בלאט 1 פון 30

ויהי אחרי המגיפה: די שארית הפליטה נאך די קריג

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:24 am
דורך farshlufen
דער אשכול וועט דינען פאר א מקום אריין צו שטעלן בילדער און דאקומענטן פון די נאך די קריג - די פי עפאכע.

די תקופה איז היבש אביסל א פארנעפלטע, וואס מיר די קינדער און אייניקלעך [און היינט שוין אויך איר אייניקלעך] פון די שארית הפליטה, האבן בדרך כלל ווייניג געהערט אדער געלייענט דערוועגן.

דעריבער וועלן מיר מקיים זיין אל תמנע טוב מבעליו, און צוזאמען קלויבן און אהער ברענגען וואס מיר האבן געפונען איבער די תקופה.

און מיר בעטן בשם אלע חברים און באזוכער דא אין פארום, אויב איר געפינט עפעס וואס איר קלערט אז עס האט א שייכות מיט די תקופה, טוט אונז א געפעליגקייט און ברענגט עס דא אהער.

מיט פיל דאנק
פארשלאפן
בשם כל האזרחים והאורחים.

-----------------------------------------------------------------------------------------

נאכדעם וואס די אליאירטע האבן באפרייט דייטשלאנד, האבן זיי זיך ארום געזעהן מיט א פליטים פראבלעם, אריגינעל האבן די אמעריקאנער גערעכנט אז די אידן וועלן אין א פאר חדשים זיך צוריק קערן צו זייערע וואוין ערטער, דערווייל האבן גאר ווייניג אידן געהאט חשק דערצו, א טייל האבן זיך שוין געהאט צוריק געקערט און אזוי ווי זיי האבן געזעהן אז עס איז נישט פארבליבן קיין זכר פון אידן און אידישקייט, האבן זיי צוריק גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנט, און האבן זיך ארויס געלאזט און ריכטינג פון די אמעריקאנע אקופירטע חלק פון דייטשלאנד.
אזוי האט זיך ארויס געשטעלט אז עס האבן זיך געדרייט פליטים, וואס האבן נאר געהאט פאר זייערע אויגן דעם ציהל ווי פריער צו פארלאזן די פארבלוטיגטע ערד, און גיין צו די מערב לענדער, אבער זיי האבן נישט געהאט וואו צו גיין ווייל די אמעריקאנער רעגירונג האט געהאט פלטים קוואטאס, און די בריטישע האבן נישט געלאזט גיין קיין פאלעסטינע, אזוי ארום האבן די אמעריקאנער אנגעפירט דורך די ארמיי געגרונדעט די די פי לאגערן, דאס איז געווען א נעץ פון לאגערן טייל גרעסערע און טייל קלענערע ווי מען האט איינקווארטירט די אידן און די דזשוינט און אנדערע וואויל טעטיגע ארגאניזאציעס האבן זיי צוגעשטעלט עסן קליידונג און לעבנס וויכטיגע מיטלען. צווישן די יארן תש"ה און תשי"א האבן זיך אזוי ארום אדורך געדרייט די די פי לאגערן קרוב צו 250,000 אידן.

די ציונים אנגעפירט פון די אידישע אגענטור די סוכנות, האבן אנגעפירט א גוט ארגאנעזירטע פראפאגאנדע אפעראט פאר עלי' אין די קעמפס, און געוויסע קעמפס האבן זיי מער מצליח און אין אנדערע ווייניגער, און פאר די הקמת המדינה האבן זיי געשריבן העץ ארטיקלען אין די לאגער צייטונגען און ארגאנאזירט פראטעסטן, אנטקעגן די בריטישע פארן נישט אריין לאזן קיין פאלעסטינע, און פאר א מדינה.
די צובראכענע צושאסענע אידן האבן זיך געפינען אין א מצב פון א בורח מן הארי ופגעו דוב, עס איז זייער שווער געווען נישט מיטגעשלעפט צו ווערן מיט זייערע אקטיוויטעטן אין פראפגאנדע, דער שרייבער פון די שורות האט געהערט פון אן עלטערן איד , אז מ'האט געברויכט האבן מסירת נפש ממש נישט מיט צו שפילן מיט זייערע פראטעסטן, ווייל זיי האבן געלייגט דרוק און זיך פארלייגט אויף א יעדן איינעם עקסטער.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:30 am
דורך איזאק
אה, גוטע איידיע פארשלאפן, איך ווארט אויף די בילדער.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:31 am
דורך farshlufen
טייכן בלוט, מיט ים'ן טרערן
פארגאסן האט דער איד
און ער האט פאר גארניט מורא
זיין געטרייע ליבע תורה
פארגעסן וועט ער ניט

(ר' יו"ט עהרליך - תורה)


לעכטיגע קינדערלעך אין א תלמוד תורה אין פעלדאפינג:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:33 am
דורך farshlufen
נאך איינס פון די ת"ת אין פעלדאפינג:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:36 am
דורך איזאק
פשיהא פארשלאפן, פונקט נעכטן האב איך געלייענט אין א אלטע מעלות איינעמס ביאגראפיע ארום די מלחמה, און איר אויפהאלטונג נאך די מלחמה אין פעלדאפינג.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:36 am
דורך farshlufen
א חדר אין שטאטגארט:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:43 am
דורך farshlufen
נאך א ת"ת:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:45 am
דורך farshlufen
א מלמד מיט קינדערלעך אין לאנדסבערג:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:45 am
דורך farshlufen
א מלמד מיט קינדערלעך אין לאנדסבערג:2

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:47 am
דורך farshlufen
מען באקט מצות אין ציילסהיים:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:50 am
דורך farshlufen
אין ניי-פריימאן:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 8:56 am
דורך farshlufen
חסיד'ישע אידן פארנט פון די שול אין ניי-פריימאן:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 9:12 am
דורך farshlufen
די אלגעמיינע עס זאל אין לאנדסבערג:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 9:14 am
דורך farshlufen
טשיף ראביי לייזעראווסקי (מי זה?) - לאנדסבערג

scy4851 האט געשריבן:ר' ברוך הלי לייזראווסקי ז"ל איז געווען און דאכאו קאנסענטרעישען קעמט בשעת די מלחמה.
נאך די מלחמה איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא און געווארען רב און א קהילה און פילידעלפיע
איך האב איהם געקענט. א געשמאקער יודעל געווען. עס איז דא פון איהם א ספר 'טעם ברוך' [תשובות און חידושים אויף סוגיות הש"ס]

ער האט א זוהן ר' יצחק וואס איז רב און קהל בני יעקב און פילידעלפיע, און און קהל אנשי אמת און טרענטאן.
די צוויי קהלות האבען זיך געמערדשט אינטער איהם

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 9:21 am
דורך farshlufen
שבת אין ציילסהיים:

3x0 האט געשריבן:דער רב אינמיטן איז ר' משה אליעזר פראמאוויטש ז"ל ציילסהיים'ער רב.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 9:38 am
דורך צייטליך
פארשלאפן, א גרויסן יישר כח פאר די בילדער.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 9:44 am
דורך farshlufen
אידן אין ציילסהיים:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 11:06 am
דורך סאכדעס
וואס איז דען א בילד? א בילד איז א דומם. אבער ווען מ'נעמט אין באטראכט די געפילן וואס רוישען אין די הערצער פון די אידן אין די בילדער, קען דאך א שטיין צוגיין. וויפיל מסירת נפש האבן די אידן געדארפט האבן אז אזא בילד זאל קענען גענומען ווערן פון זיי, וויפיל אמונה האבן זיי געהאט אז זיי זענען געבליבן אידן.

אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו. מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.

יישר כוח פארשלאפן פאר די בילדער, זאל עס בלייבן פאראייביגט ביי אונז און אונזערע קינדער, וואס אונזערע עלטערן האבן געטוהן נאך אזויכע שוידערליכע יארן.

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 11:20 am
דורך farshlufen
א כתב היתר לישא אשה- לייענטס די אונטערשריפטן:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 11:31 am
דורך סאכדעס
דאס ערשטע קען איך נישט אויסליינען, עפעס ישראל.
דאס צווייטע איז שאפראנער רב ר' שמעון ישראל פאזן זצ"ל
דער דריטער עטוואס משה.
דער פערטער, דער קאפישער רב ר' יעקב לעבאוויטש זצ"ל

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 11:46 am
דורך farshlufen
כתב היתר עגונה:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 11:55 am
דורך farshlufen
דער ערשטער איז ר' ישראל וועלץ
דער צווייטער ר' שמעון ישראל פאזען
דער דריטער ר' משה [באב"ד?]
דער פערטער ר' יעקב סג"ל לעבאוויטש

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 1:42 pm
דורך farshlufen
אין שטאטגארט:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 1:44 pm
דורך farshlufen
שבועות תש"ה אין בוכענוואלד:

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2008 1:49 pm
דורך farshlufen
אין ציילסהיים - ס'זעהט אויס ווי עפעס א שמחה: