געקלאגט מיט פאלשע עקסידענט קלאגע (קעפל געטוישט)

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

געקלאגט מיט פאלשע עקסידענט קלאגע (קעפל געטוישט)

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:59 pm

א חבר מיינער וואס דרייט זיך נישט דא, איז ביטער אריינגעפאלן...

ומעשה שהי׳ כך הי׳:

בערך א יאר צירוק האט ער געהאט אן עקסידענט, ער האט געקרעשט אין א (נישט אידישן) פרוי׳ס קאר,
ס׳געווען נאטינג מעידזשאר, מ׳האטעס מסדר געווען אויפן פלאץ און ניטאמאל געריפן פאליס,
און זיכער נישט געברויכט קיין שפיטאל... שוין.

איצטער קריגט ער א קארט ארדער זיך צו שטעלן פארן געריכט, זי האט איינגעגעבן א lawsuit פון העכער א מעלאנע,
ווייל... זי האט ׳בעק-פעין׳....!

היות זי העטסעך ספראווען מיט דעים פאר איר גאנצן לעבן... מכלומפערשט...

וואס טוט מען??!

נ.ב. ער האט א הויז אויף זיין נאמען...

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:00 pm

מ'רופט א לויער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:03 pm

ער דארף זיי געקאווערט דורך קאר אינשארענס

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:05 pm

ווישוואש האט געשריבן:מ'רופט א לויער.

א לויער איז אויך נישט קיין קליין געלט... ניין?
מ׳רעדט בכלל נישט פון עמיצער וואס האט פון ווי צו נעמען.
יא, א הויז האטער, ברויך ער דאך וואוינען ערגעץ....

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:07 pm

ירנן האט געשריבן:ער דארף זיי געקאווערט דורך קאר אינשארענס

איך ווייס נישט פינקטליך די נומערן, אבער די אינשורענס קאווערט ווייט נישט דעם סכום,
מסתם האטער געהאט דעם מינימום...

א גולם
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:07 pm

זי האט פראאף פון די עקסידענט?

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

תגובהדורך ירנן » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:10 pm

קודם קאווערן זיי די לויער, ס'האט נישט מיט וויפיל זיי קלעימען

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:12 pm

ירנן האט געשריבן:קודם קאווערן זיי די לויער, ס'האט נישט מיט וויפיל זיי קלעימען

זיי שטעלן נישט אליין צו א לויער? ס'וועט דאך זיין זייער שאדן טאמער פארלירט ער די קעיס

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:15 pm

דריידל האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן:קודם קאווערן זיי די לויער, ס'האט נישט מיט וויפיל זיי קלעימען

זיי שטעלן נישט אליין צו א לויער? ס'וועט דאך זיין זייער שאדן טאמער פארלירט ער די קעיס

אויך געטראכט אזוי...
בינעך נייגעריג צו איינער דא האט שוין געהערט אזאנס, קענער שערן עקספיריענס

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:28 pm

ווען איז די קאורט דעיט? איך מיין אז עס איז נישט דא קיין מער פשוטע עצה, מען ברענגט ארויס עטליכע באסעס פון אנשי שלומינו און מען איבערצייגט די שופט אז כלל ישראל איז פאראייניגט און וועט נישט צולאזן אזאלכע פרעכע בלבולים פון די מרשעת אנטקעגן אייער חשובע חבר...








איך האף אז דו פארשטייסט אז ווען מען האט א געריכטליכע קלאגע מוז מען האבן קודם א לאיער. אפילו אויב עס וואלט מעגליך געווען אויפצוקומען מיט א וואזשנע חכמה וויאזוי די קלאגע זאל מיסטעריעז פארשווינדען ווערן, דארף עס אויך ווערן געטוהן מיט די באגלייטונג פון א לאיער.

דא קומט נישט קיין וד"ל וק"ל ואכמ"ל ווייל אפילו א מבין פארשטייט אויך אזא פשוטע קאנצעפט...

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:31 pm

איך טראכט ער זאל זיך פארבינדן מיט זיין אינשורענס און זעהן אויב עס איז עפעס וואס זיי קאווערן אפשר קענען זיי אים געבן זייער לויער אים צו פארטיידיגן עס איז מעגליך זיין אינשורענס וועט ארויפגיין

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:44 pm

איינער זאגט מיר פינקט אז ער האט געהערט לעצטענס פון איינעם וואס האט געהאט א ענליכע מעשה
אז פראגרעסיו האט אים ציגעשטעלט א לויער אויף זייער קאסע וואס האט געפירט די גאנצע קעיס

ביי יענעם האט זיך דער רשע נאך געמאכט בשעת דעם עקסידענט אז עפעס האט פאסירט און מהאט אים אריינגעפירט
ווי אויך האב איך פארשטאנען אז יענער דארף האבן שטארקע פראאף פון א דאקטאר אויפציווייזען אז די ריקן ווייטאג איז עכט און קימט טאקע פון א תוצאה פינעם עקסידענט

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:50 pm

לא כאן לא מרשעת לא רשע, אבל יש כאן "טרייען דאס לאק#

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » זונטאג פאברואר 16, 2020 9:01 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:לא כאן לא מרשעת לא רשע, אבל יש כאן "טרייען דאס לאק#

אה טרייען דאס לאק איז נישט קיין רשעות?

Maybe
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » זונטאג פאברואר 16, 2020 9:16 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:איינער זאגט מיר פינקט אז ער האט געהערט לעצטענס פון איינעם וואס האט געהאט א ענליכע מעשה
אז פראגרעסיו האט אים ציגעשטעלט א לויער אויף זייער קאסע וואס האט געפירט די גאנצע קעיס

ביי יענעם האט זיך דער רשע נאך געמאכט בשעת דעם עקסידענט אז עפעס האט פאסירט און מהאט אים אריינגעפירט
ווי אויך האב איך פארשטאנען אז יענער דארף האבן שטארקע פראאף פון א דאקטאר אויפציווייזען אז די ריקן ווייטאג איז עכט און קימט טאקע פון א תוצאה פינעם עקסידענט



I think all insurance companies provide

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג פאברואר 17, 2020 12:09 am

זאל דער אייבישטער העלפן אז אלעס זאל דורך גיין בשלום
אבער מען דארפ וויסען אז מען טאר נישט סעטעלען קיין עקסידענט אן קיין פאליס ריפארט, עס האט שוין ליידער געברענגט צו אסאך עגמת נפש
Get 3 for the price of 2
https://amzn.to/3gkEKRh

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:24 am

אזאנס נאך קיינמאל נישט בייגעוואוינט, די גאנצע אידישע וועלט קומט ארויס מיט א באשולדיגונג א קעיגן א מיסיס וואס איז געווען אינווואלווד אין א עקסידענט, אז זי מכלומרשט באקט א מעשה אז זי איז געשעדיגט געווארן...

לאמיר אדורך טאהן דער ענין בכובד ראש (נישט rush...) פארוואס קאן נישט זיין אז די רעבעצין האט באקומען ריקען ווייטאג געציילטע טעג נאכ׳ן עקסידענט? און לכבוד דעם האט מען איהר שוין משנה געווען די נאמען צו ׳מרשעת׳...וואסארא נאמען באקומט יעצט איהר מאן, ׳רשע׳...?!? ער האטעך זיכער ניט חוטא געוועזן...?!?

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:31 am

הרב_שלום האט געשריבן:זאל דער אייבישטער העלפן אז אלעס זאל דורך גיין בשלום
אבער מען דארפ וויסען אז מען טאר נישט סעטעלען קיין עקסידענט אן קיין פאליס ריפארט, עס האט שוין ליידער געברענגט צו אסאך עגמת נפש

סתם נייגעריג, וויאזוי קען בכלל קלעימן אן עקסידענט אן א רעפארט?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:49 am

פארציילט מיר א חבר לעצטנס, אז ער איז געפארן אמאל אין מאנהעטן, און ער איז געווען אביסל פארחלומט און נישט באמערקט אז ס'ווערט רויט און ער איז ווייטער געפארן, אבער צו זיין שלעכט מזל איז פונקט אין יענע מינוט געקומען צו פליען פון די אנדערע זייט א פולע 15 פעסינדזשער ווען מיט אלטע באבעס, אזא סארט נורסינג האום טראנספארטאציע ווען, און פאר וואס ווען ווי האט ער אריינגעשמיסן אין דעם ווען. עס איז געווען פונקט אינמיטן פון א זייער ביזי אונטערסעקשן, און די גאנצע טרעפיק איז געווארן פארלאזירט.

אלס איינער מיט די קאפ אויפן פלייצע, זעהנדיג כי כלתה אליו הרעה, די אנדרענילן האט איהם געקאכט, איז ער ארויס געלאפן פון זיין קאר און צוגעגאנגען מיט א געמאכטע שטארקייט צום דרייווער פונעם ווען און אנגעהויבן פארפירן הלמאי יענער איז דורכגעפארן א רויט לייט און גורם געווען אזא קראך, דער דרייווער אבער האט צוריקגעשריגן אז ניין דו ביסט געפארן ווען ס'געווען רויט, אזוי איז געגאנגען אהין און צוריק ביז דער דרייווער איז שוין געווארן ערנסט מסופק אז אפשר איז ער טאקע שולדיג. און מיין חבר זאגט מיר אז ער איז געווען אזוי נישט מסודר בשעת מעשה אז ער אליין האט שוין באמת געגלייבט אז יענער איז גאר אריינגעפארן אין איהם...

די פאליס איז אנגעקומען און האבן געמאכט א פאליס רעפארט, און אריינגעשריבן די מעשה דברים כהוויתן, אז ס'געווען דא א קרעש אבער ס'נישט קלאר ווער ס'האט אריינגעפארן אין וועם.

נאכן פאליס ריפארט זעהט ער ווי ס'קומען צו פארן צענדליגע צענדליגע אמבולאנסן, וואס איז? די אלטע באבעס טענהן כולם פה אחד אז זיי זענען שרעקלעך געשעדיגט געווארן פונעם עקסידענט, און זיי מוזן אריינפארן אין שפיטאל, אזוי איז געקומען אזא 12 אמבולאנסן און אריינגעפירט די אלע 'געשעדיגטע' אין שפיטאל אריין, ס'געווען א אינטערעסאנטע ספאקטאל מיטצוהאלטן ווי יעדער איז אראפגעקומען פונעם ווען אויף אנדערע מאדנע אופן איינער צוהינקעט דער צווייטער פארבויגן אין דרייען, א. א. וו. צו דעמאנסטרירן ווי צומזיק'ט זיי זענען געווארן כדי צו קענען שפעטער סוען די אינשורענס.

עכ"פ ער זאגט מיר אז ס'איז איהם ממש געקומען צו לאכן זעהנדיג די באהאלטענע שמחה וואס די חברה האבן געהאט, אז זיי האבן זוכה געווען צו אזא צרה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג פאברואר 17, 2020 9:00 am

זעהענדיג די קעפעל האב איך זיך זייער דערשראקען, איך האב געמיינט דו האסט עפעס שלום בית פראבלעמען, זעה איך ס'איז נאר א עקסידענט מיט אינשארענץ...... בארוהיגט!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג פאברואר 17, 2020 9:23 am

מחנך האט געשריבן:זעהענדיג די קעפעל האב איך זיך זייער דערשראקען, איך האב געמיינט דו האסט עפעס שלום בית פראבלעמען, זעה איך ס'איז נאר א עקסידענט מיט אינשארענץ...... בארוהיגט!

און מיר האט דער אשכול פיין צעטרייסלט. ס'זאל זיך ביי קיינעם נישט מאכן אזא אנשיקעניש, ווייל ווען יא פילט מען ווי מ'פארלירט דעם קאפ פון עגמ"נ.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג פאברואר 17, 2020 10:10 am

נאך איינער האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:זאל דער אייבישטער העלפן אז אלעס זאל דורך גיין בשלום
אבער מען דארפ וויסען אז מען טאר נישט סעטעלען קיין עקסידענט אן קיין פאליס ריפארט, עס האט שוין ליידער געברענגט צו אסאך עגמת נפש

סתם נייגעריג, וויאזוי קען בכלל קלעימן אן עקסידענט אן א רעפארט?


עס איז דא היינט אויגעליך איבעראל
Get 3 for the price of 2
https://amzn.to/3gkEKRh

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

שמייחל
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:41 am

תגובהדורך שמייחל » מאנטאג פאברואר 17, 2020 10:52 am

כ'האלט יעצט מיט א מעשה ווי איינער ווערט געקלאגט שוין צום פערטן אדער פינפנטן מאל צוליב אן אזויגערופענער עקסידענט, יענער האט געדרייווט א טראק און אריבערגעפארן א שמאלע פלאץ ווי עס איז געשטאנען א קאר דאבל פארקד, און צוויי חברה האבן אים געהאלפן אריבערפארן אן צורירן דעם קאר. שפעטער איז ארויסגעוואקסן אן אלטער ספאנישער זכר און אנגעהויבן פארפירן אז מ'האט אים צוקריצט זיין קאר... דער טראק איז שוין דאן געווען פארקירט און מ'האט געזאגט דעם ערל אז ער זאל פרובירן זיין מזל ביי א צווייטן.

האט ער פרובירט מוציא זיין פון דעם טראק'ס אינשורענס, אבער ווען די אינשורענס פירמע האט זיך פארבינדן מיט דעם איד צו הערן זיין צד אין די מעשה, האבן זיי פארשטייט זיך נישט געשפייזט יענעם.

איז ער געגאנגען אין געריכט און געקלאגט דעם קאמפאני אונטער וועם דער טראק איז רעגיסטרירט, און אזויווי ער האט נישט געהאט קיין קלארע באווייזן אז דער טראק האט אים געשעדיגט, איז דער איד ארויס גערעכט.

אצינד ביים געריכט איז ער שוין געוואר געווארן דעם נאמען פון דעם איד, און אזויווי ער האט פארלוירן ביים קלאגן די אייגנטומער פונ'עם טראק איז ער געגאנגען נאכאמאל אין געריכט קלאגן דעם דרייווער פערזענליך, און דאן האט דער דרייווער פונקט נישט געקענט אראפגיין אינ'עם באשטימיטן טאג, האט ער געמאלדן אין געריכט אז ער קען נישט קומען, און זיי האבן עס אנגענומען און באשטימט א נייעם טאג, אבער דער איד איז נישט געווארן אינפארמירט אויב דער שופט האט אנגענומען זיין נישט קומען און אויב עס איז באשטימט געווארן א נייער דאטום. דערווייל איז אנגעקומען דער דאטום און דער איד - נישט וויסנדיג אז ער דארף היינט גיין אין געריכט - איז נישט ערשינען, און פארשטייט זיך אז דער ערל האט ביי דיפאלט געקריגן א פסק אז דער איד דארף אים שענקען אן ערך פון $5000. און דער איד האט געקריגן דעם פסק אין די פאסט.

דער איד האט קודם געלאזט די זאך לויפן, און דער ערל איז ביזדערווייל געלאפן וואו ער האט געקענט און פרובירט מוציא זיין זיין לאנג ערווארטעטע געלט. ער האט זיך פארבינדן מיט די אינשורענס קאמפאני, און זיי געוויזן דעם פסק, די אינשורענס פירמע האט זיך תיכף פארבינדן מיט'ן איד, און נאכ'ן הערן וואס טוט זיך, האבן זיי אים געזאגט אז ער וואלט געדארפט תיכף זיך פארבינדן מיט זיי, אבער זיי האבן געשיקט זייער לויער פרובירן צו טון וואס מעגליך, און מ'האט צוריק געעפנט דעם פסק, און דער איד איז צום צווייטן מאל ארויס גערעכט.

נו, מאויבי תחכמני, דער ערל איז געגאנגען א דריטן מאל צום געריכט, דאסמאל אקעגן די קאמפאני פון די טראק. און דער איד האט תיכף דאס איינגעמאלדן פאר'ן לויער, און דער שופט האט ארויסגעווארפן דעם קלאגע נאכ'ן טענה פונ'עם לויער אז דער ערל הערט נישט אויף צו קלאגן איינמאל און נאכאמאל.

כ'געדענק נישט פונקטליך אלע גלגולים וויפיל מאל דער קלאגע איז אנגעקומען איר געריכט, אבער כהיום איז שוין דא א פרישער דאטום (!) אבער דאסמאל איז שוין דער לויער אומגעדולדיג און ער זאגט צו א הייסע נקמה, ער וויל פארלאנגען פונ'עם שופט צו באשטראפן דעם ערל כדבעי פאר'ן אזויפיל מטריח זיין דעם געריכט.

עס קומט חודש אדר זאל דער רבש"ע העלפן אז דער איד זאל זען א פייערדיגער נצחון אין דעם צודרייטן אנשיקעניש.

איך ווייס אויך פון א אינגערמאן וועלכע איז געווען אינוואלווד אין אן עקסידענט ווי א גוי איז אריינגעפארן אין זיין לעין אין צוקוועטשט זיין קאר מיט אים און זיין ווייב און קינדער, אלע זענען געווארן אפגעפירט אין שפיטאל צוקלאפט, אבער ב"ה נישט ערנסט געשעדיגט, נאך א קורצע צייט איז ב"ה יעדער באפרייט געווארן פון שפיטאל. דער גוי האט געהאט א גוטן פאליסי, אבער דער אינגערמאן דארף יעדע שטיק צייט גיין צום דאקטער און צו טעראפיסטן מיט זיין גאנצע משפחה, כדי אויפצוווייזן אז זיי זענען באמת געשעדיגט געווארן, און כולי האי ואולי האפט ער עפעס אויסצוזויגן.

הנוגע למעשה,
1) דער איד פון די ערשטע מעשה האט קיין איין דאלער נישט געדארפט ארויסנעמען פון זיין טאש פאר'ן לויער אלעס האט די אינשורענס קאמפאני באצאלט.
2) מען קען נישט נעמען יענעמ'ס הויז בעפאר מען נעמט פון זיין אינשורענס, דעריבער האט די אינשורענס קאמפאני אן אינטערעס צו פייטן דעם קלאגע.
3) מען דארף מעלדן פאר די אינשורענס קאמפאני תיכף ווען מען קריגט די הזמנה ווייל שפעטער ווערן זאכן מער קאמפליצירט.
4) עס איז נישט אזוי גרינג ארויסצובאקומען געלט מיט'ן תירוץ אז מ'האט בעק פעין.

בכל אופן, עס איז נישט קיין צוקער וואסער אריבערצוגיין אזא פרשה, אבער עס דארף זיין גענוג ערנסט און אמת'דיג אז מ'זאל קענען עפעס ארויסקוועטשן.
זאל דער רבש"ע באהיטן אלע אידן פון אלעם בייזן

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג פאברואר 17, 2020 11:37 am

געטוישט דעם קעפל, ס'זאל בעסער רעפלעקטירן די אינהאלט.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

בארבער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

תגובהדורך בארבער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 6:16 am

האב איך געהאט א מעשה מיט א איד וואס האט מיך געטרייט צו סוען פאר א פיצי עקסידענט, די אינשורענס האט באצאלט די לויער און ער האט גארנישט באקומען.

ווען די קלעים האט זיך גענדיגט נאך א גוטע פאר יאר און איך האב געדארפט רינאוען די אינשורענס האבן זיי מיך געשיקט אז זיי רינאוען נישט מיין פאלאסי אין איך האב געדארפט זיכען אנדערע אינשורענס, פארשטייט זיך סאיז געווען אביסל טייערער


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט