וועלכע קאר לוינט זיך צו ליעסן?

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יוני 11, 2018 1:29 pm

יא. אדער די 18 (ער זאגט מיר אז זיי זענען די זעלבע)

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יוני 13, 2018 4:56 pm

געקלערט פון שפרינגען צו א מיניווען, ווער איך געוואויער אז די מיניווענס זענען זייער ארויפגעטאנצען אין פרייז, גוט פאסיג פאר די ראשאקאל, אדער פאר דעי מיט גרויסע משפחות וואס פיטען שוין נישט אין קיין קארעלע, האב'ך געקוקט אויף קליינע קראסאווער עס יא וויס, איך קום צוריק צו א קאר,

די אפשענס פאר גוטע רעגולערע קארס איז בעיסקלי טאיואטע קעמרי, האנדא עקארד, ניסען אולטימע, פארד פיאזשען, אדער שעווי אימפעלע,

ןווייס איינער וועלעכע איז די בעסטע טשויס?

שכויעך!

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך יוני 13, 2018 5:10 pm

טאיאטע קעמרי איז מסתמא די טייערסטע, און די ניסען מסתמא די ביליגסטע

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך יוני 13, 2018 6:02 pm

די בעסטע טשויס אין וואס? אין דרייווען אדער פרייז??
אויכט דו רעדסט פין קויפן אדער ליסן? ווייל ליסן איז טאיאטע קעמרי ביליגער פון די עקארד.
אויכט האסט פארגעסן פון די האנדעי סאונעטע. כהער עס איז ביליג און כלל נישט שלעכט.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך יוני 13, 2018 6:03 pm

בד'ווו שעווי אימפעלע איז א ""גרויסע קאר"" ווי די טעיאטע אוואלאן. פאר מידסייז זוכסטו ליבערש א מאליבו.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג יוני 14, 2018 4:45 pm

שכויעך פאר אלע קאמענטס, היאנדעי האב'ך טאקע נישט געטראכט, קיינ'יין דיעלער האט'ס נאכנישט געאפפערט ביז היינט, דעס קומט טאקע אריין די ביליגסטע, אויכעט די פארד קומט אריין זייער ביליג

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דינסטאג יוני 19, 2018 12:01 pm

וואס זאגט דער עולם אויף א Kia Sedona ווען? פון צווישן אלע איז דאס די ביליגסטע אויפ'ן מארק יעצט
תורה איז די בעסטע סחורה.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג יוני 19, 2018 12:04 pm

געהערט אז ס'איז אקעי. דרייווט בעסער פונעם פעסיפיקע דזשאנק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 19, 2018 12:06 pm

די סעדאונע איז אבער לעהר אן גארנישט, ווען דו לייגסט צו די אפציעס וואס קומען אינקלודעט אין די טאיאטע האנדע ענדליכע טרים האלטסטו ביי די זעלבע.

חוץ אויב דו ווילסט קויפן פאר 0 עי פי אר
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 19, 2018 5:57 pm

ועוד, די סעדאונע קריגט א קליינע רידיזיין / אפגרעיד פאר יארע '19, דארף שוין צוזיין אינדרויסן ענדע זומער.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מיטוואך יוני 20, 2018 8:35 am

I have the Sedona and the Fusion, i like both of them

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך יוני 20, 2018 9:49 am

להוי ידוע אז ניסן קארס קאסטן מער אינשורענס ווי רוב אנדערע פירמעס.
א פשוטע איד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 21, 2018 10:00 am

farshlufen האט געשריבן:ועוד, די סעדאונע קריגט א קליינע רידיזיין / אפגרעיד פאר יארע '19, דארף שוין צוזיין אינדרויסן ענדע זומער.

https://www.caranddriver.com/news/2019- ... -info-news
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:28 pm

Naftule האט געשריבן:געהערט אז ס'איז אקעי. דרייווט בעסער פונעם פעסיפיקע דזשאנק

מיין חבר פארליעסט קארס
לויט זיין אינפא לעבסטו אין דמיון
דער איינציגסטע מענטש אויפן כדור הארץ צו זאגן אז פעסיפיקע איז דזשאנק
מאך א סורטש אנליין .עס איז די בעסטע מיניווען היינט צי טאגס אפשר די נייע אדיסי האט אפאר מעלות מער (און די פעסיפיקע האט אנדערע)
עס איז זייער שטארק געבויעט. פארט ממש א מחיה.....
וויבאלד איך נעם יעצט אויס א קאר האב איך געמאכט מיין ריסערטש
למשל געב א קוק דא אנצוהיייבן
https://www.thecarconnection.com/car-co ... edona_2018
עס פּאַקט איין די סעדאנע אין יעדע הינזיכט (נישט אז די סעדאנע איז שלעכט)

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:32 pm

איך האב גערעדט צו צוויי חברים וואס האבן פעסיפיקעס ביידע זאגן מיר צאל א הונדערטער מער פארן סיענע אדער אדעסי טאטש נישט דעם פעסיפיקע. אגב די אנליין ארטיקלן רעכן זיך צופיל מיט אלע טוי'ס וואס דער פעסיפיקע האט ווי אויך אז ס'איז ביליגער ווי די אנדערע צוויי וואס צוזאמען מאכט עס אז זיי זאלן עס געבן גוטע רעיטינגס.. אבער פאר אונז איז עס ווייניג נוגע

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:45 pm

איך דרייוו שוין די פעסיפיקע איבער א יאר, אין איך בין ברוך ה' העכסט צופרידן דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער, פארט פיין, האט אסאך פלאץ סיי פאר פעקלעך און סיי פאר פאסאנזשירן, ועל כולם וואס איך גלייך, די וועג ווי אזוי די זיצן לייגען זיך אראפ, אריין אין די ערד ווי א זייפן בלאז, אוי פלעג איך מיך מיטשענען מיטן ארויסנעמען די זיצן פון די אלטע קארס......

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:51 pm

איך דרייוו שוין די פעסיפיקע איבער א האלבע יאר. ס'איז גוט אין עטליכע הינזיכטן, ס'איז ביליג, האט אסאך פיטשעווקעס, פארט גאנץ גוט. אבער איך בענק מיך דאך צוריק נאך מיין סיענע.
די סיענע האט פיל א געשמאקערע און העכערע דרייווערס פאזיציע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג יוני 28, 2018 3:54 pm

די פראבלעם איז אז ס'איז דאך נישט ביליג, נאר ביליגער. מ'בעט 400 פאר א פעסיפיקע אויב מ'לייגט גארנישט אראפ. דאס איז ביליג?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 28, 2018 4:02 pm

ועוד, די שמאנצעס ע"ג שמאנצעס איז ע"פ רוב פאר די עלטערע דרייווערס א חסרון.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג יוני 28, 2018 4:59 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די סיענע האט פיל א געשמאקערע און העכערע דרייווערס פאזיציע.

אמת. דאס איז טאקע בעסער פאר אונז אידען.
איך זע ליינענדיג אז אין די אלגעמיינע וועלט איז א מיניווען נישט זייער פרעסטיזשפול און די קאמפאניס פרובירן עס צו מאכן אויסקוקן מער ווי א קאר, נידריגער און אנדערע שעיפ.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 28, 2018 5:02 pm

Naftule האט געשריבן:איך האב גערעדט צו צוויי חברים וואס האבן פעסיפיקעס ביידע זאגן מיר צאל א הונדערטער מער פארן סיענע אדער אדעסי טאטש נישט דעם פעסיפיקע. אגב די אנליין ארטיקלן רעכן זיך צופיל מיט אלע טוי'ס וואס דער פעסיפיקע האט ווי אויך אז ס'איז ביליגער ווי די אנדערע צוויי וואס צוזאמען מאכט עס אז זיי זאלן עס געבן גוטע רעיטינגס.. אבער פאר אונז איז עס ווייניג נוגע

100% גערעכט. גם אני מצטרף; ועצה טובה קמ"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 28, 2018 5:13 pm

יחזקאלע האט געשריבן:איך דרייוו שוין די פעסיפיקע איבער א יאר, אין איך בין ברוך ה' העכסט צופרידן דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער, פארט פיין, האט אסאך פלאץ סיי פאר פעקלעך און סיי פאר פאסאנזשירן, ועל כולם וואס איך גלייך, די וועג ווי אזוי די זיצן לייגען זיך אראפ, אריין אין די ערד ווי א זייפן בלאז, אוי פלעג איך מיך מיטשענען מיטן ארויסנעמען די זיצן פון די אלטע קארס......

ביזט גערעכט אז דער פאסיפיקע האט די אלע באקוועמיליכקייטען; אבער איז נישט אזא סעיף קאר ווי דער האנדא אדאסי. האט נישט דער זעלבער פיקאפ אויף בערג כאטש עס פארט געווענליך זייער פיין; און ועל כולם ליגט דער פאסיפיקע צו הויעך אויפען ראוד (לעומת די אדאסי וואס ליגט ווי א עלעפאנט פלאטשיק אויך דער ראוד); און כ'וואלט באטיטעלט דער פאסיפיקע ווי א באונסינג באל וואס אויב מען לאזט אפ דאס רעדל פאר א סעקונדע בשעת מען פארט זייער שנעל, זאל דער אייבערשטער שומר ומציל זיין.

ווען מען דרייווט די יאפאנעזער קארס דארף מען אויך געבען זייער אבאכט; אבער ממש נישט קייין פארגלייך צו די אדעסי וואס פארט שטארק אויפען ראוד.

נאכאמאל, פאר דעם וואס סעיפטי איז פורסט; צאל די עקסטערע הונדערטער און פאהר סעיף(ער). זאל זיך דיר דאכטען אז די צאלסט אינשורענס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 28, 2018 5:15 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך דרייוו שוין די פעסיפיקע איבער א האלבע יאר. ס'איז גוט אין עטליכע הינזיכטן, ס'איז ביליג, האט אסאך פיטשעווקעס, פארט גאנץ גוט. אבער איך בענק מיך דאך צוריק נאך מיין סיענע.
די סיענע האט פיל א געשמאקערע און העכערע דרייווערס פאזיציע.

ביזט נישט די איינציגסטע; א סאך בענקען זיך נאך זייער אלטע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג יוני 28, 2018 5:17 pm

SPUSMN האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:איך האב גערעדט צו צוויי חברים וואס האבן פעסיפיקעס ביידע זאגן מיר צאל א הונדערטער מער פארן סיענע אדער אדעסי טאטש נישט דעם פעסיפיקע. אגב די אנליין ארטיקלן רעכן זיך צופיל מיט אלע טוי'ס וואס דער פעסיפיקע האט ווי אויך אז ס'איז ביליגער ווי די אנדערע צוויי וואס צוזאמען מאכט עס אז זיי זאלן עס געבן גוטע רעיטינגס.. אבער פאר אונז איז עס ווייניג נוגע

100% גערעכט. גם אני מצטרף; ועצה טובה קמ"ל.

די פאסיפיקע האט נארישע פיטשערס למשל ס'לעשט זיך אויס ווען מ'סטאפט, יעדעס מאל וואס מ'צינדט אן די קאר ברויך מען פריש דריקן די באטן (שוין גערעדט אויבן), די USB הייבט זין פונ'ם 1'טן ניגון יעדעס מאל וואס מ'לעשט אויס די קאר, ועוד ועוד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 28, 2018 5:17 pm

farshlufen האט געשריבן:ועוד, די שמאנצעס ע"ג שמאנצעס איז ע"פ רוב פאר די עלטערע דרייווערס א חסרון.

ריכטיג; שווער זיך צו שפילען מיט די אלע טויס (עדזאסטען די אלע קנעפלעך) און האלטען קאנטראל איבער'ן קאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט