קורות וזכרונות מהעיר סיגוט

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

איר קענט נישט קיין פשוט אידיש????
דאווענען און מיטען דא, האלטן דא אפ מיטונגען....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קוקט אויס אווי די שולן האבן זיך צוזאמענגעשטעלט כמנהג המתא און מ'האט זיי געגעבן א באזונדער ארט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שישא האט געשריבן:איר קענט נישט קיין פשוט אידיש????
דאווענען און מיטען דא, האלטן דא אפ מיטונגען....

גערעכט מיר נישט בייגעפאלן, 'מיעטען' Meeting
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

יעצט איבער געליינט, ס'שטייט "און" מיט א ווא"ו, נישט "אין" מיט יו"ד.

שעקאוך שישא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ר' אברהם חיים גלאנדמאנן חזן דפה [סיגוט]
אטעטשמענטס
תרע''ה.jpg
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

צייטליך האט געשריבן:קורצע אינפארמאציע וואס איך האב געהערט און געזעהן די וואך וויילענדיג אין שטאט סיגוט.

אין די שטאט סיגוט האבן געוואוינט אריבער עלעוו טויזענט אידן בעפאר די קריג און א קליינער מיעוט פון גוים. היינט צוטאג איז נישט דא קיין איינציגער איד דארט און פארשטייט זיך נישט קיין ביהמ"ד.

איך האב גערעדט מיט איין ערל דארט זאגט ער מיר אז זיין טאטע אן אלטער גוי געדעקנט נאך די אידישע געמיינדע דארט בעפאר די קריג, אבער מיט אים אליין האב איך נישט גערעדט.

די פלאץ פונעם אלטע ביהמ"ד פונעם יטב לב, קדושת יו"ט און עצי חיים איז א גרויסער שפיל הויף פאר ספורט'ס (ווי מ'גייט אי"ה יעצט צוריק אויפבויען דארט א גרויסער בנין. א שוהל, מקוה און שלאף צימערן) ביים עק פונעם הויף איז נאך דא א גרויסער לאך אין די ערד מיט אלע שטיגן אראפ, דאס איז די אלטע מקוה, עס איז נישטא קיין בנין ארום דעם אבער די בור מיט די טרעפ שטייט נאך דארט אומבארירט (בילד וועט נאכפאלגן) אזוי אויך האט מען דארט געטראפן די ארגינעלע מעיין-קוואל פונעם מקוה.

אין די זייט פונעם אלטן שוהל הויף ווי עס איז געווען די ביהמ"ד, מקוה און די הויז פון די רביים, איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער און הויכער 3-4 שטאקיגער מאנומענט לזכרון פון די אומגעקומענע אין די קריג. (כ'וועל שפעטער לייגן א בילד) פון אונטן שטייט אין גרויס אויפגעשריבן 1944 מיט א בילד פון א מנורה. אויבן שטייט אין גאלד אריינגעריצט די ווערטער "צום אייביקען אנדענק פאר די קרבנות פונעם אכזרישן פאשיזם אין אוישוויץ".

די לאט וואס האט באלאנגט פאר קהל דארט בעפאר די קריג איז אסאך גרעסער ווי בלויז די שוהל הויף, עס זענען פרהאן אסאך בנינים אין די זייט (און דאכצעך די מאנומענט אויך) וואס זענען אונטערן זעלבן בעלות ווי ס'גאנצער שוהל הויף.

ראמעניע איז א ארימע מדינה און סיגעט איז געוויס א ארימע שטאט אבער עס איז בכלל נישט אזוי צוריק געבליבן ווי איך האב געמיינט. אין די צייט וואס איין דירה פון א אלטישקע פרוי האב איך געטראפן אנע בענקלעך טישן אדער סיי וואס, בלויז עטליכע כמו מאטראצן צו שלאפן אין א בית הכיסא ניצט די אלטישקע א גרוב אונעם אונטערשטען הויף פון איר דירה. ווערן אבער אין די זעלבע צייט געבויעט דארט ריזיגע און טייערע געשעפטן, זאגאר שענער און מער סעפיטעקירט ווי אלע גרויסע טשעין-געשעפטן דא אין ניו יארק. די הויפט גאס א שטייגער ווי לי עוועניו אין וויליאמסבורג זענען פיל מיט געהעריגע גרויסע געשעפטן און רעסטוראנטן, וווידעראום אלע זייטיגע געסלעך זענען ארימער פון ארים.

הונט'ן דרייען זיך דארט אונטער די פיס ווי ביים טאטן אין וויינגארטן אנע בעלי בתים, אבער זיי טשעפען נישט קיין מענטשן. עס איז פארהאן אין סיגעט א 300 פארזען פאליצייאישע קראפט. דערצו זענען דארט פארהאן אויך דזשאנדארן (מיסתמא איז דאס פעדעראלע פאליציי א שטייגער ווי די מארשאלס דאהי) לויט ווי די פאליציי דערציילט מיר האבן זיי נישט קיין ערענסטע פאברעכן דארט, ער זאגט אז זיי האבן נישט קיין גניבות (ווייל דארט נעמט יעדער..) זייערע פראבלעמען זענען מיינסטענס שיכורים וועלעכע צושלאגן זיך אויף די גאסן. (אויך לאזן זיי נישט כאפן קיין בילדער נישט פון זיי און נישט פון זייער אויטא, פאר זיכערהייט סיבות..)

אינטערסאנט צו באמערקן. די גאסן ווערן דארט פוסט און ליידיג פון מענטשן ווי נאר די נאכט פאלט צו. איבערן טאג איז דאס פיל געפאקט מיט איינקויפער, דורכגייער אא"וו, אבער ווי נאר עס ווערט טינקל (7:00 אזייגער בערך) ווערן די געשעפטן אפגעשלאסן און די גאס ווערט גענצליך ליידיג.

איר האט נאך אפשר די בילדער?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

קבר פון די ערשטער רב אין סיגוט ראמעניא נאכגעלאזט ר"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אין א לינק איבער די בתי החיים אין סיגוט http://www.2all.co.il/Web/Sites10/haime ... owOneCat=0 שטייט די פאלגענדע צוטאט:
"בית החיים הישן - בית עלמין זה נחרש עד היסוד אך 2 מצבות נותרו בו של הרב הראשון של סיגעט הרב צבי אברמוביץ ושל אשתו. הסיבות להריסת בית הקברות לא ידועה, על פי עדותו של הרב גרינוולד הוא ביקר בבית קברות זה וראה שם מצבות עד שנת תק"כ. לפי השמועה עצמותיהם של שוכני בית קברות זה הועברו לבית הקברות החדש ונקברו שם כנראה בקבר אחים. השוורים שחרשו את בית הקברות לא הצליחו להזיז את המצבה שעל קבר הרב ואשתו והם נותרו על מקומם. יש המספרים כי בזמן השלטון הקומוניסטי נעשה נסיון נוסף לעקור את הקברים ע"י טרקטורים ואף הם נחלו כשלון. בית קברות זה מגודר ושמור ורק השכנים מגדלים בו ירקות גינה. כאמור, בית הקברות נמצא במקום מגודר וסגור ומלבד בניין אחד לא בנו על שטח בית העלמין הישן".

נאכן באטראכטן דאס בילד פון די 2 מצבות וואס קומט בייגעלייגט, בין איך אויפגעשוידערט געווארן איבער די מצב ארום און די מצבות זעלבסט.. רחמנא ליצלן! א מאן און ווייב וואס זענען געווען בכח צו היטן אויף זייער אייגענעם קבר און געקענט צוריקהאלטן די גרויסע אקסען אדער די אייזערנער גאפלעך פונעם טראקטאר פון חרוב מאכן זייער רוה ארט, מוז זיין אז עס רעדט זיך פון קדושי עליון!! וואס אויף זיי קען מען מיט רעכט זאגן "גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם"!!! עס פעלט נאר אויס עטליכע עסקנים וואס זאלן זיך אריינלייגן דערין און אהערשטעלן דאס פלאץ ווי עס פאסט, איבערפרישן די מצבות און אפילו אויפשטעלן דארט א אוהל אויב מעגליך (אדער לכה"פ א דעכל, וכדומה).
אטעטשמענטס
304210_70.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מספר "זכרון לראשונים" איבער הגה"ק רבי צבי זצ"ל הרב הראשון בעיר סיגוט "כאשר שמעתי מספרים נפלאות מהרב זה, כי היה איש פלאי". הוא נפטר ביום ד' אלול תקל"א (אגב, היארצייט שלו חל בתוך שלשה ימים להילולת הגה"ק בעל "ייטב לב" זי"ע - ו' אלול, ודבר בעתו מה טוב לנכדי הייט"ל הבאים על קברו ביומא דהילולא שילכו ג"כ לפקוד את קברו של הרב הראשון לפעול כל טוב).
אטעטשמענטס
ג.PDF
(137.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 218 מאל
שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

איז נישט דער ערשטער רב פון סיגוט געווען ר' מענדל שטערן, מח"ס דרך אמונה ?
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

דוכט זיך שוין געווען דער לינק דא אויפן iוועלט לעצטנס, ניין?
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגאון רבי מנחם מענדל שטערן זצ"ל איז נפטר געווארן בשנת תקצ"ד.
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

דער מלביש ערומים שוהל אין סיגעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

דער מלביש ערומים שוהל אין סיגעט
אטעטשמענטס
דער מלביש ערומים שוהל אין סיגעט
דער מלביש ערומים שוהל אין סיגעט
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

גענימען פין
http://www.sighet-online.ro/
אטעטשמענטס
בילד גאמאלנען פין סיגעט
בילד גאמאלנען פין סיגעט
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

פאסט קארטען פון סיגעט 1900

Romania,Sighetul Marmatiei carte postala circulata 1900

פארקופען אויל אין סיגעט
Oil selling-Sighetul Marmatiei,Romania at begining of last century

artist drawing of sighet shul by pal robert zolopcsuk

see this video for more
אטעטשמענטס
artist drawing of sighet shul
artist drawing of sighet shul
Capture.JPG (26.46 KiB) געזען 4898 מאל
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

Oil selling-Sighetul Marmatiei,Romania at begining of last century
אטעטשמענטס
Oil selling-Sighetul Marmatiei,Romania at begining of last century
Oil selling-Sighetul Marmatiei,Romania at begining of last century
Vanzatori ambulanti de petrol lampant.jpg (33.16 KiB) געזען 4896 מאל
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

SIGHET TODAY
סיגעט היינט
אטעטשמענטס
sighet.jpg
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:48 am

ספר "מארמארוש" פון שלמה יעקב גרוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד מרדכי »

זייער גוטע היסטוריה אויף דער שטאט סיגוט ליין עס דא
טְרַאכְט גוּט, ווֶעט זַיין גוּט!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נעכטען ביי די יארצייט סעודה אין קר"י האט אדמו"ר מהר"א געגעבן א זאג בתוך הדברים: "ווער עס ווייסט היסטאריע ווייסט אז די עציי חיים זי"ע האט געהאט אויסצושטיין א שטארקע מחלוקה בנוגע קופות רבי מאר בעל הנס וואס ער האט אויפגעשטעלט נאך וואס ער האט איבערגענימען די הנהגה" אני הקטן קען נישט די פרטים פון די היסטאריע דערפאר ווער עס ווייסט די פרטים זאל עס ביטע אראפשרייבען.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

קוק צוריק צום אנפאנג פונם אשכול
.
תמים תהיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים תהיה »

וואס האט מהר"א ארויסגעברענגט מיט דעם ?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איז איינער באקאנט מיט א ר' משה בן אברהם (הנקרא ר' משה אבראמאוויטש) וואס האט געוואוינט אין די שטאט סיגעט אין די בראשית יארן (נאך אין די צייטן פון די פראנקיסטן, וואס ער איז געווען פון די לוחמים קעגן זיי), און זיין מציבה וואס געפונט זיך אינמיטן א גאס און די גוים מאכן דערפון א גאנצע עסק?

אויך וויל איך וויסן אויב איינער האט געהערט פון א איד אין סיגוט ר' מרדכי מאיער, אן אתרוג סוחר, ער איז נפטר געווארן הארט בעפארן קריג און מען האט נישט עספיהט צו שטעלן קיין מציבה אויף זיין קבר. די משפחה וויל וויסן אויב איינער ווייסט אפשר די נאמען פון זיין פאטער.

א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”