טעגליכע טרעפיק - קרית יואל און ארום

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4610
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:46 am

Programming האט געשריבן:סטעיט פאליציי קען דען נישט געבן קיין טיקעטס פאר פארקינג ווייעלעישאנס אזויווי זיי געבן פאר מאווינג פארלעצונגען? עס דארף פשוט זיין א סיין

פארקינג טיקעטס זענען אויסדרוקליך פאר לאקאלע מיוניציפאלן און נישט מיט די סטעיט. די לאקעלס דרוקן עס און פארטיילן עס. א שטייגער ווי אין די סיטי וואו די "די סיטי אוו ניו יארק" איז די וואס טיילן די פארקינג טיקעטס וכדו'. אדער "טאון אוו וואדבערי" אדער "ווילעזש אוו מאנטיסעללאו". עס האט גארנישט מיט די סטעיט אויסער אז די לאקאלע מיוניציפאל שיקט אריין מעשר דערפון. ע" כ וועט א "סטעיט" טרופער קיינמאל טיילן לאקאלע פארקינג טיקעטס.
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:09 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווי דען זאל מען פארקן פאר א געזונט יאר?!
הערץ שוין אויף מיט די נאנסענס! קענסט זאגן אז מ'טאר נישט פארן בכלל! נאו דרייווינג אין ווילידש!

שיק אריין ווי דו ווילסט פארקן, איך זאג דיר צו 90% מען וועט דיר טרעפן וואו צי פארקן - נישט אויפן ראוד - אין די פינף מינוט וואלקינג דיסטענס,

אה, ווילסט נישט דארפן בכלל וואקן, דאן האבן מיר רעכט זיך צו רעגן פארן פארקן אויפן ראוד, פארפאלן, מיר האלטן אין א סוטואציע וואס עס איז טאקע נישט אזוי באקוועם, אבער פיקוח נפש קומט פריער. (און מען האט נישט געדארפט צוריק ווייזן קיין פערמיטן וואס ההאאבן נישט צוגעשטעלט קיין פארקינג פאר די אפיסעס וכו', זאלן די וואס גייען דארט וואוינען עס אליינס נעמען אין באטראכט אז דא קען מען נישט קומען מיט קיין קאר, און אויב זיי א קאר א הכרח, זאלן זיי זוכן ערגעץ אנדערש אן אפיס/דירה)

שבת פארסטו אדער דו וואקסט? דו ווייסט אז פיקוח נפש איז נאך העכער? (דהיינו, פיקוח נפש איז העכער פון די באקוועמליכקייט פון דרייוון, אויב פאר שבת געבסטו אויף דרייוון, עאכו"כ אויף פיקוח נפש)

וועסטו פרעגן אוואו קומט אריין פיקוח נפש,
1) קינדער לויפן ארויס צווישן די פארקירטע קאר'ס, ווי מען האט שוין מיטגעהאלטן ניסים די לעצטע וואך,
2) עמערדזשענסי וויקעל'ס בשעת אן עמערדזשענסי אין קריטישע מינוטן קענען נישט צו קומען

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:02 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ווי דען זאל מען פארקן פאר א געזונט יאר?!
הערץ שוין אויף מיט די נאנסענס! קענסט זאגן אז מ'טאר נישט פארן בכלל! נאו דרייווינג אין ווילידש!

שיק אריין ווי דו ווילסט פארקן, איך זאג דיר צו 90% מען וועט דיר טרעפן וואו צי פארקן - נישט אויפן ראוד - אין די פינף מינוט וואלקינג דיסטענס,

איך האלט ווי דער אז עס איז אסאך (רוב) מאל סכנה'דיג צו פארקען אויפן ראוד. אבער איר זענט נישט גערעכט אז עס איז דא ווי צו פארקען אין א פאבליק פלאץ. אפשר קענסטו טאקע אנווייזען אויף א גרעסערע בילדינג וואס האט נישט קיין געמארקטע פארקינג ספעיסעס, אבער עס איז נישט גערעכט צו טוען ווייל יענער קען אנקומען און בלייבען סטאק. און איך האב שוין געהאט מענטשען וואס בלאקען אזא איינעם פון ארויספארען און משה זוך מיך.

ווי קען פארקען אויף עיקערס? ברך משה?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:59 pm

ווי לאנג גייט מען נאך פרעגן די פארקינג פראגע?????

זאג נאר אין וויליאמסבורג ווען מבויט א גראסערי צו א חתונה זאל צו א ריזיגע אפארטמענט בילדינג פרעגט מען אויך די פראגע פון פארקינג, צו מ'ווייסט אז דאס איז עס ס'וויכטיגער די ספעיס פאר הייזער צו סטארס און די קארס וועלן זיך מוזן אנייצע געבן?

אין קרית יואל איז ביז אפאר יאר צוריק נאך געווען א מעגליכקייט זיך צו רעכענען מיט פארקינג און דאס איז עס מעקען נאמאר...
ס'דא צו א גרויסע פארלאנג פאר פלייש און פלאץ פאר פארקינג איז דערווייל נאך דא אין מאנסי!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:02 pm

די יעצטיגע פארקינג מהלך - די פראבלעמען - די לעזונג

די יעצטיגע פארקינג מהלך
מען פארקירט אויף ביידע זייטען ראוד
מען פארקירט ביי קארנערס (100 פיס פון די קארנער צו די אינטערסעקשאן)
די פראבלעמען
עס ווערט א טרעפיק אויף די פארנומענע גאסן, ובפרט אין די פארנומענע צייטן.
העכערט די ריזיקע פון עקסידענטען ה"י.
העכערעט די ריזיקע פון קאר קריצען שאדענס, שפיגעלן ברעכעריי, אשר אכמ"ל.
די לעזונג
עס איז דא גאסן ווי מער דרייוווועיס זענען אויף איין זייט, און עס איז פארהאנען ווי מער איז אויף די אנדערע זייט, למשל מירון דר. איז מער אויף די odd זייט, איז אויף די גאסן קען מען מאכן די odd זייט א נאוי פארקינג/סטענדינג/סטאפינג זאנע, און די אנדערע זייט מעג מען זיך פארקען.
אויף אנדערע גאסן קען מען מאכן איין זייט יא און די אנדערע זייט נישט. רוקען די געלע ליין אויף איין זייט, מאכן ווייסע פארקינג סימנים, ושלו' על ישראל.

ווילאנג די ווילידזש וועט נישט לייגן קיין סיינס אדער דאס אריינברענגן אלס געזעץ, לאמיר נוצען די כח היחיד והשכל און אונז זאל מיר פארקירן אויב ממוז
בלויז אויף די ODD זייט ווי די נומערען לויפן 1,3,5,7,9, אא"וו,
זיך נישט פארקען ביי קארנערס (לאזן פלאץ פאר כאטשיג 2 קארס ביז די קארנער)

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:08 pm

כא כא כא האט געשריבן:ווי לאנג גייט מען נאך פרעגן די פארקינג פראגע?????

זאג נאר אין וויליאמסבורג ווען מבויט א גראסערי צו א חתונה זאל צו א ריזיגע אפארטמענט בילדינג פרעגט מען אויך די פראגע פון פארקינג, צו מ'ווייסט אז דאס איז עס ס'וויכטיגער די ספעיס פאר הייזער צו סטארס און די קארס וועלן זיך מוזן אנייצע געבן?

וויליאמסבורג/ניו יארק סיטי לשיטתם (ליבראלען) אז מען דארף אפשפארן ווי מער גאסן כדי דער עולם זאל נישט פארן מיט קיין קארס, וועלכע פרדעצירט פעלאשען... נאר פארן מיט בייקס און מאסן טראנזעט סיסטעם... ווייל אזוי וועט די וועלט האלטן א יאר לענגער... ממילא קומט פארקינג בכלל נישט אין באטראכט מיט אזלאכע סארטען מענטשען אין סיטי האל.

משא"כ און אנדערע ערטער ווי מענטשען וואוינען ווי מזארגט זיך מער פאר די באקוועמליכקייט פון די מענטשהייט, ווי איידער די גלאבעל ווארמינג שטותים והבלים, וויל מען עס זאל זיין פארקינג נארמאל ווי עני אנדערע ווילידזש אין ניו יארק.

נאך איין נקודה וואס איז שוין כמ"פ געווארן ארויסגעברענגט דא, אז אין קרית יואל אנצוקומען פון איין פלאץ צו די אנדערע מוז מען גיין מיט א קאר, צוליב די ווייטקייט און די בערג, משא"כ אין וומ"ס/ב"פ ווי אלעס כמעט איז וואלקינג דיסטענס.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שמונת אלפים
תגובות: 8816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:41 pm

עושר אדיר האט געשריבן:

אט אזוי!!
כאניש פאר אייוועלט אייוועלט פאר כאניש

א פארברענגען ניק שטיצט כאניש פאר ראש הקהל
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:41 pm

עושר אדיר האט געשריבן:די יעצטיגע פארקינג מהלך - די פראבלעמען - די לעזונג

די יעצטיגע פארקינג מהלך
מען פארקירט אויף ביידע זייטען ראוד
מען פארקירט ביי קארנערס (100 פיס פון די קארנער צו די אינטערסעקשאן)
די פראבלעמען
עס ווערט א טרעפיק אויף די פארנומענע גאסן, ובפרט אין די פארנומענע צייטן.
העכערט די ריזיקע פון עקסידענטען ה"י.
העכערעט די ריזיקע פון קאר קריצען שאדענס, שפיגעלן ברעכעריי, אשר אכמ"ל.
די לעזונג
עס איז דא גאסן ווי מער דרייוווועיס זענען אויף איין זייט, און עס איז פארהאנען ווי מער איז אויף די אנדערע זייט, למשל מירון דר. איז מער אויף די odd זייט, איז אויף די גאסן קען מען מאכן די odd זייט א נאוי פארקינג/סטענדינג/סטאפינג זאנע, און די אנדערע זייט מעג מען זיך פארקען.
אויף אנדערע גאסן קען מען מאכן איין זייט יא און די אנדערע זייט נישט. רוקען די געלע ליין אויף איין זייט, מאכן ווייסע פארקינג סימנים, ושלו' על ישראל.

ווילאנג די ווילידזש וועט נישט לייגן קיין סיינס אדער דאס אריינברענגן אלס געזעץ, לאמיר נוצען די כח היחיד והשכל און אונז זאל מיר פארקירן אויב ממוז
בלויז אויף די ODD זייט ווי די נומערען לויפן 1,3,5,7,9, אא"וו,
זיך נישט פארקען ביי קארנערס (לאזן פלאץ פאר כאטשיג 2 קארס ביז די קארנער)

איך האב שוין געשריבן א שטיק צייט צוריק דא, אז דאס איז די גרינגסטע, ווירקזאמסטע וועג אז מ'זאל נאר פארקן אויף איין זייט, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס'איז נאכנישט אין קראפט. קען זיין ווייל אפיציעל איז די ווילידזש'ס שיטה אז מ'טאר בכלל נישט פארקן אויפן ראוד מילא איז מאדנע פלוצלינג צו לאזן, אבער כ'מיין אז ס'איז יצא שכרו בהפסידו, קיינער קימערט נישט דערויף, אויב וועט מען טוישן דעם טאן און מאכן א מצב וועגן פארקירן אויף איין זייט קען עפעס ווערן דערפון.

אגב ווער ס'געדענקט, א שטיק צייט צוריק האט מען געלייגט נאו פארקינג סיינס פארנט פון ביהמ"ד ישמח משה אין ברך משה, און ר' משה לייב איז פון צייט צו צייט אריבערגעפארן צון געקלעבט אומגעשמאקע סטיקערס אויף די ווינדאויס פון פארקירטע קארס. איך מיין אז דאס איז גענוג צו מאכן דרייווערס געדענקען פאר א לאנגע וויילע נישט צו פארקן ווי מ'קען אזאנס באקומען..

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:42 pm

ביידע וועי איך האב געהאט א דענטיסט אפוינמענט 9 ציפרי אין איך האב געמיסט זיכען א פארקינג
אויך האב איך געהאט א שימחה אין שטאט די וואך עס האט מיר גענימען 15 מנוט צי טרעפן פארקינג

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שמונת אלפים
תגובות: 8816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:49 pm

עושר אדיר האט געשריבן:די יעצטיגע פארקינג מהלך - די פראבלעמען - די לעזונג

...
די לעזונג
עס איז דא גאסן ווי מער דרייוווועיס זענען אויף איין זייט, און עס איז פארהאנען ווי מער איז אויף די אנדערע זייט, למשל מירון דר. איז מער אויף די odd זייט, איז אויף די גאסן קען מען מאכן די odd זייט א נאוי פארקינג/סטענדינג/סטאפינג זאנע, און די אנדערע זייט מעג מען זיך פארקען.
אויף אנדערע גאסן קען מען מאכן איין זייט יא און די אנדערע זייט נישט. רוקען די געלע ליין אויף איין זייט, מאכן ווייסע פארקינג סימנים, ושלו' על ישראל.

ווילאנג די ווילידזש וועט נישט לייגן קיין סיינס אדער דאס אריינברענגן אלס געזעץ, לאמיר נוצען די כח היחיד והשכל און אונז זאל מיר פארקירן אויב ממוז
בלויז אויף די ODD זייט ווי די נומערען לויפן 1,3,5,7,9, אא"וו,
זיך נישט פארקען ביי קארנערס (לאזן פלאץ פאר כאטשיג 2 קארס ביז די קארנער)

סוי אויב איך וואוין אויף פראנקפארט (אין ברך משה געגנט), און איך וויל אריינגעבן מיין טלית צו קלינען ביי פארקאש אויף טעילער קט., צוויישן פורים און פסח,
כ'קום אן אהין פארנאכטס, אלע דרייוועיס זענען פיל, און די odd זייט איז פיל, ביים ביהמ"ד פארקינג לאט איז פיל, די נענסטע ספאט איז ביים שאפינג סענטער, (ווי ס'טוט זיך אויך א אנשטויסעניש מיט קערעדשעס און קארס) וואס דארף מען דאן טון?
כאניש פאר אייוועלט אייוועלט פאר כאניש

א פארברענגען ניק שטיצט כאניש פאר ראש הקהל
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שמונת אלפים
תגובות: 8816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 12, 2020 1:50 pm

וועלטניק האט געשריבן:
עושר אדיר האט געשריבן:די יעצטיגע פארקינג מהלך - די פראבלעמען - די לעזונג

די יעצטיגע פארקינג מהלך
מען פארקירט אויף ביידע זייטען ראוד
מען פארקירט ביי קארנערס (100 פיס פון די קארנער צו די אינטערסעקשאן)
די פראבלעמען
עס ווערט א טרעפיק אויף די פארנומענע גאסן, ובפרט אין די פארנומענע צייטן.
העכערט די ריזיקע פון עקסידענטען ה"י.
העכערעט די ריזיקע פון קאר קריצען שאדענס, שפיגעלן ברעכעריי, אשר אכמ"ל.
די לעזונג
עס איז דא גאסן ווי מער דרייוווועיס זענען אויף איין זייט, און עס איז פארהאנען ווי מער איז אויף די אנדערע זייט, למשל מירון דר. איז מער אויף די odd זייט, איז אויף די גאסן קען מען מאכן די odd זייט א נאוי פארקינג/סטענדינג/סטאפינג זאנע, און די אנדערע זייט מעג מען זיך פארקען.
אויף אנדערע גאסן קען מען מאכן איין זייט יא און די אנדערע זייט נישט. רוקען די געלע ליין אויף איין זייט, מאכן ווייסע פארקינג סימנים, ושלו' על ישראל.

ווילאנג די ווילידזש וועט נישט לייגן קיין סיינס אדער דאס אריינברענגן אלס געזעץ, לאמיר נוצען די כח היחיד והשכל און אונז זאל מיר פארקירן אויב ממוז
בלויז אויף די ODD זייט ווי די נומערען לויפן 1,3,5,7,9, אא"וו,
זיך נישט פארקען ביי קארנערס (לאזן פלאץ פאר כאטשיג 2 קארס ביז די קארנער)

איך האב שוין געשריבן א שטיק צייט צוריק דא, אז דאס איז די גרינגסטע, ווירקזאמסטע וועג אז מ'זאל נאר פארקן אויף איין זייט, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס'איז נאכנישט אין קראפט. קען זיין ווייל אפיציעל איז די ווילידזש'ס שיטה אז מ'טאר בכלל נישט פארקן אויפן ראוד מילא איז מאדנע פלוצלינג צו לאזן, אבער כ'מיין אז ס'איז יצא שכרו בהפסידו, קיינער קימערט נישט דערויף, אויב וועט מען טוישן דעם טאן און מאכן א מצב וועגן פארקירן אויף איין זייט קען עפעס ווערן דערפון.

אגב ווער ס'געדענקט, א שטיק צייט צוריק האט מען געלייגט נאו פארקינג סיינס פארנט פון ביהמ"ד ישמח משה אין ברך משה, און ר' משה לייב איז פון צייט צו צייט אריבערגעפארן צון געקלעבט אומגעשמאקע סטיקערס אויף די ווינדאויס פון פארקירטע קארס. איך מיין אז דאס איז גענוג צו מאכן דרייווערס געדענקען פאר א לאנגע וויילע נישט צו פארקן ווי מ'קען אזאנס באקומען..

סעים הער, אויב איך וואוין אין עצי תמרים, איך קום צו א ברית אין ישמח משה, ווי זאל איך פארקן?
כאניש פאר אייוועלט אייוועלט פאר כאניש

א פארברענגען ניק שטיצט כאניש פאר ראש הקהל
פארוואס זאל מען זיך קריגן? זאל זיין אזויווי איך זאג און שלום על ישראל!

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:30 pm

דער אמת איז אז דערווייל איז זיכער דא פעלער וואס ס'איז נישטא קיין אנדערע ברירה, ווי למשל א וואך נאכט אד"ג, און דאס צו פארריכטן דארף מען מאכן ערנסטע סטראטעגיעס
אבער די פראבלעם איז אויף די צווייטע האלב פראצענט, מ'קען אסאך מאל דורך פארן מירון, סאטמאר דרייוו ועוד ועוד וואס אפילו ס'זאל זיין פילע ליידיגע דרייוועיס וועלן זיין געפארקטע קארס איבעראל פאר נאו גאאד ריזן, חוץ אפשר ווייל מ'האט זיי נישט אויסגעלערנט צו טראכטן פון יענעם אנשטאט קוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייט, אבער פארוואס סתם דן זיין? ליבערשט נעם איך אן אז פאר קיין שום ריזן.

אויב האסטו א ברית אין ישמח משה און די פארקינג לאט איז פול קענסטו פארקן ארויפציר אויף פראנקפורט מיין איך הייסט עס, ס'איז א ברייטע ליידיגע גאס און בדרך כלל איז נאר דא געציילטע קארס פארקירט אויף איין זייט פון די ראוד

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:38 pm

וועלטניק האט געשריבן:דער אמת איז אז דערווייל איז זיכער דא פעלער וואס ס'איז נישטא קיין אנדערע ברירה, ווי למשל א וואך נאכט אד"ג, און דאס צו פארריכטן דארף מען מאכן ערנסטע סטראטעגיעס
אבער די פראבלעם איז אויף די צווייטע האלב פראצענט, מ'קען אסאך מאל דורך פארן מירון, סאטמאר דרייוו ועוד ועוד וואס אפילו ס'זאל זיין פילע ליידיגע דרייוועיס וועלן זיין געפארקטע קארס איבעראל פאר נאו גאאד ריזן, חוץ אפשר ווייל מ'האט זיי נישט אויסגעלערנט צו טראכטן פון יענעם אנשטאט קוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייט, אבער פארוואס סתם דן זיין? ליבערשט נעם איך אן אז פאר קיין שום ריזן.

אויב האסטו א ברית אין ישמח משה און די פארקינג לאט איז פול קענסטו פארקן ארויפציר אויף פראנקפורט מיין איך הייסט עס, ס'איז א ברייטע ליידיגע גאס און בדרך כלל איז נאר דא געציילטע קארס פארקירט אויף איין זייט פון די ראוד

איך פאר אסאך דורך מירון זע איך קארס געפארק אויפען ראד מיט ליידיגע פארקינג לאטס
עס קען זיין אז ווען זיי פארקען זיך דארט איז נאך פיל די פארקינג לאט
איך געדענק אז מען האט געשמיסט אז מען גייט מאכען א וואן וועי
יעצט איז אין פלאן צי מאכן א ראד אינטער מירון פאר די נייע סקאל ביז דראביטש עפשר וועט עס זיין גרינגער
לעצט פאראכטן דורך עס וועט זיין גיט אום מיטוואך פאברואר 12, 2020 2:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מיטוואך פאברואר 12, 2020 3:07 pm

רויט האט געשריבן:ווער עס נוצט נאר די גאסן אין קרית יואל לעצטענס, ווייסט און ס'נישט קיין סוד, אז מ'בויעט און מבויעט הייזער און אינפערסראקשער צוגלייך, וואס פארשווערט שטארק דעם טראפיק, ממילא וואלט געווען א שטארקע טובה אויב די חשובע חברים דא, וועלן מעלדען דא אויף דעם אשכול, וואו עס גייט אן קאנסטראקשען און ווען, כדי מען זאל וויסן ווען איסצומיידען די פאלגענדע גאסן, ווי אויך וואו מקען פארן אלס אומוועג.
גיי איך פתיחה אצינד פאר די אשכול

אויף דוד ארי ווידער גאס בויט מען לייגט שוין פאדימענטן אבער עס מאכט נישט קיין טרעפיק

kollel yingerman
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » מיטוואך פאברואר 12, 2020 9:11 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
ווי קען פארקען אויף עיקערס? ברך משה?

זאג מיר וועלעכע געגנט אויף עיקער'ס,

ברך משה: ביהמ"ד ישמח משה/פעפערמינט פארקינג לאט (אויב איז עס פיל, איז געווענדליך דא פארקינג איבער גאנץ ברך משה..)

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7941
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:40 pm

געהאט א וואכט נאכט אין קרית יואל, געפארקט אין די פארקינג לאט ווען איך בין ארויס זעה איך א צעטל אויפ מיין פענסטער "אנטשולדיגט אבער די פארקינג לאט געהערט בלויז פאר די איינוואוינער"
Get 3 for the price of 2
https://amzn.to/3gkEKRh

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:50 pm

הרב_שלום האט געשריבן:געהאט א וואכט נאכט אין קרית יואל, געפארקט אין די פארקינג לאט ווען איך בין ארויס זעה איך א צעטל אויפ מיין פענסטער "אנטשולדיגט אבער די פארקינג לאט געהערט בלויז פאר די איינוואוינער"

אריין אין א געשעפט געפארקט אין פארקינג לאט, ווען איך בין ארויס טרעף איך א קאר בלאקן מיין קאר, זאגט מיר די געשעפט אייגענטומער אז דאס איז די אויבערשטע שכן וואס פירט א מלחמה ווער ס'פארקט אין פארקינג לאט, בין ארויף צי שכן זאגט ער מיר ער פלאנט נישט ארויסצוגיין ביז א שעה מימלא בלייבט די קאר יעצט דארט, למעשה נאך א 10 מוניט איז ער געקומען ריקן די קאר,

למען האמת, ליגט דארט א קליין אומבאמערקבארע טאוול אז פארקינג איז נאר פאר איינוואוינער, כהאב עס נאר נישט באמערקט,

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:27 pm

ווען א בילדינג איז באוואוינט מיט דרייסיג משפחות און סהאט זיך אריינגעצויגן א געשעפטל אין א בעיסמענט, איז נישט קיין יושר אז די קונים זאלן אנפילן דעם פארקינג לאט און די שכינים וואס האבן געצאלט טאפ דאלער פאר א דירה דא זאלן דארפן פארקן אויפן ראוד. איך רעד נישט פון תורהדיג אדער לעגאל, פשוט מענטשליך. דער מענטש וואוינט דא, ער קען נישט און ער דארף נישט יעדן טאג גיין זוכן ארום די בלאק פארקינג ווייל איין שכן האט מחליט געווען צו פארדינגען האלב פון זיין סטארעזש פאר א סטאר.

די זעלבע איז נעבן די בתי מדרשים. די איינוואוינער האבן געקויפט דא הייזער און זיי האבן באצאלט פאר דעם פארקינג לאט! נישט די ביהמ"ד האט באצאלט דערפאר! סאיז נישט קיין יושר זיך באקוועם צו מאכן אין יענעמס פארקינג לאט, אפילו סשטייט נישט קיין שטרענגע נאו פארקינג סיין. איי דער ביהמ"ד האט נישט גענוג פארקינג? נו זענען די שכינים אחריות דאס צוצושטעלן???

ווען א גאס האט א דעד ענד, (למשל סאסוב, ועוד). אויב פארקט מען אינמיטן פונעם דעד ענד, קענען קיין באסעס זיך נישט אויסדרייען, און צומאל געשעהט אז די באסעס הערן אויף אריינצופארן אינעם דעד ענד בכלל ווייל זיי ווייסן אז זיי גייען זיך נישט קענען אויסדרייען. יעצט, דער שיינער איד וואס איז אנגעקומען אין ביהמ"ד און נישט געטראפן קיין פארקינג און זיך געשטעלט אינמיטן דעם דעד ענד, איז גורם אז מאמעס מיט קינדער זאלן זיך דארפן שלעפן ביז ארויס די גאס. און אויב האלט מען אים פאר, ענטעפערט ער ווי דען זאל איך פארקן?! אהובי וידידי, די מאמעס מיט די קינדער זענען דיר שילדיג א פארקינג? אויב דיין ביהמ"ד שטעלט דאס נישט צו דארפן טאקע די שכינים נעמען די קאנסעקווענצן דערפון??

איך וואונדער מיך אלס אויף די וואס פארקן אין יענעמס פארקינג. איך בין זיי דן לכף זכות אז טראכטן פשוט נישט.
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:56 pm

סיז מסודר, זייער קלאר און גוט געשריבן

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 12:15 am

דערפאר האלט איך ווייטער אז מ'זאל עטליעסט מאכן א קאמפיין צו פארקן נאר אויף איין זייט און פארטיג. כח היחיד! ווער איז אין?

פרויעם פארקט אייביג אנטקעגן א פארקירטע קאר. קענסט זיין אזוי ווי פרויעם אדער פארקן ווי א מענטש

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:44 am

וועלטניק האט געשריבן:דערפאר האלט איך ווייטער אז מ'זאל עטליעסט מאכן א קאמפיין צו פארקן נאר אויף איין זייט און פארטיג. כח היחיד! ווער איז אין?

פרויעם פארקט אייביג אנטקעגן א פארקירטע קאר. קענסט זיין אזוי ווי פרויעם אדער פארקן ווי א מענטש

איך האלט זאלסט נוצן די נאמען פְּדָהצוּר, פשוט גמליאלס טאטע. דאס עפעל פאלט נישט ווייט פון בוים.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 9:48 am

kollel yingerman האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
ווי קען פארקען אויף עיקערס? ברך משה?

זאג מיר וועלעכע געגנט אויף עיקער'ס,

ברך משה: ביהמ"ד ישמח משה/פעפערמינט פארקינג לאט (אויב איז עס פיל, איז געווענדליך דא פארקינג איבער גאנץ ברך משה..)

אין ברך משה האבן כמעט אלע הייזער אנגעצייכענט יעדע פארקינג ספאט פאר א דעזעגנירטע יוניט נאמבער, און ווי אויך איז דארט איינגעפירט אז מען בלאקט איינעם וואס האט געפארקט אין זיין ספאט (וואס בדידי הוה עובדא)
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג מארטש 08, 2020 10:52 am

קען איינער אהערברענגען די מאפע וואס די פאבליק סעפטי האט ארויסגעלייגט פאר דעי יאר פורים, ווי סקיקט מיר אויס פלאנט מען היי יאר איינצושפארן דעים עולם אינדערהיים,

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג מארטש 08, 2020 11:42 am

נאך איינער האט געשריבן:קען איינער אהערברענגען די מאפע וואס די פאבליק סעפטי האט ארויסגעלייגט פאר דעי יאר פורים, ווי סקיקט מיר אויס פלאנט מען היי יאר איינצושפארן דעים עולם אינדערהיים,
צוגעלייגטע
IMG-20200308-WA0001.jpg
IMG-20200308-WA0001.jpg (177.1 KiB) געזעהן 724 מאל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5962
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג מארטש 08, 2020 12:21 pm

פשש, וואס האט דאס אויסגעפעלט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט