טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:פרעגער האט געשריבן:קו הישר האט געשריבן:נחום וואהלינער האט געשריבן:קו הישר האט געשריבן:און טשערנובל טוט מען אויס די שוך בכלל ביי קברי צדיקים. (עכ"פ אין חוץ לארץ).
די ווייסע זאקן קוקט מיר נישט אויס אז עס איז אלץ מנהג.
זיין זיידע רבי דוד'ל סקווירער איז אלעמאל געגאנגען ווייסע זאקן, זיין טאטע זצ"ל האט עס פשוט פארדעקט מיט שטיוול
ריכטיג.
לאנגע אראפגעלאזטע הויזן מיט שיך און ווייסע זאקן איז ביי מיר נישט זיכער אז עס האט צוטון מיט א מנהג.
(אגב, דער בילד איז פון סקווירא ב"פ.)
---
האקט ענדליכס.
און דער אלטער סקווירא רבי ז’’ל האט דאס אויך נישט פארדעקט מיט שטיוול נאר ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן אונטער די שטיוול, די קאליר פון די זאקן דערונטער ווייס איך נישט
אױסצוקלארן, כ״ק ר׳ דוד׳ל סקװירער איז געגאנגען װײסע זאקן (
דא איז א בילד, ס׳נאר פארדעקט מיט די לאנגע בעקיטשע) זײן זוהן כ״ק הרה״ק ר׳ יעקב יוסף זי״ע איז אױך געגאנגען װײסע זאקן נאר האט דאס צוגעדעקט מיט שטיװל לכבודו פון זײן עלטערן ברודער ר׳ איציקל קעשינובער זצ״ל - פון װעמען ער האט זיך געהאלטן אלס א שטיקל תלמיד נאכדעם װאס ר׳ דוד׳ל זצ״ל איז אװעק װען ער איז נאך געװען 18 יאר אלט, אום יומה״ק קען יעדער זעהן כ״ק מרן אדמו״ר מ׳סקװירא שליט״א מיט ארױפגעצױגענע װײסע זאקן, אום תשעה באב מיט ארױפגעצױגענע שװארצע זאקן,
דאס אז די עולם גײט מיט שטװל איז בערך 30 יאר אלט געװיסע האבן אנגעהױבן צוביסלעך האט דער עולם אױך אנגעטהון אלס א מלבוש לכבוד שבת ויו״ט (לפי הסיבה הנ״ל האט דאס נישט דוקא מיט שבת און אזױ גײען טאקע די קינדער און אײניקלעך פון רבי׳ן שליט״א) און הײנט שטופט דאס דער רבי שליט״א צו אלס א חסידי׳שע מלבוש,
אויסצוקלארן: עטליכע הערות,
הרה’’ק ר’ יעקב יוסף זצ’’ל איז געווען העכער 20 יאהר אלט ביי זיין טאטע’ס פטירה.
הרה’’ק ר’ יעקב יוסף זצ’’ל איז קיינמאל נישט געגאנגען אין האלבע הויזן מיט לאנגע ווייסע זאקן נאר שטעדיג זינט זיין חתונה מיט לאנגע הויזן ’אונטער’ די שטיוול.
ווען ער איז נישט געגאנגען אין קיין שטיוול האט ער זיך ארויף געצויגן די לאנגע הויזן אין די זאקן אריין, אום יום כיפור מיט ווייסע און אום תשעה באב מיט שווארצע.
אזוי אויך במשך די לעצטע תקופה פון זיין לעבן ווען זיין הייליג גוף האט נישט פארנומען צו טראגן קיין הויזן (מיט הויזן טראגער) איז ער געגאנגען מיט לאנגע שוארצע זאקן און פון אויבן פארדעקט מיט די בעקיטשע.
אגב: שוין אזוי פריה ווי תשכ’’ה האבן עטליכע יונגעלייט שוין אנגעטוהן שטיוול צו די חתונה און פון דאן און ווייטער איז עס געווארן עטוואס מער און מער צוביסלעך איינגעפיהרט, און שוין בערך 40 יאהר צוריק איז עס געווארן איינגעפיהרט אויף א שטערקערע פארנעם.
און אלס חסיד’דישער מלבוש האב איך נישט קיין געדולד יעצט מסביר צו זיין ווי אין דערהיים זענען א געוואלד חסיד’ישע אידן ובפרט רביס און רבנים געגאנגען מיט שטיוול (זוך אפיהר בילדער).
ווער געדענקט דען נישט אין וויליאמסבורג עטליכע אונגערישע חסיד’ישע אידן מיט די האלבע שטיוועלעך.