בלאט 2 פון 9

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:20 pm
דורך באגי מען
אין אוצר החכמה האב איך געטראפן אין פילע ספרים אז ר' יהודה ליואי הזקן מפראג איז געווען א אייניקל פון רב האי גאון, וזאת יחוסו:

ר' יהודה ליואי

בן ר' בצלאל

בן רבי יעקב

בן רבי אריה זאב

בן רבי ירחמיאל

בן רבי אלעזר

בן רבי לייבוש

בן רבי קלמן

בן רבי נחמן

בן רבי יוסף

בן רבי אליהו

בן רבי עזריה

בן רבי לעמל

בן רבי יחזקאל

בן רבי עזריהו

בן רבי אברהם

בן רבי יחיאל

בן רבי יוסף

בן רב האי גאון ראש ישיבה דפומבדותא, ומח"ס מקח וממכר (נפטר בן צ"ט שנים, עיו"ט אחרון של פסח, ד"א תשצ"ח לפ"ג).

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:23 pm
דורך איטשע
איינער האט עס אויסגעטראכט, און אלע זענען מעלה גרה..... כך הוא דרכה של יוחסין.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 1:27 pm
דורך רשכבהג
איטשע האט געשריבן:איינער האט עס אויסגעטראכט, און אלע זענען מעלה גרה..... כך הוא דרכה של יוחסין.

ווי קויפט מען די צינג?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 09, 2011 5:16 pm
דורך שמן למאור
דזשעני איז בלאקירט ביי דזשעי נעט דער פיפטער, איז דא נאך א ייחוס פראגראם אויפן געוועב וואס איז אפן ביים דזשעי נעט ?

געשריבן: זונטאג אקטאבער 09, 2011 8:36 pm
דורך בחורהזעצער
איך האב נישט קיין זשעי נעט (איך האב פילטער נעט), ממילא קען איך דיר נישט באשטעטיגן צו עס איז אפן, אבער פראבירן קענסטו.

זיי האבן אויך א סאפטווער וואס מען דאונלאוד, און מען קען אליין אויפבויען די יחוס לויט די אייגענע ידיעות.

דא האסטו די לינק

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 10, 2011 6:08 am
דורך msp
איך בין געווען אויף דזשעני
און איך בין נישט עקסייטעד...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 1:05 pm
דורך שמן למאור
בחורהזעצער האט געשריבן:איך האב נישט קיין זשעי נעט (איך האב פילטער נעט), ממילא קען איך דיר נישט באשטעטיגן צו עס איז אפן, אבער פראבירן קענסטו.

זיי האבן אויך א סאפטווער וואס מען דאונלאוד, און מען קען אליין אויפבויען די יחוס לויט די אייגענע ידיעות.

דא האסטו די לינק


א גרויסן יישר כח, ארבעט פיין מיט דזשעי נעט

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 12:00 am
דורך אךשמח
GENI קען מען נאר לייגן ביז הונדערט משפחה מיטגלידער, און MYHERITAGE קען מען ביז צוויי הונדערט און פופציג. איז דא ווי מען קען לייגן מער פאר אומזיסט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2012 9:11 pm
דורך יהיה כן
עפעס א חידוש זעה איך דארט איבער א דירעקטער אייניקל פון חוזה פון לובלין (א טאכטער פון רבי ישראל בן החוזה) מיטן נאמען 'פיגע לאה פאטאשניק', נאך קיינעם נישט געהערט געזעהן אזא נאמען, ווייסט איינער מער וועגן איר?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2012 9:36 pm
דורך הסרפד
ביי דער חוזה'ס משפחה איז פארהאן פיל גרייזן אויף GENI.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 11, 2012 11:24 pm
דורך יהיה כן
שכוח פארן מודיע זיין ווייל איך האב עס געוואלט נוצן אלס א סאורס פאר א פראיעקט איבער צאצאי החוזה

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 12, 2012 7:14 pm
דורך הסרפד
א כלל אין GENI: די משפחה פון יעדער גדול קדמון (רבי אדער רב וכו') ווער עס האט נישט א וועלטס-באקאנטער "שושלת" ביז'ן היינטיגן טאג, איז משובש אינגאנצן.
[עס איז מיר אזוי נמאס געווארן אז איך האב אינגאנצן אפגעלאזט דעם סייט.]

געשריבן: פרייטאג יאנואר 31, 2014 4:02 am
דורך שוועמל
זשעני פראקלאמירט א נייע סערוויס, שנעלע און גרינגע DNA טעסטס ווי קיינמאל פריער, אויסצוגעפונען קרובי משפחה.

פאר אידן איז עס לרוב נישט אינטערעסאנט ווייל מיר לעבן מיטן כלל פון ויתילדו על משפחותם. פארט אבער איז דא פעלער, ספעציעל נאך די טמיעת השואה ווען מענטשן האבן געטוישט נעמען וכדומה, אויסצוגעפונען מער איבער קרובים און יחוס.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 31, 2014 5:38 am
דורך פלעכטער
וויפיל בעטן זיי פארדעם?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:11 pm
דורך שוועמל
http://www.geni.com/dna-tests
Starting from $98, special offer end soon.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 3:50 pm
דורך משיח
איך האב קיינמאל נישט געהאט צופיל געדולד צו זיצן אויף ג'עני, ווייל ס'קריכט געפערליך.
אבער לעצטענס פרוביר איך צו ריסירטשען געוויסע זאכן ביי מיין משפחה יחוס,
און איך האב געטראפן אז א געוויסע זיידע און באבע עקזעסטירן שוין אין א צווייטענס בוים, אבער מיין זיידעס נאמען שטייט נישט דארט,
וויל איך וויסן וויאזוי בין איך מחבר מיין זיידע אריין אין יענע משפחה?

לאמיר זיך מסביר זיין בעסער (בדרך משל),
איך צוזאמען מיט נאך אנדערע האבן געבויעט א שיינע בוים פאר בני ונכדי יעקב אבינו,
יעצט זעה אז בני אליפז האבן אויך געבויעט א בוים מיט זייער יחס אויף אראפ, און אויף אויף ארויף (יצחק בן אברהם ושרה וואס האט חתונה געהאט צו רבקה בת בתואל וכו'),
אבער ביי זיי שטייט נאר עשיו אלס א קינד פון יצחק ורבקה, יעקב שטייט נישט דארט.
וויאזוי שטעל איך אריין די זיידע יעקב - מיט די גאנצע פארצווייגטע בוים - אלס א קינד פון יצחק ורבקה?


אגב, וואס קען מען טוען אויף די PRO מעמבערשיפ מער ווי אויף די FREE מעמבערשיפ?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 12:55 am
דורך verveist
קודם בעט איך אייך זעהר לייגט נישט ציזאם יעקב און עשיו! זענען גארנישט פינעם זעלבען יחוס..

עני װעי
שיק אַ בקשה צו קאלעברעיטען (צוזאם ארבעטען) פאר דעם צװייטען, װי אויך לייג אריין עטליכע נעמען װאס איז דא אין ביידע ביז ער כאפט און שלאגט דיר פאר אז ער האט א מעטש וכו׳

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:01 pm
דורך מונאוויטש
מערדזשן צוויי משה ווייס (למשל) פראופיילס וואס זענען די זעלבע מענטש:
1. עפן אויף ביידע משה ווייס פראופיילס אין צוויי באזונדערע טעבס אין די זעלבע browser.
2. גיי צי די משה ווייס וואס די האסט אריינגעשטעלט און קליק אויף TREE.
3. גיי צום משה ווייס קעסטל אינעם בוים און קליק אויף MORE, דערנאך MOVE THIS PERSON. דאס וועט ארויפשיקען א קאפי פון משה ווייס אין א קעסטל אויבן אויף די רעכטע זייט פונעם בוים.
4. גיי צו די אנדערע משה ווייס טעב און קליק אויף TREE.
5. ווען די בוים עפנט זיך אויף, וועט די קעסטל פון די ערשטע בוים אריבערשפרינגען צו די צווייטע בוים.
6. קליק אויף דעם משה ווייס קעסטל אויף די רעכטע זייט און שלעפ עס צו צי דעם משה ווייס אין דעם בוים. די צוויי וועלן זיך צוזאמקלעבן ווי מאגנעטן.
7. א פרישע קעסטל וועט ארויפשפרינגען. קליק אויף THEY'RE THE SAME PERSON.
8. דאס וועט דיך נעמען צו א נייע פעידזש ווי מען וועט קענען צוגלייכן אלע דעטאלן פון די צוויי פראופיילס זייט ביי זייט.
9. אויב די ביסט זיכער אז די צוויי זענען באמת די זעלבע מענטש, פאר אראפ אונטן און קליק אויף YES, MERGE THESE PROFILES.

10. אויב די צוויי משה ווייס פראופיילס האבן אויך עלטערן, פרוי, געשוויסטער און/אדער קינדער, וועט די פריש געמערדזשטע משה ווייס איצט באזיצן צוויי סעטס פון עלטערן, פרוי, און/אדער קינדער. אין אזא פאל וועט GENI צולייגן א געלע ! צו די משה ווייס קעסטל.
11. קליק אויף די !. דאס וועט ארויפברענגן א קעסטל וואס וועט פארמאגן אלע עלטערן, פרויען, געשוויסטער און/אדער קינדער. טשעל צוזאם די דאבעלס און קליק אויף MERGE DUPLICATES. דאס וועט אייך צוריקנעמען צו סטעפ 8 און 9.

אכטונג!
- סטעפס 10 און 11 קענען זיין קאמפליצירט פאר בעגינערס. אויב די ביסט ניי צו GENI, ביטע לאז עס איבער פאר די וועטעראן GENI באניצערס.
- GENI מאכט שוועריקייטן צו באבערן מיט פראופיילס פאר מענטשן וואס לעבן נאך, פריוואטע פראופיילס, אדער מיט פראופיילס פאר FAMOUS מענטשן (MASTER PROFILE אדער MP). אין דעם פאל וועט דער BUTTON אין סטעפ 9 זאגן REQUEST TO MERGE. דאס וועט אריינלייגן א MERGE REQUEST מעסעדזש צו ביידע פראופיילס.
- איינמאל מען שטעלט צוזאם צוויי פראופיילס קען מען עס נישט קענסלען. בעפאר די פיינעלייזט די מערדזש, מאך זיכער אז די משה ווייסלעך זענען נישט צוויי באזונדערע מענטשן.
- די מערדזש פראסעס ארבעט נישט אין א MOBILE BROWSER. מען קען עס נאר טוהן אויף א דעסקטאפ קאמפיוטער.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:21 pm
דורך נא_שכל
יישר כח!

פונקט לעצטענס מוטשע איך מיך ארום צו מערדזשען צוויי די זעלבע פראפיילס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:48 pm
דורך משיח
מונאוויטש האט געשריבן:מערדזשן צוויי משה ווייס (למשל) פראופיילס וואס זענען די זעלבע מענטש:

א שיינעם גרויסן דאנק,
פיין געארבעט.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 9:26 am
דורך טריסקער
אזא אמעראצעס!!

דורכבליקנדיג די וויזניצע גזע אין geni בין איך שיער נישט דערשטיקט געווארן פון געלעכטער דערזעהנדיג וועם מ'האט געשטעלט אלס דער 'אמרי ברוך'ס שווער...

קוקט און שטוינט... (דאס איז די בלאט פון הרבנית צפורה אשת ה'אמרי ברוך' מוויזניצא)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 9:38 am
דורך אלד וויליאמסבורג
Geni איז פיל מיט גרייזן, דאס געשעט עפ"י רוב ווען מענטש מערדשען (merge) פראפיילס, ביי ר' מיכל זלאטשובער שטייט זיין שווער איז געווען ר' מרדכי מטשערנובל, אויך געשעהן ווען איינער האט געמערדשט צוויי פראפיילס, עס זיי שווער צו פאררעכטן א שלעכטע מערדש.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 9:55 am
דורך משיח
דער פראבלעם איז אז ס'איז זייער זייער שווער צו פארעכטן גרייזן,

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 9:29 am
דורך חכם ממה נשתנה
פארוואס קען מען נישט אנמערדשזען?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 3:19 pm
דורך מונאוויטש
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט אנמערדשזען?

מערדזשן א פראופייל מיינט נישט נאר אז דער סאבדזשעקט מענטש איז געמערדזשד; זיינע עלטערן, געשוויסטער און קינדער ווערן אויך מיטגעשלעפט און אריינגעמערדזשד. מ'קען נישט צוריק דרייען אזא עסק מיט א קליק אויפן מייזל.

למעשה זעה איך אז די רעקארד פאר הרבנית מ'וויזניץ איז שוין פארראכטן געווארן.