האט איר שוין באקומען א ספידינג טיקעט אונטער...?

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

האט איר שוין באקומען א ספידינג טיקעט אונטער...?

אויפן פאליסעדס אונטער 70
2
3%
אויפן פאליסעידס אונטער 65
2
3%
אויפן נ.ז. טארנפייק אונטער 80
1
2%
אויפן גארדען סטעיט פארקוועי אונטער 80
2
3%
אויפן טראוועי אונטער 80
6
9%
בכלל אויפן בי קיו אי
2
3%
אין די סיטי אונטער 35
1
2%
איך דרייוו כסדר אויף אזעלכע ספידס אין די דערמאנטע מקומות און קיינמאל באקומען א טיקעט
48
75%
 
סך הכל שטימען: 64

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלמוני »

מחשב האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:אדורך פארן א רויט לייט מילא, אבער ספיד לימיט?! אסאך פון די לימיטס האבן נישט קיין שום זין... קענסט מיר זאגן למשל פארוואס די פאליסעידס איז א 50 מפ"ש זאון?! מקען ממש משוגע ווערן ווען איינער פארט דארט אויף 50!...

איך זעה נישט קיין דירעקטע קשר פון ספיד לימיטס מיט ונשמרתם, נאר ענדערש קאפריזן פון די באערדע, אדער פשוט א וועג אויסצוקוועטשן געלט פון פארלעצערס...

די ספיד לימיט איז געמאכט אז מ'זאל קענען סטאפן שנעלער, מסתמא ווענדט זיך עס ווי געדרייט די ראוד איז, אדער לויט די אנגעשטויסענקייט פון די ראודס, ווי למשל אין די סיטי, וווי די ספיד לימיט איז 45, אדער ווי שמאל די ראודס זענען, ווי למשל דער הארלעם ריווער דרייוו איז 50 בעת דער FDR איז 45 ווייל עס ווערט שמעלער און מער קארס געפינען זיך דארט, וכו'

ביאורים זענען דא, אבער זיכער קען מען נישט פארענטפערן יעדע זאך פארוואס און פארווען.

און וואו כאפט א נפק״מ פון די גארדען סטעיט וואס איז 65 צו די פאלאסעידס וואס געט קוים א קארגע פופציגער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

א גרויסע חילוק, די גארדן סטעיט איז א שיינע ברייטע ליידיגע הייועי גראד. משא"כ פאליסעידס א געדרייטע שמאלע טונקעלע 2 ליניע'דיגע הייוועי.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מחשב האט געשריבן:א גרויסע חילוק, די גארדן סטעיט איז א שיינע ברייטע ליידיגע הייועי גראד. משא"כ פאליסעידס א געדרייטע שמאלע טונקעלע 2 ליניע'דיגע הייוועי.

און די 4? און די דשערסי 17?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

דשערסי 17 איז א געשמאקע ראוד 3 ברייטע לעינס פריש געפעיווד, אבער די ספיעד איז 55 און חלקים (ווי עס איז דא אסאך געשעפטען)נאר 50 איז באמת האט עס טאקע נישט קיין פשט, אבער מען האט שוין דא ערגעץ אמאל גערעדט דערפון, אז א סטעיט הייוועי דארף זיין נידריגער ווי אינטערסטעיט, גיי פארשטיי
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

אחת ואחת האט געשריבן: אבער מען האט שוין דא ערגעץ אמאל גערעדט דערפון, אז א סטעיט הייוועי דארף זיין נידריגער ווי אינטערסטעיט, גיי פארשטיי

די טראוועי איז די זעלבע ספיד ווי די 17
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

מיר האט עפעס אויך נישט געמאכט קיין סענטס אבער עפעס אזוי איז געגאנדען די שמועס דא, אויב האסט נערווען קענסט עס אויפזוכן
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

קהל עדתינו האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:א קוויטעל מיילע אבער וואס איז מיט ונשמרתם? איך וואלט נישט געוואלט זיין דארט אין קאר

אמאל געהערט פון א ת"ח אז פארן העכער די ספיד איז אן איסור דאורייתא אלץ ונשמרתם ווי אויך אז ווען עס זאל ווען זיין קארס בימי השו"ע וואל געווען א סעיף אין מחבר אז מטאר נישט אדורך פארו א רויט לייט/סקול באס/ספידינג וכדומה

א איד האט מיר פארציילט אז איינער איז געקומען צו הגה"ק מפאפא זצ"ל און זיך אויסגערעדט אז ע האט געמאכט אן עקסידענט און איינער איז געהרג'ט געווארן ה"י האט אים פאפא רב געזאגט אז טאמער ביזטו אדורך געפארן א רויט לייט האסטו א דין רוצח!

זייער אסאך מאל איז די לעגאלע ספיד לימיט בכלל נישט די מאקסימום ספיד צו קענען דרייוון סעיף,

רוב פלעצער אויפן 17 ווי ס'גייט אראפ צו 55 אנשטאטס 65 איזעס צוליב די לאוקעל טאונס ווילן קענען מאכן מער געלט און נישט ווייל די פאר מייל איז שווערער צו דרייוון.

געווען פאריגע וואך גאנץ א אינטערעסאנטער ארטיקעל אין די צייטונג אז די נארמאלע ספיד דארף צו זיין וואס 85% פארן, ד"מ אז אויב גאנצע 85% דרייווערס פארן שנעלער ווי 50 אויפן פאליסייד אדער אויפן NJ 17 מיינט עס אז די ערלויבטע ספיד לימיט איז צו נידעריג.
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געהערט אמאל פון ר' הערש מיילעך וו"ב זז"ג אז ווען ער האט באקומען לייסענס איז ער אריין צום סאטמארער רבי' זצ"ל בעטן א ברכה, האט אים דער רבי שטארק אנגעזאגט אז ער זאל זעהן צו פאלגן ערליך אלע דרייוון געזעצן.

און ער האט אים געזאגט דערביי א שטארקע ווארט, אז געווענליך ווען די שטאט מאכט געזעצן האבן די פאליטישאנס אלע ערליי זייטיגע חשבונות און נגיעות פארוואס זיי מאכן דעם געזעץ, מילא איז מאן יימר אז איך דארף זיי באמת פונקטליך נאכטאנצן זייערע משוגעת'ן, אבער ביי די געזעצן וואס זענען נוגע צום דרייוון איז עס עפי"ר געמאכט צו אפהאלטן מענטשן פון א סכנה, און די סיבה פאר די רולס זענען פארן וואוילזיין פונעם מענטשהייט, מילא דארף מען די געזעצן אסאך מער אבאכט געבן צו פאלגן, ווייל אויב זיי האבן אזוי איינגעפירט איז עס געווענליך די מערסטע פארזיכערסטע וועג זיך צו פירן, און מ'ווערט מחויב עפ"י תורה דאס צו פאלגן.

און ער האט אים אויך געזאגט אז אויב מ'פאלגט די געזעצן האט מען סייעתא דשמיא און מ'ווערט אפגעהיטן פון הימל פון שאדן.

(דער בעל מספר איז נאך דא מיט אונז לאויו"ש, און מ'קען אים אליינס פרעגן די פונקטליכע פרטים).
---
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

חלהדעקל האט געשריבן:רוב פלעצער אויפן 17 ווי ס'גייט אראפ צו 55 אנשטאטס 65 איזעס צוליב די לאוקעל טאונס ווילן קענען מאכן מער געלט און נישט ווייל די פאר מייל איז שווערער צו דרייוון.

לויט ווי איך האב פארשטענען לויט מיינע אייגענע השערות, איז די פלעצער ווי סאיז שטארק בערגיג ווערט עס 55
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

באקומען אויפן פראספעק עקספרעסוועי
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

געהערט פון א מקור מוסמך אז די פאליציי האבן אין געזאגט אז זיי געבן נישט אוין טראוועי אינטער 78, וואלט געווען כדי צו לייגן אויף אנקעטע צו איינער האט שוין באקומען אינטער 78
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

פריילעך אידל האט געשריבן:

אדורך פארן א רויט לייט מילא, אבער ספיד לימיט?! אסאך פון די לימיטס האבן נישט קיין שום זין... קענסט מיר זאגן למשל פארוואס די פאליסעידס איז א 50 מפ"ש זאון?! מקען ממש משוגע ווערן ווען איינער פארט דארט אויף 50!...

איך זעה נישט קיין דירעקטע קשר פון ספיד לימיטס מיט ונשמרתם, נאר ענדערש קאפריזן פון די באערדע, אדער פשוט א וועג אויסצוקוועטשן געלט פון פארלעצערס...

איך ניץ היבש דעם פאלעסיידס דער עולם דרייווד דארט אויף 70 אין גרויסן, איך בין אבער קיינמאל נישט משוגע געווארן פון דרייוון דארט אויף 55 (האניש מורא איך בין נישט דער וואס איז דיר געשטאנען אין וועג איך ווייס וויזוי צו שערן די ראוד) משוגע ווערן האט צוטוען מיט די נערוון גארנישט מיט די ספיד לימיט

הערסט אמאל א מעשה אז א גוי האט אריין געשמעטערט אין א בוים אויפן פאלעסעידס וועגן א הערש אדער וועגן די וועטער, ווען ער פארט אויף 55 איז עס לעס לייקלי צו געשען, ווי ווען ער פארט אויף 70
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

HelpMe האט געשריבן:באקומען אויפן פראספעק עקספרעסוועי

דארט איז זייער גרינג צו באקומען
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האש שלי »

nmi האט געשריבן:איך דרייוו כסדר הויך אויפן הייוועי. איך דרייוו סעיף און איך טוה נישט קיין משוגענע זאכן און קיינמאל קיין קוויטל נישט באקומען ב"ה.
איך בין איינמאל אויפן טראוועי צוריק קומענדיג פון קענעדע געפארן אויף 125 (believe it or not) פאר איבער 100 מייל און עס דורך געלעבט ב"ה בשלום. טריי עס נישט אויס ווייל אויב א פאליס כאפט דיר...קענסטו דיר קויפן א בייק... אבער א חודש שעטער.

איך האב מורא אז די ווייזערל פון די ספיד איז צובראכן און דיין קאר. טשעק עס אויס...
בא לחזק ונמצא חוזק
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איש האשכולות האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך דרייוו כסדר הויך אויפן הייוועי. איך דרייוו סעיף און איך טוה נישט קיין משוגענע זאכן און קיינמאל קיין קוויטל נישט באקומען ב"ה.
איך בין איינמאל אויפן טראוועי צוריק קומענדיג פון קענעדע געפארן אויף 125 (believe it or not) פאר איבער 100 מייל און עס דורך געלעבט ב"ה בשלום. טריי עס נישט אויס ווייל אויב א פאליס כאפט דיר...קענסטו דיר קויפן א בייק... אבער א חודש שעטער.

געהערט א מורא'דיגע מעשה: צוויי יונגעלייט זענען געפארן צום טאהש'ן רבין, ווען זיי זענען אריין צום רבין האט ער זיי אויסגעפרעגט פארשידענע שאלות,
איינער פון די שאלות איז געווען וויאזוי איז געווען די וועג אהער וכדו', האט זיך איינער פון די צוויי אנגערופן אז ס'איז געווען א שנעלע וועג ב"ה, ובתוך כדי דיבור געזאגט אז מ'איז געפארן אביסל שנעלער ווי ערלויבט,

האט זיך די רבי אנגערופן: ווען עטץ זענטס געפארן שנעל זענט עטץ געווען אין א סכנה, מ'האט פון הימל באשערט אז ס'זאל גארנישט פאסירן מיט ענק,
אבער וויסן זאלן ענק אז מ'האט אויף יענע וועלט געברויכט אראפרעכענען פון ענקערע זכותים,
במילא האט זיך די גאנצע זאך נישט געלוינט...

איך האב אמאל געהאט די זכיה צו דרייוון א באקאנטע משפיע, א גאר גרויסע איד אין מיין קאר און אינמיטן וועג האב איך אנגעהויבן געבן אביסעלע געז.. האט ער זיך אנגערופן ממש די ווערטער ״ס׳לוינט נישט די ביסעלע הנאה פון דרייוון שנעל פאר די זכותים וואס מען פארלירט צוליב דעם״ ״מענטשן כאפן נישט וואס זיי טוהן צו זיך ווען זיי פארן שנעל״ עכ״ד..
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פארשטייט זיך אז מ'ארף אביסעלע פארשטיין צו דרייווען אויך, דאס אז איינער וואס ווייסט נישט ווי אזוי א רעדל קוקט אויס האט מורא, זאגט נאכנישט אלעס.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

מחשב האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מ'ארף אביסעלע פארשטיין צו דרייווען אויך, דאס אז איינער וואס ווייסט נישט ווי אזוי א רעדל קוקט אויס האט מורא, זאגט נאכנישט אלעס.

אין הכי נמי
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

nmi האט געשריבן:איך דרייוו כסדר הויך אויפן הייוועי. איך דרייוו סעיף און איך טוה נישט קיין משוגענע זאכן און קיינמאל קיין קוויטל נישט באקומען ב"ה.

nmi האט געשריבן:איך בין איינמאל אויפן טראוועי צוריק קומענדיג פון קענעדע געפארן אויף 125 (believe it or not) פאר איבער 100 מייל

קשיא דידיה אדידיה
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

האש שלי האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך דרייוו כסדר הויך אויפן הייוועי. איך דרייוו סעיף און איך טוה נישט קיין משוגענע זאכן און קיינמאל קיין קוויטל נישט באקומען ב"ה.
איך בין איינמאל אויפן טראוועי צוריק קומענדיג פון קענעדע געפארן אויף 125 (believe it or not) פאר איבער 100 מייל און עס דורך געלעבט ב"ה בשלום. טריי עס נישט אויס ווייל אויב א פאליס כאפט דיר...קענסטו דיר קויפן א בייק... אבער א חודש שעטער.

איך האב מורא אז די ווייזערל פון די ספיד איז צובראכן און דיין קאר. טשעק עס אויס...

די קאר האט געוויזן אויף 125 און די GPS אויף 123
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
עוד הם מדברים
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד הם מדברים »

nmi האט געשריבן:איך דרייוו כסדר הויך אויפן הייוועי. איך דרייוו סעיף און איך טוה נישט קיין משוגענע זאכן און קיינמאל קיין קוויטל נישט באקומען ב"ה.
איך בין איינמאל אויפן טראוועי צוריק קומענדיג פון קענעדע געפארן אויף 125 (believe it or not) פאר איבער 100 מייל און עס דורך געלעבט ב"ה בשלום. טריי עס נישט אויס ווייל אויב א פאליס כאפט דיר...קענסטו דיר קויפן א בייק... אבער א חודש שעטער.

וועלכע חלק פון דרייוון אויף 125 הייסט ביי דיר נישט טוהן קיין משוגענע זאכן?? און וויאזוי קענסטו דיך רימען אז דו דרייווסט סעיף ווען דו טוהסט אזא סכנה'דיגע זאך.

דו טארסט נישט זיין אויפן ראוד, פארן אויף 125 איז א געפערלעכע עוולה, דו שטעלסט נישט נאר איין דיין אייגן לעבן, נאר אויך דיינע פאסאנזשירן און אנדערע קארס אויפן ראוד( אסאך פון זיי יודן). איך קען נישט גלייבן אז צענדליגע תגובות זענען געשריבן געווארן און קיינער האט דיר נישט פארשריגן.

איך ווייס נישט צו איך מעג אזוי רעדן, אבער איך האף אז דו גייסט טאקע באקומען אזא סארט קוויטל וואס מאכט דיר זעלבסט דרייוון א בייק, אנשטאט א קאר. מ'דארף עס פון דיר צונעמען. דו ביסט פון די יחידים וואס קוקן אן א קאר ווי א טוי וואס מ'האט פאן מיט דעם, אדער וואקסטו אויף אדער גיבסטו אויף דיין שיינע גרויסע טוי.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

עוד הם מדברים האט געשריבן:

קוק צוריק וועסטו זעהן אז איך האב שוין יא געכאפט דא דארט. און צווייטנס נאך אינמיטן וועג האב איך שוין געכאפט וואס איך האב געטוהן. דריטנס איך האב געהאט א אנגעפילטע קאר מיט מענטשן און פון די לאנגע וועג האט קיינער נישט געכאפט ווי הויך איך בין געווען. ווען איך האב עס באמערקט און זיי עס געוויזן האט עס פאר זיי אויך נישט אויסגעקוקט אז ס'איז טאקע אזוי שנעל. ווי געשריבן איז א אינטערסטעט אסאך גראדער און מ'קען פארן גאר שנעל ווען ס'דאכט זיך אז מ'איז בלויז אויף 80. פרעג דיר נאך ביי דיע וואס פארן כסדר אויף דעי הייועיס. דאס בארעכטיגט נישט אז מ'קען עס טוהן אבער אז ס'מאכט זיך אמאל א אונס... איז אנדערש
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

האש שלי האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך דרייוו כסדר הויך אויפן הייוועי. איך דרייוו סעיף און איך טוה נישט קיין משוגענע זאכן און קיינמאל קיין קוויטל נישט באקומען ב"ה.
איך בין איינמאל אויפן טראוועי צוריק קומענדיג פון קענעדע געפארן אויף 125 (believe it or not) פאר איבער 100 מייל און עס דורך געלעבט ב"ה בשלום. טריי עס נישט אויס ווייל אויב א פאליס כאפט דיר...קענסטו דיר קויפן א בייק... אבער א חודש שעטער.

איך האב מורא אז די ווייזערל פון די ספיד איז צובראכן און דיין קאר. טשעק עס אויס...

Don't worry it was KM
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איך וואין אין ניו יארק און אלעס איז ביי מיר אנגעשטעלט אויף mile
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

סתם פאר אינטערעסאנטקייט!

אין ניו יארק סטעיט איז נישט ערלויבט קיין ספיד לימיד העכער 65 MPH

אביסל היסטאריע:
אין יארע 1973 תשל"ג בשעת די יום כיפור מלחמה, האבן זיך צוזאמגענומען די אראבישע לענדער וואס פראדוצירן אויל באקאנט אלס די OAPEC און באשלאסן אלץ שטראף צו ארויפלייגן אן עמבארגא אויף די לענדער וואס האבן געשטיצט מדינת־ישׂראל, אריינגערעכנט אמעריקע, ענגלאנד, קאנאדע, און נאך עטליכע לענדער. ווי אויך האבן זיי געשניטן די סכום אויל וואס זיי האבן פראדוצירט צו ארום 25% - 30.

און ריזאלט איז די פרייז פאר א פעסל אויל געשטיגן פון ארום $3.00 צו כמעט $12.00 ביי די ענד פון די עמבארגא!

אין ליכט פון די אויל קריזיס האט קאנגרעס דורכגעפירט א געזעץ וואס האט ארויסגעגעבן א פעדעראלע מאקסימום ספיד לימיט פון 55 MPH כדי צו שפארן גאזאלין!!! (גיי פארשטיי וויאזוי מ'שפארט גאזאלין ווען מ'פארט שטייטער?!..)

דאס מיינט אז אין גאנץ יונייטעד סטעיטס נישט געווען ערלויבט צו פארן העכער 55 MPH!!

אין יאר 1995 למספרם האט קאנגרעס אראפגענומען די פעדעראלע לימיט, און ערלויבט פאר יעדע סטעיט צו מאכן זייערע אייגענע געזעצן.

היינט צוטאגס איז די מאקסימום ספיד לימיט אין רוב סטעיטס צווישן 70 - 75 MPH.
די סטעיט מיט די העכסטע ספיד לימיט אין לאנד איז טעקסאס מיט א מאקסימום ספיד לימיט פון 85 MPH אויף איין ראוד נעבן אוסטין טעקסאס.

בילד

גענומען דאס בילד פון דא
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אני הקטן האב אויפן נ.י. 17 באקומען טיקעטס און אויך אויפן טרווועי נישט ווייט פונעם טעפענזי אויפן וועסטטשעסטער זייט האט מען מיר אפגעשטעלט אבער נישט באקומען קיין טיקעט בזכות שבת אין א ווינטערדיגן פרייטיג.
גאר לעצטנס באקומען אויף מקדאנעלד עוועניו נעבן בארא פארק געקלאקט אויף 41
אויסערדעם אויפן פאליסעידס האב איך שוין אפילו געפעסט אין די ניו יארקער זייט אויף 70 עטליכע מאל כאילו לא הי׳
אגב אלע מאל וואס מע האט מיר אפגעשטעלט איז געווע א פאל וואס סיי איך און סיי די פעסענדזשערס האבן פארגעסן תפילת הדרך
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”