הילף איבער טיקעטס

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח שוועמל פאר די אינפא. איך ווארט אויף די הסברים.

סארי איך הער, די נאמבער איז טאקע נישט 21 אווער, עס איז 31 אווער, עס שטייט בזה הלשון

if 31 or more MPH over limit
you must appear in person*

סאו פרעג איך אויב איינער האט שוין געהאט אזאנס, און עס איז טאקע אזוי.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

א גרויסן יישר כח שוועמל.

כ'טראכט, אפשר זאלעך שפילן אזא שפיל; סידאך נאר א געשריבענע טיקעט, און איך ארבייט דאך אינמיטן טאג אין אן אפיס, נו, וואו קום איך אן קיין מאנהעטן אינמיטן טאג?

איי כאב געהאט אן אפוינטמענט? נע, נישט איך, מיין אינגעלע.........

כ'מיין צו זאגן, ווען ס'וואלט געווען געסקענט און געפרינט, קען מען זיך נישט טענה'ן, אבער א געשריבענס? מאן יימר אז די שחור'טע האט גוט געליינט מיין ווייסע לייסענס פלעיט?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לחיים, קענסט בשום אופן נישט אויסשפילן דעם סיסטעם. ס'אפעקטירט טויזנטער טויזנטער מענטשן טעגליך און קיינער האט עס נאכנישט איבערגעקליגט. עס זענען געשריבן געווארן דערויף אפיציעלע געזעצן וואס ווערן אינפארסירט דורך די גראבע שווארצע טיקעט אגענטן און דערנאך דורך די אזויגערופענע זשאזשעס (דו לאכסט?).

אויב גייסטו נעבעך אראפ קיין מאנכעטן פייטן א נארישן טיקעט און פארברענגען 2-3 שעה, אנווערן א האלבן טאג ארבייט און זיצן אנגעצויגן נערוועז וועט דער זשאזש דיך אראפקוקן. היינט איז שוין די וועלט סאפיסטיקירט אלעס גייט דורך אינטערנעט, פייל א דיספיוט אונליין פאר בעסערע שאנסן.

די איינציגסטע אויסוועג צו דיסמיססן א טיקעט איז אדער דורך שוואך מאכן די באווייז קעגן דיר; אדער ברענגען עדות אז דו האסט געהאט אן עמערזשענסי.
שוואך מאכן די באווייז (די טיקעט) איז נאר דורך טרעפן א פאלשן אינפא למשל א שלעכטע אדער מיססינג עקספיירעשאן, א שלעכטע אדער מיססינג מעיק און מאדעל, א שלעכטע אדער מיססינג אדרעס, וכדומה, וואס דאן איז דער באווייז קעגן דיר גארנישט ווערט ווייל ס'פעלט דערפון אינפארמאציע צו קענען אימפאזן א פיין.
לגבי אן עמערזשענסי ווענדט זיך וואס דו טענה'סט אז דער זשאזש זאל דיר בארעכטיגן, פארשטייצעך מיט באגנוגנדע עדות למשל א בריוו פון א דאקטאר אדער בילדער וכו' וכו' .

ביי א געשריבענעם טיקעט איז דא בעסערע שאנסן צו טרעפן א מיסטעיק, מען דארף אבער זיין א שטיקעלע דייקן אין הלכות טיקעטס. מיין ראט: ווארט 2-3 וואכן ביז ס'קומט ארויף אויפן סיסטעם און קוק וויאזוי זיי האבן עס פארשטאנען ענד יו טעיק איט פראם דער. איך פערזענליך האב שוין געפייט אזוי עטליכע טיקעטן, איך האב באמערקט אז זיי האבן געשריבן דעם אדרעס נישט ריכטיג האב איך אריינגעשיקט דעם קאפי פון זייער סיסטעם און ס'יז געווארן אויס.

קליק דא צו קענען טשעקן איבער א טיקעט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לגבי שוואך מאכן די עדות פונעם מאשינקע, האלטעך נישט אז ס'איז עפעס ווערט, ווייל די ערשטע זאך וואס דער פאליס זאגט ווען ער נעמט זיך רעדן, (נאכן שווערן.) איז פונקטליך ווען מ'האט געטעסט די מאשין, און אז ס'איז אויסגעקומען אז אלעס קלאפט דערויף.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לגבי שוואך מאכן די עדות פונעם מאשינקע קען מען גיין זייער טיף ביז ממש ביזן סוף וואס געווענליך טרעפט זיך 'איין' לאך אינעם טשעין אף עווידענס, און דאן איז די גאנצע עדות'שאפט גארניקס.

איז אזוי, כ'על שרייבן בקיצור וויאזוי א קאורט גייט צו כדי צו וויסן דעם פראצעדור.

מען קומט אן צום קאורט דעיט איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך מיטן אפיסער מען באגריסט זיך (זיי נישט אגרעסיוו אדער אפענדענט למעשה ביסטו נישט קיין קרימינאל אדער איך ווייס וואסערע פארברעכער, אלע טאג ווערן צענדליגער טויזנטער מענטשן איבער אמעריקע אפגעשטעלט צוליב ספידינג אדער מאווינג ווייאלעשאנס, ס'יז בעיקר א געלט מאשין פאר פעטער שמואל'ן, ס'רוב מענטשן צאלן נעבעך ווי טאטעלעך און צומאל פליען זיי גילטי נאך פאר עני טרייעל אן צו נעמען א שאנס עס צו דיסמיסן) און אמאל אמאל וועט ער אפפערן א הנחה אדער עס רידוסן צו א פארקינג ווייאלעשאן, דאן נעם אן די אפפער ווייל אויב נישט וועט ער גיין בחומר הדין מיט דיר פאר די בלויזע 'חוצפה' פון צוריקווייזן זיין 'גוט' הארץ.

די טרייעל
אויב ער אפפערט נישט קיין שום רעדוקציע וועט ער געווענליך גלייך פרעגן צי ווילסט פליען גילטי צי ווילסט ענדערש גיין צו טרייעל (פארהער). דאן וועסטו זאגן אז דו ווילסט גיין צו טרייעל אזוי האסטו נאך א טשענס עס צו מאכן. אבער געדענק! בשום אופן נישט זאלסטו אים זאגן עפעס א רמז אפילו פון וואס דו האלטסט ביים טענה'ן ביים טרייעל ווייל דאן וועט ער אלעס כאפן און ער וועט מיטברענגען די נויטיגע פאפירן מיט זיך (רוב מאל בלייבט עס ליגן פארשטויבט אין זיין לאקער, און ער בריינגט עס ניטאמאל צו טרייעל).

ביים טרייעל וועט דער זשאזש הייסן דעם אפיסער טעסטיפייען אז אלעס וואס ער ווייסט איבער דעם טיקעט איז אמת ויציב, ער מורמעלט אפ וואס ער האט צו זאגן בערך וועט ער זאגן אז ער האט געטעסטעד די ראדאר דורך די 'אינטערנעל טשעק' בעפארן קלאקן דעם ספיד און אלעס האט פונקציאנירט פראפערלי. און די 'פראסעקיושען רעסטס', דאס מיינט איינמאל די פראסעקיושען האט גערעסטעד קען מען שוין מער נישט אריינברענגען קיין שום באווייזן אנטקעגן דיר. דאן קומט דיין רייע זיך צו דיפענדן.

א שטיקל הקדמה איבער ראדאר ספיד גאנס
יעדע ראדאר גאן האט אין זיך (געווענליך 3) 'טונניג פארקס' וואס שפילן א הויפט ראלע אין דעטערמינען דעם ספיד. די tuning forks דארפן ווערן אונטערזיכט יעדע האלב יאר ווייל עס איז גאר האקל און עני קריץ אדער בייג קען מאכן דעם גאנצן ראדאר אומנוצליך לגבי ליינען א ספיד. דאס זעלבע אויב איז די מאשין אויסגעשטעלט צו זיין לאנגע שעות אונטער די זון (עקסעסיוו היעט) קען דאס אפעקטירן די טוננינג פארקס און ס'פונקציאנירט נישט מער ווי עס באדארף.

די וועג וויאזוי צו טעסטן די טונינג פארקס איז, דורך זיי איינפאך ארויסנעמען און אריינלייגן און א ספעציעלע 'טעסטינג דעווייס' וואס קען טעסטן אט די טונינג פארקס. דער פראצעדור דארף ווערן געמאכט דורך א סערטיפייד פעסיליטי וואס זענען בעאויפטראגט דורכצופירן אזוינע סארטן טעסטס. פארשטייט זיך אז דער 'טעסטינג דעווייס' זעלבסט מוז אויך ווערן געטעסטעד within a reasonable period of time זיכער צו מאכן אז עס 'טעסט' טאקע גוט. און דאס איז איינס פון 'וויעק פאוינטס' אין צוברעכן די טשעין אף עווידענס.

בעפאר דער פאליס קלאקט א ספיד מיטן ראדאר, ברויך ער געזעצליך קאליברעיטן די ראדאר גאן דורך דריקן די 'אינטערנעל טשעק' באטטאן, און 'תיכף נאך' די ארעסט ברויך ער ווידער קאליברעיטן די יוניט (ווען דער גאן כאפט דיך אויף ספידן הייסט דאס ארעסט). אלעס ווערט דאקיומענטירט אין די לאג פייל פון די דעווייס און אין די קאמפיוטער וואס דער אפיסער באנוצט. לרוב וועלן די אפיסער'ס פארפעלן צו קאליברעיטן 'תיכף נאך' די ארעסט פשוט צוליב פוילקייט, און דארט קענסטו אים כאפן.

הייב אן מיט פרעגן דעם אפיסער אויב ער קען צושטעלן א באווייז אז די אינטערנעל טשעק איז געמאכט געווארן בעפאר די ארעסט, און אזוי אויך אויב ער האט קאליברעיטעד די יוניט תיכף נאך די ארעסט. אויב ער שטעלט אלעס צו און ס'שטימט, ווער נישט פארלוירן עס איז דא נאך פיל זאכן אים צו כאפן ביי כאטש איין לאך.

גיי ווייטער מיט אים פרעגן איבער די וויכטיגקייט פון טעסטן די טונינג פארקס און בעט ער זאל פרעזענטיערן א סערטיפיקאציע ווען עס איז דאס לעצטע מאל געווארן געטעסטעד אין א סערטיפייד פעסיליטי. אויב ער שטעלט דאס צו מאך זיכער אז ס'יז די אריגענעלע נישט קיין קאפי ווייל די קענסט פארלאנגען 'the best evidence rule . אויב האט ער נישט די אריגינעלע דאן מאושען טו דיסמיסל.

אויב ער שטעלט יא צו אן אריגינעלע, דאן פארלאנג ער זאל אויפווייזן אז די סיריעל נומערן פון די טונינג פארקס וואס שטייען אינעם סערטיפיקאציע באלאנגן טאקע צו דעם ראדאר גאן וואס איז געווען אינסטולירט אין זיין קאר יענעם טאג. און פארשטייט זיך אז דער גאן זעלבסט זאל ער קענען אויפווייזן אז ס'יז געווען אינסטולירט אין יענעם קאר מיט וואס ער האט דיך געפאקט. (אלעס האט א סיריעל נאמבער סיי די טונינג פארקס און סיי די ראדאר און אלעס ווערט דאקיומענטירט וועלכע מעטשט צו וועלכע. אזוי אויך די קאר האט א 'מעינטענענס רעקארד' מיט פונקטליכע לאגס פון אלע ראדארן און דעווייסעס וואס ס'האט אלס גענוצט).

אט איז א ליסטע וויאזוי צוצוגיין צום טרייעל מיט די טיקעט אין קוועסשאן; אויב איינס פון זיי שטימט דאן גיי צום נעקסטן - שטעל דיך נישט אפ, אויב איינס שטימט נישט דאן מאושן צו דיסמיסל:
1) פארלאנג א לאג פון די קאליברעישאן בעפאר און תיכף נאך די ארעסט;
2) פארלאנג א סערטיפיקעט פון א סערטיפייד פעסיליטי אז די 'טונינג פארקס' זענען געטעסט געווארן אין א ריזאנעבל צייט אפשניט;
3) פארלאנג עווידענס אז די 'טעסטינג יוניט' וואס האט געטעסט די טונינג פארקס האט פונקציאנירט פראפערלי;
4) פארלאנג עווידענס אז די סיריעל נאמבערס פון די טונינג פארקס מעטשט די סיריעל נאמבערס פון די ראדאר גאן;
5) פארלאנג די 'וויהעקל מעינטענענס רעקארד' אז דער ספעציפישע ראדאר גאן איז טאקע געווען אינסטולירט אין יענעם קאר יענעם טאג;
6) אויב איז דאס געווען א 'הענדהעלד ראדאר' דאן פארלאנג עווידענס אז דער אפיסער האט טאקע ארויסגעטשעקט יענעם טאג מיט יענע ראדאר יוניט;

[align=justify]אויב ער פעילט ביי איינע פון זיי פארלאנג א דיסמיסל בערך אזוי, געוואנדן ביי וועלכע פון זיי ער פעילט:
"Your honor, defendant motions for dismissal. Since the unit was not properly tested (before or after the arrest, or by calibrating the tuning forks) as stated in the owners manual, the prosecution has not proven to a legal degree of certainty that the unit which he used to determine the speed was functioning properly and accurately at the time of the arrest"[/align]
נאטיצן:
די אויבערשטע איז געשריבן געווארן אין א פאל וואס דער אפיסער עקט אלס פראסעקיוטער אויכעט, וואס רוב מאל איז דאס אזוי. אבער אויב ס'יז דא אן עקסטרע פראסעקיוטער דארפסטו דיעלן מיט נאך א מענטש. און געווענליך איז דער פראסעקיוטער מער הארטנעקיג און שטעלט זיינע ווערטער אויף השערות אז אלעס האט פיין געארבייט, דו טארסט דיך נישט לאזן פון אים נאר פארלאנג אויסדרוקליך 'פאקטן' מיט סערטיפיקאציעס אז אלעס איז געווארן געטעסטעד פראפערלי, און נישט בלויז השערות.

געדענק אז נישט 'דו' ביסט דער וואס דארף ברענגען עפעס עווידענס. די גאנצע עווידענס ליגט אויפן קאורט\אפיסער צו ברענגען, זיי דארפן אויפווייזן אז דו האסט טאקע געספידט לויט ווי דו ווערסט געטשארשזט. ווען די טיקעט סטעיטס אז דו ביסט געגאנגען אויף 75 מיינט דאס 'פונקטליך' 75. און אויב שטעלט זיך ארויס אז דו ראדאר האט נישט פונקטליך געארבייט און דו ביסט נאר געגאנגען אויף 74 דאן איז די קעיס דיסמיסד ווייל דו ווערסט געטשארזשט מיט וואס ס'שטייט אויפן טיקעט און נישט מיט קיין השערות.

דער שופט מיטן אפיסער קענען זיך גוט איינער דעם אנדערן, און קיין שום טענות ווי למשל 'איך האב נישט געספידט', 'יעדער האט געספידט', 'דער אפיסער איז א ליגנער', וכו' וכו' די אלע סארטן זענען נאריש צו זאגן אין פראנט פון א זשאזש. למעשה זעהן זיי זיך זייער אפט און האבן א טראסט איינער אין צווייטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח פאר די דעטאלירטע אינפארמאציע.

אגב, דאס קומט פון א לעגיטימן פלאץ? וואו איז דער מקור?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

היבש באלערנד, און א הערליכע זאך מצדך אזוי שיין מסביר צו זיין דעם זאך לתועלת הרבים. יישר כח!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוועמל, שכוח, הערליך צולייגט, כאטש איך האלט נישט, אז איך וואלט געהאט די גאטץ, צו בעטן די אלע זאכן אן ווערן פארלוירן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שוועמל, טענקס עי מיליאן, יעדער דא באדאנקט זיך, אבער פאר מיר איז עס ממש וויכטיג אויפן מינוט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יעצט געענדיגט ליינען. זייער שיין און קלאר געשריבען. שכח פארן עדזוקעישאן.

איך וואונדער מיר נאר (דארפסט נישט ענטפערען) צו דו ווייסט דאס ווייל דו ביזט א לויער אדער דו האסט שוין פשוט געהאט אסאך טיקעטס. :grin:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שוועמל, פאריגע וואך האב איך געטשעקט אויפ'ן סייט, האבן זיי געזאגט אז זיי האבן נאכנישט די טיקעט אינעם סיסטעם.

יעצט שרייבן זיי אז איך זאל אריינשרייבן וואסערע סכום ס'שטייט אויפ'ן טיקעט... כ'שטעל אריין 65$ ווי א ליימענע גולם.... און ער פירט מיך צום פעימענט ווינדאו.
סאמטינג פישי.... האבן זיי מיין טיקעט אינעם סיסטעם? האבן זיי מיין אדרעס און אנדערע אינפארמעישאן?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מענין לענין באותו בנין;

איך זוך מיין ספידינג טיקעט דארט, און עס איז נאכנישט ליסטעד, סאו האבן זיי דארט אן אפשן אז זיי זאלן דיר שיקן אן אימעיל ווען עס גייט ארויף, איך האב דאס געמאכט און זיי שיקן דיר א קאנפירמעישן נאמבער.

מיין פראגע איז, איך האב נאר 15 טעג פונעם באקומען דעם טיקעט ביז ווען איך פליע גילטי אדער נאט גילטי, און היות עס איז נאכנישט דארט קען איך דאך נישט פליען, גייט מיין לייסענס ווערן סאספענדעד און זיי גייען מיר געבן א דיפאלט קאנוויקשען, אדער גייט מיין קאנפירמעישן נאמבער מיר העלפן.

איך האב זיי געשיקט א אימעיל מיט די פראגע, אבער זיי שרייבן אז עס קען נעמען פינף טעג ביז זיי ענטפערן, און מיינע פופצן לויפן אויס פאר פינף טעג.

ביידיוועי, איך וויל דא מוחה זיין אויף די טרעפיק ווייעלעשן ביורא, עס איז נישט מעגליך צו רעדן צו א יומען ביאינג נאר א מאשין, סאו איך האב נישט וועמען צו פרעגן.

שוועמל האט מיר געגעבן אן עצה צו קאלן 311 און אזוי האבעך געטון, אבער זיי זאגן מיר אז זיי קענען מיר נישט ענטפערן נאר איך מוז רעדן מיט איינעם אין די ט.ר.ב. סאו איך ווייס נישט וואס צו טון.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

חיים ברוך: זיי ווייסן גארנישט זיי געבן דיר די אפשען פון באצאלן אפילו פאר זיי האבן די טיקעט אן ליין פארשטייצעך אויב די וויסט. זיי האבן גארנישט דארף זיי אלעס זאגן גארנישט איז נישט פישי.
יאנאש: צו די די עם ווי קעסטו רעדן אן קיין פראבלעם (איך ווייס אבער נישט צו זיי העלן דיר קענען ענטפערן)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ברויך רעדן מיט די ט.וו.ב. נישט די ד.מ.וו.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ט.וו.ב


מיט וועם?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

טרעפיק ווייעלעשן ביורא,
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האב היינט פארלוירן מיין געדולד סאו האב איך גענומען א לויער פאר 350.00 און א גוטן טאג.

אבער כדי דער עולם זאל הנאה האבן, פאוסט איך דא מיין אנפראגע און ענטפער (אויך מיר אן ענטפער) וואס איך האב געקריגן פון די ט.וו.ב. (זייער שנעל גענומען איים שאקט איי מייט עדד):

Customer (Yanush) 01/23/2008 10:01 AM

Good morning.

To whom it may concern;

I got a speeding ticket on the FDR, its a 72/40 MPH violation, I have 15 days from the date of the offence to plea, but I don't see my ticket listed online.

I asked the system to notify me when the ticket comes online, so my question is, if the ticket does not come online within my 15 days plea window, will this result in a suspension or default conviction?

My 15 days runs out the 25th of January, so if possible please let me know as soon as possible.

Thanks in advance.

Response (Bob M.) 01/23/2008 02:58 PM

Until we enter your ticket data in the system you will not be able to answer this ticket. Since the summons was issued for 31+ mph greater than the listed zone, you will be required to appear in person. You may enter a Not Guilty plea on the Web.
When this summons data is entered in our system a ' Notice of Required Appearance' will be sent to the address listed on the summons. If you HAVE changed your address recently it is suggested you mail the summons to us and enter a Not Guilty plea with your new address listed.

ער ענטפערט נישט קלאר, אבער עס זעהט אויס פון זיינע רייד אז ביז עס קומט נישט ארויף אנליין בין איך אף די הוק, אבער פארשטייט זיך אז ארויסזאגן קלאר ווילער נישט, סאו בין איך צוריק ביי סקווער איינס.

עניוועי האבעך שוין גענומען א לויער, איך ברענג עס נאר אז אויב איינער האט אן ענליכע מאנסע זאלער וויסן וואס טוט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווער איז דיין לויער אויב איך מעג פרעגן, און אויב דו ווילסט זאגן ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך ווייס נישט, א אינגערמאן דא ביינונז איז דער שדכן.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דאס האב איך באקומען אין אימעיל.

i don't know how true this is….

WHAT TO DO IF YOU GET A TRAFFIC TICKET (not a joke)

This system has been tried and it works in every state. If you get a
speeding ticket or went through a red light or whatever the case may be, and you're going to get points on your license, this is a method to insure that you DO NOT get the points. When you get your fine, send in a check to pay for it. If the fine is $79.00 make the check out for $82.00 or some small amount over the fine. The system will then have to send you back a check for the difference, however here is the trick.
DO NOT CASH THE REFUND CHECK! Throw it away! Points are not assessed to your license until all financial transactions are complete. If you do not cash the check, then the transactions are NOT complete. The system has received its money and is satisfied and will no longer bother you. This information comes from an unmentionable computer company that sets up the standard databases used by every state.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איינער האט דאס שוין געשריבן, אבער דער טריק ארבעט מער נישט היינט. דו דארפסט צאלן די פונקטליכע אמאונט, און זיי געבן נישט קיין רעשט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אדר א' האב איך א קארט איבער א ספידינג טיקעט אין אפסטעיט ווייסט עמיצער צו דאס וואס סשטייט און שולחן ערוך אז מען זאל זען אז די קארט דעיט זאל זיין און אדר מיינט דוקא אדר ב אדער אדר א איז אויך גוט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס שטייט נישט אין אדר. אזויפיל שטייט אז לישתמיטתיה בחודש אב.

און צו דיין פראגע, ווענדט זיך ווען דו פארסט אין ליזענסט צום רבין ר' אלימלך זי"ע..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

אין עטליכע טעג האב איך א קארט דעיט אין אפסטעיט נ"י, כ'האף אז הרב שוועמל'ס אנווייזונגען וועלן זיך ארויסווייזן אלס פונקציאנירבאר.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דו אדער פאטאקי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”