די ערשטע וועלט מלחמה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

די ערשטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיר רעדן אסאך פון די 'צווייטע וועלט מלחמה' אבער ווייניג איז געשריבען אויף די ערשטע וועלט מלחה וועלכע איז אגב ביז צו די צווייטע מלחמה גערופען געווארן 'The great war.

איך האב היינט געטראפן אן אינטעסאנטע קונטרס'ל פון 16 זייטן וועלכע אנטהאלט א תפלה בדרך פיוט וועלכע די קהלה 'אוהב צדק' אין שיקאגו האט פרעזענטירט בימי חג הסוכות תרע"ה ולמס' 1914.

עס איז געווען ארום די 'טענקסגיווינג חגא' וואס עס איז געשאפן געווארן א מיינונגס פארשידנהייט אין אמעריקא וויאזוי צו סעלעברירען דעם חגא אין די צייט פון מלחמה, פון איין זייט איז געווען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז וויבאלד אמעריקא איז דעמאלטס נישט געווען פארמישט אין די קריג ברויך מען אויף דעם דאנקן דעם אייבירשטען, אבער אנדערע האבן געהאלטן, און דער מיינונג איז דאן אינטערגעשטיצט געווארן דורך דעם דעמאלטסדיגען פרעזידענט ווילסאן, אז עס פאסט נישט צו סעלעברירען אין א צייט פון מלחמה, נאר מ'זאל אויסנוצען די צייט צו בעטן דעם אייבירשטן פאר שלום.

נאך די תפלה, איז געדרוקט אויף ענגליש די דרשה פונעם ארטיגען רב ד"ר יצחק אייזיק ווערנע ווי ער ברענגט ארויס אז דער פרעזידענטס מיינונג ווערט שוין געברענגט אין א באקאנטע מדרש 'מעשי ידי טבעו בים, ואתם אומרים שירה'.

דער שער בלאט פונעם קונטרס תפלה במלחמה לשלום.
אטעטשמענטס
35956.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג מאי 08, 2009 10:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז באמת געוועהן אסאך צרות פאר אידן ביים ערשטן קריג, נאר מ'רעדט ווייניג דערפון ווייל צרות האחרונות משכחות את הראשונות,
גאנץ גאליצע איז געווארן צופארן, אסאך אידן זענען גענומען געווארן אין מיליטער,
זייער אסאך אידן זענען אנטלאפן פון זייערע היימען איבערלאזנדיג אלעס אונטער זיך,

און ווער רעדט נאך רוסלאנד?, איז דאך אויפגעשטאנען גלייך דערנאך די קאמיניסטן וואס האבן געברענגט גרויס צרות פארן כלל און פארן פרט,

צווישן די רביס וואס זענען געגאנגען גלות בשעת די ערשטע וועלט מלחמה זענען באקאנט ווי
מהרי"ד מבעלזא, קיין מונקאטש, ראצפערט,
די רוזינ'ע אייניקלעך זענען געגאנגען קיין ווין, ועוד
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יוסף ענגל און ר' מאיר אריק זענען אויך געגאנגען קיין וויען, ראדימישלא רב דער מהר"ש ענגל איז געגאנגען קיין קאשוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאצ'ל האט א נקודה.
די מלחמה איז אומדירעקט (?) געפירט געווארן אין ריכטונג קעגן אידן אווי אלעמאל ווען די אוה"ע צעלאזן זיך.


לגבי צרות אחרונות משכחות ראשונות, איז כדאי איינער זאל אביסל באשרייבן די היסטאריע פון די מלחמה וואס איז ווייניג באקאנט, די עסטרייכישע פרינץ מיט די שיסעריי. קוים וואס איך געדענק די השתלשות הדברים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל האט געשריבן:שאצ'ל האט א נקודה.
די מלחמה איז אומדירעקט (?) געפירט געווארן אין ריכטונג קעגן אידן אווי אלעמאל ווען די אוה"ע צעלאזן זיך.


לגבי צרות אחרונות משכחות ראשונות, איז כדאי איינער זאל אביסל באשרייבן די היסטאריע פון די מלחמה וואס איז ווייניג באקאנט, די עסטרייכישע פרינץ מיט די שיסעריי. קוים וואס איך געדענק די השתלשות הדברים.

מען קען דיך נישט באשולדיגן, עס איז שוין פארלאפן אסאך צייט זינט דאן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער :grin:

נישט פונעם אידישן שטאנדפונקט, וואס איז געווען דער פאליטישער מלחמה דארט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

קרעמער ;l;p- .

צייטי, מען האט עפעס גע'הרג'ט דעם עסטרייכישן קרוין פרינץ און דאדורך האט זיך ענטוויקלט א וועלט קריג, די איינצעלהייטן זענען מיר אויך שוין זייער פארנעפלט זינט עס איז שוין פארלאפן א וויילע זינט כאב עס געלעזט, איך גלויב אז די היסטאריקער צווישן אונז וועלן געבן איינס און א גוטס.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דער אמת איז, אז די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן א דירעקטע תוצאה פונעם ערשטן, ווייל היות די דייטשן זענען ארויס לאוזער'ס פונעם 1'טן קריג, האבן זיי אונטערגענומען א מערכה צו ווייזן אז זיי זענען העכער פון אלע פעלקער, כידוע
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז באמת געוועהן אסאך צרות פאר אידן ביים ערשטן קריג, נאר מ'רעדט ווייניג דערפון ווייל צרות האחרונות משכחות את הראשונות,
גאנץ גאליצע איז געווארן צופארן, אסאך אידן זענען גענומען געווארן אין מיליטער,
זייער אסאך אידן זענען אנטלאפן פון זייערע היימען איבערלאזנדיג אלעס אונטער זיך,

און ווער רעדט נאך רוסלאנד?, איז דאך אויפגעשטאנען גלייך דערנאך די קאמיניסטן וואס האבן געברענגט גרויס צרות פארן כלל און פארן פרט,

צווישן די רביס וואס זענען געגאנגען גלות בשעת די ערשטע וועלט מלחמה זענען באקאנט ווי
מהרי"ד מבעלזא, קיין מונקאטש, ראצפערט,
די רוזינ'ע אייניקלעך זענען געגאנגען קיין ווין, ועוד
.

ב''ה
כבוד ידיד היקר בעל השאץ מאץ שיחי' נצח
לחידוש בעיני שכת''ר שיחי' מונה כמה צדיקים ששינו מקומם מפני המלחמה .אולי יכול כת''ר להגיד לי מי לא ברח מפולין וגליצי' ואפילו העצי חיים נסע
לנירידהאז' ולמנח''א הי' מוכן לברוח אם יהי' צריך .וכי האדמו''ר בעל אמרי אמת לא עבר לעיר הבירה ווארשא .היודע כבודו שווארשא היתה זמן תחת
ממשלת גרמני' .וחזרה לרוסי' .ואחר המלחמה עשו ממלכות חדשות פולין-צכי'-ועוד .מזמן המלחמה הראשונה נשתנה מצב היהדות ולא שבה למקומה.
וכי נכדי צאנז-ראפשיץ-דינאוו-בלוזשאוו-ברעזאן -ועוד ועוד .לא ברחו כל אחד למקום אחר .
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

badatz האט געשריבן:מזמן המלחמה הראשונה נשתנה מצב היהדות ולא שבה למקומה.

עס איז זייער אן אינטערעסאנטע נקודה וואס דער שידוד המערכות האט אנגעמאכט.
און וואס די סיבות זענען געווען פאר די שינוי אין דעם מצב היהדות.
די חשובע חברים, ידענים און היסטאריקער ווערן געבעטן צו פארברייטערן די נקודה.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אמת בדץ,
יעדער איז אנטלאפן קיינער איז כמעט נישט געבליבן אויפן פלאץ, כ'האב נאר געגעבן א משל פון אפאר וואס האבן משנה מקום געוועהן פאר א לענגערע תקופה, און ס'איז טאקע דא אסאך מער ווי איך האב אויסגערעכנט,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
צריכים לדעת שמלחמת העולם השני' ----יסודה היתה במלחמת העולם הראשונה הדברים ארוכים וקשה לי לכתוב אריכות כ''כ
אך אם שאץ מאץ רוצה שיתקשר איתי ואסביר לו באריכות והוא יקליט
והאמת הוא שמשנת תר''ח היא השתנות הבעלות על כל המחוזים וזה סיבת המלחמה ---
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

ר' שאץ איז גערעכט, אידן האבן פיל געליטן ביים ערשטן וועלט מלחמה.

ר' אייזיק שניטצלער איינער פון די אידישע קעניגן אין אידשער שריפט (המספיק גאזעט) האט אמאל אנגעבויבן א פראיעקט פון באשרייבן די ערשטע וועלט מלחמה, א שטייגער ווי משפחת דייטש האט ארויסגעגעבן די צווייטע וועלט מלחמה.

ער האט געלאזט לויפן א סעריע ארטיקלען דערפון אין פארזעצונגען אין דער אידשער פלאם, אבער צוליב אומבאקאנטע סיבות האט זיך עס אויפגעהערט.
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

זייער גוט געזאגט רב בד"ץ. ס'ליגט אין די ווערטער זייער אסאך.

דער אמת איז, אז אויסער די אידישע צרות, וועלכע זענען ליידער געווען זייער זייער ביטער ה"י, טראגט די ערשטע וועלט קריג א מורא'דיגן היסטארישן באדייט. עס האט דאן פאסירט אינעם גלאבאלן וועלט געאגראפיע זאכן וואס האבן שוין נישט פאסירט הונדערטער הונדערטער יארן בעפאר. עס איז געקומען צו אן ענדע געוויסע גרויסע וועלט מאכטן, וועלכע זענען ביי דעם קריג צונויפגעפאלן און אנטרינען געווארן פון דער מאפע. גאנצעטע אימפעריעס וועלכע האבן אנגעהאלטן זייער יד חזקה פאר הונדערטער יארן, זענען פון איין טאג אויפן צווייטן געווארן בלויזע זעלבסשטענדיגע שטאטן מיט אן איינגעצוימטע רעגירונג.

איינע פון די באקאנטסטע אזעלכע אימפעריעס וועלכע זענען דאן צונומען געווארן, איז געווען די באקאנטע "אוטומאנישע אימפעריע" [Ottoman Empire]. אן אלטע אימפעריע וועלכע האט שוין עקזעסטירט אזוי פרי ווי אין פערצנטן יאר הונדערט (אין ערשטן יאר הונדערט פונעם אלף השישי, ד.ה. בערך שנת ה' אלפים נ-ס).

די מטרפולין פון אוטומאן עמפייער איז געווען אין די הויפט שטאט פון טערקיי, וועלכע איז די באקאנטע "קאנסטאנטינופל". אויף אידיש האט מען דאס גערופן "קושטנדינא (קושטא = אמת), און שפעטער באקאנט אלס איסטאמבול. דער ארגינעלער נאמען שטאמט לכאורה פון די פריערדיגע אימפעריעס, אזוי ווי די רוימישע, לאטיינישע אדער אנדערע אימפעריעס, ביי וועלכע קאנסטאנטינופל האט אויך געדינט אלס מטרפולין.

אזוי ווי טערקיי איז פלאצירט ביים גרעניץ צווישן אייראפע און אזיע, דעריבער האט די אימפעריע אויסגעשפרייט איר הערשאפט סיי אין אייראפע און סיי אין אזיע. גארנישט אנדערשט ווי אלע אימפעריעס, האט די אוטומאן אימפעריע אויך געהאט אין לויף פון איר הערשאפט עליות וירידות. געווען צייטן וואס זי האט געהערשט אויף שבע ועשרים ומאה מדינות (לשון גוזמא קתני), און געווען צייטן וואס מ'האט פון איר געשניטן רעכטס און לינקס. פארשטייט זיך אז אין אזיע האט זי געהאט מער הצלחה ווי אין אייראפע, דעריבער וועלן מיר טרעפן די הערשאפט פונעם "סולטאן אדער כאליף" (די הערשער פון די אימפעריע) מער צווישן אזיאנישע מדינות ווי אין אייראפעאישע מדינות.

דער באקאנטער עסרייכישער פירער, פראנץ-יוזעף, וועלכער האט אריינגענומען אונטער זיין מלוכה/אימפעריע די אייראפישע מדינות, האט אויך היבש געשוויצט ביז ער האט זיך דערזען זעלבסט שטענדיג און אומאפהענגיק פון די אוטומאנישע אימפעריע, און דער פאקט האט געשפילט א גרויסע ראלע ביי די ערשטע וועלט קריג, ווען די אוטומאנישע אימפעריע איז געקומען צו איר ענדגילטיגע צוזאמענפאל.

פון א אידישן שטאנדפונקט זענען די אידן וועלכע זענען געווען אין באוואוינטע איזיאנישע מדינות געווען אונטערן סולטאנ'ס הערשאפט. (היינט רופן מיר דאס בשם המושאל "ספרדישע אדער אראבישע". די סיבה איז זעלבסטפארשטענדליך, ווייל די אראבישע מדינות זענען מערסטענס פלאצירט אינעם איזיאנישן קאנטאנענט. דאס איז אויך די סיבה פארוואס ארץ ישראל/פאלעסטינע איז ביז די ערשטע וועלט קריג געווען אונטערן סולטאנ'ס/אוטומאנישער הערשאפט. ווי אויך איז דאס די סיבה פארוואס די תושבי ארה"ק האבן כמעט ווי דאס מערסטע געליטן ביי יענע קריג, כידוע).

עס איז פאראן א חיבור אונטערן נאמען "ספר דברי הימים למלכי צרפת ומלכי בית אוטומאן", געדריקט צום ערשטן מאל אין סביוניטה שי"ד (1554) דורך איינעם יוסף בן יהושע הכהן, און דערויף אין אמסטערדאם תצ"ב. דער חיבור'ל איז געשריבן אין א געשליפן ביבלישן שפראך (לשון מקרא), און עס דערציילט די צרות וואס אידן האבן מיטגעמאכט אונטער די אוטומאנישע אימפעריע. (עס איז דא פון דעם זעלבן מחבר נאך אן היסטארישע אויסגאבע וועלכע דערציילט די אידישע צרות פון שפעטערע יארן. איך קען זיך נישט אצינד דערמאנען דעם נאמען דערפון).
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אזוי ווי געשריבן איז די ערשטע וועלט קריג נישט געווען מער קעגן אידן ווי להבדיל די גוים עכ"פ דירעקט,
אבער דאס מיינט נישט אז דאס אידישע פאלק האט נישט מיטגעמאכט זיין אייגענע פעקל, קודם איז ליידער געווען צענדליגער טוזענטער סאלדאטן וואס האבן געקעמפט אין אלע ארמייען אין ליידער דארט אימגעקימען, דאס צווייטע איז געווען ווי געשריבן דאס גלות גיין הינדערטער טויזענטער אידן זענען אנטלאפען אין פארוואגעלט געווארן פון זייערע וואוין ערטער,
דאס איז געווען בשעתן קריג, די תוצאות פון נאכן קריג איז געווען לעניות דעתי אסאך ביטערער!
דאס עניות וואס האט נאכגעפאלגט די קריג ווי די פרנסה אין פוילן למשל איז ממש געווארן אינגאנען אפגעשניטן, אין די אימגלויבליכע חורבנות אין אידישקייט מיט וואס דאס איז מיטגעקימען איז דאך נישט צי באשרייבן,
אין ואל הכל ווי געשריבן איז דאס געווען א דירעקטער גורם צים צווייטען קריג וואס דאס איז געווען דער גרעסטער צרה פאר כלל ישראל מאז היותה לגוי.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב געהערט פון א עלטערע יוד ווואס איז געווען א בחור ביי די ערשטע וועלט מלחמה אז די ערגסטע איז געווען אז מען האט ליידער געמיזט אריין גיין און מיליטער און פון ביידע זייטען זענען געווען אידין, און ליידער איין יוד האט געהארגעט א צווייטען, האט ער געהערט פון א יוד וואס איז געווען און מיליטער אז ער פלעגט הערן אסאך מאל שמע ישראל פון די איינדערע זייט (קעגענערס) און איינמאל האט ער געמיזט אויפרייסען א באמבע אויף א פעלד וואס די קעגענער סאלדאטען האבען זיך באהאלטען און ווען זיי זענען אונגעקימען (אפאר אידישע סאלדאטען), האט אפגהלעכט א שמע ישראל, האבן די סאלדאטען געזאגט אז יעדער זאל בלייבען ליגען ביז ביינאכט און זיי האבן אויפגעריסען די באמבע און א צווייטע פעלד
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שכוח ליפשיץ פארן אינהאלטסרייכן אפהאנדלונג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מגילת נצחון וואס א געוויסע רעוורענד (רעפארם ראביי געווענליך) יעקב גערשטיין פון ברוקלין, האט אפעגעשריבען אויף לשה"ק און ענגליש און געדרוקט לכבוד די וואפן-שטילשטאנד נאך די ערשטע וועלט מלחמה צוגעפירט דורך פרעזידענט ווילסאן.
אטעטשמענטס
37446.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מיללער, א דאנק

די רעוורענד רבנים זענען דאכציך עמטליך נישט געווען קיין רעפארמער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אפאר מצבות פון אידישע סאלדאטן ביים ערשטן וועלט מלחמה
וואס האט געכאפט מיין אויג אין סיגוט'ער בית החיים

אן איינציג זון וואס איז פארוואונדעט געווארן אויפן האלז
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פון דיא רוססישע קריגסגעפאנגענען חברים
לזכרון המלחמה הגדולה והנוראה
אטעטשמענטס
Poster3.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שלשה פרחי חמד

לזכרון המלחמה הגדולה והנוראה
שפרצה בשנת תרע"ד
אנחנו החברים הנתונים בשבי'
שע[י]נינו יורדים דמעות
על מות חברינו
הצגנו מצבה על קברם
להיות לזכרון עולם
אטעטשמענטס
Poster3.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איש תם וישר ירא אלקים

נפטר במלחמה בן כ"ז שנים
אטעטשמענטס
Poster3.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נאך איינער געפאלן אין מלחמה
אטעטשמענטס
22.jpg
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אוואו איז דאס
עס זענען אינטערעסאנטע נעמען
איז אפשר צו טרעפען דעם משפחה'נאמען?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”