טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ברוך אתה האט געשריבן:די לעצטע איבערלעבערין פונעם טיטאניק איז לעצטענס געשטארבן, די שאלה איז, צו צווישן אזויפיל היימישע אידישע נעמען, זענען פארהאן היינט משפחה מיטגלידער פון די אומגעקומענע, אויב יא, ביטע זיך מעלדן צו מיר אין אישית


ברוך אתה האט געשריבן:זעענדיג אז קיינער האט זיך דערווייל נישט אנגערופן, אפעליר איך נאכאמאל, אז אויב איינער איז א קרוב, אייניקעל אדער פלימעניק אדער סיי וואס פאר א שייכות, צו א אידישער טיטניק אומגעקומענער, זאל ער ביטע אונז איינמעלדן

א שיינעם דאנק


ברוך אתה האט געשריבן:איך פראביר צו כאפן JKUP אין אישית, אבער עס כאפט נישט מאיזה סיבה שהוא, הרב דזשעי קאפ, אויף מעגליך אונז ביטע געבן א קאנטאקט צו דעם בעל תשובה וואס האט אייך דערציילט די געשיכטע אז זיין זיידגע האט געזאלט רייזן אויפן טיטאניק.
דאנקע שיינע


נוצר תאנה יאכל פרי'.

א טענצל! האט געשריבן:אויף קולמבשר איז דא עטליכע אונטערוויאו'ס בנוגע די טיטאניק שיף. אפציייכענענדיג קנאפע הונדערט יאר זינט די ביטערע פאסירונג איז פארגעקומען.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
ברוך אתה
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 25, 2011 1:21 pm

א עפענטליכער דאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך אתה »

א עפענטליכער דאנק פאר דזשעי קאפ פאר זיין הילף
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעצט באקומען אין בליץ פאסט:

די מיטעלסטע חלק, מן הסתם גענאשט פון דא! כ'האף זיי געבען קרעדיט.
אטעטשמענטס
Der Blitz - Nissen.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לכבוד פסח האט הרה"ג ר' יחיאל גולדהבר שליט"א געשריבן א הערליכע מאמר (ערשטע פון דריי) איבער דעם טיטאניק
(אויך האט ער מיטגעשיקט די באוויסטע אל מלא פון ר' יוסל'ע ראזענבלאט ז"ל)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:יעצט באקומען אין בליץ פאסט:

די מיטעלסטע חלק, מן הסתם גענאשט פון דא! כ'האף זיי געבען קרעדיט.


נישט סתם גענאשטת נאר גאנצענע שטיקער און בילדער פון דא, און קרעדיט? אבערוואז! סארא חוצפה
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יעצט באקומען אין בליץ פאסט:

די מיטעלסטע חלק, מן הסתם גענאשט פון דא! כ'האף זיי געבען קרעדיט.


נישט סתם גענאשטת נאר גאנצענע שטיקער און בילדער פון דא, און קרעדיט? אבערוואז! סארא חוצפה

הונדערט יאר פון יעצט, וועט ערגעץ זיין אן ארטיקל, אפצוצייכענען 100 יאר פון דעם סקאנדאל!! כ'האפ כ'וועל באקומען קרעדיט פאר די איידיע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בדרך אגב:
עס זעהט מיר אויס אז דא אין די פארומ'ס הערשט אזא מין "כוחי ועוצם ידי", קיינער געפינט נישט אויס זאכן נאר פון דא, און עס פארלאנגט זיך א קרעדיט.
רבותי! פון מיין עקספעריענס, מען ווערט געוואויר זאכ'ן פון ערגעץ אנדערש אויך, און נישט אלעמאל קומט קרעדיט אהער דא.

וויפיל זאכן האב איך אין מיין באזיץ, וואס איז נישט דא אין פארום, און איך פלאן עס איינמאל צו מפרסם זיין (אוןצוליב דעם בין איך עס נישט דא מפרסם), אז איינער וועט מיך פעדערן דא, דארף באדאנקען דער פארום....
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

איטשע האט געשריבן:בדרך אגב:
עס זעהט מיר אויס אז דא אין די פארומ'ס הערשט אזא מין "כוחי ועוצם ידי", קיינער געפינט נישט אויס זאכן נאר פון דא, און עס פארלאנגט זיך א קרעדיט.
רבותי! פון מיין עקספעריענס, מען ווערט געוואויר זאכ'ן פון ערגעץ אנדערש אויך, און נישט אלעמאל קומט קרעדיט אהער דא.

וויפיל זאכן האב איך אין מיין באזיץ, וואס איז נישט דא אין פארום, און איך פלאן עס איינמאל צו מפרסם זיין (אוןצוליב דעם בין איך עס נישט דא מפרסם), אז איינער וועט מיך פעדערן דא, דארף באדאנקען דער פארום....

אבער אויב וועסטו עס נאכשרייבען ווארט ביי ווארט, איין וואך נאך עס וועט שטיין דא! דעמאלטס מיינט עס נאכגעשריבען פון דא!!!!!!!!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויב דאס איז דער קעיס, זענט איר גערעכט....
אויסער אויב ביידע שרייבען נאך דער זעלבער מקור.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

דאכצעך אין ״די צייטונג״ פין פארגאנגענע װאך (אדער פריער) האט ער געשריבען אז די טיטאַניק האט געהאט אריינגעבויט א קליינער כשר׳ער קאך!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בשנת תרל"ה איז פארגעקומען אן ענליכע טראגעדיע אויף א קלענערן פארנעם ווען דער "עס. עס. שיללער" שיף איז געווארן באטראפן פון א שווערן שטורעם-ווינט אונטער גאר שווערע אומשטענדן אויף איר וועג פון נעוויארק קיין האמבורג.

אויפן שיף האבן זיך אויך געפונען בשעתו א גאנצע אידישע משפחה, די פאמיליע פון ר' מיכל קארנבלום וועלכער איז אריגינעל געווען פון קראקא, ער איז דעמאלס געפארן פון ניו יארק מיט זיין פרוי און דריי קינדער צו באזוכען זיין שמפחה אין גאליציע, און ליידער איז די גאנצע פאמיליע דערטראנקען געווארן במצולות ים.
אטעטשמענטס
GetImage (9).png
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וועגן א מר קאנטאר וועלכע ליגט אין מאונט ציון וועלכע איז ר"ל אומגעקומען ביים טיטאניק, הג"ר שלום אלחנן יפה פון די בית מדרש הגדול האט מספיד געווען
אטעטשמענטס
rosenshine titanic.png
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

8 דאקומענטן וועגן סיני קאנטאר הנ"ל אין צוזאמנעהאנג מיט זיין אומקום און אפגעפונען זיינע געביין. (באדי נומער 283)

http://www.novascotia.ca/nsarm/virtual/ ... =201011140
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:וועגן א מר קאנטאר וועלכע ליגט אין מאונט ציון וועלכע איז ר"ל אומגעקומען ביים טיטאניק, הג"ר שלום אלחנן יפה פון די בית מדרש הגדול האט מספיד געווען


קוק צוריק איין בלאט:
יואל ווייס האט געשריבן:פ"נ הקדוש
סיני ב"ר שמואל
מנדיל קאנטאר
שטבע במצולות ים
עם אנית
טיטאניק
יום קבורתו י"א אייר תרע"ב לפ"ק
תנצבה
Sinai Kantor
Victim of Titanic
Disaster
April 15, 1912
Age 34
Sinai Kantor.jpg


עס איז אינטערעסאנט אז אויפ'ן מצבה רופט מען אים 'הקדוש' וואס דאס נוצט מען געווענליך פאר איינעם וואס איז אומגעקומען דורך רוצחים.

---

אין די אויבנדערמאנטע טיטאניק אנציקלאפעדיע שטייט אז זיין קבר איז אין מאונט ציון ביה"ח אין קווינס, למעשה האב איך געזוכט אויף זייער סייט און נישט געטראפן אזא נאמען, אדער בכלל איינער וואס אומגעקומען אינעם טיטאניק.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין בו אלא חידושו, אז הג"ר שלום אלחנן יפה האט איהם מספיד געווען.

בדרך אגב, דער פרוי פון קאנטאר מרים איז אויך ליידער אומגעקומען אבער איר קערפער איז נישט אידענטיפיצירט געווארן, דאס פארפאלק זענען געווען אין יונגן עלטער פון בלויז 34 יאהר, גערייזט אין צווייטן קלאס אויפן וועג פון מאסקווא צו די בראנקס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון 'מאמענט' - די נעמען פון די יודן אויפן טיטאניק:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... e&rtl=true
אטעטשמענטס
GetImage (10).png
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אולי האבן זיי געמאכט א טעות אויפן וועבזייטל מיט די דעטאלן. לכאורה איז עס דאס סימי במקום סיני

KANTOR, SIMY
Path: 12L
Gate: 11
Grave Number: 6
Section:
Block:
Lot:
Society: VITEBSK
Date of Death: 5/5/1912
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער מארגען זשורנאל 29 אפריל 1912

א הספד שטאטגעפונדן אין ביהכ"נ אנשי ביאליסטאק
אטעטשמענטס
טיטאניק הספד אנשי ביאליסטאק.JPG
טיטאניק הספד אנשי ביאליסטאק.JPG (65.6 KiB) געזען 3182 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די שול "כל ישראל - אנשי פוילן" אין ניו יארק האט אפגעהאלטן א הספד נאך די טיטאניק טראגעדיע, "א רב" פון ניו יארק האט עס און בריוו שרייבער צום "ווארהייט" האט זייער געארט אז זיי האבן געשלאגן קאפיטאל דערויף און פארלאנגט א "קוואדער" פאר "איינלאס געלט"
בילד
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מיללער האט געשריבן:די שול "כל ישראל - אנשי פוילן" אין ניו יארק האט אפגעהאלטן א הספד נאך די טיטאניק טראגעדיע, "א רב" פון ניו יארק האט עס און בריוו שרייבער צום "ווארהייט" האט זייער געארט אז זיי האבן געשלאגן קאפיטאל דערויף און פארלאנגט א "קוואדער" פאר "איינלאס געלט"
בילד

צ"ל "פופציג צענט"
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פלטיאל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די שול "כל ישראל - אנשי פוילן" אין ניו יארק האט אפגעהאלטן א הספד נאך די טיטאניק טראגעדיע, "א רב" פון ניו יארק האט עס און בריוו שרייבער צום "ווארהייט" האט זייער געארט אז זיי האבן געשלאגן קאפיטאל דערויף און פארלאנגט א "קוואדער" פאר "איינלאס געלט"
בילד

צ"ל "פופציג צענט"



ליין איבער; קוואדער פער פערזאן, פופציג צענט פארן פארפאלק
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:
כ"ח ניסן


קרוב לחצות לילה ליל ש"ק האט דער ריזען שיף טיטאניק אנגעקלאפט אין אן אייז בארג און געזינקען און עס זענען אומגעקומען
1500 מענשען וביניהם היפש אידען חזן יאסעלע ראזענבלאט האט פערפאסט אן על מלא לזכרם
בילד
איך געדענק ווען דודי ז"ל האט געקויפט פאר מיין באבע ע"ה א "שַׁ"ס תְּחִנָּה רַב פְּנִינִים", בהוצאת היברוּ פּאבלישׁינג און עס איז דארט
געווען א תחינה לע"נ פון דעם פארפאלק יצחק וזוגתו שטראוס פון די גרויסע נדבנים בימים ההם וואס זענען דאמאלט געווען אויף דעם צוריק
פון ארץ ישרא' אבער עס איז גלייך אריין אן מוסט ווייל עס איז אויך געווען א תחינה פאר הדלקת הנירות ווי די אידענע בעט אז
דער רבש"ע זאל ... זיין פאר דעם מאן און קינדער וואס ארבייטען
אויף יענע נסיעה איז איך געווען יצחק'ס ברידער נתן וואס איז געבליבען און ירושלי' העלפען די אידען
הוא פשוט לא יכול היה לנתק את עצמו מבני ירושלים של מעלה. בסופו של דבר, האח איזידור וזוגתו החליטו לצאת לדרכם בלי אחיו נתן וזוגתו ועזבו לאנגליה במועד המתוכנן. נתן היה כל כך שקוע בעזרה לעניי העיר עד כי בקושי עלה בידו להיפרד מהם. כל ערב היה שב למלון חיוור, לאה ותשוש, והיה אפשר לחוש את הכאב שהטיל סבלם של יהודי ירושלים על לבו.
עוד לפניו, ניסה הנדבן הידוע סיר משה מונטיפיורי לארגן תוכנית ששילבה לימוד תורה עם עבודת כפיים ואיפשרה ללומדי תורה צעירים להמשיך בלימודם בד בבד עם רכישת מקצוע. אולם תוכנית זו נתקלה בהתנגדות מצד רבים מיקירי ירושלים. מי שהבין לרוחם של אנשי הישוב הישן היה דווקא נתן שטראוס, הוא הבין שלימוד התורה הוא מטרה קדושה נעלה ועצומה בפני עצמה, ואת ה"מקצוע" הזה רכשו לעצמם רבים מתושבי ירושלים


[הצלת נתן שטראוס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער מאָרגען זשורנאַל, יום חמישי, אפריל 18, 1912

בייגעלייגט א לענגערע ערשט-האנטיגע באריכט כולל אסאך אידישע אינפארמאציע
אטעטשמענטס
TitanicArticle.pdf
(1.85 MiB) געווארן דאונלאודעד 289 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”