קאמפיוטער טעקנישאן קלאס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

קאמפיוטער טעקנישאן קלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

איך וויל וויסן וואס דער עולם האלט עס פארמירט זיך איצט א היימישע קלאס פין נאר אידן אויף זיך צו לערנען קאמפיוטער טעקנישאן די מעשה איז נאר אז סאיז א פרייוועטע טיטשער וואס דארף12.000 $ אין קעש נישט קיין קאלעדזש פראגרעם נישט גארנישט ער ברויך עס אין גרינע וויל איך פרעגן וואס דער עולם האלט לוינט זיך עס צו אינוועסטען דערין
איפה פייוויש?
דא בין איך
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

צוועלף טויזנט אדער צוועלף הונדערט?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אין ביז וויפיל קען מען צוטיילן די 12,000? מער ווי 12 מענטשען?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

דאכצעך אז די קלאס איז נישט צו ווערן א געהעריגע קאמפיוטער טעקנישן, נאר אסך מער, בעיקר networking
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

וודאי אזוי, טעקנישאן איז נישט קיין גרויסע זאכן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

what do you mean by not a big thing?
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

די קלאס וואס זיי מאכן, איז צו ווערן א certified Microsoft server administrator.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

קעגן סערווער אין נעטווארקינג, איז הארדווער נישט אזא גרויסע זאך.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

פאר מען גיט אויס גרויסע געלטער אויף די שיעורים דארף מען וויסן אפאר פרטים.

צו אלעם ערשט דארף מען האבן א שטיקל געפיל דערצו. נישט פשט אז נישט יעדער קען אויסשטייגן, מ'קען זיך דאס אויסלערנען. דאך איז וויכטיג צו האבן א געפיל צו קאמפיוטער'ס. א פיסי איז היפש טריקי, אפט וועט מען דיך אויסלערנען צען סיבות פארוואס אזאך פאסירט, אבער ווירקלעך איז עס א עלעווטע. אז די האסט א חוש דערצו וועסטו עס כאפן און אניש נישט אפגעזען וויפיל שעה האסטיך טרענירט.

צא ולמד פון די טעקניקעל סופארט דיפארטמענט פון ריזיגע פירמע'ס. אמאל קומט מען אן צו א מענטש וואס יעדע מינוט לייגט ער אויף האלד (אויפצוזוכן און די בוך וואס ער האט באקומען..) ביז צום סוף לייגט ער א סופער ווייזער אויפן ליין... און צומאל טרעפט מען א מענטש וואס מען פילט גראד אז ער 'כאפט' במה הדברים אמורים. ביידע זענען געזיצן ביים זעלבן טרעיניג איינער האט עס אין די בלוט און איינער פרובירט צאמצושטען וואס מ'האט אריינגע'דרש'נט אינעם מיטן מציאות, אמאל געלונגט עס אמאל נישט.

אין קורצן אויב די שפירסט נישט אז די ביסט 'געמאכט' פארדעם, איניש פשט אז ווייל ס'דא א שיעור דארפסטו אהין גיין. לייג דיך ליבערשט אריין אין א זאך וואס די שפירסט מער אז ס'איז פאר דיין נאטור. [כ'האב געזען אויף איינע פון די צעטלעך די וואך אז עמיציר לערנט אויס זיין א סופר סת"ם.. ס'דא שיעורים אויך אין אנדערע מקצועות].

נאכדעם אויב איר קלערט אז איר זענט יא א פאסיגע קאנדידאט דארף מען זיכער מאכן אז דער מגיד יכול'ט... נישט יעדער וואס גיט זיך אן אז ער קען, קען טאקע. סתם נאכזאגן גרייזיג וואס ער האט געליינט אין א זוך אויף גאגעל אינישט אונטערסאנט, נאר שעדליך. דאס איז שוין בעסער אליינס צו טאן. (בדידי הוה עובדא מיט א מגי"ש ואכמ"ל. הערן גרייזן פון א אנגעבליכע מגי"ש צומישט דעם קאפ און פארשווערט די גאנצע זאך).

און אפי' ווען ער יכול'ט די פאך מיניש זיין אז ער האט די קוואליפעקאציע'ס עס איבערצוגעבן ריכטיג, דאס איז א חוש פאר זיך.

ולבסוף מען דארף וויסן אז דאס איז אין קיין וועג נישט גארענטירט צו ברענגן די געווינטשענע רעזאלטאטן, כ'ווייס פון אמווייניגסטן דריי אינגעלייט וואס האבן זיך געלערנט בנושא און אלע האבן עווענטועל גענומען אנדערע פאסטן'ס, דאך איז עס א שטארקע השתדלות, מאמינים בני מאמינים ווייסן אז געלט קומט נישט פון ארבעטן נאר פון הימל אז מ'טוט וואס מ'ברויך קעמען זוכה זיין צו וברכתיך בכל אשר תעשה.

אויף די שאלה וואס איר פרעגט וויפיל מענטש'ן ס'קענען זיך משתתף זיין ביים שיעור, דאס ווענט זיך הויפטזעכליך אינעם מגיד, נאכאלעם איז זיין דזאב יעדער זאל זיך אויסלערנען די פאך. מער באטייליגטע מיינט מער ארבעט. אויב ער איז דא אפצוזאגן זיין שיעור און נעמען דאס געלט דאן איז זיכער נישט אונטערסאנט. אזאנס אידא אן א שיעור אנליין [פאר א מינימאלע אפצאל, און אפי' אומזינסט] ווי מענטשן דרש'נן אריין מיטן גאנצן כח.

כ'האפ אז די אינפארמאציע וועט עמיצין בייהילפיג זיין, למען לא נגע לריק.

לאז געמאכט - דיוועלאפער ווינקל פה אייוועלט יצ"ו
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

אויב עס געלאנגט דיר איז עס א פיינע פרנסה, ווי איך ווייס צאלט מען היינט פאר א טעקנישאן $100/110 א שעה.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

שלום עליכם הרב חברותא, מיר האפן אז איר וועט זיך פיין געפינען דא.

חברותה האט געשריבן:אויב עס געלאנגט דיר איז עס א פיינע פרנסה, ווי איך ווייס צאלט מען היינט פאר א טעקנישאן $100/110 א שעה.

מיינסט צו זאגן אויב ס'איז באשערט איז עס א פיינע פרנסה... נישט יעדער וואס קען די מלאכה פארדינט אזויפיל...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”