אידישקייט אין זיד און אין צענטראל אמעריקא

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

אידישע וואונדער-ראבינער פון מאנאוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין די גויי'שע סעמיטערי אין מאנאוס - בראזיל, טיף פארשטופט אין די אמאזאן דזשאנגלען ליגט באערדיגט א אידישער רב, וואס איז גאר פארהייליגט ביי די גויים און פון איבעראל שטראמען זיי אהין פוקד צו זיין דער ציון לדבר ישועה.

די רעדע איז וועגען א מאראקאנער רב מיטן נאמען ר' שלום עמנוא'ל מאיאל וואס איז געפארן באזוכן די אמאזאן אום תרס"ח און איז דארט נפטר געווארן אום תר"ע. ער איז ר"ל באערדיגט געווארן צווישן קאטאליקן און א פארזוך איהם מפנה צו זיין איז געווען אומערפאלגרייך צוליב די פאפולעריטעט און זיין פארהייליגונג צווישן די גויים. אזויפיל האבן די אידן יא מצליח געווען, צו שטעלן אויפן קבר א אידישע מציבה.

Cemitério São João Batista - Manaus/Amazonas

ער איז געשטארבן פון אן אנשטעקיגע געלע פיבער. עס ווערט דערציילט א לעגענדע אז די פרוי וואס האט זיך מטפל געווען מיט איהם ביי זיין לעצטע קראנקהייט (מיט מסירות נפש אן מורא פון ווערן אנגעשטעקט), האט ערהאלטן גרויסע כוחות פון איהם און פלעגט היילען קראנקע.

https://goo.gl/maps/go3Fgy15GR248dxe8

אלעס ארום דער רב/צדיק/פועל ישועות, איז א מיסטעריע.

א שאד ער ליגט נישט אין בארא פארק....
אטעטשמענטס
tumulo.jpg
tumulo.jpg (63.94 KiB) געזען 669 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”