דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הר גריזים האט געשריבן:הערליך שיין! גאר געשמאק און קלאר באשריבן!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »


דזשעמס מאנרא




James Monroe.jpg
James Monroe.jpg (3.79 KiB) געזען 979 מאל





ספענס מאנרא מיט זיין ווייב עליזיבעט האבן געוואוינט אין וועסמארעלענד ווירדזישניע, ספענס איז געווען א פלאנצער און קארפנטער, זיין פאמיליע האט עמיגרירט פון סקאטלענד אין די 1600 יארן,

אום Apr. 28 1758 איז ביי זיי געבוירן געווארן א קינד מ'האט אים א נאמען געגעבן דזשעמס, אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אינדערהיים מיט זיין מאמע, שפעטער האט ער אנגעהויבן גיין אין שולע, ער איז דארט געווען פאר פינף יאר, ווי ער איז געווען א געוואלדיגער סטודענט

אין יארע 1774 איז זיין פאטער ספענס געשטארבן, זייענדעג דער עלצטער אין שטוב האט ער געזאלט ירש'ענען זיין טאטעס פארמעגן, אבער די געשעהנישן וואס האבן דעמאלטס פאסירט האט געפירט זיין לעבן אין א נייע דירעקציע

אין יענע צייט האט מאנרא אנגעהויבן קאלעדזש זיך צו לערנען געזעץ, אבער ער האט עס גלייך איבערגעלאזט זיך אנשליסנדיג אין די רעוואלאציע, זיין ערשטע שריט איז געווען זיך אנצושליסן אין א אקציע וואס זיינע חברים פון קאלעדזש האבן אנגעפירט, דאס איז געווען אנצופאלן דעם בריטישן גאווערנער פון די געגנט און באגנב'נען וואפן און געצייג וואבס זיי האבן איבערגעגעבן פאר די ווירדזשיניע מיליצע

אין 1776 האט ער זיך אנגעשלאסן אין וואשינגטאן'ס מיליטער און האט אנטיילגענומען אין די 'קאמף פאר טרענטאן', אינצווישן איז מאנרא זייער שווער פארוואונדעט געווארן

נאך די מלחמה איז ער געגאנגען שטודירן געזעץ ביי טאמעס דזשעפערסאן, דארט האט זיך אנגעהויבן זייער פערזענליכע און פראפיסיאנאלע קשר וואס זיי האבן אנגעהאלטן דורכאויס זייער גאנצע לעבן, אין 1782 איז ער געווארן ערוועלט צו די 'ווירדזשיניע האוז אף דעלעגעטס'

אין די יארן צווישן 1783 און 1786 האט ער געדינט אינעם קאנטינענטל קאנגערעס, זייענדיג דארט האט ער זיך באקאנט געמאכט מיט די טאכטער פון א ניו יארקער ביזנעסמאן מיטן נאמען עליזעבעט קארטרייט, אום Feb. 16 1786 האבן זיי חתונה געהאט און זיך געצויגן קיין פרעדעריקסבארג ווירדזשינע, אונזער דזשעמס האט פראבירט זיין מזל אין פארמעריי אבער עס איז אים נישט געגאנגען אזוי גוט ווי זיין טאטע דעריבער האט ער באשלאסן צו פארקויפן זיין פראפערטי און זיך ווייטער לערנען געזעץ עווענטועל איז ער אריינגעגאנגען אין פאליטקס

נאך די 1787 פעדעראלע קאנווענשן האט זיך מאנרא אנגעשלאסן אין די אנטי פעדרעליסט מאוומענט וואס האבן נישט געוואלט באשטעיטיגן די נייע קאנסטעטושן צוליב די פאקט אז עס האט נישט געהאט א ביל אף רייטס, למעשה האט ווירדזשיניע שמאלערהייט באשטעטיגט די קאנסטעטושן וואס דאס האט אויסגעפלאסטערט די וועג פאר די נייע גאווערמענט

אין 1790 האט ער פראבירט צו לויפן פאר א קאנגרעס זיץ ווי ער איז באזיגט געווארן דורך דזשעמס מעדיסאן, גלייך נאכדעם איז ער ערוועלט געווארן צום סענאט און זיך אנגעשלאסן אין די דעמאקראט-רעפאבליקן פארטי וואס איז דעמאלטס געפירט געווארן ביי דזשעפערסאן און מעדיסאן, א יאר נאכן ערוועלט ווערן איז ער געווארן די פירער פון די פארטיי אין סענאט, אין 1794 איז ער געשטעלט געווארן צו דינען אלץ מיניסטער צו פראנקרייך ווי ער האט געדינט פאר צוויי יאר ביז 1796, דאן איז ער צוריק צו זיין היימשטאט און איז ערוועלט געווארן פאר גאווערנער ווי ער האט געדינט פאר דריי טערמינען, אין 1807 איז ער געשטעלט געווארן צו זיין מיניסטער צו בריטאניע

אין Apr 1811 האט אים דער דעמאלטדיגער פרעזידענט מעדיסאן געשטעלט צו זיין סעקרעטערי אף סטעיט, ער אט אויך געהאט די אויפגאבע וואס די סעקרעטערי אף דעפענס האט דורכאויס די 1812 קריג וואס דאס האט אים געמאכט דער איינציגסטער מענטש אין אמעריקאנע היסטאריע צו האבן צוויי קאבינעט פאזיציעס אויף איינמאל

אין 1816 איז מאנרא געלאפן פאר פרעזידענט אן קיין שטארקע קעגנער, ער איז גרינגערהייט ערוועלט געווארן אלץ דער פיפטער אמעריקאנער פרעזידענט זייענדיג 58 יאר אלט

דזשעימס מאנרא האט אנגעפאנגען זיין פרעזידענטשאפט מיט א טור צו די צפון סטעיטס, זיין ערשטע טערמין איז געווען גאר סוקסעספול, ער האט געענדיגט די 1812 קריג נאכן אויסהאמערן א גוטן שלום אפמאך, די עקאנאמיע איז געווען גאר שטארק, די אפזיציע פארטיי איז געווען זייער אפגעשוואכט, דורכאויס זיין טערמין האט מאנרא אפגעהאלטן נאך אפאר סוקסעספולע טורס ארום די לאנד, יענע יארן זענען געווארן אראפגעלייגט דורך א באסטאן שרייבער אלץ 'צייט פון גוטע פילינגס'

אין 1819 האבן זאכן אנגעהויבן גיין בארג אראפ, די עקאנאמיע איז אריינגעפאלן אין די ערשטע רעסעשן אין די דאן יונגע אמעריקאנע היסטאריע, נאך א קאנטערווערסיע האט זיך אנגעהויבן צו וועבן אין יענע יאר ווען מיזורי איז אריינגעקומען אין די יוניאן אלץ א סטעיט וואס בארעכטיגט קנעכטשאפט שפעטער האט זיך עס אויסגעגראדט ווען מעין איז אריינגעקומען אלץ א סטעיט וואס קנעכטשאפט איז אומלעגאל

צו מאנרא'ס גוט מזל איז די פעדרעליסט פארטיי געווען אזוי אפגעשוואכט אז זיי האבן ניאמאל ארויסגעשטעלט א קאנדידאט וואס זאל לויפן קעגן אים, אין 1820 האט מאנרא געווינען ווידערוויילונג אין א היסטארישע לענדסלייט, באקומענדיג אלע עלעקטארעל שטימען חוץ איינס

אין 1815 נאך דעם וואס אלע מלחמות געפירט ביי נאפאליאן זענען געקומען צו א ענדע, האבן אסאך ספאנישע קאלאניס אין דרום אמעריקע אפגעמאכט זיך צו דערקלערן זעלבסשטענדיג פון שפאניע, אסאך אייראפעישע לענדער האבן זיי געסטראשעט אז זיי גייען פארמירן אן אליאנץ צו העלפן שפאניע צוריקכאפן קאנטראל איבער די לענדער'ליך, אמעריקע פון די אנדערע זייט האט נישט נאר נישט געשטערט נאר זיי האבן שטילערהייט אינפארמירט די לענדער אין דרום אמעריקע אז די פאראייניגטע שטאטן שטיצט זיי און זענען גרייט צו טון ביזנעס מיט זיי, ענגלאנד האט זיכער געמאכט מיט די אנדערע אייראפעישע חלענדער אז זיי זאלן אויפהערן סטראשען די דרום אמעריקנע לענדער צוליב זייער אייגענע ביזנעס איטערעסן

אין 1823 האט פרעזידענט מאנרא פארמאל איינגעמאלדן קאנגרעס איבער א נייע פאליסי וואס איז שפעטער באוויסט געווארן אלץ די 'מאנרא דאקטרין', די פאליסי איז געווען אז אמעריקע טוט אפיציעל אנערקענען די זעלבסשטענדיגקייט פון די דרום אמעריקאנע לענדער, און סיי וועליכע אייראפעישע לאנד וואס וועט פרובירן דאס צו שטערן וועט ווערן באטראכט אלץ א דירעקטע אטאקע אויף די פאראייניגטע שטאטן

אום 1825 האט ער געענדיגט זיין צווייטן טערמין, מאנרא האט זיך צוריקגעקערט קיין ווירדזשיניע ווי ער איז ערוועלט געווארן צו זיין פרעזידענט פון די 'ווירדזשינעס קאנסטעטושענעל קאנווענשן' ביז 1830 ווען ער האט אפגעטרעטן צוליב געזונטערהייט קאמפליקאציעס, אין יענע יאר איז זיין ווייב געשטארבן, צוליב דעם האט זיך מאנרא אריבערגעצויגן קיין ניו יארק צו וואוינען ביי זיין טאכטער

אינעם דאטום July 4 1831 איז דער פיפטער אמעריקאנער פרעזידענט דזשעמס מאנרא געשטארבן אין עלטער פון 73 יאר, אינטערעסאנט איז אז דריי פון די ערשטע פינף אמעריקאנע פרעזידענטן זענען געשטארבן אין July 4

דזשעמס מאנרא איז געווען דער לעצטער פון די פאונדינג פאדערס צו דינען אלץ פרעזידענט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

הערליך, זייער שיין באשריבן. ישר כח
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

יישר כח, זייער אינפארמאטיוו, און זייער בא'טעמ'ט!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

ברעחדך קאפ האט געשריבן:הערליך, זייער שיין באשריבן. ישר כח
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

הערליך!! אינפארמאטיוו, קלאר און זייער אינטערעסאנטע דעטאלן!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

יישר כח, זייער אינטערעסאנט!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין. א דאנק
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

א דאנק פאר אלע דאנקער'ס, דאס געט חיזוק אנצוגיין ווייטער, איך האף אז דער עולם האט אמת'דיג הנאה

קריטיק אדער סתם אינטערעסאנטע געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן די ארטיקלען וועלן ווערן שטארק אפרישיעטעד
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

מיין קריטיק? ס'געדויערט צו לאנג פון איין ארטיקל ביז דער אנדערער.
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

מיין עדווייס? ענדערש מאך דיר א געהעריגע סקעדשזול, איינס אין אפאר טעג וכדו', ווי דו זאלסט יעצט אריין האקן צען שטיק און נאכדעם אויסברענען און שטעקן אינדערמיט.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הגות תבונות האט געשריבן:מיין קריטיק? ס'געדויערט צו לאנג פון איין ארטיקל ביז דער אנדערער.

די ערשטע פיר האב איך געשריבן איינס נאכן צווייטן, ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבן די פיפטע האב איך פארלוירן מיין חשק צו שרייבן ווייטער, למעשה די וואך האב איך אפגעמאכט עס צו ענדיגן

איך זע אז דער עולם האט הנאה האב איך אנגעהויבן די נעקסטע איך האף צו זיין פערטיג נאך די וואך
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

מאנסי'ייט האט געשריבן:מיין עדווייס? ענדערש מאך דיר א געהעריגע סקעדשזול, איינס אין אפאר טעג וכדו', ווי דו זאלסט יעצט אריין האקן צען שטיק און נאכדעם אויסברענען און שטעקן אינדערמיט.

א שטארקע פוינט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

דזשאן קווינסי עדעמס



John Quincy Adams.jpg
John Quincy Adams.jpg (4.29 KiB) געזען 759 מאל




דער צווייטער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאן עדעמס מיט זיין פרוי אביגעיל האבן אינעם דאטום July 11 1767 געהאט זייער צווייטע קינד און עלצטע זון, זיי האבן אים א נאמען געגעבן דזשאן קווינסי,

ביי די 10 יאר האט ער באגלייט זיין טאטע קיין פראנקרייך צו זיין די אמבאסאדאר צו פראנקרייך
בשעת ער איז דארט געווען איז ער געגאנגען שטודירן אין אייראפעישע יוניווערסיטעטן ווי ער האט זיך עווענטועל אויסגעלערנט צו רעדן פליסיג 7 שפראכן

אין 1785 האט ער זיך צוריק געקערט קיין מאסעטשוסעס ווי ער איז אריין אין הארווערד פון ווי ער האט גראדואירט צוויי יאר שפעטער, דאן איז ער געגאנגען שטודירן געזעץ, אין 1790 איז ער געווארן א לויער אין אויפגעשטעלט א אייגענען געזעץ פירמע אין באסטאן

אלץ יונגע לויער האט עדעמס געשריבן ארטיקלען זיך אנצונעמען פאר די פאליסי וואס דזשארדזש וואשינגטאן האט אנגענומען זיך צו האלטן נייטראל אין די 1793 מלחמה צווישן פראנקרייך און בריטאניע, וועלנדיג אים ווייזן הכרת הטוב האט אים וואשינגטאן געשטעלט צו זיין מיניסטער צו נעידערלאנד

אין 1796 ווען זיין טאטע איז ערוועלט געווארן האט ער אים געשטעלט צו זיין מיניסטער צו פראסיע (היינט צוטאגס דייטשלאנד), פארן פארלאזן בערלין האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פונעם אמעריקאנער קאנסיל צו לאנדאן, במשך די יארן האט דאס פארפאלק פארלוירן דריי קינדער רח"ל, און לויט געוויסע איז זייער שלום בית קיינמאל נישט געווען אמבעסטן מילד גערעדט

אין 1800 נאכדעם וואס זיין טאטע האט פארלוירן ווידערערוויילונג האט אים דער נייער פרעזידענט אפגעזאגט, עדעמס איז אהיימגעקומען און ווידערעפנט זיין געזעץ פירמע

א יאר שפעטער איז ער ערוועלט געווארן צו די מאסעטשושעס סטעיט סענאט, אין 1803 איז ער ערוועלט געווארן צום יו. עס. סענאט, הגם עדעמס איז געווען איינגעשריבן אין די פעדערעליסט פארטיי האט ער אבער זייענדיג אין וואשינגטאן נישט געשטימט מיט זיין פארטיי אויף אסאך אישוס, לכבוד דעם איז ער ארויסגעווארפן געווארן פון זיי פארטיי, דאס האט געפירט אז ער זאל זיך פארעקלען פון פאליטיק און רעזיגנירן פון זיין סענאט זיץ, עדעמס איז צוריקגעגאנגען צו הארווערד ווי מען האט אים אויף גענומען צו זיין א פראפעסאר

אין 1809 האט אים דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט דשעימס מעדיסאן צוריק אריינגעברענגט אין די דיפלאמאטישע וועלט שטעלנדיג אים צו זיין אמבאסאדאר צו רוסלאנד

זייענדיג דארט האט אויסגעבראכן א מלחמה צווישן אמעריקע און בריטאניע, צוליב דעם האט אים מעדיסאן צוריקגעריפן אים צו העלפן אויהאמערן א שלום אפמאך וואס האט געענדיגט די מלחמה

נאך די מלחמה האט אים מעדיסאן געשטעלט צו זיין מיניסטער צו בריטאניע, אין 1817 איז ער געשטעלט געווארן דורך פרעזידענט מאנרא צו זיין סעקרעטערי אף סטעיט ווי ער האט אויפגעטוהן גאר אסאך, איינע פון די זאכן איז געווען דאס אקופירן ארעגאן (האלב איז געגאנגען פאר אמעריקע און האלב פאר בריטאניע), ווי אויך האט אמעריקע אין יענע יארן אפגעקויפט פלארידא פון שפאניע, ער איז אויך געווען דער הויפט ארכיטעקט פון די מאנרא דאקטרין (מער איבער דעם ליינט אין די דזשעמס מאנרא ארטיקל)

אין 1824 איז דזשאן קווינסי עדעמס אריינגעשפרינגען אין א 5 שפיציגע פארמעסט פאר פרעזידענט, די פינף קאנדידאטן זענען געווען ווי פאלגנד: דזשאן סי. קאלהאוין, וויליעם עיטש קראופארד, הענרי קלעי, ענדרו דזשעקסאן, דזשאן קווינסי עדעמס

ענדרו דזשעקסאן האט געווינען די פאפולערע שטימען, אבער קיינער האט נישט אנגעצויגן א מאיאריטעט אין די עלעקטאראלע שטימען, ווי די געזעץ לויטעט אין אזא פאל גייט די אויסוואל אריבער צו קאנגרעס, דער ספיקער קלעי טרו האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון עדעמס וואס דאס האט געמיינט אז עדעמס האט געקריגן גענוג שטימען צו ווערן ערוועלט, פאר דזשעקסאן און זיינע שטיצער איז עס געווען א ביטערע פיל אראפצושלינגען, שפעטער אין זיין טערמין האט עדעמס געשטעלט קלעי טרו צו זיין סעקרעטערי אף סטעיט וואס דאס האט ווי פארשטענדליך אויפגעברענגט בייז בלוט ביי די דזשעקסאן שטיצער און זיי האבן באשולדיגט עדעמס אין זיין א קאראפטירטער פאליטישן, אלץ פראטעסט האט ענדרו דזשעקסאן רעזיגנירט פונעם סענאט

דורכאויס זיין טערמין האבן אים די דזשעקסאן שטיצער צוגעטיילט ציפקע צרות אינטערשטעלנדיג פיסלעך צו אלעס וואס ער האט געוואלט אויפטון, לכבוד דעם האט ער נישט געקענט אויפטוהן קיין סאך

אין 1828 האט עדעמס שטארק פארלוירן די וואלן צו ענדרו דזשעקסאן, צוויי יאר שפעטער האט ער געווינען א קאנגרעס זיץ ווי ער האט שטארק געפייט פאר פרידאם אף ספיטש ווי אויך אקעגן קנעכטשאפט

האלטנדיג אינמיטן געבן א רעדע אין קאנגרעס קעגן קנעכט'שאפט איז ער דורכגעגאנגען צוויי שווערע סטראוקס, צוויי טעג שפעטער אום Feb 23 1848 איז ער געשטארבן אין עלטער פון 80 יאר

אין 2008 האט א שטודיע געוויזן אז קווינסי עדעמס איז געווען דער געזונט'סטע פרעזידענט אין אמעריקאנע היסטאריע, ער פלעגט יעדן טאג גיין מער ווי דריי מייל און שווימען אין א טייך
לעצט פארראכטן דורך בעסער אזוי אום דאנערשטאג מארטש 18, 2021 5:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

הו, הא... אז ס'רעגנט גיסט!

איין תיקון טעות,

בעסער אזוי האט געשריבן:אין 1809 האט אים דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט דזשאן עדעמס דשעימס מעדיסאן צוריק אריינגעברענגט אין די דיפלאמאטישע וועלט שטעלנדיג אים צו זיין אמבאסאדאר צו רוסלאנד
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

הגות תבונות האט געשריבן:הו, הא... אז ס'רעגנט גיסט!

איין תיקון טעות,

בעסער אזוי האט געשריבן:אין 1809 האט אים דער דעמאלטסדיגער פרעזידענט דזשאן עדעמס דשעימס מעדיסאן צוריק אריינגעברענגט אין די דיפלאמאטישע וועלט שטעלנדיג אים צו זיין אמבאסאדאר צו רוסלאנד

א דאנק, שוין פאראכטן
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פיינע נייעס, זייער אינטערעסאנט, קורץ און שארף מיט אסאך אינפראמאציע
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

יש לו מנה האט געשריבן:פיינע נייעס, זייער אינטערעסאנט, קורץ און שארף מיט אסאך אינפראמאציע
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: דאס לעבן און שאפן פון אמעריקאנע פרעזידענטן - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

מען קען עס שוין, לענ"ד, אריינלייגן אין דשורנאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”