אידישע קאמוניסטן - לייבל (בארנשטיין) טראצקי

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

אידישע קאמוניסטן - לייבל (בארנשטיין) טראצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אין רוסלאנד האט געוואוינט אן ארימער איד דוד בארנשטיין וועלכער האט געהאט א זוהן לייבל, און דער טאטע האט נישט געהאט צו באצאלן שכר לימוד פאר דעם לייבל, און מען האט לייבל ארויסגעווארפן פון חדר.

דער טאטע איז געקומען מיטן זוהן צום מנהל און געוויינט אז מען זאל אים צוריק נעמען, אבער דער מנהל האט זיך גע'עקשנ'ט און נישט צוריק גענומען לייבל'ען.

לייבל איז געבליבן אויפן גאס, און איז מיט די צייט נעבעך ארויס לתרבות רעה, און זיך געטוישט דעם לעצטטן נאמען אויף טראצקי, און פין לייבל האט ער געמאכן ליאן.

ער איז שפעטער געווען דער אנפירער פון די קאומוניסטן, ער מיט לענין און סטאלין האבן אונגעפירט די קאמוניסטישע רעוואלוציע. ער איז געווען דער נעקסטער מענטש נאך לענין, און ווען לענין איז געשטארבן האט מען געמיינט אז ער גייט איבערנעמען, אבער סטאלין האט זיך געשטארקט און ער האט געמיזט אנטלויפן.

איך ברענג דא די מעשה בעיקר מען זאל זעהן דעם אחריות וואס עס טראגט א מנהל וואס שיקט ארויס א קינד פון חדר ווייל דער טאטע איז ארעם און האט נישט צו באצאלן שכר לימוד.

איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא גאר א שארף ווארט פון דעם חפץ חיים איבער די פרשה, אבער איך געדענק שוין נישט וואס. אויב איינער ווייסט וואס איך מיין וואלט איך שטארק הנאה געהאט ווען מען שטעלט דאס דא ארויף.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

העתקה מספר ישראל ערבים (להגרי"ד הארפענעס שליט"א] עמ' קכ"ג:
והמקום בזה להביא סיפור נורא מה ששמעתי מהמגיד הירושלמי המנוח הגה"צ ר' שבתי יודעלאוויטש שליט"א ז"ל שפעם בעת אסיפת הרבנים וראשי ישיבות בנוכחת החפץ חיים זצ"ל כשאחד מהראשי ישיבות הזקנים והחשובים רצה ליתן פריסת שלום להחפץ חיים זצ"ל משך החפץ חיים ז"ל את ידו ולא רצה ליתן לו את ידו וכשנשתומם הלה ושאל מה פשעי ומה חטאתי וכו' שאל אותו הח"ח ז"ל אם הוא
זוכר תלמיד בשם לייבעלע בראנשטיין ענה לו שכן הוא זוכר אבל למד בישיבתו רק תקופה קצרה מפני שאמו היתה אלמנה ולא היתה לה לשלם דמי שכר מלמדות וקיבלו לישיבתו רק על תקופה קצרה ולאחר שעבר התקופה אמר לאמו שתחפש לבנה ישיבה אחרת שאל אותו החפץ חיים ז"ל הכי לוית אותו התלמיד לאחר שעזב את ישיבתך לדעת מה נעשה עמו אם נתקבל לישיבה אחרת וכו' ענה שלא אמר לו החפץ חיים ז"ל אני אגיד לך מה שאירע עם תלמידך הלז היות שאמו לא מצאה ישיבה אחרת שיהא מוכן לקבלו בלא תשלומי שכר לימוד עזב את הישיבה לגמרי ויצא רח"ל לתרבות רעה עד שנעשה ריש בריוני ריש הקאמיוניסטי"ן ושינה את שמו וקרא עצמו בשם לעו טראצקי ימש"ו והיה לו כח הדיבור נפלא חד בדרא ודרש שיטותיו האפיקורסית בריש כל פינות ורחובות של
העיירות הגדולות שעות ארוכות ונתקבצו אלפי אלפים לשמוע דרשותיו הנלהבות עד שהשפיע על רבבות אנשים להצטרף לשיטת הקומיניסטית עד שלבסוף תפסו הקומיניסטי"ן את הממשלה ברוסיא וסיים החפץ חיים ז"ל להראש ישיבה ההוא תעשה חשבון הנפש אילמלי התאמצת קצת והחזקת אותו בתוך ישיבתך לעוד שנתיים וכו' היה בידו להתגדל לרב ומגיד גדול שהיה בכוחו להחזיר רבבות ישראל בתשובה ולקרבם לה' ולתורתו ועכשיו שלא זכינו ונעשה ריש בריוני כמה בתי כנסיות ובתי מדרשים נסגרו על ידי הגרמתו תחת שליטת ממשלת הקומיוניסטי"ן כמה רבנים וראשי ישיבות נאסרו במאסר כמה מקוואות נסתר ונסתם
כמה אלפי רבבות ישראל עזבו מקור מים חיים והצטרפו לשיטת הקומיוניסטית רח"ל נורא ואיום מורי ורבותי מי יודע כמה כוחות הנפש יש לילדים אלו שבידם להתגדל לרבנים או לראשי ישיבות או משגיחים ובעלי השפעה או סתם תלמידי חכמים ולהיפך אם נתרשל בהצלתם מי יודע אולי ח"ו כשיתגדלו עוד יחטיאו את הרבים וירעו וישחיתו בכל הר קדשי ויהיו לאבן נגף ליהדות, ע"כ
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אה, ר' יהיה כן, איך קען דיר נישט גענוג באדאנקען, דאס מיין איך טאקע, אט די מעשה האב איך געהערט אמאל וועגן דעם חפץ חיים אבער איך האב עס שוין נישט געדענקט. איך האב עס יעצט שטארק געדארפט וויסן. (מ'קען נישט וויסן, אפשר גאר האסטו א זכות אין ראטעווען א אידישע נשמה מיט'ן ארויפשטעלן דא די אינפארמעישן).

זאה וויזאה, זאג איך דיר א געוואלדיגן יישר כחכם. החייתנו
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אין מילים.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

עס איז א שוידער שרעקליכע נושא די גאנצע זאך פון אידישע קאמוניסטן ליידער זענען טויזענטער אידישע קינדער געצווינגענערהייט אויפגעצויגן געווארן אויף די שויס פון קאמוניזם וואס האט מיט אלע כוחות אויסגעריסן יעדעס ברעקעלע אמונה, עס איז אויך שוין געווען פארדעם די יעווסקעס (בערך אזוי זאגט מען עס), אבער קומט נישט צו צו וואס מען האט געטוהן דערנאך די רוסישע קאמוניסטישע מלוכה אויסצורייסן פון די קליינע קינדער יעדעס ביסל אמונה אין השי"ת אלעס כדי זיי זאלן זיין געטריי צו די שיטה פון קאמוניזם. השי"ת יקבץ במהרה נדחי עמו ישראל
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

פארוואס וויל מיר נישט אריינגיין אין קאפ אז דער חפץ חיים האט ברבים פארשעמט א איד ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' טיטאניק, להוי ידוע אז בחייו פון חפץ חיים ביי א געוויסע פרשה זענען געווען וואס האבן געשריבן אויף אים אז ער איז גאר מקבל לשון הרע, וואדען? עס איז פארהאן ווען עס איז א מצוה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

כ'נעם נישט קיין שטעלונג, און כ'האב שוין אויך געהאט שוועריגקייטן (פאריגען מאנטאג...) מיט שכ"ל, נאר צוויי נקודות:

נומער איינס.
רוב מוסדות שיקן נישט אהיים קיין יונגלעך, נאר מיידלעך, און די ארגומענט איז אז אינדערהיים איז קיין בית חינוך לבנות ניט געווען, און א לוקסוס וואס איר קענט אייך נישט ערלויבן דארפן מיר און קענען מיר אייך נישט באצאלן, (דער ניגון גייט: ס'איז נישט קיין ביטול תורה).

נומער צוויי.
א היבשער חלק ציבור וואס די הנהלה ווערט גרין זיי נאכלויפענדיג, דרייוון נישקשה'דיגע קארס און האבן סעלפאונס מיט אנלימיטעד טעקסט, אלזא פאר ווערייזאן און Honda טרעפן זיי ווי נישט ווי יעדן חודש אז מען זאל זיי נישט אויפפיקן דעם קאר אדער אויסשאלטערן דעם אימעיל, כ'בין משער אז ווען דער פאטער וואלט געמאכט מעטשינג פאנדס און געשיקט דעם מלמד פריוואט יעדן חודש לכה"פ וויפיל ער צאלט פאר זיינע אנדערע פריאריטיס וואלט זיך יענער אנגעשטרענגט מ'זאל דאס קינד נישט אהיימשיקען אפילו זיין שכ"ל ביל איז נישט זויבער, נאר דער מלמד ברויך ארבעטן לשם מצוה.

מהיכי תיתי?
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך רעד נישט פון א איד וואס האט אבער די קאר און סעלפאן איז עם וויכטיגער. איך רעד פון איינעם וואס קען נישט. ביי די פרשה מיט טראצקי איז די מאמע געווען א אלמנה "זי האט נישט געהאט". איך קען היינט יודן וואס האבן נישט אין מען סטראשעט זיי מיט אהיימשיקן די קינדער. די מוסדות ווייסן אז זיי האבן נישט. זיי זאגן אבער אז זיי קענען נישט האלטן קינדער בחנם. אין אנדערע פעלער האבן זיי געזאגט, אקעי, איך שיק נישט אהיים די קינדער, איך שטעל נישט צי טרענספארטעישן.

איך האב איין ווארט פאר די מוסדות. ידיכם דמים מלאו. אהיים שיקן קינדער, אפילו מיידלעך, פון מוסדות קען -און האט שוין- צובראכן שטיבער עס פירט אראפ עלטערן פון זינען. עס איז פיקוח נפש פלעין און פשוט. בפרט היינטיגע צייטן.

ערעב טיטאניק, די מיינסט אוודאי אז דער חפץ חיים איז געווען אזוי איינער פון די סארט LOSHON HORA אידן וואס אינז קענען היינט. ער איז געווען א הייליגער, ערליכער, אויסגעארבעטער איד. און אויך א קליגער איד, נישט קיין שוואנץ. ער האט געוויסט ווי איין און ווי אויס.

אויב ביסטי באקאנט מיט ווער טראצקי איז געווען און וואס ער האט ליידער אפגעהארגעט פין אידישקייט אין רוסלאנד און וויפיל טויזנטער אידן ער האט נעבעך ךפארפייניגט וואלסטי שוין פארשטאנען דעם חפץ חיים.
סארי, ער האט פארשטאנען בעסער ווי די
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

טהור, דאנט געט מי ראנג, איי עמ וויט יו, ;l;p-

כ'האב נישט מחולק געווען, נאר ארויסגעברענגט אז ס'איז נישט קיין כלל, און די מוסדות ווידער קענען נישט זאגן: יענקל דרייווט אן אויטא אלזא באצאל, משולם האט א לאטע? פטור!

און זיי דארפן אויך שטעלן ברויט אויפן טיש.

און לכל הדעות למצה גדולה יחשב אויב איינער וואלט געעפענט א פרייע איינטריט מוסד...
קאמענטארן זענען איבריג
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב איין ווארט פאר די מוסדות. ידיכם דמים מלאו. אהיים שיקן קינדער, אפילו מיידלעך, פון מוסדות קען -און האט שוין- צובראכן שטיבער עס פירט אראפ עלטערן פון זינען. עס איז פיקוח נפש פלעין און פשוט. בפרט היינטיגע צייטן.

איך בין נייגעריג וואס דו וואלסט ווען געטון ווען דו פירסט אן א מוסד פון 500 קינדער און 100 טאטעס שרייען אז זיי קענען נישט צאלן און די מוסד האט א ריזיגן בודזשעט און זיי קענען זיך נישט קאווערן, אדרבה לאמיך הערן ווי אזוי דו וואלסט דין אן עצה געגעבן.

האסט א סאלושען ? צושפארן די מוסד ?
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

טיטאניק, א אמת'ער אייזערנער קשיא

גיי פרעג עס פון דעם הייליגן חפץ חיים.......
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

טהור-עיניים האט געשריבן:טיטאניק, א אמת'ער אייזערנער קשיא

גיי פרעג עס פון דעם הייליגן חפץ חיים.......


1) דאס הייסט געענטפערט צו דער זאך...

2) אויב די מעשה איז בכלל אמת....
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זעהט אויס אז יענער תלמיד תורה האט נישט געהאט קיין צאאנציג פראצענט בני עניים, אדער האט דער חפץ חיים נישט געהאט טענות פארן ארויסווארפן ווי אויפן נישט נאכגיין וואס איז געבליבן מיטן קינד.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

יאנאש האט געשריבן:זעהט אויס אז יענער תלמיד תורה האט נישט געהאט קיין צאאנציג פראצענט בני עניים, אדער האט דער חפץ חיים נישט געהאט טענות פארן ארויסווארפן ווי אויפן נישט נאכגיין וואס איז געבליבן מיטן קינד.

יאנאש, ביידע פוינטס דיינע מאכן דאס מערסטע סענז.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך בין אמאל געזיצען ביי א מיטינג פון א מוסד ווען מען האט דן געווען וואס צי טיען מיט די קינדער וואס זייער טאטע צאלט נישט האט מען געמאכט 3 קאטעגאריעס 1 וואס האבען טאקע נישט און צאלען גארנישט 2 וואס ווארפען אריין דא און דארט 3 וואס האבען געלט פאר אלע שטיתים נאר נישט פאר שכר לימיד

נאך די מיטינג איז געבליבען אז 2 וועט מען קודם אפלאזען און 3 ווען מען קער נעמען בכל החומר
און 1 וועט מען פראבירען וויפל מען קען

איך האב דורך געקיקט די ליסטע 2 איז געווען אפאר מענטשן וואס איך האב זייער הנאה געהאט ווי כמעט יעדע וואך ווארפען זיי אריין אפאר דאללער 50 אדער הינדער דאללער, און סכ"ס האבען זיי פארדינט די מערסטע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז גיט אמאל צי ליינען אז די חפץ חיים האט געקענט אריין זאגען אין אפילו אננעמען א מעשה....

די וועג וויזוי מ'לייגט היינט אראפ דעם ח"ח זעהו אויס ווי ער איז געוועהן א צידריקטע מענטש, אין אויסער שרייען לאשען הארררעע האט ער גארנישט געוויסט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויף אן אנדער פלאץ האב איך געזעהן אז ר' יאשע בער מבריסק בעל בית הלוי האט געהאט א טאכטער שפירא וואס איר זוהן איז געווארן א גרויסער קאמוניסט, דער שרייבער שפעקולירט אז דאס איז 'יעקב נחומאוויטש'.

ווייסט איינער מער איבער דעם טאכטער פונעם בית הלוי אדער דעם נחומאוויטש?
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

געלעגער האט געשריבן:די וועג וויזוי מ'לייגט היינט אראפ דעם ח"ח זעהו אויס ווי ער איז געוועהן א צידריקטע מענטש, אין אויסער שרייען לאשען הארררעע האט ער גארנישט געוויסט.

נע, יעדער ווייסט אז ער האט אויך מחבר געווען משנה ברורה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אבער די מענטשן וואס האבען אונגענימען לשון הרע פאר די איינציגסטע עבירה זענען נאר ביזי מיט חפץ חיים און נישט מיט משנה ברורה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

דו קענסט מענטשן וואס האבן אנגענומען לשן הרע פאר די איינציגסטע עבירה ? הלוואי זאלן זיין גענוג מענטשן וואס האלטן בכלל אז לשון הרע איז א עבירה..., און ווען מ'רעדט פון לשן הרע וואס איז שלעכט צו זיין 'ביזי' מיטן חפץ חיים ? ער איז די ש"ע דערויף.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

אין די מעלות דעם חודש אינטערן קעפל 'ודע מה שתשיב', שרייבט ער אז ס'איז דא אן אייניקל פון טראצקי וואס רופט זין מיטן אריגינעלן נאמען בערנשטיין, ער איז א בעל תשובה און א ערליכע איד, ער וואוינט אין ארץ ישראל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ער הייסט נישט נאר בערנשטיין נאר גאר לייבל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין 'משפחה' איז געווען לעצטענס גאר אן אינטערעסאנטע באשרייבונג פון א סאוועיטישער איד א בעל תשובה וועלכער האט פאר עטליכע דרייסיג יאר צוריק געהאט דעם תפקיד אונטער די רוסישע מיליטער צו זיין אויף דעם שיף וועלכע האט געפירט אטאמישע וואפן צו נוצען קעגן די מדינה אויב זיי זאלען דאס נוצען קעגן די אראבער ביי די יום כיפור מלחמה.

ליאוד טיקוצינסקי אדער ווי ער ווערט היינט גערופען ארי' טיקוצינסקי וואונט היינט אין סאוועטאפאל, ווי ער דאווענט דריי מאל א טאג און איז א שומתומ"צ אונטער דעם ארטיגען חבדסקער שליח הרב בנימין וואלף, געווען איז ער א געשוואורענער קאמוניסט וועלכער האט געזעהן אז די מדינה איז א שטער פאר זייער אידעלאגיע און בוריך אונטערגיין פאר אלע קאסטן היל"ת.

לייענט אויף שטורעם מער פרטים און בילדער.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

פאר פארשטענדליכע סיבות זענען געווען אסאך יודישע קאמאניסטען. אויך לענין - די פירער פין די רעוועלציע - מאמע'ס טאטע איז געווען א יוד וואס האט זיך געשמד'ט. (זיין מאמעס טאטע איז געווען א פולנער גוי, ווי אויך זיין טאטע'ס זייט פולנער גוים)

אויך יעקב איז געווען איינער וואס האט געהארגעט דעם צאר ומשפחתו.

דאס איז געווען א שטיקעל תירוץ פאר די אנטיסעמיטען (בפרט אין אוקריינע) ימ"ש צי רודפן די יודען.

וואס זיי מאכען זיך פארגעסען איז, די עיקר אנפירער פין די מאסען הריגות איז געווען סטאלין אין זיי הויפט פאליצאנט (נ.ק.ו.ד) בערי ימ"ש. זיי האבען נישט געהאט קיין שום יודיש בליט אין זיך.

אויך האבען יודען פינקט אזוי געליטען ווי די גוים (אין אפשר נאך מער) פין די קאמאניסטען.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”