דאס אויפבוי פון אידישקייט אין אמעריקא נאך די קריג

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שמעתי מאאמו"ר ששמע מהרה"ח ר' שלמה יצחק ווייס שי' מבני הבית אצל הרה"ק מסקוליען זצ"ל, אז ער איז געווען דערביי ווען דער ריבניצער רבי האט אמאל געזאגט פארן סקוליענער אז ער וואלט געוואלט צוריק פארן קיין רוסלאנד ווייל ער פילט אז ער האט דא פארלוירן פילע פון זיינע כוחות, און דערפאר איז איהם ליבערש צוריק צו פארן, הגם ער האט דארט אזויפיל מיטגעמאכט!

אין דער קונטרס וואס איז ארויסגעקומען יעצט אויף תשרי איבער דעם ריבניצער רבי, שטייט דארט אז ער האט אמאל געזאגט אז ער מיינט אז ער האט פארלוירן דא אסאך כוחות צוליב די פרישע ברויט און ווארימע מקוואות וואס ער האט דא.

ווי כ'פארשטיי זענען די צוויי עובדות פארבונדען איינע מיטן צווייטן אבער ס'קאן אויכעט זיין אז מ'קאן זיי אפטיילן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מענין לענין, כדאי לציין מה שמספר המחבר של זכרון צדיקים ששמע מבעל שומרי אמונים זצ"ל
כי חשב שבא"י יהי' החבריא שלו יותר במעלה מבחו"ל, מפני קדושת הארץ, ואוירא דא"י המחכים, אולם לבסוף הי' להיפך,
ועיין בסיבת הדבר, והדבר היחיד שמצא להבין את זה הי', כי בחו"ל היו בהכנעה יותר, ווייל מען האט מורא געהאט פאר א פאטש פון א גוי, והכנעה מסוגל להשראת השכינה, ואשכון את דכא כתיב,
איני כותב בלשונו רק כפי המונח בזכרוני מה שראיתי בערך לפני עשר שנים
ואם כנים הדברים איז דאס א גרויסע תירוץ אויף דער שטער פון אמעריקע
למה זה תשאל לשמי...
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

יהיה כן האט געשריבן:הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל האט דערציילט:
דער סאטמאר רבי זי"ע איז איינמאל געווען אין אריזאנא, בעת'ן שפאצירן דארט, איז געווארן א שמועס איבער אמעריקא, האט עמיצער געזאגט, דערפאר איז אמעריקא אזוי טריפה צוליב ווייל תלמידי בעש"ט זענען נישט דאהי געווען מטהר צו זיין דעם אויר, האט דער סאטמארער רבי רעאגירט 'מאן יימר זיי זענען נישט דא אנגעקומען, אויף זיי שטייט דע פסוק 'ועקבותיך לא נודעו'. ע"כ, והוא פלא

הערה א

אין ספר "זקיניך ויאמרו לך" ווערט געברענגט אז ווען הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זצ"ל האט דערציילט דעם סיפור פארן רבי'ן ז"ל, האט דער רבי נישט געוואלט אננעמען די מעשה, זאגנדיג אז די תורה הק' און דער רבוש"ע זענען איבעראל!

והוא פלאי האט געשריבן:עוד כדאי לספר מה ששמעתי מר' יודל ראזענבערג ע"ה, שאמר פעם להה"ק מסאטמאר, שרואה שמשנה לשנה נעשים התלמידים יותר טובים, וענה לו הה"ק, וועסטו זעהן אז זיי וועלען נאך בעסער ווערען, ואיני זוכר הלשון של ההסבר, אבל ההסבר הי' מפני שהתלמידים הראשונים ע"י תורתם זיככו האויר, ולכן בכל שנה ייעשה טוב יותר.
ובענין מהריי"צ, כדאי לחפש בספרי חב"ד כי לפי זכרוני, לא שילם, רק אמר מען וואלט געדארפט, ודו"ק

הערה ב

ואני ששמעתי מהרה"ח ר' אא"ש שליט"א מקר"י ששמע מא' ששאל פעם מרביה"ק בבעל הארבער (לערך שנת תשל"ב) די זעלבע שאלה אז פארוואס מ'זעהט אז די צווייטע דור ווערט בעסער ווי דער ערשטע דור, האט דער רבי זי"ע געענטפערט - בבחי' מגלה טפח ומכסה טפחיים מעבודת קדשו - "מען האט שוין מטהר געווען דעם אויר".
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א טענצל! האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס זצ"ל האט דערציילט:
דער סאטמאר רבי זי"ע איז איינמאל געווען אין אריזאנא, בעת'ן שפאצירן דארט, איז געווארן א שמועס איבער אמעריקא, האט עמיצער געזאגט, דערפאר איז אמעריקא אזוי טריפה צוליב ווייל תלמידי בעש"ט זענען נישט דאהי געווען מטהר צו זיין דעם אויר, האט דער סאטמארער רבי רעאגירט 'מאן יימר זיי זענען נישט דא אנגעקומען, אויף זיי שטייט דע פסוק 'ועקבותיך לא נודעו'. ע"כ, והוא פלא

הערה א

אין ספר "זקיניך ויאמרו לך" ווערט געברענגט אז ווען הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זצ"ל האט דערציילט דעם סיפור פארן רבי'ן ז"ל, האט דער רבי נישט געוואלט אננעמען די מעשה, זאגנדיג אז די תורה הק' און דער רבוש"ע זענען איבעראל!

וועלכע מעשה האט דער רבי נישט געוואלט אנעמען, דאס וואס ער אליינס האט געזאגט???
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

דארט שטייט (מיט א נאמען א מקור אינני זוכר) אז דער רבי האט נישט געוואלט אננעמען די מעשה אז הה"ק מבעלזא וכו' האבן נישט געוואלט קומען אויף אמעריקע וויבאלד תלמידי בעש"ט זענען נישט דא געווען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אה, רעדסט דאך נישט צו מיר בכלל, אמעסארי
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

קרעמער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:ובעצם הענין כדאי לספר, דבר אחד ששמעתי מאחד הזקנים (כמדומה בשם ר' אהרן פאלאק ע"ה) שהה"ק מסקווירא רמז לו תחת אחד השיחים בדברו אודות הנ"ל, שדר יהודי בסוף הרחוב, והוא מטהר האויר, או הוא עושה פעולות בזה (איך גדענק נישט גענוי, אבער דער משמעות איז געווען בערך אז דער סאטמאר רב, טוט אויף אין דעם ענין), ואולי אמר לו כן מפני היותו חסיד סאטמאר, והכוונה, הי' (באופן כללי) שיש כהיום ג"כ צדיקים

העובדא ידועה, והמספר אכן היה הרה"ח הנ"ל, והסיפור היה באיזה יום א' בשבוע כאשר בא הסופר הנ"ל לבית הרה"ק מ'סקווירא לבדוק את תפיליו, וראה ה'לאדענס' סגורים, והסביר הרה"ק שאינו סובל החילול שבת שעל הרחובות ובכן סוגרם, ואח"כ פותחם והראה על בית הרה"ק מ'סאטמאר שהוא מטהר האויר וכו'.

הערה ג

והה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א מוומס"ב סיפר במסיבת "יסוד איתן" ששמע מפי איש מהימן שהה"ק מסקווירא זצ"ל אמר בזה"ל: "אונז אין אמעריקע? תלמידי בעש"ט זענען דאך נישט דא געווען - האט ער געוויזן ביים פענסטער פון זיין הויז וואס איז געווען אויף בעדפארד עו. און געזאגט בזה"ל "אבער וועגן דעם קליינעם איד'ל דער סאטמאר רב וואס וואוינט דארטן בין איך געקומען אויף אמעריקע".
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

א טענצל! האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:ובעצם הענין כדאי לספר, דבר אחד ששמעתי מאחד הזקנים (כמדומה בשם ר' אהרן פאלאק ע"ה) שהה"ק מסקווירא רמז לו תחת אחד השיחים בדברו אודות הנ"ל, שדר יהודי בסוף הרחוב, והוא מטהר האויר, או הוא עושה פעולות בזה (איך גדענק נישט גענוי, אבער דער משמעות איז געווען בערך אז דער סאטמאר רב, טוט אויף אין דעם ענין), ואולי אמר לו כן מפני היותו חסיד סאטמאר, והכוונה, הי' (באופן כללי) שיש כהיום ג"כ צדיקים

העובדא ידועה, והמספר אכן היה הרה"ח הנ"ל, והסיפור היה באיזה יום א' בשבוע כאשר בא הסופר הנ"ל לבית הרה"ק מ'סקווירא לבדוק את תפיליו, וראה ה'לאדענס' סגורים, והסביר הרה"ק שאינו סובל החילול שבת שעל הרחובות ובכן סוגרם, ואח"כ פותחם והראה על בית הרה"ק מ'סאטמאר שהוא מטהר האויר וכו'.

הערה ג

והה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א מוומס"ב סיפר במסיבת "יסוד איתן" ששמע מפי איש מהימן שהה"ק מסקווירא זצ"ל אמר בזה"ל: "אונז אין אמעריקע? תלמידי בעש"ט זענען דאך נישט דא געווען - האט ער געוויזן ביים פענסטער פון זיין הויז וואס איז געווען אויף בעדפארד עו. און געזאגט בזה"ל "אבער וועגן דעם קליינעם איד'ל דער סאטמאר רב וואס וואוינט דארטן בין איך געקומען אויף אמעריקע".

חביבי א טענצל;

דעם מעשה וואלט איך ליבערשט אריינגעשטעלט אינעם אשכול: 'סיפורי צדיקים וועלכע שטומען נישט במציאות'.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז געגרינדעט געווארן די בית יעקב הנ"ל, און וועלכע איז געווען די ערשטע חסידישע מיידל שולע?

איך האב געהערט פון איינעם אז בית חנה ד'קלויזענבורג איז געווען די ערשטע חסידישע מיידל שולע, קען איינער באשטעטיגען אדער אפווענדן?
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

ביקסאד האט געשריבן:הרבנית וויכנא קאפלאן אשת הרה"ג ר' ברוך.

הבית יעקב של רביצין קאפלאן איז געווען אין וויליאמסבורג. דער אין די איסט סייד איז געגרינדעט געווארען ע"י הרב ישראל גארבער.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז געגרינדעט געווארן די בית יעקב הנ"ל, און וועלכע איז געווען די ערשטע חסידישע מיידל שולע?

איך האב געהערט פון איינעם אז בית חנה ד'קלויזענבורג איז געווען די ערשטע חסידישע מיידל שולע, קען איינער באשטעטיגען אדער אפווענדן?

דאס איז זעכער אז סאטמאר און קלויזנבורג האבן געעפנט ביידע ממש די זעלבע צייט די שאלה איז ווער סאיז געווען פריער, ודו"ק
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

Rak Tov האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וועלכע יאר איז געגרינדעט געווארן די בית יעקב הנ"ל, און וועלכע איז געווען די ערשטע חסידישע מיידל שולע?

איך האב געהערט פון איינעם אז בית חנה ד'קלויזענבורג איז געווען די ערשטע חסידישע מיידל שולע, קען איינער באשטעטיגען אדער אפווענדן?

דאס איז זעכער אז סאטמאר און קלויזנבורג האבן געעפנט ביידע ממש די זעלבע צייט די שאלה איז ווער סאיז געווען פריער, ודו"ק

אויב סאטמאר וואלט געעפנט ערשט וואלט עס נישט געווען קיין שאלה, אלא מאי... ודו"ק.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
מבטל דעתי
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבטל דעתי »

איך האב געהערט די מעשה ערשט האנטיג פון הישיש ר' אהרן פאללאק ז''ל וויילענגיג און טאסאן אריזאנע.

ר' אהרן האט פארציילט אז איינמאל האט ער צוריק געטראגען די תפילין פון סקווערע רבי זי''ע נאכען עס בודק זיין, ר' אהרן האט געוואלט מאכען אביסעל ליכטיגער אינעם צימער כדי ער זאל קענען ווייזען די פרשיות פארען רבי'ן.

ר' אהרן איז ארויף געקראכען צו דו קליינע בעסעמענט פענסטערס און די הייך צו עפענען די פארמאכטע לאדענענס אז עס זאל אריינקומען אביסל מער ליכטיקייט, האט אים די רבי געבעטען אז ער זאל דאס נישט עפענען ווייל עס איז אים א גרויסע טירחה עס צוריק צו פארמאכען, און ער וויל נישט אז עס זאל בלייבען אפען ווייל ער וויל נישט נהנה זיין אים שבת פון די ליכטיקייט ווס קומט אריין [דורך די אפענע פענסטער] פון די קארס פון מחללי שבתות וואס פארען און שיינען אריין.

אזוי האט זיך אנגעהויבען א שמועס איבער די סארט יודען און פארוואס יודישקייט האט זיך קיינמאל נישט געהאלטען אין אמעריקע, אינמיטען דו שמועס האט זיך די רבי אנגערופען אז אים איז נישט קיין חידוש אז יודישקייט האט זיך קיינמאל נישט געהאלטען אין אמעריקע ווייל ער האט בקבלה אז דארט ווי די תלמידי בעש''ט זענען נישט געוועזען קען זיך יודישקייט נישט האלטן.

הערענדיג דאס, האט זיך ר' אהרן אנגערופען, נו, דעמאלסט וואס וועט דא זיין מוט אונז, האט סקווירא רבי זי''ע געוויזען מיטען פינגער צו דו גאס אראף בעדפרד עוו. און געזאגט ''בכחו של אותו זקן'' ''ער האט אזא כח''

עד כאן וואס איך האב אליינס געהערט. יא איך פארשטיי אז עס איז אפשר שווער צו גלייבען אזא מעשה. אבער איך האב עס אליינס געהערט. אדרבה פרעגסט ענק נאך ביי זיינע אייניקלעך, איך בין זיכער אז זיי וועלען עס באשטעטיגען

נחמן נתן האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:ובעצם הענין כדאי לספר, דבר אחד ששמעתי מאחד הזקנים (כמדומה בשם ר' אהרן פאלאק ע"ה) שהה"ק מסקווירא רמז לו תחת אחד השיחים בדברו אודות הנ"ל, שדר יהודי בסוף הרחוב, והוא מטהר האויר, או הוא עושה פעולות בזה (איך גדענק נישט גענוי, אבער דער משמעות איז געווען בערך אז דער סאטמאר רב, טוט אויף אין דעם ענין), ואולי אמר לו כן מפני היותו חסיד סאטמאר, והכוונה, הי' (באופן כללי) שיש כהיום ג"כ צדיקים

העובדא ידועה, והמספר אכן היה הרה"ח הנ"ל, והסיפור היה באיזה יום א' בשבוע כאשר בא הסופר הנ"ל לבית הרה"ק מ'סקווירא לבדוק את תפיליו, וראה ה'לאדענס' סגורים, והסביר הרה"ק שאינו סובל החילול שבת שעל הרחובות ובכן סוגרם, ואח"כ פותחם והראה על בית הרה"ק מ'סאטמאר שהוא מטהר האויר וכו'.

הערה ג

והה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א מוומס"ב סיפר במסיבת "יסוד איתן" ששמע מפי איש מהימן שהה"ק מסקווירא זצ"ל אמר בזה"ל: "אונז אין אמעריקע? תלמידי בעש"ט זענען דאך נישט דא געווען - האט ער געוויזן ביים פענסטער פון זיין הויז וואס איז געווען אויף בעדפארד עו. און געזאגט בזה"ל "אבער וועגן דעם קליינעם איד'ל דער סאטמאר רב וואס וואוינט דארטן בין איך געקומען אויף אמעריקע".

חביבי א טענצל;

דעם מעשה וואלט איך ליבערשט אריינגעשטעלט אינעם אשכול: 'סיפורי צדיקים וועלכע שטומען נישט במציאות'.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”