בלאט 1 פון 169

הילף איבער א טיקעט

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2007 2:21 am
דורך מעסטערמיינד
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין די וואך אין מאנסי, היות איך קען מיך אבער נישט אויס אין מאנסי האב איך געמאכט א לינקס צו די גאס וואס לויפט נעבן כל טוב'ס רעסטעראנט, (קומענדיג פון וואלמארט אויפן 59) עני וועי אינעם פארקינג לאט פון כל טוב זיצט געפארקט א פאליס מאן מיט זיין שיינם נייעם עס יו ווי, און אזוי ווי ער זעהט מיך האט ער זיך דערפרייט, כ'האב גלייך געוויסט אז עפעס האב איך געטוהן ראנג סאו איך מאך מיך ווי גלייך איך ווייס נישט פון גארנישט איך פארק מיך אריין אינעם גרויסען ליידיגען שטח א קעגן איבער, נו נו.

דער פאליציי מאן טראכט נישט קיין צוויי און קומט אריבער צו פארן מיט זיין קאר און שטעלט זיך אינדערזייט פון מיר, קומט צו די ווינדאו כ'זאג אים היי און ער בעט מיך לייסענס און רעגעסטרעישן פליז, נו ווער בין איך נישט צו פאלגן סאו איך גיב אים עס אהין אן אים צו פרעגן אפי' ווי וואס ווען און פארוואס, כ'מיין וואס זאל איך אים געבן די הנאה אז ער איז בעה"ב איבער מיר און אז ער איז שטערקער פון מיר, (סארי ס'איז א חלק פון מיין שמינית שבשמינית זיך נישט אראפצולאזן צו קיינעם געווענליך) עני וועי ס'האט אים נישט געפאסט, סאו איך גיב אים אזוי איבער מיין לייסענעס און רעגעסטראמיע, זעה איך ווי ער קווענקעלט א מינוט ביז ער גיבט זיך א רוף אן דו יו נאו וויי א סטאפ יו, זאג איך אים בלויז נאו זאגט ער מיך אז איך האב געמאכט אלינקס אויף א גאס וואס מען טאר נישט, און ס'איז דא א סיין אז מ'טאר נישט, , זאג איך אים וועל איי דיט נאט סי איט. שוין. ער גייט צו זיין קאר און קומט צוריק נאך זיבן מינוט און דערלאנגט מיר א טיקעט, און פאנגט אן צו געבן אינסטראקשענס ווי אזוי צו פליען גילטי וכדומה, זאג איך אים טענק יו איי נאו, איך נעם דעם טיקעט, צו קנייטש עס אין צוויי אריינגפאקט אין לעדעלע און איך פאר זיך אוועק.

איצטערט ס'איז שוין דורך כמה וכמה יארן ב"ה וואס איך האב נישט באקומען קיין טיקעט, פשוט ווייל איך פאלג געווענליך דאס געזעץ, דרייו מיט סיטבעלטס אנע סעלפאון ספיד נישט וכדומה וכדומה, סאו בין איך דא אין א שטיקל פארלעגענהייט, פשוט כ'ווייס נישט וואס אזא טיקעט קאסט, איז עס פאונטס אדער נאר געלט, הייסט עס א מאווינג ווייעלעישען אדער וואס, און אויב יא וואס איז דער שטראף דערפאר?

און נאך א זאך ווער קען זיך אויס מיט די טאון אוו רעמעפאו, זענען זיי שטרענג אדער וואס, לוינט זיך אליינ'ס צו גיין אין קאורט אדער אפשר נעמען א לויער?

עני העלפ וואלד בי גרעיטלי עפרישיעטעד, יישר כוח למפרע פאר ווער עס קען מיר דא ארויס העלפען מיט נוצליכע אינפארמאציע.

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2007 12:31 pm
דורך יגרסהדותא
א גוטן מעסטער; (ראשית כל, איך גלייב נישט אז ס'איז נאך דא יונגעלייט וואס ספידן נישט און רעדן נישט אויפן סעל, איך גלייב אז ס'איז נאר א דזשאק..)

וויפיל איך ווייס:
1. ס'הייסט א "מאווינג ווייעלעישען".

2. טאון אוו רעמעפאו - זאגן די מאנסי איינוואוינער'ס - איז גאנץ גרינג צו פייטן, די ווארט "פייטן" עקזיסטירט נישטא, ס'נעמט בערך 2-3 שעה צו פארברענגן, די פאליציי זענען גאנץ ווייעך. אין רוב פעלער (און אויב דו ביסט נישט געווען אויפפאלאנד בשעת'ן באקומען דאס טיקעט, אזוי אז דער פאליציי מאן וועט דיר נישט ספעשל געדענקן) זענען זיי מוותר גאר גרינג (סוכ"ס מיינט יעדער געלט, נישט פוינט'ס).

כ'האב נישט קלאר פארשטאנען דיין תגובה, "שוין דורך אפאר יאר"! און?.. האסט נישט געהערט פון זיי? צו סתם דו ווילסט נאר מעלדן אז ס'איז דיין לעצטע טיקעט. אזוי צו אזוי, פארשטיי מיר אליינ'ס אז דו גייסט נישט אראפגיין אין די פאליציי סטאנציע און אפפערן איך וויל באצאלן וכדומה, געב קודם א טשעק אויף זייער וועב צו זיי האבן נאך דיין טיקעט וכדו'.

א גוט שבת.

געשריבן: פרייטאג יולי 27, 2007 12:49 pm
דורך קרעמער
יגר'ל;

מיט "שוין דורך אפאר יאר" מיינט שמינית שבשמינית (סארי: מעסטער) צו זאגן אז ער ב"ה געפארן אויף די ראודס די לעצטע פאר יאר אין איינקלאנג מיטן געזעץ, אזוי אז קיינער האט אים נישט קיינמאל געברויכט אפשטעלן און דערלאנגן א קוויטל פארלאנגענדיג א פדיון.

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2007 4:38 pm
דורך שוועמל
יגר, וואו קען מען זעהן אויב איך האב א מאווינג וויאלעשאן?

כלל גדול ביי טיקעטס איז צו אפשטיפן די קאורט דעיט אויף ווי ווייט מעגליך אזוי ארום וועט דער אפיסער האבן גרעסע שאנסן צו פארגעסן וואס דארט איז פארגעקומען, איינמאל ער געדענקט נישט גענוי קענסטו אים מיט א פראגעלע שטעלן אין א ווינקל, געווענליך אויב ער קעווענקלט אדער איז מסופק וועט דער זשאזש ארויסווארפן דעם קעיס.

לגבי ספידינג איז דא לעגאלע ליטעראטור עוועילעבעל וויאזוי זיך צו דעפענדן, דהיינו געוויסע שאלות וואס מען דארף פרעגן לגבי דעם ראדאר צו ס'יז טאקע געווען פול-פונקציאנאל 'לעגאל' בעפארן קלאקן א קאר, אויב דער אפיסער האט פארפעלט צו טון איינע פון זיי איז דער קעיס דיסמיסד.

ביז וויפיל איך ווייס איז אין אפסטעיט געווענליך גרינגער מיט מאווינג טיקעטס, פולע פריינט דערציילן אז ס'יז געווארן א פארקינג טיקעט פאר הונדערט-צי צוויי הונדערט דאלאר געוואנדן אינעם פארלעץ און פטור אן עסק. געדענק אויב קענסטו דעם לעגאלן סיסטעם קענסטו דיסמיסן יעדן טיקעט.

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2007 5:11 pm
דורך צייטליך
שוועמל האט געשריבן:ביז וויפיל איך ווייס איז אין אפסטעיט געווענליך גרינגער מיט מאווינג טיקעטס, פולע פריינט דערציילן אז ס'יז געווארן א פארקינג טיקעט פאר הונדערט-צי צוויי הונדערט דאלאר געוואנדן אינעם פארלעץ און פטור אן עסק. געדענק אויב קענסטו דעם לעגאלן סיסטעם קענסטו דיסמיסן יעדן טיקעט.


שוומעל, זייט וויסן, די גוטע צייטן האבן זיך שוין גענדיגט, נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן א מעלדונג און א ניייעס אז מ'האט שוין גענדיגט מיט די זאכן פון מאכן א ספידינג טיקעט פאר א פארקינג טיקעט,

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2007 5:54 pm
דורך שוועמל
גאנץ גוטע אינפא וועגן ספידינג טיקעטס
http://www.beatmyspeedingticket.com/

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 3:01 am
דורך שוועמל
איך הער פון א סגולה אנטקעגן ספידינג טיקעטס.

איינס, זאג דעם פסוק ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים מקטון ועד גדול וילאו למצוא הפתח, זאג עס פול מאל ווען א פאליס שטייט אויפן וועג, ער וועט דיך נישט קלאקן.

צוויי, אויב שטעלט ער דיך אפ (אדער אין קאורט אפשר?) זאג פול מאל דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה און זיי מנדב דריי דאלער לע"נ רבינו ישכר בער מראדישיץ זי"ע לצדקה, ס'האט שויןג עהאלפן.

א סייט מיט סגולות גאנץ אינטערעסאנט
http://www.shemayisrael.com/orhaganuz1/ ... view/32/2/

נאך א סייט וואס אנטשפרעכט צו געווינען די קאורט, גיי קויף זיין בלאף.
http://www.earlytorise.com/PPC/unscrew/ ... icket.html

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:30 am
דורך מאשקע
איך האב געהערט א סגולה צו זאגן זיבן מאל דעם נאמען פון מלאך "אוריא-ל", איינס נאכ'ן צווייטן, אין פנים פונעם אפיסער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 12:25 pm
דורך איזאק
איך האב געהערט לעצטענס עטליכע עצות וואס די פאליציי אליינס זענען מודה אז זיי קענען זיך נישט קיין עצה
געבן מיט די אנשיקעניש וואס א סאך דרייווערס נוצן אנטקעגן טיקעטס, סאיז געגאנגען אזוי ווייט אז זיי האבן אין היבש אפאר פלעצער ארויסגעשטעלט נאך פאליציי פאר דעם צוועק, אבער סהאט גארנישט געהאלפן.

דא האט איר טריקס:
קעגן א ספידינג טיקעט: זיי פארן לויט די ספיד לימיט.
קעגן א סטאפ סיין טיקעט: (דאס איז א גוטס) זיי סטאפן !
נאך עטליכע וואס איך האב פארגעסן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 1:32 pm
דורך מאשקע
סטאפן ביי א סטאפ זיין? משוגעים...

איך האב שוין אמאל געהאקט דערויף...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 1:59 pm
דורך שוועמל
די סגולה פון אוריאל שטאמט פון רח"ו זצ"ל, ער ברענגט עס אינעם לינק פון שמע ישראל אויבן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 3:35 pm
דורך Anonymous
שוועמל האט געשריבן:איינס, זאג דעם פסוק ואת האנשים אשר פתח הבית הכו בסנורים מקטון ועד גדול וילאו למצוא הפתח, זאג עס פול מאל ווען א פאליס שטייט אויפן וועג, ער וועט דיך נישט קלאקן.

צוויי, אויב שטעלט ער דיך אפ (אדער אין קאורט אפשר?) זאג פול מאל דעם פסוק כי גוי אובד עצות המה ואין בהם תבונה און זיי מנדב דריי דאלער לצדקה, ס'האט שוין געהאלפן.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער וויפיל מאל איך האב שוין געהערט אז די פסוק אדער יענע פסוק איז א סגולה אנטקעגן א פראבלעם, ווען עס קומט דערצו זאג איך אלץ דעם זעלבן פסוק 'שופך בוז על נדיבים ויתעם בתוהו לא דרך'............ קען זיין ווייל איך וואוין אין ק"י אויף עיקערס און פארעסט.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 5:33 pm
דורך פאטאקי08
מאשקע האט געשריבן:איך האב געהערט א סגולה צו זאגן זיבן מאל דעם נאמען פון מלאך "אוריא-ל", איינס נאכ'ן צווייטן, אין פנים פונעם אפיסער.

אין פנים אריין?

כא מורא אז דאס וועט אויפרעגן די אפיסער און סוועט זיין צרות נאכדעם

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 6:38 pm
דורך שמייכל
קענסט די מעשה מיט "טאטע שיק מיר הויזן"?
בעט אים מיט שיינעם איין מאל אוריאל, אויב ער וויל נישט בעט אים נאכאמאל, אבער זייער איידל, אוריאל. אויב ער איז נאך אלס פארעקש'נט בעט איך נאכאמאל, אודך, אוריאל, אזוי ביז זיבן מאל וועט ער דיר מער נישט קענען אפזאגן.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2007 10:11 pm
דורך איך_הער
שמייכל.

הילף איבער טיקעטס

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2008 2:13 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'האב באקומען נאך א טיקעט.... - דאס מאל א פארקינג טיקעט - צום ערשטן מאל א געשריבענס, ס'הייסט, געווענליך באקומעך א שיין געפרינטעטע טיקעט מיט די סאפיסטיקירטע מאשינען וואס איז געקויפט געווארן פון מיין פאריגע צאלונגען...

עניוועי, צום פוינט. כ'בין שוין געווען אמאל ביי פארקינג עקספערט, ער האט אראפגעהאנדעלט די טיקעט אויף העלפט, אבער מיט זיינע טשארדזשעס וכו' וכו', איזעס אויסגעקומען פון א 45 דאלערדיגן טיקעט האבעך געצאלט 37 דאלער.....

אין אמת'ן, לויט זייער משוגע'תן זענען זיי גערעכט, אמער כאגעפארקט ווען מ'טאר נישט.... כאבאבער נישט געהאט א ברירה.

וואס קענעך טוהן?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2008 9:39 pm
דורך גבאי
קענסט טוהן צוויי זאכן
איינס צאלן די טיקעט
צוויי עס צו פייטן און בעט ביים באשעפער אז דו זאלסט געווינען

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 12:07 pm
דורך פאטאקי08
דאכצעמער אז ווען די געסט עס אריין אלס נאט גילטי גייט גראד אראפ עפעס דהיינו זיי זאגען אדער צאלסטו די ביליגע פרייז פאר עס גייט צו א דזשאדזש אדער ווארטסטו אויפן דזשאדזש און אויב געלונג עס דיר צאלסטו גארנישט און אויב נישט ח"ו דארפסטו באצאלען די פולע טייערע פרייז

דייל 311 און זיי וועלן דיר זאגען וואס צו טוהן וויאזוי צי פליען נאט גילטי אויף א פארקינג טיקעט

דאס איז אמאל זיכער אז גראד צו באצאלען די גאנצע האט נישט קיין פשט ווייל ווי געשריבען קענסטו עס מאכען ביליגער בכל אופן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 3:20 pm
דורך יאנאש
איך לייד אויף א ספידינג טיקעט אין די סיטי, עס איז א 72 אווער 40 אויפן פעדער, האט איינער אינפארמאציע צו מען ברויך אראפגיין פליען, און עפעס א גוטער לויער?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:12 pm
דורך איך_הער
יאנאש, מיין עקספיריענס.

וואס מיינסטו אראפ גיין פליען? דו קענסט אריין שיקן דיין פלי, אויף די פאסט.

אליינס פייטן, האט כמעט נישט קיין טשענס, אפשר א פינף צען פראצענט, א לויער, איזעס בערך א אכציג ניינציג פראצענט אז ער זאלעס מאכן, די פראגע איז צו ס'לוינט די געלט, כ'ווייס נישט פון קיין לויער און אויך נישט זייערע טשארזשעס.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:17 pm
דורך איך_הער
נאך א זאך, די בעסטע איז ווען מ'שטיפט עס אפ די ערשטע מאל, ביי מיר האטעס גענומען אזוי.

כאבאקומען די ערשטע דעיט, בערך א האלב יאר נאכן טיקעט, כאבעס אפגעשטיפט, האטעס גענומען נאך א האלב יאר, אזוי אז ס'האלט שוין א יאר נאכן טיקעט, ביי דעי מאל, האט מיך די זשארזש געפרעגט, צו כ'האב עפעס עדות אדער עפעס אנדערש, און ווען כאנישט גראד געענפערט אז ניין, האט זי מיר געזאגט אז כ'זאלעס מיטברענגען נעקסטע מאל, ס'קען זיין א צעטל אויך, די עדות מוז נישט אליינס אראפ קומען, און די דריטע דעיט איז געקומען מיט נאך א האלבע יאר געריקט, סאו האבעך געהאט די פיינעל איינס און א האלב יאר פון די טיקעט, סימער נישט געלונגען צו פייטן, אבער ביי די DMV האבעך נישט באקומען קיין פוינט'ס, ווייל ס'איז שוין געווען נאך אכצען חדשים פון די טיקעט, אבער ביי די אינשורענס, הייבט זיך הערשט אן די אכצן חדשים, נאכן פסק פונעם דזשארזש.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 9:29 pm
דורך יאנאש
שכוח פאר די אינפא.

אין די בעק פונעם טיקעט שטייט אז אויב איז די טיקעט מער ווי 21 העכער די לימיט מוז מען אראפקומען פערזעהנליך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 9:49 pm
דורך איך_הער
מיינס איז געווען 22 העכער, און איך בין נישט אראפ געגאנגען, כאבעס אפילו נישט באמערקט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 2:01 am
דורך שוועמל
יאנאש;
איך גלייב אין די סיטי קענסטו עס פייטן, כעל שפעטער שרייבן וויאזוי.

עס איז א שטיקל אריכות די סיסטעם וויאזוי דאס ארבייט. אין איין ווארט דארפסטו אזויפיל טון ווי שוואך מאכן די 'עדות' אנטקעגן דיר. דאס הייסט וויבאלד די איינציגסטע באווייז אז דו האסט געספידט איז די מאשינקע, צי איז דאס ראדאר צי לעזאר צי לידאר, צי אפילו א פשוטע פלעיס-קאר דורך ספידאמיטער ריעדינג, קענסטו טענה'ן אז די מאשין האט נישט געארבייט גוט. דיינע טענות טארן נישט זיין געציהלט קעגן דעם אפיסער זעלבסט ווייל ער האט באמת גוט געליינט, ער האט קלאר געזען אויפן מאשין אז דו גייסט אויף 72 און ער האט (אפשר) אפילו ארויסגעפרינט א סאפפורטינג דעפאזישאן. דו טענה'סט אזויפיל אז דער 'מאשין' דער עדות קעגן דיר איז 'מעגליך' אז ס'האט נישט פונקציאנירט מיט א הונדערט פראצענט פונקטליכקייט ממילא איז די ריעדינג פון 72 זעלבסטפארשטענדליך נישט אקוראט. דאס ווערט גערופן 'טרייעל ביי אמבוש'.

און וויבאלד דו ווערסט נישט געטשארזשט פארן גיין 'שנעל' אדער פאר ספידינג. דו ווערסט געטשארזשט מיט א ספעציפישע נומבער, 72, נישט 71 און נישט 73, איז וויבאלד דער באווייז וואס האט געזאגט 72 איז שוואך איז דאס מער נישט אקטועל צו קענען אימפאזן א פיין קעגן דיר. געדענק! דו טענה'סט גארנישט אקעגן דעם פאליס ער האט פיין געזעהן, דו האסט פיין געספידט און יעדער ווייסט דאס. דיין איינציגסטע וועג איז נאר איבערצוצייגן אז דער מאשינקל האט נישט געארבייט ווי עס דארף צו זיין.

קודם צום אלעם ערשט שיק אריין אויף פאסט א 'נאט גילטי פלי' און בעט א סופפארטינג דעפאזישאן אויב דער אפיסער האט דיר נישט געגעבן בעת'ן קנאק יענקל. די קאורט דארף דיר שיקן אויף פאסט אויב זיי האבן פארשטייט זיך, אויב נישט האסטו א שטיקל גרינגערע פעלד ווייל ס'יז נישטא קיין רעקארד פון די באווייז.

וואס דארף מען טוען? וואס זאלן זיין די טענות? וויאזוי גייט עס צו?
המשך יבא בע"ה

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 2:10 am
דורך שוועמל
לחיים ;

אויב פייטסטו סיי וואספארא פארקינג טיקעט אונליין, גייט אראפ דערפון צוואנציג פראצענט. געב אן א צופרידענשטעלנדע סיבה פארוואס האסט עס געטון, שרייב נישט חוצפה'דיג אדער שארפע לשונות ווייל זיי וועלן זיך נישט לאזן.

קליק דא צו פייטן א טיקעט אנליין, סקומט אן אויף רעגולער פאסט א בריוו ביז א וואך צוויי.
http://www.nyc.gov/html/dof/html/parkin ... line.shtml