בלאט 1 פון 1

גמ''ח הצלה

געשריבן: זונטאג יולי 31, 2011 7:24 pm
דורך moshele11211
גמ''ח הצלה גייט אריבער און די וואכן א מאסיווע דרייווער קאמפיין, די ציהל דערפון איז אריינצונעמען ווי מער דרייווער'ס, דערנאך וואס מען וועט שוין האבן גענוג דרייווער'ס וועט עס גיין אויף די זעלבע סיסעטם ווי חסד ד'ווילאמסבורג, אז מען זאל קענען הערן קאל'ס וואס איז יעצט דא אויף די סיסטעים באקומען טעקס מעסעדש'עס קאל'ס וואס דארפן געקאווערט ווערן ווי אויך קענען נעמען קאל'ס אן ליין.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 11:53 pm
דורך גולם
קרית יואל'ע יודן רופט אייך אן ווארעם צו די רוף פון גמ"ח הצלה;איינער וואס האט שוין געפילט דעם צער פון דארפן גיין אין שפיטאל צו א קראנקן און ארום וואנדערן פארן מיטן באס אדער באן צום שפיטאל און נאכן ווערן אויסגעמוטשעט נאכן זיצן אין שפיטאל א פאר שעה וועט אייך קענען מסביר זיין וואסערע "חסד" איר טוט ווען איר נעמט אים/איר אהיים מיטן קאר וואס ווארט גלייך ביים טיר און נאכדערצו קיין קרית יואל : והבן כי קצרתי

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 10:51 am
דורך לאז געמאכט
פילט'ס עס אויס און ברענגט עס צום זאל...

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:56 pm
דורך ווייסעך וואס
די וואך באקומען אויך די פאסט אז אט אט גייט שוין דער נייער סיסטעם אריין אין קראפט.

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 9:44 pm
דורך היימישער איד
גמ"ח הצלה האט ריליעסט א פענצי בלעקבערי אפפ, מען קען עס אראפנידערן פון דעם בלעקבערי-אפפ-ווארלד אויף דעם לינק http://appworld.blackberry.com/webstore/content/98566
יישר כח פאר איינע פון מיינע קאנטאקטן וואס האט עס געלאזט אין זיין ריסענט אפדעטיס. אזוי ביניך געוואר געווארן דערפון פונקט אין צייט ווען כ'פאר אפט (זומער).

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2012 10:00 pm
דורך DotCom
אויף זייער וועבסייט זעה איך אז זיי האבן אויך עפפ'ס פאר ענדרויד און עפל. קוקט אויס צו זיין פיינע סחורה.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:35 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
moshele11211 האט געשריבן:גמ''ח הצלה גייט אריבער און די וואכן א מאסיווע דרייווער קאמפיין, די ציהל דערפון איז אריינצונעמען ווי מער דרייווער'ס, דערנאך וואס מען וועט שוין האבן גענוג דרייווער'ס וועט עס גיין אויף די זעלבע סיסעטם ווי חסד ד'ווילאמסבורג, אז מען זאל קענען הערן קאל'ס וואס איז יעצט דא אויף די סיסטעים באקומען טעקס מעסעדש'עס קאל'ס וואס דארפן געקאווערט ווערן ווי אויך קענען נעמען קאל'ס אן ליין.

יעצט קומט פאר נאך א מאסיווע דרייווער קאמפיין, מיטן נאמען "מנהיגים קאמפיין".

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 6:38 pm
דורך פאטאקי08

געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:12 pm
דורך ממש
איינער מיט די אדרעסס אריינצושיקן נתינה דורך פאסט?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:46 pm
דורך קנאפער ידען
ממש האט געשריבן:איינער מיט די אדרעסס אריינצושיקן נתינה דורך פאסט?

אינעם אפליקעישאן אויבן שטייט PO Box 2519, Monroe, NY 10949