בלאט 1 פון 1

פון מייקראסאפט עקססעס צו וויזיואל סטודיאו

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 10:46 am
דורך האניג
איך קום פון מייקראסאפט עקססעס, נישט אלץ פראפעסינאל דארט נאר אלץ אמיוטער (זיך אליין געלערענט), אצינד וויל איך זיך אביסל הייבן און זיך לערנער פראגרעממינג אין וויזיועל סטודיא, פשוט ווייל כ'האב מיר געטראפן צופיל באגרענצינגן אין עקססעס - ספעציעל ווען ס'קומט צו UI. ב"ה כ'האב מיר א אביסל צוגעלערנט דארט, כ'האב מיר געלערנט אויסשטעל אין WPF (כמים קרים על נפש עיפה!) און ווי אויך זיך צוגעלעקט אביסל צו סי חריף.

איז אזוי, כ'גלייב כ'וואלט געקענט בויען געוואלדיגע זאכן אין VS נאר נוצענדיג דער XAML פייל און דער code behind פייל. אבער בעוה"ר ברויך מען צוקומען צו data, דהיינו tables ווי מיר האבן עס גערופן אין עקססעס. כ'בוי מיר א קליינטשיק פראגראם מיט נישט צופיל דעטע, איז דארף איך נישט צוקומען צו SQL Server, און נאך מאכן אביסלע חקירות בין איך אנגעקומען צו Sqlite.

עכ"פ איז מיין שאלה זייער פשוט: וויאזוי וואלט איר געראטן צו קאננעקטען א WPF DataGrid צו די דעטע?

גלייבטסט מיר כ'בין מער צומישט ווי ס'זעט אויס פון מיין שאלה, כ'וויל אבער אנהייבן מיט דעם בעסיק שאלה.

הדות (תודה למפרע)!

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 3:14 pm
דורך ארבעטער
Get the data in a collection (best will probably be Entity Framework) & then in code behind set the ItemSource property

קאוד: וועל אויס אלע

DataGrid.ItemSource = <TheDataCollection>

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 3:19 pm
דורך ארבעטער
BTW, I used in the past WPF, But today i'm using only winForms, For 2 reasons
1. Winforms is very simple, You just drag controls, You don't need to write any code for the design
2. WinForms performance is a lot faster, With WPF it takes very long to load any UI

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 3:49 pm
דורך האניג
על ראשון ראשון, ועל אחרון אחרון.

שכוח פאר דיין ענטפער, כ'גלייב ס'איז גאר א געוואלדיגע ענטפער, כ'בין זיכער. אבער פאר א מתחיל ווי מיר וואלסטו געקענט רעדן ספאניש און כ'על ענדערש פארשטיין...

יעצט, בנוגע דיין נוצענדיג WinForms אנשטאט WPF. ווי געזאגט אויבן, איינער פון די סיבות פארוואס כ'בין אוועק פון עקססעס איז צוליב די לימיטעישענס פון איר UI דעזייניג. און אפילו WinForms איז טויזענט מאל בעסער, ארבעט עס נאכאלץ מיט די זעלבער מהלך. כ'על ענדערש קאפיען און פעיסטן XAML קאוד און זאכן וועלן גיין פונקליך וואו כ'וויל אן קיין איברעגע ארבעט, ווי דארפן שלעפעלן קאנטראלס ווי אינדערהיים. אבער על טעם וריח אין להתווכח. בנוגע דיין צווייטע פונקט, די ספיד, איז דאס א זאך וואס איז באקאנט, אדער איז דאס וואס דו האסט איינגעזען אין דיינע פראיעקטען?

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 4:05 pm
דורך משנה מקום
וועגען ספיד איז קען מען נישט זאגען קיין כלל עס ווענד זיך אין צו סאך זאכען אין אויך אויב מען האט צו ווייניג מעמארי פונקט פארקערט אין געוויסע זאכען דארף עס זיין שנעלער ווי ווינדאוס פאורמס וועגען די וועג ווי אזוי עס נוצט די gpu

און פאר עני זאך וואס מען קען טוהון און פארמס צו מאכען אין wpf דארף מען נישט שרייבען קיין קאוד מען קען פונקט אזוי דרעגען און דארפען און טוישען פארפערטיס און רייט קליקען קאונטראולס און שנעל טוישען געוויסע אפשענס

יעצט אויב דו ביסט אזוי ביזי מיט די יו איי האף איך אז דו נוצט בלענד וואס דאס געט צו נאך אסאך מער

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 4:39 pm
דורך האניג
גערעכט מיט'ן דרעג-און-דראפ און WPF, אבער פאר מיר (אדערווייל) איז עס פיל געשמאקער צו שרייבן.

כ'האב נאכנישט געהאט קיין געלגענהייט צו עפענען בלענד, אויב לויט ווי כ'פארשטיי העלפט עס פאר מער סאפיסטקירטע UIs, כ'האלט נאכנישט דארט...

געשריבן: מיטוואך מאי 11, 2016 4:43 pm
דורך האניג
צוריק צום ארגינעלן נושא: דעיטעבעס.

כ'בין אפירגעקומען דעם ארטיקל, ס'ווייזט וויאזוי צו קאננעקטען WPF צו SQLite, כ'האב עס געפאלויט די אנווייזונגען און ס'האט געארבעט ביי מיר גאר פיין (חוץ איין טעות וואס איז דארט אריינגעפאלן). אבער דער ארטיקל טוט נישט Data Binding, און ווי איך פארשטיי איז Data Binding איינער פון די הויכפונקטען אין WPF. קען מען דאס טוישן ס'זאל ארבעטן מיט Data Binding אויך?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:49 pm
דורך פאטאקי08
what about ADO.Net?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 12, 2016 4:47 pm
דורך האניג
זיי מסביר, ביטע.

געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2016 5:48 pm
דורך האניג
נאך א שאלה ביטע, כ'קען מיר בכלל נישט אויס מיט די נושא פון פאבלישען/דעפלאויען (מאכן א סעטאפ פייל פאר אן ענד-יוזער). איינער קען מיר ביטע העלפן, וואו הייבט מען בכלל אן?

געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2016 5:58 pm
דורך פאטאקי08
וועלכע ווערסיע פון ווס.?

געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2016 6:04 pm
דורך האניג
2015 Community

געשריבן: דינסטאג מאי 17, 2016 6:11 pm
דורך פאטאקי08
די ווערדזשן האט מיין איך די אפציע פון קאמפיילן אין מעמארי
סאו ווייס איך נישט אויסענווייניג

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 10:25 am
דורך האניג
לאמיר פרובירן אן אנדערע נושא. אין עקסעס איז זייער פשוט צו דריקן צו PDF, מ'מאכט א פשוט'ע רעפארט, וואס איז זייער פאוערפול, און דארט קען מען דרייען א וועלט. וויאזוי מאכט מען א רעפארט אין וו"ס? לויט ווי כ'פארשטיי איז דא א ReportServer פון SQL, אבער אויב וויל איך מאכן א קליינטשיק פראגראם איז פשוט אן עבירה צו משוגע צו מאכן מיט SQL Server. וויאזוי מאכן אלע פשוט'ע רעפארטס אויף וו"ס?

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 11:32 am
דורך יעקב צוקערמאן
מר. האניג
מאכט מיך זיס אין מויל מיט דיינע פראגן

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 4:48 pm
דורך פאקטען
די פראגראם וואס די מאכסט דארף קענען לויפן ריפארטס, אדער ווילסטו א עקסטערע ריפארטינג טאאל מיט די דעטע פון די פראגראם?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:53 pm
דורך האניג
כ'וויל קענען עקספארטען א פשוט'ע PDF מיט אינפארמאציע פונ'ם פראגראם.

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2016 12:30 pm
דורך האניג
עניוואן?

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2016 12:42 pm
דורך פאטאקי08

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 3:56 pm
דורך האניג
ס'פארלאנגט נישט צו נוצן קיין סערווער פאר דעם?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 4:42 pm
דורך פאטאקי08
ניין
דארפסט דאס אינסטאלירן
https://www.microsoft.com/en-us/downloa ... x?id=45496

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 10:32 pm
דורך האניג
געוואלדיגע שכוח! עמער כאפן א בליק צו זען וויאזוי ס'ארבעט.