בלאט 2 פון 3

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 23, 2011 1:10 pm
דורך isolated
מכטי1 האט געשריבן:שכויח ר' מנחם שלום פאר אלע אייער הילף.

נו, אוודאי מנחם שלום, דאס איז דאך זיין חתימה: ולב"ן שיני"ם... די קינדערס ציינער....

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2012 2:40 pm
דורך קרעמער
שלום וברכה!

דער דענטיסט האט רעקאמענדירט א רוט-קאנאל מיט א קראון אויף ציין נומער 30 [ר' מס"פ וועט וויסן..], ב"ה עס איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך מיין העלט-פירסט אינשורענס [הגם זיי שרייבן קלאר אז זיי גאראנטירן נישט צו באצאלן דעם פראצעדור, הפנים מען דארף זיי בעטן רשות צו ארבעטן אויף מיינע ציין...].

איך וויל פרעגן ביי די מבינים ויודעי דבר: וואס דארף איך ערווארטן ביי אזא פראצעדור? וויפיל יסורים איז דאס בשעת מעשה אדער לאחר המעשה? האט מען פראבלעמען ביים עסן א שטיק צייט דערויף?

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2012 2:57 pm
דורך למעלה משבעים
מיין עקספיריענס מיט דעם איינעם רוט-קאנאל וואס איך האב געהאט, דער האט עס גוט גוט גענאמט, ממילא בשעת מעשה האב איך גארנישט געפילט, און לאחר המעשה האב איך גענומען עדוויל און גארנישט געשפירט, עסן דערויף איז געווען שווער, אבער נאר אלץ די שטעכערייען וואס ער האט מיר געמאכט, בערך א האלבע וואך האב איך עס געשפירט, וזה הוא.

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 3:04 pm
דורך שויתי'ניק
די לעצטע צאן וואס וואקסט ארויס, ס'שטערט...

דער דענטיסט קען בכלל צוקומען דארט אדער ער גייט צוברעכן דאס מויל דערפאר?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 3:33 pm
דורך שטרוי
ווי נעמט דיין דענטיסט אן צומאכן דעם דזשאב, אויב אין זיין אפיס דארפסטו לכאורה נישט זארגן,

1) ער איז לכאורה בכלל נישט אויסגעשטאטעט צו טאן דארט אזא דזשאב,

2) ווייל אויב וויל ער נאך קונדן, וועט ער זיכער זוך'ן אן אלטערנעטיוו.

3) עס איז מעשים בכ"י, קיינמאל געהערט אזוי שענדליך צו טוהן די ארבעט.

_

נאך א פראגע ??, נישט פארשטאנען ?!?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 3:36 pm
דורך msp
הרב שויתי'ניק
דו רעדסט פון א וויסדאם-צאהן?
עס ווענדט זיך ווי ווייט עס איז ארויסגעוואקסען
אסאך מאהל קען מען עס ארויסנעמען גאר לייכט
אבער אויב עס איז נאך א חלק אין דעם ביין דעמאלס וועט דאס מוזען גיין מיט סערדזשערי
מען דארף נישט קיין טאטאלע פארשלאפונג
אבער עס איז נישט סתם אנ'עקסטראקשאן
די בעסטע זאך איז צו נעמען אנ'עקסרעי און אזוי קען מען קלאהרער זעהן דער מצב
הצלחה ורפואה שלימה

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 3:38 pm
דורך שויתי'ניק
msp האט געשריבן:הרב שויתי'ניק
דו רעדסט פון א וויסדאם-צאהן?

יא,
די זאך איז אז האלב האט זיך שוין אפגעבראכן, און די אנדערע האלב האב איך געוואלט וויסן וואס דער דענטיסט וועט טון?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 3:42 pm
דורך msp
איך האב בעניי שוין אסאך אזעלכע ארויס גענומען
און עס ווענדט זיך ווי דער צעבראכענע חלק איז
ווייל על פי רוב קען מען ארויפשטופען דער וויסדאם צאהן מיט געוויסע אינ סטרומענטען
דארך אהן צו לעהנען [אויף ענגליש הייסט דאס נעמען ליווערעדזש] אויף דער שכינותדיגע צאהן
בדרך כלל גייט עס לייכט
ולענ~ד נראה כמו שטרוי אז אומן לא מרע אומנותו
און מסתמא ווייסט ער אז ער קען דאס באווייזען
האט מען גענומען אנ'עקס רעי?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 3:46 pm
דורך msp
און נאך א שאלה
איז עס אנ'אונטעשטע אדער אויבערשטע וויסדאם-צאהן?

געשריבן: מאנטאג מאי 07, 2012 6:15 pm
דורך שויתי'ניק
אויבערשטע,

זאגט נאר, איך מוז זיך איילן צום ציין דאקטאר, אדער עס האט צייט?

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 4:53 am
דורך msp
ווענדט זיך ווי ווייט דער דאמאדזש איז
עס קען חלילה אויסברעכען אין אנ'אבצעס וואס איז זעהר נישט באטעמ'ט
עס איז נישט כדאי דאס אפ צו שטעלען

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 11:42 am
דורך שויתי'ניק
msp האט געשריבן:ווענדט זיך ווי ווייט דער דאמאדזש איז
עס קען חלילה אויסברעכען אין אנ'אבצעס וואס איז זעהר נישט באטעמ'ט
עס איז נישט כדאי דאס אפ צו שטעלען


נישט פארשטענדליך... יאך קאפטשאו נישט.

געשריבן: דינסטאג מאי 08, 2012 3:58 pm
דורך msp
עס ווענדט זיך ווי ווייט פארפוילט דער צאהן איז
עס קען חלילה ווערען אנ'אינפעקשאן
און דעמאלס וועט זיין יסורים נוראים ל"ע
וועגען דעם איז נישט כדאי דאס אפשטופען אויף שפעטער

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2012 9:32 am
דורך ביזנעסמאן
איך ווייס נישט צו דא איז דער פאסיגע ארט פאר מיין שאלה, צי עס וואלט געברויכט א באזונדערע אשכול. איך לאז עס פאר די אחראים צו באשליסן.

איך דארף נייטיג האבן אן "ארטאדענטיסט", א דאקטער וואס מאכט ברעיסעס אין די בארא פארק געגנט.

ביטע ווער עס האט סיי וועלכע רעקעמענדאציע, און נאך בעסער איז א פערזענליכע עקספיריענס זאל מיר ביטע מעלדן דא אדער אין אישית.

א דאנק פון פאראויס ולמצוה גדולה יחשב!

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2012 9:40 am
דורך msp
זייט מצליח
אבער אויף דעם קען איך אייך נישט העלפען זייענדיג א דענטיסט אין ענגלאנד....

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2012 10:24 am
דורך מאנ-יימער
אפשר לוינט זיך צו מאכן די רייזע כדי צו ווערן באהאנדלט ביים רב

די רב מאכט ברעיסעס?

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2012 10:28 am
דורך msp
ניין...
מיר שיקען פאציענטען צו ספעציאליסטען דא אין געגענט....

געשריבן: דאנערשטאג יוני 21, 2012 1:12 pm
דורך ווער בין איך?
דער דאקטאר האט מיר געמאכט די ברעיסעס אלס קינד
http://www.doctoroogle.com/104683-brook ... -steinberg
זייער פיין געוועהן.

ס'דא נאך א דאקטאר אין בארא פארק וואס איז באקאנט אלס א גוטע דענטיסט, איך געדענק אבער נישט די נאמען.
(רוב מענטשן זענען געגאנגען צו איינע פון די צוויי פאר ברעיסעס)

געשריבן: דאנערשטאג יוני 21, 2012 8:29 pm
דורך ביזנעסמאן
ישר כח ווער'ל פארן נעמען די צייט און מי מיר צו ענפערן" אך דא עקא דער דר. שטיינבערג, אויף וועמען איך האב באקומען גראדע גאר ווארימע רעקעמענדאציעס, באהאנדלט נישט קיין פאציענטן העכער די 18.
אויב דו קענסט זיך דערמאנען דעם אנדערן וועל איך דיר דאנקבאר זיין.

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2012 8:33 pm
דורך ווער בין איך?
ער הייסט דאקטאר ראזנבערג (מיין ווייב האט ביי אים געמאכט די ברעיסעס). איך ווייס אבער נישט קיין אדרעס און פאון נאמבער און אויב ער מאכט יא פאר העכער אכצן.

געשריבן: זונטאג יוני 24, 2012 8:43 pm
דורך אזוי צו אזוי
פאר קרית יואל'ער איינוואוינער, עס האט זיך געפענט שוין א צייט צוריק א דענטיסט אויף לארקין, אנטעגן איבער האום דיפא, נעקסט צו פארווידענט באנק, מיין ווייב גייט צו אים מיט אלע קינדער און איז זייער צופרידען.

אז אייינער וויל מער פרטים העלעך פרעגן אין שטוב.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:45 am
דורך ווינקל
אונטערסאנטע זאך, מיין קליינטשיקס 18 חדשים (בערך, משום גילוי...) האט פון פארנט אויף די אונטערשטע גומען 2 ציינדעלעך, און איצט קומען ארויס פון די "בעק" נאך ציינדעלעך בעפאר די פאדערשטע.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:51 am
דורך msp
טאקע גאנץ יונג
נארמאל וואקסען זיי צו די זעקס יאהר

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2015 9:01 pm
דורך Hershela
rightchoicedentalimplantcenter.com

He is asking 1195 for a implant . would anyone recomend it?

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2015 6:36 pm
דורך Good
There was a short interview yesterday on Kol Mvaser 1-1-4 about how to keep the tooth healthy, can someone type it here Bkitzur


למען יעמדו ימים רבים