הילף איבער טיקעטס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » דינסטאג אוגוסט 31, 2010 4:54 pm

האט אייינער דא אמאל באקומען א טיקעט אין מאנטריאל? איינער ווייסט צו ס'איז דא איינער וואס פייט דארט טיקעטס?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוגוסט 31, 2010 7:32 pm

זיכער אידא ווער ס'פייט דארט טיקעט'ס. איך האב אמאל בעקומען דארט א טיקעט עס באצאלט און פארטיג. די פוינט'ס אויף מיין ניו יארק סטיעט לייסענס עקספייערן שוין באלד.

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » דינסטאג אוגוסט 31, 2010 7:37 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:זיכער אידא ווער ס'פייט דארט טיקעט'ס.


דו קענסט אזא איינעם?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוגוסט 31, 2010 8:12 pm

כ'קען נישט פרעזענדליך קיינעם. א נאמבער פון עמיצין האביך געשריבן א צייט צוריק דאהי.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג אוקטובער 10, 2010 4:10 pm

איז דא א וועג זיך אן עצה צו געבן מיט א טיקעט אויף עקספייערט אינספעקשאן?
איך האב הערשט היינט באמערקט אז שויך האב פרייטיג באקומען א טיקעט.

איז דא א וועג זיך ארויסצודרייען?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אוקטובער 10, 2010 9:25 pm

יא, אויב קענסטו אויפווייזן אז דו האסט שוין געהאט אנייע אינספעקשאן בעפאר פרייטיג.

אפשר וועט דיר עס עמיצער קענען טון וד"ל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:04 pm

תגובהדורך זייער נייגעריג » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 12:29 pm

אן אלטער תושב וואס האט נישט יעצט קיין מעגליכקייט צו שרייבן,
אויב איינער קען ביטע העלפן,

איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווי איך קען אויפקוקן איבער מאווינג וויאלעישאנס, און ניו יאר סיטי,‬
‫איך האב אפאר טיקעטס, און איך האב נישט קיין מושג וואס עס טוט זיך מיט דעם,
‫ווען די קארט דעיט איז,‬
‫מיט רופן קען מען קיינמאל נישט אנקומען, מילא זיך איך א סייט ווי איך קען אנקומען צו דעם און זען די סטאטוס פון די טיקעטס.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 12:47 pm

שוועמל האט געשריבן
פונקטליך האט געשריבן:
די בעסטע סגולה קעגן פארקינג טיקעטס (כ'האף קיינער האט עס נאכנישט געשריבן פריער) איז ארויפצולייגן אויפן פענסטער אינטערן ווייפער א ארענדשע טיקעט ענוועלאופ.

ארבעט נישט!
זיי טשעקן אויב עס איז באמת א טיקעט, און אפילו יא ליינען זיי צי ס'יז טאקע געגעבן געווארן פאר דער פארלעצונג.

איך האב עס נישט פראבירט אבער איך קען איינעם וואס טוט עס מיט סוקסעס

ס'איז נישט קיין כלל
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 1:56 pm

זייער נייגעריג האט געשריבן:אן אלטער תושב וואס האט נישט יעצט קיין מעגליכקייט צו שרייבן,
אויב איינער קען ביטע העלפן,

איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווי איך קען אויפקוקן איבער מאווינג וויאלעישאנס, און ניו יאר סיטי,‬
‫איך האב אפאר טיקעטס, און איך האב נישט קיין מושג וואס עס טוט זיך מיט דעם,
‫ווען די קארט דעיט איז,‬
‫מיט רופן קען מען קיינמאל נישט אנקומען, מילא זיך איך א סייט ווי איך קען אנקומען צו דעם און זען די סטאטוס פון די טיקעטס.


https://harmonia.dmv.state.ny.us/pleadnpay/

Search by NAME, and not by NYS Client ID Number, which may return no results.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 3:52 pm

שכוח שוועמל פאר די סייט.

---
די רשעים אין ניו יארק סיטי ווילן מבטל זיין די געזעץ אז מען מאכט א פלי-בארגעין אנליין און מען באקומט אן אויטאמאטישע דיסקאונט.
מער נישט קיין דיסקאונטס. די פולע פרייז און פערטיג...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג אוקטובער 18, 2010 2:30 pm

פארוואס איז נישט דא באזונדערע אשכולות פאר די פילצאליגע סארט טיקעטס?

פארוואס איז עס נישט איינגעטיילט איבער ספידינג, פארקינג, סאניטאציע טיקעטס וכו'?

צום ביישפיל, איך האב זוכה געווען צו באקומען א ספידינג טיקעט, דארף איך דורכליינען דעם גאנצן ל א נ ג ע ן אשכול געוואויר צו ווערן וואס כ'האב צו טאן?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 11:07 am

ווילאנג נעמט ביז א טיקעט גייט ארויף אויף די דעפארטמענט אוו פיינענס'עס וועבסייט? איך האב באקומען א טיקעט בערך צוויי וואכן צוריק, און איך זעה עס נישט דארט, עס איז א געשריבענע טיקעט סאו איזעס מעגליך אז די פלעיטס קענען זיי נישט גוט ליינען?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 11:16 am

א געשריבענע קען נעמען א וויילע ביז עס קומט אריין, ע"פ רוב ביז א דריי וואכן דארף'ס שוין זיין דארט, אז נישט קען זיין אז עפעס אן אישו איז דערמיט אז דו זעיסט עס נישט.

פרוביר צי סוירטשן דורך די סאממאנס נומ.#
נאט אייך א גרינע...


1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:09 pm

שוועמל האט געשריבן:
ברוך האט געשריבן:אגב האט איינער עקספיריענס מיט א קעמרע רעד לייט טיקעט? איצט אנגעקומען מיט קלארע בילדער.

געהערט אמאל אז עס מוז זיין א נאטיס ביים רעד לייט אז ס'יז פארהאן א קעמערע, אויב נישט קען מען דיסמיסן די טיקעט.

קען איינער קאנפירמירן?

איך האב אויך יעצט באקומען א רעד-לייט טיקעט אראפקומענדיג פון BQE אויף פלאשינג.
$50 די רויבערס. נעם עס פון מיין פוד סטעמפס.


האט איינער עקספיריענס מיט א קעמרע רעד לייט טיקעט? איצט אנגעקומען מיט קלארע בילדער, אויפ'ן וועסט סייד הייוועי - $50 - ס'שוין ס'2'טע אדער 3טע מאל כ'באקום אזאנס. די געילע לייט איז צו קורץ, נישט גענוג צייט צו סטאפן.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 6:34 pm

אויב פארט מען די ערלויבטע 30 מייל א שעה, איז עס גענוג צייט צו סטאפן.....

אויב ווילסטו פארן שנעלער, האלט א אויג אויף די DONT WALK לעמפל אין די זייט, דאס פאנגט אן בלינקען היבש איידער עס ווערט געל, ווען די הענטעלע בלינקט, זיי גרייט צו סטאפן.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 1:25 am

אויב ביסטו שוין געווען אינעם אינטערסעקשאן ביי 0.5 סעקונדעס האסטו א שאנס.
שיק אריין א הירינג זיי.

מסתם וועלן זיי עס נישט אקצעפטירן אבער האסטו נישט וואס צו דערלייגן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 2:45 am

שוועמל, איך זעה אז דו קענסטעך אויס אין די זאכן, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין, וויזוי ארבייט א פארקינג טיקעט? אין אמעריקע איז דאך די געזעץ אז מ'איז אינעסענט ביז מ'ווערט געפראווד גילטי, אויב אזוי, פארוואס ווען איך זאג עפעס א תירוץ פארן דזשאדזש, מוז איך פראוון אז איך בין אינעסענט? פארוואס איז נישט די זאך פארקערט, דער פאליס אפיסער זאל פראוון אז איך בין גילטי?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 3:27 am

די קשיא האט נישט דוקא מיט פארקינג טיקעץ צו טון.

עס איז אן אריכות הדברים צו פארשטיין דעם געזעץ פון אינעסענט אנטיל פראווען גילטי.
לעולם זאגט נישט דער טיקעט אז דו ביסט גילטי נאר בלויז א תביעה צו צאלן געלט, דו האסט טאקע די רעכט צו פראווען גילטי אדער נאט-גילטי.
יעצט וואס געשעט איז אזוי; אויב זאגסטו אז דו ביסט נישט גילטי, קען דער זשאזש דיר אויפווייזן אז דו ביסט יא גילטי [נישט אריינגיין אין די סיבות].
און ווידער אויב דו צאלסט האסטו געמאכט א גלאטן הודאת בעל דין אז דו ביסט גילטי.


בכלליות, איז אינעסענט נאר ווילאנג דו ביסט טאקע אינעסענט, איין מאל דו האסט באקומען א סוממענס האסטו דערמיט פארלוירן דעם אינעסענס.
| להבדיל | דאס ווערט גערופן אין תורה לשון חזקת כשרות, אבער איז די חזקה געבראכן דאן איז א פראבלעם.
הגם מקען זיך דינגען אויף די סברה.
אפשר א באזונדער אשכול.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 11:20 am

איך האב באקומען א טיקעט פאר'ן פארקן אין א אינטערסעקשען, און דער פאליס האט געשריבן ווי דער אינטערסעקשען איז, האט ער געשריבן אז איך האב געפארקט ביי Street 1 corner street 2.

עס איז געוועהן א 'T' סטריט, איך האב ריקוועסטעד א אנליין הירינג און דער דזאדזש האט גע'פסקענט אזוי:

The respondent has been charged with violating Traffic Rule 4-08(e)(5) by stopping, standing or parking a vehicle in a crosswalk, which is that part of a roadway, marked or unmarked, which is included within the extensions of the sidewalk lines between opposite sides of the roadway at an intersection. Upon application of the respondent the summons is dismissed because it does not comply with Vehicle and Traffic Law §238, in that vehicle location on the summons incorrectly states "corner of". Dismissal is not on the merits of the case presented.


ער איז אליינס אויפגעקומען מיט דער המצאה אז איך האב נישט געפארקט אויפ'ן קארנער און אויפ'ן טיקעט איז געשטאנען קארנער, סאו ער האטעס דיסמיסד!
צוגעלייגטע
טיקעט.jpg
טיקעט.jpg (41.84 KiB) געזעהן 1300 מאל

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 3:01 pm

באקומען א טיקעט אין ברוקלין פארן נישט צושטעלן פרוף פון אינשורענס, די קאר האט אוודאי געהאט אינשורענס אבער איך האב דעם קארטל נישט געהאט מיט מיר, וואס קען איך טוען?
אז איך גיי אין קאורט ווייזן דעם אינשורענס קארטל ווערט עס דיסמיסד????
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 3:11 pm

אויב האסטו דעם קארטל קענסטו עס שוין אריינשיקן און זיי וועלן עס אזוי דיסמיסן )בעזהשי"ת.) האלט א קאפי פון אלעס וואס דו שיקסט
נאט אייך א גרינע...


פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:06 pm

תגובהדורך פלארידא » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 4:00 pm

באקומען א סעלפאון טיקעט.

1) לוינט זיך עס צו באקעמפן?

2) וואו קען איך טשעקן די סטאטוס פונעם טיקעט?

אוועטאר
מיליאנער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:59 am
לאקאציע: ביים ATM מאשין

תגובהדורך מיליאנער » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 4:03 pm

פלארידא האט געשריבן:באקומען א סעלפאון טיקעט.

1) לוינט זיך עס צו באקעמפן?

2) וואו קען איך טשעקן די סטאטוס פונעם טיקעט?


ווענדט זיך וויפיל טיקעטס דו האסט באקומען לעצטענס, און וויפיהל דו פלאנסט צו באקומען אין די נעקסטע אנדעט האלבן יאהר
מי שיש לו מנה רוצה מאתים

פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:06 pm

תגובהדורך פלארידא » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 4:06 pm

מיין ערשטע טיקעט.כהאף נישט צו באקומען נאך.

אוועטאר
מיליאנער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:59 am
לאקאציע: ביים ATM מאשין

תגובהדורך מיליאנער » מאנטאג דעצמבער 27, 2010 4:10 pm

סאו איז נישט געפערליך אויב דו לאזט עס לויפן
חוץ אויב דו ווילסט באצאלן דו דיפרענס פון אפאָר מאות צווישן פייטן אדער צאלן
מי שיש לו מנה רוצה מאתים


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט