טעגליכע טרעפיק - קרית יואל און ארום

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » זונטאג מארטש 08, 2020 1:27 pm

קוקט אויס זייער פיין, זיך אלץ געווינדערט פארוואס מ'טוט עס נישט, ליבערשט ארומצופארן א פאר מינוט לענגער ווי איידער זיצן אויף עיקערס און שטיין און שטיין ווילאנג דער טאג איז

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג מארטש 13, 2020 10:01 am

למעשה איז עס פיין געווען. חוץ אביסל אנגעלייגט אויף דעעש. וואס איך פארשטיי נישט פארוואס מהאט נישט געמאכט אז מזאל נישט דארפן סטאפן ביים סטאפ סיין פון קוויקוועי. וויבאלד קוויקוועי איז געווען א וואן וועי פון פארעסט צי ווען ביורן קען מאכן אז די וואס קומען פון קוויקוועי זאלן פארן אויף די פארקעטע לינע אין די וואס קומען פון דעעש קענען זיך גלייך דרייען אן סטאפן?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » מוצ"ש מארטש 14, 2020 11:33 pm

סגעווען גאנץ פיין דאס יאר, איך האב אבער אפאר קליינע קאמענטס.
1. דער וואס קאנטראלט די טרעפיק ביי פארעסט מאונטען האט נישט קיין אנונג ווילאנג ער דארף לאזן איין זייט פארן, וועלכע זייט ספייפט די העכסטע האט די דין קדימה.
2. קוויקוועי איז א וואן וועי. קארס קומען צו פארן אויף ווען ביורען צילנדיג צו דעעש, נישט וואוסענדיג אז קוויקוועי קען מען נישט אריינפארן. זיי קומען אן ביים רעכטס צו קוויקוועי ווייזט מען זיי אז עס אפגעשפארט. וואס זענען יעצט זיינע אפשנס צו טוען? ער האט איין ברירה, מאכן א יו טורן אויפן פלאץ... וואס מאכט אן א חורבן. (חוץ אויב ער איז א צדיק און איז גרייט אריינצופארן ביז אינעם דעד ענד). עצה: לייג א גרויסן טאוול אנפאגנ ווען ביורען אז קוויקוועי איז אפגעשפארט.
איך געדענק נישט וואס נאך איך האב געטראכט פורים
מאך דיך נישט צוטהן פון קריטיק פון איינעם וואס דו וואלטסט נישט גענומען קיין עצות

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 1:06 pm

מיין אויסגעגעבענע ווייטאג


אין א העלן טאג נאך וואס א אפגערסענער רייסער האט מיר כמעט איבערגעלאזט אינמיטן אינטערסעקשאן אן א נאז זיך שפארענדיג פון ברעיקן אפילו ביים סטאפ סיין.
רשעים דעי פאליס....
לעצט פאראכטן דורך פופציגער אום מאנטאג נובעמבער 30, 2020 1:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
הודו להשם
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: נישטאָ
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 1:26 pm

כ'פופצי ועוד לקרא, בין איך איינשטימיג מיט זיינע רייד.
.................................................................................................................................................................................................טויט אין די אויגן
♟♟♟♟♟♟♟♟
♜♞♝♚♛♝♞♜

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מיין שטעלונג » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 2:18 pm

איך האב געהערט פון עמיצן אז די פאג-לייטס קענען גענוצט געווארן אנשטאט געהעריגע העדלייטס אויב די לעצטע זענען צובראכן.

אויב דאס איז ריכטיג, איז פאג-לייטס לעגאל און היי-ביעמס איז אומלעגאל.

חייםדערבעקער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך חייםדערבעקער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 3:07 pm

אפשר ריכטיג די אלע שילטערייען אויף די אומ'אחריות'דיגע דרייווער, אבער עמיצער וואס דרייווט אויף א וועג וואס נערווירט די מאטאריסטן אונטער אים, איז אויך זייער ווייט פון גערעכט און איז אומווילנדיג גורם אז מענטשן זאלן ווערן נערוועז און באגיין ווילדע שטיק ביים דרייוון.
ס'איז דא מענטשן וואס מיינען אז עס איז א מצוה צו פארסירן זייער סטייל פון דרייוון אויפ'ן גאנצן ציבור, עס איז העכסט אומגערעכט, ר' איד, אז דו ווילסט יעצט פארן שטאט מיט'ן גרעסטן מאס נעימות, שור, וויט אלל פלעזשור, רוק זיך אין די זייט און קענסט ווייטער דרייוון פארטראכטערהייט בשעת'ן פלאפלען אויפ'ן סעלפאון און רעד מיך נישט איין אז דו ביזט מער א סעיף דרייווער, ווייל דו דרייווסט שטאט, דו ביזט פשוט פאר'חלומ'ט נישט סעיף.

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 3:10 pm

העי העי העי, רואיג, טעיק איט איזי.

דערמאן דיך וויאזוי דו האסט געפילט ווען דו האסטיך אויסגעלערנט דרייוון און די אלע נערוועזנע אלטגעזעסענע האבן געבלינקט היי ביעמס אין דיינע שפיגלען אריין...

אבער דעיס איז נישט די פוינט, דער נקודה איז אז מען קען זאגן פופציג (נד"נ) פראצענט מאנדראוע דרייווערס קענען 'נישט' קיין געזעצן!
מיסטער. ווען א קאר שטייט פאר דיר ביי א סטאפ סיין און ער נעמט זיך פארן יינט דאס נאכנישט אז דו מעגסט שוין אויך פארן אן זיך עקסטער אפשטעלן ביים סטאפ סיין, האסט געוואוסט פון דעם? אויב ביסטו א קרית יואלער האסטו א פופציג פראצעננט שאנס אז דער תירץ איז ניין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 3:52 pm

איך שטים צו צו חייםדערבעקער!
מ'קען פלאצן ווען א דרייווער איז א גוטער אויף יענעמ'ס חשבון און גיבט אווען זיין רייגהט אוו וועי פאר א קאר וואס וויל ארויספארן פון א ספאט / אריינקומען פון א זייטיגע גאס / וכדו'
ר' יוד די ראוד איז נישט דיינס, ס'דא 12 קאס אינטער דיר!

נאך מער ווען איינער גיבט א היטש און אנשטאט זיך שטעלן אויף די זייט פון די ראוד, מאכט מען א שארט סטאפ, און מ'נעמט אריין היטשערס, אינצווישן דעבאטירט מען נאך צו דער 6טער האט אויך פלאץ, און מ'דיסקאנעקט די קאר סיט... וכו',
און נאכדעם גיבט מען א פאר ווייטער, ווי כאילו די ראוד איז יעצט געווען אויף פאאז, און יעצט איז צוריק אאן..
ר' יוד, ווילסט ארויפנעמען איינעם / אראפלאזן איינעם / איבערגיבן עפעס פאר איינעם/ כדומ'? נישט אינמיטן די ראוד! ריק זיך אריין אין די זייט, טו וואס דו האסט צו טון, און דערנאך מאך סיגנעלס, ווארט די ראוד זאל ווערן קלאר זאלסט האבן דיין רייגהט אוו וועי, און דאן הייב אן צוריק צו פארן, די ראוד דארף פארן נאנ-סטאפ!

די זעלבע מיט די באסעס (נישט סקול באסעס), מ'שטעלט זיך אפ אראפלאזן מענטשן, און בום! מ'גיבט אזא הייב צוריק אן צו פארן...
ר' באס דרייווער, ריקט אייך אריין אין די זייט, כדלעיל! די ראוד איז נישט אויף פאזע ווען איר לייגט אראפ מענטשן!

ווער רעדט נאך פון די וועלכע קראסן אריבער אינמיטן די ראוד???? ס'דא ספעציעלע קראסוואלקס מיט רעדלייטס אדער סטאפסיינס! וואס אידאס שפאצירן אויפן גאדער?? מארגן וועל איך דרייוון אויפן סייד וואלק... העסטע מאכן א ויצעקו...

דיסקלעמער, איך קען גוט די געזעצן אין איך פראקטיציר זיי אייביג, אבער מ'מוז נישט סטאפן ביי א סטאפ סיין פאר 10 סקונדעס, און אויך נישט 5! א פערטל סקונדע איז פינקט געניג! לכל היותר א האלבע.. (כ'רעד ווען מ'דארף נישט ווארטן אויף די רייגהט אוו וועי)
אוודאי סטאפט נישט דער קאר אינטער דיר, דו האסטעך שוין געסטאפט פאר 6 קארס..
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 3:54 pm

כאניש ביסט גערעכט, און די אלע מענטשן וואס טוען אט די אלע נידערטרעכטיגע זאכן זענען טייל פון די פופציג פראצענט וואס קענען נישט דרייוון.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:27 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך שטים צו צו חייםדערבעקער!
מ'קען פלאצן ווען א דרייווער איז א גוטער אויף יענעמ'ס חשבון און גיבט אווען זיין רייגהט אוו וועי פאר א קאר וואס וויל ארויספארן פון א ספאט / אריינקומען פון א זייטיגע גאס / וכדו'
ר' יוד די ראוד איז נישט דיינס, ס'דא 12 קאס אינטער דיר!

נאך מער ווען איינער גיבט א היטש און אנשטאט זיך שטעלן אויף די זייט פון די ראוד, מאכט מען א שארט סטאפ, און מ'נעמט אריין היטשערס, אינצווישן דעבאטירט מען נאך צו דער 6טער האט אויך פלאץ, און מ'דיסקאנעקט די קאר סיט... וכו',
און נאכדעם גיבט מען א פאר ווייטער, ווי כאילו די ראוד איז יעצט געווען אויף פאאז, און יעצט איז צוריק אאן..
ר' יוד, ווילסט ארויפנעמען איינעם / אראפלאזן איינעם / איבערגיבן עפעס פאר איינעם/ כדומ'? נישט אינמיטן די ראוד! ריק זיך אריין אין די זייט, טו וואס דו האסט צו טון, און דערנאך מאך סיגנעלס, ווארט די ראוד זאל ווערן קלאר זאלסט האבן דיין רייגהט אוו וועי, און דאן הייב אן צוריק צו פארן, די ראוד דארף פארן נאנ-סטאפ!

די זעלבע מיט די באסעס (נישט סקול באסעס), מ'שטעלט זיך אפ אראפלאזן מענטשן, און בום! מ'גיבט אזא הייב צוריק אן צו פארן...
ר' באס דרייווער, ריקט אייך אריין אין די זייט, כדלעיל! די ראוד איז נישט אויף פאזע ווען איר לייגט אראפ מענטשן!

ווער רעדט נאך פון די וועלכע קראסן אריבער אינמיטן די ראוד???? ס'דא ספעציעלע קראסוואלקס מיט רעדלייטס אדער סטאפסיינס! וואס אידאס שפאצירן אויפן גאדער?? מארגן וועל איך דרייוון אויפן סייד וואלק... העסטע מאכן א ויצעקו...

דיסקלעמער, איך קען גוט די געזעצן אין איך פראקטיציר זיי אייביג, אבער מ'מוז נישט סטאפן ביי א סטאפ סיין פאר 10 סקונדעס, און אויך נישט 5! א פערטל סקונדע איז פינקט געניג! לכל היותר א האלבע.. (כ'רעד ווען מ'דארף נישט ווארטן אויף די רייגהט אוו וועי)
אוודאי סטאפט נישט דער קאר אינטער דיר, דו האסטעך שוין געסטאפט פאר 6 קארס..


מיין אנקעטע האט געוויזן, וויפיל מאל איך האב עס אויסגעטשעקט, אז 95 פראצענט שטייטע דרייווערס זענען אט די וועלכע רעדן אויפן סעלפאן מיט די הענט, דוק ותשכח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:32 pm

עס איז א אלטע דעבאטע ווער עס איז גערעכט אויפן ראוד, צו דער וואס יאגט זיך אדער דער וואס פארט שטאט.

די כור המבחן איז, אז אזוי לאנג ווי מ'פאלגט די געזעץ, קען מיך קיינער נישט איינטיילן וויאזוי צו דרייוון, אפגעזען צו מיין דרייוון איז געשיקט ווי א ראבאט, אדער מיין וועגעלע פארט ווי א קארעטע. עס איז נישט קיין פראבלעם צו דרייוון אויף 25 מפש אין א 30 זאנע. אבער ווען דאס קומט מיט א געמיטליכע שמייכל פארטיפט אויפן טעלעפאן, קען מען פארשטיין וויאזוי ס'איז צוגעקומען דערצו. די זעלביגע, איך מעג ווארטן א רואיגע וויילע ביים סטאפ סיין צו פארזיכערן אז די ראוד איז סעיף, בתנאי אבער אז דאס קומט נישט באגלייט מיט א וויש אויפן פארקלאצן כלי.

דעריבער ביטע נישט פייפן אדער מאכסט היי-ביעמס אונטער מיר ווייל איך שטיי ביים סטאפ סיין, איך מיין פאר א גוטע סיבה, און אויך פעס מיר נישט ראנג וועי ווייל איך פאר אויף 28 מפש אויף א 30 זאנע.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:37 pm

מחולק!
6:10 פארטאגס ווען די גאס איז ליידיג, איז נישטא קיין היתר צו זיצן ביי א סטאפ סיין מער פון 0.25 פון א סקונדע!
נישטא וואס צו פארזיכערן אויסער אויסצאפן א יודס נערוון נאך פארן אנהייבן דעם טאג
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:38 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מחולק!
6:10 פארטאגס ווען די גאס איז ליידיג, איז נישטא קיין היתר צו זיצן ביי א סטאפ סיין מער פון 0.25 פון א סקונדע!
נישטא וואס צו פארזיכערן אויסער אויסצאפן א יודס נערוון נאך פארן אנהייבן דעם טאג

מחולק אויף די חולקה!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:38 pm

אז דו ווילסט שפאצירן, דארפסטו נישט נעמען דיין קאר פאר דעם צוועק
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:39 pm

א אלל וועי סטאפ סייגן, ווען דו קענסט זעהן פון א מייל פאדעם אז די אנדערע 3 זייטן זענען ליידיג, וואס איז די געווארטעכץ?
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:43 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז א אלטע דעבאטע ווער עס איז גערעכט אויפן ראוד, צו דער וואס יאגט זיך אדער דער וואס פארט שטאט.

די כור המבחן איז, אז אזוי לאנג ווי מ'פאלגט די געזעץ, קען מיך קיינער נישט איינטיילן וויאזוי צו דרייוון, אפגעזען צו מיין דרייוון איז געשיקט ווי א ראבאט, אדער מיין וועגעלע פארט ווי א קארעטע. עס איז נישט קיין פראבלעם צו דרייוון אויף 25 מפש אין א 30 זאנע. אבער ווען דאס קומט מיט א געמיטליכע שמייכל פארטיפט אויפן טעלעפאן, קען מען פארשטיין וויאזוי ס'איז צוגעקומען דערצו. די זעלביגע, איך מעג ווארטן א רואיגע וויילע ביים סטאפ סיין צו פארזיכערן אז די ראוד איז סעיף, בתנאי אבער אז דאס קומט נישט באגלייט מיט א וויש אויפן פארקלאצן כלי.

דעריבער ביטע נישט פייפן אדער מאכסט היי-ביעמס אונטער מיר ווייל איך שטיי ביים סטאפ סיין, איך מיין פאר א גוטע סיבה, און אויך פעס מיר נישט ראנג וועי ווייל איך פאר אויף 28 מפש אויף א 30 זאנע.

זאפטיג

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:47 pm

און די שחצנים וואס שפאצירן דורך די קראס וואלק ביי א סטאפ סייגן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די צוען דאך די נשמה ארויס!
שפאצירצעך און האלט אויף 15 קארס!
גיב א לויף דורך, לאז די ראוד ווייטע ממשיך זיין
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך פופציגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:48 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און די שחצנים וואס שפאצירן דורך די קראס וואלק ביי א סטאפ סייגן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די צוען דאך די נשמה ארויס!
שפאצירצעך און האלט אויף 15 קארס!
גיב א לויף דורך, לאז די ראוד ווייטע ממשיך זיין

דו האסט שוין לאאאאנג נישט געוואקט זעה איך.

קאם אןן, מאך עקסערסייז אביסל...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ששת אלפים
תגובות: 6462
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:50 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און די שחצנים וואס שפאצירן דורך די קראס וואלק ביי א סטאפ סייגן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די צוען דאך די נשמה ארויס!
שפאצירצעך און האלט אויף 15 קארס!
גיב א לויף דורך, לאז די ראוד ווייטע ממשיך זיין

מ'האמיר דאס שוין אמאל דעבאטירט דאכט זיך.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:51 pm

איך וואק יעדן שבת אזא 20 מינוט צום שיל אהין אין צוריק צו שחרית און צו מנחה וש"ס (ס"ה פון 80 מינוט) און דאס איז חוץ די 5 מינוט צו די מקווה און צוריק, און 5 מינוט צו מנחה וקבל"ש און צוריק,
א ס"ה פון א שעה מיט 40 מינוט
בערך אזוי לאנג ווי איך פלעג וואקן אין וומ"ס אגאנצע וואך אין א צוה...
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך א מחי' » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:52 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און די שחצנים וואס שפאצירן דורך די קראס וואלק ביי א סטאפ סייגן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די צוען דאך די נשמה ארויס!
שפאצירצעך און האלט אויף 15 קארס!
גיב א לויף דורך, לאז די ראוד ווייטע ממשיך זיין

זעהט אויס דו האסט א -יוקאן-נעוויגעיטער-עקספלאודער- בקוציר א רייסער
לעצט פאראכטן דורך א מחי' אום מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:52 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און די שחצנים וואס שפאצירן דורך די קראס וואלק ביי א סטאפ סייגן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די צוען דאך די נשמה ארויס!
שפאצירצעך און האלט אויף 15 קארס!
גיב א לויף דורך, לאז די ראוד ווייטע ממשיך זיין

מ'האמיר דאס שוין אמאל דעבאטירט דאכט זיך.

יא יא... אבער וואס א טאג גייט פארביי ווער איך מער און מער גערעגט אויף די קריכערס...
שפאציר מיר נישט אויף די ראוד, שפאציר אויפן סייד וואלק, אויפן ראוד רעכן זיך מיט די דרייווערס!
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 4:53 pm

א מחי' האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און די שחצנים וואס שפאצירן דורך די קראס וואלק ביי א סטאפ סייגן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, די צוען דאך די נשמה ארויס!
שפאצירצעך און האלט אויף 15 קארס!
גיב א לויף דורך, לאז די ראוד ווייטע ממשיך זיין

זעהט אויס דו האסט א -יוקאן-נעוויגעיטער-עקספלאודער- בקוצער א רייסער

כלל נישט, איך האב א קליינע קארעלע...
אבער אביסל מענטשליכקייט
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל, ניו יארק

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג נובעמבער 30, 2020 5:17 pm

בס"ד

ער, אדער זי, דארף בפירוש "נישט" אדורכלויפן, נאר גיין נארמאל. איר האט לייסענס? וואס שטייט דארט וועגן רייט אוו וועי ביים דרייען ווען איינער גייט צופיס, א טריט אראפ אויפ'ן גאדער און אלע קארס דארפן ווארטן מיט'ן גרעסטן געדולד!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט