האוסטינג סערווער פאר ASP

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

האוסטינג סערווער פאר ASP

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס דארף מען וויסן ביים האוסטן א ASP בעיסד אדער ASP.NET פלאטפארם?

איך זע אז א גרויס טייל פון די ביליגערע האוסטינג קאמפאניס סופפארטן נישט קיין ASP און מען דארף צוקויפן אן אנדער סערוויס.

וואס איז אנדערש ASP און וואס איז די חילוק ביז ASP.NET..

דאנקע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

עפעס תירוצים האבעך פאר דיר, עמער זען צו דו וועסט זיין אביסל צופרידן.

וואס מ'דארף וויסן איז.
וואסארא גרויסע סייט דו ווילסט האוסטן, אויב איזעס א קליינע סייט, וואס ניצט נישט צו סאך מעמערי, קענסטו ניצן סיקעל סערווער עקספרעס, וואסיז אומזיסט, אבער ס'האט לימיטעישענס, אז דו קענסטעס ניצן נאר וויזוי זיי שרייבן עס פאר, קענסט נישט אליין באלעבאטעווען דערויף.
און אויב ס'איז יא א גרויסע סייט, דארפסטו קויפן א לייסענס צו קענען האוסטן אויף א סערווער, און יעדע דיירעקטארי, קאסט עקסטער. דאסיז בעיסיקס. עסט פרעגן טיפער, וועלעך פראבירן צו באקומען בעסערע תירוצים.

צו קענען האוסטן, עי עס פי, דארף מען האבן א מייקראסאפט אפערעיטינג סיסטעם, און דערפאר סופארטן עס נישט די קלענערע קאמפאניס.

עי עס פי בעיסד, און דאט נעט, איז די זעלבע זאך. איינער רופטעס אזוי, און אן אנדערער אזוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דו רעדסט פון צוויי באזונדערע זאכן.

SQL סערווער איז א טול פון מייקראסאפט אנצוקומען גרינג צום דאטאבעיס. מען קען אבער אויך אנקומען דורך מייקראסאפט עקסעס.
נישט אלע האוסטינג קאמפאניס סופפארטן אלע ווערסיעס פון SQL סערווער דערפאר דארף מען וויסן וועלכע האוסטינג סערוויס מען נעמט.


די חילוק פון APS ביז ASP.NET איז אין די ווערסיע. די לעצטערע ווערסיע איז ASP.NET וואס איז פול מער פונקציאנעל פון די פארגייער ASP.

לגבי האוסטינג איז ווי דו זאגסט, די סערווער מאשין דארף זיין אויסגעשטעלט מיט די לעצטערע מייקראסאפט סיסטעמען צו קענען האוסטן ASP באזירטע סייטס וואס ארבעט געווענליך אויף טיפישע סקריפטס און שפראכן באזירט אויף דעם ASP.NET סיסטעם.

דא האב איך צוויי גוטע סייטס.

http://www.discountasp.net
http://www.webhost4life.com/default.asp?refid=shvemel

די לעצטע לינק ענטהאלט מיין רעפערענץ אויב סיינט איר אויף דורך די לינק באקום איך קאמישאן, יישר כוח למפרע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ליהודים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליהודים »

שוועמל... ס'איז א גוטער לינק [די צווייטע].
איך גיי לכאורה אויפסיינען בקרוב

שכוח.
אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 10:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבערי פען »

איינער קען דא איבערגעבען זייער עקפיריענס מיט א האסטינג קאמפאני

לויט ווי איך זעה טוען רוב קאמפאניס ארויס נעמען די סייט פון מעמרי נאך אפאר מעניט איידעל טיים . דאס מיינט אז ווען איינער קימט צים סייט קען עס דוירעך 30 סעקונדעס ביז ער לוידט עס ציריק און מעמארי
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

אויב די ווילסט האבן עכטע קאנטראל אויפן סייט, דאן דארפסטו נעמען כאטשיג ווירטועל דעטיקעטעט סערווער, ווארום די אלע שעירט האסטינג (ביליגער) טוהן מיט די סייטס ככל העולה על רוחם, היות עס ליגט נאך זייטלעך אויף דעם זעלבן סערווער קענן זיי זיך נישט ערלויבן איינער זאל מאכן א לאך און זינגן דעם גאנצן שיפ...

כ'האב געהאט עטליכע מאל וואס איין פירמע האט פשוט אויסגעלאשן איינע פון מיינע סייט'ס ווייל ס'האט פארנוצט צופיל מעמארי, איין מאל האט עס פאסירט אינמיטן די נאכט (זיי האבן מיר געשיקט א אימעיל דערוועגן..) איך בין ראויג געשלאפן און געגאנן דאווענן צופרי כנהוג, נאכן דאווענן ווען מ'עפענט די טעלעפאן והנה א בהלה מיט בארשט די סייט ארבעט נישט שוין אפאר שעה.

פון די אנדערע זייט אבער נעמען זיי קעיר פונעם סייט 24 שעה אינעם מעת לעת און מאכן זיכער שלא יחסר המזג, פארדעם נוציך טאקע אזא פלעין ווייל כ'קען נישט זיין פאראנטפארליך אויפן סייט כסדר אז עס ארבעט כדבעי, כ'בין צופרידן אז די פירמע טוט עס.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”