קנאפער ידען האט געשריבן:guar האט געשריבן:ווי קען איך טרעפן אינפארמאציע פון מיינע זיידעס
געב מער אינפארמאציע וועסטו קענען באקומען - אפשר - מער פונקטליכע הילף.
עס זענען דא אסאך אנליין ארכיוון ווי מען קען זוכן.
JewishGen האט גאר אסאך, פונעם קריג און בכלל פון רעקארדס פון יוראפ.
פונקט לעצטענס האט די דייטשע ארכיוון Arolsen Archives ארויסגעלייגט גאר אסאך רעקארדס סערטשעבעל אנליין: https://arolsen-archives.org/en/search- ... e-archive/
פאר פּוילן האב איך געטראפען אויף https://jri-poland.org/ אסאך אסאך מער וואו jewishgen
פרא. סהאט א לינק צו א קאפי פון די רעקארד
קאן. סשטייט נאר די יאר נישט די גאנצע דאטום, מדארף זיך ברעכן קאפ מיטן ליינען די פוילישע רעקארדס