די ערשטע קהילות אין ברוקלין

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שולן אין ברוקלין

צווישן אנדערן באשרייבן זיי די שול אויף קיעפ סטריט, היינט פאפא מיידל סקול.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן, מיר האבן אנטדעקט אמעריקא....

דער איגעל איז מעכטיג, איבער 1815 ארטיקלען מיט די ווארט/ווערטער 'RABBI', עס איז דא וואס צו טאן ב"ה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, דער קרעדיט איז אינגאנצן דיינער.

מיר גייען צוריק צו דעם דערמאנטן ארטיקל איבער די שולן אין ברוקלין אין תרמ"ו, לויט זיי איז געווען דאן בלויז אויס 8 שולן :
1) ביקור חולים, וואשינגטאן סטריט [ וואו איז דאס?].
2) אחי ישראל, קאלאמביע סטריט.
3) אהבת אחים, דזשאנסאן עווניו [בשכינות וומ"ס].
4) בית יעקב, טאנט [?] סטריט נעבן סאוט 5.
5) בית אלקים, סטעיט סטריט נעבן האיט סט.
6) בית אלקים, אויף קיעפ סטריט נעבן דיוויזשאן עווניו.
7) בית ישראל, באורום פלעיס קארנער סטעיט סטריט [דאס איז נעבן אטלענטיק עוו].
8) טעמפל ישראל, גרין עוו נעבן קארלטאן [בעד סטיי?] א שארקע רעפארמירטע קהילה, אזש אז טייל פון זייערע מעמבערס האבן געוואלט האלטן זונטאג אנשטאט דעם הייליגן שבת.

לפי דבריהם ווערן מיר געוואויר אז די דערמאנטע שול #7 איז געווען די ערשטע שול אין ברוקלין, איז נתייסד געווארן אלס אן ארטאדאקסישע שול, אזוי פרי ווי אין 1852 למספרם דהיינו תרי"ב, זייער ערשטער רב איז געווען ר' יואל אלכסנדר, ליידער מיט די ירידת הדורות זענען זיי געווארן אין 1879 א רעפארם קהילה.

#6 די בית אלקים שול אויף קיעפ סטריט ביי דיוויזשאן [היינט פאפא מיידל סקול] איז געווען די ערשטע שול אין די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, נאכדעם וואס די קהילה האט געדאווענט אין א געדונגענע רום אין די נארד-זייד פאר $150 א יאר, אין 1860 האבן זיי געקויפט אן אלטע קירכע בנין אויף די קארנער פון סאוט פירסט און 8 סטריטס [?], און אין תרל"ו האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צו זייער ניי געבויטע שול אויף קיעפ סטריט, די שול האט געקאסט בימים ההם די אסטראנאמישע סומע פון 50,000$, די שול איז פון אנהויב געווען ארטאדאקסיש אבער אין לויף פון די יארן האבן זיי זיך מאדערניזירט, דאן איז ליידער בעוה"ר אנטשטאנען די סאמע ערשטע מחלוקה אין די היסטאריע פון וויליאמסבורגער אידן און די פרומערע פון צווישן די מעמבערס האבן זיך אפגעטיילט און געעפנט דעם דערמאנטן #3 "אהבת אחים" שול אויף דזשאנסאן עווניו.

דאס איז דאס ביסל וואס מיר האבן עספיעט אראפצושרייבן, ליינט עס דורך פאר נעמען פון די פרעזידענטן רבנים און רעוורענדס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס בילד איז פון גוגל פון סטעיט סטריט קארנער בארום פלעיס, איז דאס מעגליך געווען די ערשטע שול אין ברוקלין?
אטעטשמענטס
First shul in brooklyn..JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאסטאט פון דעם ענדע פון ארטיקל, קאמענטארן זענען גענצליך איבריג, על אלה אני בוכי'.
אטעטשמענטס
Reform.JPG
Reform.JPG (79.1 KiB) געזען 5644 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די דערמאנטע שול #6 בית אלקים, אויף קיעפ סטריט נעבן דיוויזשאן עווניו.
אטעטשמענטס
pupa keap.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מרי כולא, טאטע זיסע! אפענע אנטיסעמיטיזם אין א צייטונג, מיט א גלייכגילטיגקייט, נאכדעם וואס זיי ברענגען ארויס אז מיינסטענס פון די דערמאנטע ששוהלען זענען מער רעפארם ווי ארטאדאקסיש, לייגען זיי צו ווי פאלגענד, מיר טייטשן איבער:
"עס איז קיין ספק נישט אז ברוקלין וועט גאר בקרוב קענען שטאלצירען מיט אירע סינגעגאגעס אזוי ווי [להבדיל] מיט אירע קירכעס. היינט צו-טאגס אבער, נאך אן אחריות'דיגע נאכגאנג זענען מיר 'צופרידען' אז אידישקייט איז ענדערש אין א ריקווערטס מצב. עס איז דא עטליכע טויזענטער אידן (היברוס) אין ברוקלין וועלכע צייגן קיין אינטערעסע צו זייערע שוהלען, ניטאמאל אין די הייליגע טעג און ימים טובים. דער גייסט פון צוברענגען מענטשן צו רעליגיע איז טויט אין פראקטיק. "אז מענטשן זוכען נישט דעם שוהל, דאן זוכט די שוהל נישט די מענטשן".

שרעקליך.

-

יישר-כח פארשלאפן, פאר די רעפארטאזש איבער די ערשטע שוהלען אין ברוקלין, עס איז ביי מיר כמעט ברור אז דער בילד וואס איר ברענגט פון מיין חבר גוגעל אויף באורום סט. איז נישט דער אריגינעלערע שוהל, א שוהל יענע יארען האט מען נישט געבויעט קיין שטאקען, דאס זעהט ליבערשט אויס ווי א שטאטישע שולע א.ד.ג.

[טאנט סט. איז 'צענטע סט.]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לויט ווי עס קומט מיר פאר, זענען אלע פון די שוהלען געווען אדער אינגאנצען אדער געשטימט צו רעפארם, אין קאנטראסט צו מאנהעטן וועלכע האט דאן יא געהאט א מער ארטאדאקסישע באוועגונג ווי שוין דערמאנט עטליכע מאל. איך הב מתחילה געוואלט פרוביען נאכצוגיין די רעוורענדס [רבנים] וועלכע ווערן דערמאנט; אלכסנדר, אייזמאן, ג-טהאלד, רובין, גרופמאן, שוואב, ווינטער, לואיס, שפרעגער און נאך, אבער דער אפעטיט איז מיר פערגאנגען לייענענדיג זייערע מאטיווען, מען קען זיי רואיג צושרייבען צו די מחריבים פונעם אידישען דור בימים ההם.

עס לאזט מיר קלערן אז די ערשטע ריין ארטאדאקסישע קהלות פון ברוקלין, זענען געווען אין בראנזוויל און טאקע אביסל שפעטער מער נאך די ערשטע וועלט קריג, אבער דאס איז בלויז שפעקולאציעס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מיללער, די שול בנין אויף 274 קיעפ סטריט שטייט נאך פון אונדרויסן בתפארתה, הגם פון אינעווייניג האט מען שוין אריינגעבויעט עטליכע שטאקן, כפי זכרוני פון די ערשטע מ"ם יארן אין די קיוויאשדער ת"ת וואס איז געווען אין דעם בנין, איז שוין דאן נישט געווען דער אריגינעלער אינטיריאר פונעם שול.

לויט דעם וואס ווי דערמאנט שטייט שוין גאנץ זיכער נישט די שול בנין אויף סטעיט סטריט איז דאס טאקע דער סאמע עלצטער שול בנין אין ברוקלין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם בוך היסטאריע פון די שטאט ברוקלין ווידמען זיי איין קאפיטל פאר די ערשטע אידישע קהילה אין ברוקלין, די דערמאנטע 'בית ישראל' שוהל בראשות דעם ר' יואל אלכסנדר זיי שרייבען איבער די אבן הפינה און די חנוכת הבית אנגעפירט דורך פראמינענטע רבנים הרב רפאל און הרב אייזאקס, בשנת תרכ"ב.

נעבן די שוהל איז געווען אטאטשירט א בנין פון א כמו תלמוד תורה, דער דערמאנטער הרב אלכסנדר איז געבוירען אין פוזנא, ער האט געלערנט אין מינסטער, דייטשלאנד און באקומען הוראה פון עטליכע רבנים בגלילות פוזנא (גאר מעגליך אז הגרעק"א איז צווישען די] און אויך פון ר' נתן אדלער הויפט-רב פון לאנדאן, ענגלאנד (נישט פארמישען מיט רבו של החת"ס).

אין דעם בוך ווער דער דעמאנטער הרב אלכסנדר דערמאנט מיט הרב טאסקא וועלכע האבן מספיד געווען פרעזידענט לינקאלן נאך די אטענטאט (אגב, ר' ישכר דוב אילאווי פון ניו ארליענס תלמידו של החת"ס, ווערט אויך דערמאנט דארט.)

פון אנדערע פלעצער איז משמע איז דער הרב אלכסנדר איז אויך געווען רב פאר א צייט אין מעמפיס, טענעסי אינעם ארטיגען קהל בית ק-ל אמת.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:לויט ווי עס קומט מיר פאר, זענען אלע פון די שוהלען געווען אדער אינגאנצען אדער געשטימט צו רעפארם, אין קאנטראסט צו מאנהעטן וועלכע האט דאן יא געהאט א מער ארטאדאקסישע באוועגונג ווי שוין דערמאנט עטליכע מאל. איך הב מתחילה געוואלט פרוביען נאכצוגיין די רעוורענדס [רבנים] וועלכע ווערן דערמאנט; אלכסנדר, אייזמאן, ג-טהאלד, רובין, גרופמאן, שוואב, ווינטער, לואיס, שפרעגער און נאך, אבער דער אפעטיט איז מיר פערגאנגען לייענענדיג זייערע מאטיווען, מען קען זיי רואיג צושרייבען צו די מחריבים פונעם אידישען דור בימים ההם.

א פסח, צוזאמענקום אין בית ישראל וואו מ'האט גערעדט איבער טוישן דעם סדר התפלה אין תרנ"א.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:מרי כולא, טאטע זיסע! אפענע אנטיסעמיטיזם אין א צייטונג, מיט א גלייכגילטיגקייט,

גארנישט קיין וויץ:
אידן נישט וועלקאם אין מאנהעטן ביעטש האטעל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

[טאנט סט. איז 'צענטע סט.]
וואו טרעפט זיך עס צוזאם מיט סאוט 5?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מען רוק מיר זיך פארווערטס, דער דערמאנטער 'קהל בית ישראל' איז היינט א קאנסעווארטיווע טעמפל באקאנט אלס קעין סט. סינגעאג אויף קעין סט. אין דאונטאון ברוקלין.

זעהט דא היסטארישע צייטנוגס אויסשניטען אין בילדער פון די ערשטע יארען אין די קהילה.

בייגעלייגט צוויי בילדער, איינס פון די אריגינעלע בנין אויף באוראם פלעיס און דאס צווייטע פון איר היינטיגע בנין אויף קעין סט
אטעטשמענטס
Shul.jpg
Shul.jpg (9.64 KiB) געזען 5544 מאל
IMG_5266.JPG
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:45 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:אין דעם בוך ווער דער דעמאנטער הרב אלכסנדר דערמאנט מיט הרב טאסקא וועלכע האבן מספיד געווען פרעזידענט לינקאלן נאך די אטענטאט (אגב, ר' ישכר דוב אילאווי פון ניו ארליענס תלמידו של החת"ס, ווערט אויך דערמאנט דארט.)

באמערקט דעם אידישו דאטום פון די אטענטאט" ח"י ניסן תרכ"ה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אמעיזינג סטאף, איך לעז יעדע תגובה מיט דארשט און באלעק זיך די פינגער, נישט נאר דעם אשכול נאר אלע דאהי.

יישר כחכם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די ירידה פון די ערשטע שול אין ברוקלין.

אגב, די שרייבערטע מרס. יודית ר' גרינוואלד איז נישט אפשר רי"י גרינוואלד'ס אן אייניקל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דא: ווערט געברענגט אז די "בית אלקים" שול איז פריערט געווען ביי סאוט 10 אין מארסי עוו [עס עקזיסטירט היינט נישט אזא אדרעס] אין א הילצערנעם בנין, אויך קאנפירמירן זיי אונזער פארדאכט אז די שול איז שוין פון די 1880's געווען געמישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

8) טעמפל ישראל, גרין עוו נעבן קארלטאן [בעד סטיי?] א שארקע רעפארמירטע קהילה, אזש אז טייל פון זייערע מעמבערס האבן געוואלט האלטן זונטאג אנשטאט דעם הייליגן שבת

אין דעילי איגל - פעב. 16 1890 ווערט געמאלדן איבערן אויפבוי פון זייער נייער בנין אויף בעדפארד קארנער לעפאיעט, אין דעם היסטארישע בילדער אשכול האבן מיר א בילד פון דעם בנין בתפארתה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

5) בית אלקים, סטעיט סטריט נעבן האיט סט.


די קהילה איז אין 1891 ליידער שוין געווען א רעפארם קהילה, ווי איר קאנט ליינען אין דעם ראבייס רעדע לכבוד איר 30 יעריגע יארטאג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:
7) בית ישראל, באורום פלעיס קארנער סטעיט סטריט [דאס איז נעבן אטלענטיק עוו]..

לפי דבריהם ווערן מיר געוואויר אז די דערמאנטע שול #7 איז געווען די ערשטע שול אין ברוקלין, איז נתייסד געווארן אלס אן ארטאדאקסישע שול, אזוי פרי ווי אין 1852 למספרם דהיינו תרי"ב, זייער ערשטער רב איז געווען ר' יואל אלכסנדר, ליידער מיט די ירידת הדורות זענען זיי געווארן אין 1879 א רעפארם קהילה.


פאלגענד איז א באריכט אין איגל פון פון סעפטעמבער 1 אין יאר 1862 למספרם וואס דערציילט אונז איבער די פארגעקומענע חנוכת הבית צערעמאניע בראשות פון רעוו. אלקסנדר אין די נייע [שוין דאס 2'טע אין די לעצטע 6 חדשים, וועלכע שול איז געווען פריער?] געבויטע סטעיט סטריט שול, ווייזט אויס איז אין תרכ"ב האט דאס געהייסן אין אמעריקא ארטאדאקסיש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב מ'פארשלאפן,
דארט שטייט בעיסיקלי אז מ'האט געמאכט זיבען הקפות אינעם ביהמ"ד איידער דער ראה"ק האט צועפנט די פרוכת מיט די טירען פון ארה"ק ווי מ'האט אריינגעשטעלט די ספרי תורה, דערנאך האב ןד אויבנדערמאנטע רבנים געגעבן זייערע רעדעס דערמאנענדיג און באדאנקענדיג צווישען אנדערע פאר די רעגירונג פון די פעראייניגטע שטאטן און פארשידענע פערזענליכקייטען, די רעדעס זענען נאכגעפאלגט געווארען מיט מוזיק און אנדערע צערעמאניעלע פייערונגען.

א דאנק פארן אראפברענגען די היסטארישע שטיקלעך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, כ'זע אז איר ווילט זאגן אז עס איז יא געווען כדבעי למהוי, זייטזשע מיר מסביר ס'פשט פון:

1) אריינלייגן די די לוחות בלשונם Shew tables אין ארון קודש.

2) די הקפות Before the ark דהיינו דער באלעמער איז געווען אויף מזרח.

3) דאס אראפרייסן א ליילעך וואס האט צוגעדעקט דעם ארון הקודש.

4) די צערעמאניע מיט די בעה"ב אנגעטאן מיט Rich white satin scarfs דהיינו, די רעפארם סטיל טליתים וואס זענען נישט מער ווי א טיכל אויף די פלייצעס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, דער קרעדיט איז אינגאנצן דיינער.

מיר גייען צוריק צו דעם דערמאנטן ארטיקל איבער די שולן אין ברוקלין אין תרמ"ו, לויט זיי איז געווען דאן בלויז אויס 8 שולן :
1) ביקור חולים, וואשינגטאן סטריט [ וואו איז דאס?].


עס איז דא א וואשינגטאן סט. איין גאס נעבן די ברוקלין בריק , עס לויפט פון יארק סט. (הונטער די בי.קיו.אי.) דריי פיר גאסן ביז צום וואסער, זעה גוגעל מאפע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, כ'זע אז איר ווילט זאגן אז עס איז יא געווען כדבעי למהוי, זייטזשע מיר מסביר ס'פשט פון:

1) אריינלייגן די די לוחות בלשונם Shew tables אין ארון קודש.

2) די הקפות Before the ark דהיינו דער באלעמער איז געווען אויף מזרח.

3) דאס אראפרייסן א ליילעך וואס האט צוגעדעקט דעם ארון הקודש.

4) די צערעמאניע מיט די בעה"ב אנגעטאן מיט Rich white satin scarfs דהיינו, די רעפארם סטיל טליתים וואס זענען נישט מער ווי א טיכל אויף די פלייצעס.


1) לוחות/ SHEW TABLES ? לא ידע מאי קאמר מר
2) די ARK איז דער ארה"ק נישט דער באלעמער
3) נישט באמערקט
4) מאן יימיר, אפשר האבן זיי געהאט שיינע זיידענע שאלס, די טליתים רופט מען געווענליך א SHAWL TALITH וכדו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”