס ער טוט. ווען א מענטש גייט אויף א נאסע פאדלאגע און ווייסט אז ''ס'איז גליטשיג', ווייסט ער פון וואס זיך אכטונג צו געבן צו קענען ארויסקומען מיט גאנצע ביינער. . מען דארף עם ווייזן די פעלער ווי עס קען עם מעגליך ווערן "גליטשיג" און וויאזוי מען דארף זיך פירן זיך נישט אויסגליטשן.

לעצט פארראכטן דורך א שטולער בחור אום פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:30 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
א *שטילער בחור כצ"ל
-
- שר האלף
- תגובות: 1162
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
קודם א שלו' עליכם פאר דעם נייעם בחור דא. קוקט גראדע נישט אויס ווי אזא שטילער..
און גלייך ביים אנהויב האב איך שוין געוואלט אריינהאקן, נאך א מזל דיינע ספיקערס זענען אויסגעלאשן געווען.. זעהט אויס איך לייד אויך פון אדד.
איז אזוי, ווי קומט אזא אומפולסיוו מענטש צו ארבעטן אין חינוך גאר? און מיט שוואכע בחורים נאכדערצו?
(ביטע נישט פערזענליך ח"ו, איך האב פשוט ליב צו פארשטיין זאכן)

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
זייער א אינטערעסאנטע נושא, שרייב שרייב ביטע.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- אליעזר גרינפעלד
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 8:11 pm
קודם כל, שלום וברכה צו אייך, ס'איז גוט אז מען שמועסט איבער אזא נושא.
לעניננו, ס'איז אמת אז ס'איז פארהאן נעמען מיט דייעגנואזעס צו יעדע סארט מח-פערסאנאליטי, און דא קומט אריין די שאלה, מוז דען אלעמאל זיין אז ס'האט מיט א דייעגנאוז?
למשל: אז איך האב זיך געקענט (אזוי ווי אנדערע קינדער) פארקלאצן ביים רעבינ'ס פארלערנען, האב איך add?, אדער פשוט כ'לייד אויף קלוץ יקלוצין!
צו ווען איינער לאזט א צווייטן נישט קומען צום ווארט, מוז דאס אלעמאל זיין צוליב אומפאלסיוו! אפשר דארף יענער תיקון המידות?, אפשר האט יענער טאקע א שנעלער קאפ, און ער כאפט זיך נישט, אבער אז מען וועט אים מעורר זיין, און ער וועט ארבייטן דערויף וועט ער זיך צוגעוויינען.
איין זאך איז זיכער, אז יעדנ'ס מח לויפט אנדערש.
כ'דערמאן זיך אז מיין מגי"ש האט אמאל געצה'ט פאר בחורים צו שרייבן בשעת'ן פארלערנען וואס ער רעדט אויס, כדי אונזער מח זאל נישט אוועקפליען. איך האב געמוזט צוקומען צו דעם, בשעת ווען מיין שכן האט געמאכט באללי פעיפערס און נאך געקאנט די גמ' נאך בעסער ווי יעדן.
וואס כ'וויל באהויפטן, כ'וואלט באטיטולט מיט א דייעגנאוז אזאנע וואס קענען זיך באמת נישט העלפן, פארוואס דייעגנאוזן אונז אלע (אינקלודינג שטולער בחור) ווען מיר זענען אלע אנגעשטעקט אביסל זה בכה וזה בכה.
דאס וואס איר זאגט אז איר פלעגט שפירן גילטי, איז נישט דער סולושן אז ס'איז א דייאגנאוז, די ריכטיגע עצה איז; וויאזוי נעם איך אויף דעם גילטי פיללינג! שפיר איך זיך גילטי, געקלאפט און שוין? אדער ניין! נעקסטע מאל וועל איך אכט געבן כפי ויותר מכפי יכולתי נישט אריינצוהאקן אינמיטן יענעם'ס רעדן, דאס הייסט גענומען דעם גילט צו א עפפעקטיוו וועג פון טראכטן, און אלץ א פאזעטיווע וועג in becoming a better person.
איך האב שוין געהערט אינטערוויוס מיט 'עלטערע' 'געלונגענע' פון די so called 'פראפעשינאל' קרייזן וואס באזיצן 'די' שוואכקייטן, און מסתמא ווייסן זיי דערפון נאר זיי האבן נישט געארבייט אויף זיך. זיי האבן נישט גענומען דעם גילט פיללינג אין א פאזעטיוו וועי, נאר געלאזט אזוי.
'האדם לא נברא בעולם רק לשבר הטבע' זאגט דער רבי ר' אלימלך זי"ע.
אלענספאל, ס'איז א אינטערעסאנטע נושא, אבער נאר עז אי אינפורמאציע טול פאר וועם מ'דארף באמת צוקומען דערצו.

על מי מנוחות ינהלנו
-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm
שכוח פארן דאס ארויפברענגן, כאטש ווען די האלסט ווען איין איין דעם אטעם אביסעלע לענגער העסטע ווען געזעהן אז מיר גייען אויף אייער וועג. פאוואליע. כ'האלט דא נאר ביי די הקדמה. ס"ה ארויסגעברענגט וויאזוי איך האב געשפירט ביים עס אנטדעקן.
.וואס דאס איז פונקטעך , איז אמת אזעלכע אותיות זענען א דייעגנאוז, "יעדער האט דאך די שוועריקייטן" זה בכה וזה בכה, תיקון המידות, וכו וכו, קומט אביסל שפעטער אין די סעריע.
אליבא דאמת, ס'וואקלט זיך נאך אינערליך צו איך זאל דא פאסטן די ווערק מיינע צו נישט. (האאאםם, גארנישט אזוי אומפולסיוו, הא?...) {האדם לא נברא רק...) ונזכה ונחי' ונראה
.וואס דאס איז פונקטעך , איז אמת אזעלכע אותיות זענען א דייעגנאוז, "יעדער האט דאך די שוועריקייטן" זה בכה וזה בכה, תיקון המידות, וכו וכו, קומט אביסל שפעטער אין די סעריע.
אליבא דאמת, ס'וואקלט זיך נאך אינערליך צו איך זאל דא פאסטן די ווערק מיינע צו נישט. (האאאםם, גארנישט אזוי אומפולסיוו, הא?...) {האדם לא נברא רק...) ונזכה ונחי' ונראה
א *שטילער בחור כצ"ל
-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm
בעפאר וואס ווען ווי, מ'בעט דער עולם דא וואס האט נישט קיין ידוע וועגן נפשיות'דיגע שוועריקייטן וכו' נישט ריפלייען דא מיט עצות אדער מיינונגען. פארווס'זשע זיין אומפילסיוו און אומ-איבערגעטראכט?..., כ'וואונטש דיר זאלסט נישט האבן קיין אינגעלע זאל דיר מסביר זיין די אלע מאדערנע
OCD ADHD BPD
אמ.. "גוי'אישע זאכן". זאל עס דיר בלייבן אייביג ווילד פרעמד (אויסער אויב דו ביזט אין חינוך. ביטע...!) אבער, רעד נישט אריין ווען די נושא איז דיר נישט באקאנט פונדערנאנט.
ווער ס'האט עס אדער בייגעוואוינט עס ווייסט אז ס'איז נישט דא וואס צו טענה'נען דערוועגן. די זאכן עקזיסטירן. יא, מ'קען עס אנרופן מידות, אבער, פארשטיי אז דו פארשסטייסט נישט און אריינרעדן זאל ביטע נאר די וואס וואס זענען באקאנט.

א יישר כח שטולער בחור פארן עפענען אזא וויכטיגער אשכול, און א דאנק פאר דיין שיינעם באשרייבונג,
מיין שאלה איז אזוי, אט אט ממש דעי ווערטער פון דיין ערשטן תגובה דא אינעם אשכול, האב איך געליינט נישט לאנג צוריק און א PDF פארמאט ביי א נאנטער ידיד מיינס אויפן הארד דרייו, א לאנגער ארטיקל פון בערך צוואנציג בלעטער, דו האסט ווארשיינליך געמאכט קאפי פעיסט פונעם ערשטן פעידזש, אלזא איז מיין שאלה, ביסטו דער שרייבער פון יענעם קונטרס? אדער...?

שטילער זיסער, צוברעך נישט אזויפיל דעם טבע, און שיס אויס מיט אן ארטיקל
וואסער פאל אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, און אויב האסטו א קינד מיט די פראבלעמען שלאג אים נישט פאר תיקון המדות ווייל איך קען אסאך וואס זענען נעבעך פארפאלן געווארן דערוועגן
אגב, מענטשן מיט ADHD האבן איך זאך אסאך כוחות אויפצוטון וואס פלעינע מענטשן קענען נישט, איך קען א גרויסער משפיע וואס האט ADHD און ער האט אסאך פאלאוער'ס, א אינגערמאן האט אמאל גערעדט מיט א גרויסן מחנך וועגן נעמען עפעס מעדיקעישאן וועגן ADHD האט ער אים געזאגט, ווען דו ביסט ווען נאך א אינגל אדער בחור וואלט איך געראטן אז יא, ווייל ס'שטערט צו שטייגן, אבער איינמאל דו האסט חתונה געהאט ראט איך דיר אז נישט, ווייל ס'איז א שאד פאר דיינע קוואליפיקעישאן'ס וואס דו קענסט אויפטון מיט דעם דיסארדער אז ס'זאל גיין לטמיון (הגם מ'קען מחולק מיט אים, אבער אזויפיל איז עס גוט צו פארשטיין די גוטע זייט פון די מטבע)
דא איז א אשכול ווי מען האט שוין אביסל גערעדט דערפון עטליכע יאר צוריק
viewtopic.php?f=71&t=8128&p=239854&hilit=adhd#wrap

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 123
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm
כעל זיין אפען מיט ענק טייערע אידן, כ'ווארט אויף אן ענטפער פון א אויסגאבע. וועל איך מיך מיט זיי דורכקומען וועט איר עס קענען דארט לעזן. אז נישט, בכל הכבוד וועל איך דא פאוסטען די גאנצע סעריע מדשקה לדשקה
בכל אופן עפעס סחורה וועט זיכער געפאוסטעט ווערן דא בעז"ה
סעט נישט נעמען לאנג. האפענטליך
בכל אופן עפעס סחורה וועט זיכער געפאוסטעט ווערן דא בעז"ה
סעט נישט נעמען לאנג. האפענטליך
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן: געליינט נישט לאנג צוריק און א PDF פארמאט ביי א נאנטער ידיד מיינס אויפן הארד דרייו, א לאנגער ארטיקל פון בערך צוואנציג בלעטער, דו האסט ווארשיינליך געמאכט קאפי פעיסט פונעם ערשטן פעידזש, אלזא איז מיין שאלה, ביסטו דער שרייבער פון יענעם קונטרס? אדער...?
יא
אויב אזוי, איז שכרך הרבה מאוד! איר זענט א פיינער שרייבער!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 317
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm