זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

האבעך געהאט די זכיה צי לערנען אפאר יאר אין די בארימטע נייטרא ישיבה אין טשעסטער, האבעך אין מיינד א גאנצע פאק
זכרונות פין מיינע יארן דארט, דארף מען נאר נעמען די צייט אראפ צי שרייבן,

וואלט געווען אינטערעסאנט צי ס'דרייען זיך תלמידים פין נייטרא, אין וואס זיי האבן צי דערציילן פין זייערע יארן,
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

איינער?

מאנסי

מאנדרא

ביז מען איז אנגעקומען קיין טשעסטער אין די טרעילערס.
די יונגערע וועלען שוין קענען די נייע בילדינג

עפעס פין די ראש ישיבה?
איך געדענק ווען איך בין מיר געגאנגען פארהערן בין איך געווען זיכער אז ער איז די סעקרעטאר אין אפיס מיט די געלע טלית קטן ציפלויגען מיט א קאפי אין די האנט אין ציגערעטל אין מויל!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

קולי שמע האט געשריבן:האבעך געהאט די זכיה צי לערנען אפאר יאר אין די בארימטע נייטרא ישיבה אין טשעסטער, האבעך אין מיינד א גאנצע פאק
זכרונות פין מיינע יארן דארט, דארף מען נאר נעמען די צייט אראפ צי שרייבן,

וואלט געווען אינטערעסאנט צי ס'דרייען זיך תלמידים פין נייטרא, אין וואס זיי האבן צי דערציילן פין זייערע יארן,

ביסט העפליך מכובד צו אנהייבן, כ'גלייב די ציבור וועט שוין אריין קומען, פון דארט איז דא אסאך אסאך זכרונות, וועקן שבת צופרי זיבן דרייסיג, אקעי דאס איז גארנישט, די קוגל צען דרייסיג צופרי...
ר' מנשה'ס סובסיטוטען ווען ר' שלמה משה האט געפעלט,
די זיסע קללות פון מרן הר''י שליט''א ביים חומש און ווען אימער,
די זיסע ווערטעלעך ווי א קו געבוירט קעלבעלעך, הימל עפן דיך וכו'
ווער רעדט נאך פון די פליקעס מיט די פינגער, אגב א חבר האט שפאצירט לעצטנס אין ווילימסבורג, אינמיטן הערט ער דעם באקאנטן פליק, ער דרייצעך אויס און ער זעט מרן הר''י פון חיים'ס קאר ארויס מיטן ציגרעטל, לאכט צו עם, כ'האב נאר געוואלט זען, צו נאך אזויפיל יארן דערשרעקסטעך נאך פונעם פליק,
און יעצט ביסטו מכובד צום מייק און הויב אן,
איין מינוט, נאך איין זאך, האסט שוין געזאגט מנחה שייגעץ?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

איך האב געלערענט דארט פון תשעא-עד
שיעור א'
אנגעהובען מיט ר דוד ארי מייער מיט פארלערנען אויף ×2 ספיד
ר אברהם אהרן הארענשטיין פלעגט זיך שלעפען מיט די באס פון ווילימסבורג
ר אברהם לעפקאוויטש מיט די קול וואס שנייט דורך אלע טרעילערס
ר שלמה משה קופטשיק מיט די בייסיגע ווערטלעך
שיעור ב
ר יחיא-ל אהרן זילביגער
ר קאהן פון קרית יואל
שיעור ג
די ראש ישיבה ר מיכאל בער
די עיקר וואס איז געבליבען ביי מיר איז
די תורת פון ראש ישיבה פרייטיג צונאכט ביי די סעודה

"לערנען אין דאווענען אין נתקרב ווערען צום רבש"ע"
לך לך
אני הוא בעל הבירה
אוכלים שותים ופחזים
חי שרה
בריסקע באר מים חיים זקן ביתו המושל בכל אשר לו מיט די הוספה פון ר מרדכי בעק
ויצא
אז תלך לבטח דרכך
וישלח
מיד אחי מיד עשיו שטארקע בית הלוי
ויגש
אבא כהן ברדלי אוי לנו מיום הדין או לנו מיום התוכחה

אויך מס יבמות תשע"ד ווי די ראש ישיבה האט געקאכט מיט ר חיים בריסקער'ס אשת אח דממילא מיט ר מרדכי בעק'ס הערות המשך יבוא
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

ס'פלעגט זיך ארום דרייען שמועות אז ר' אברמי שלאפט איין פון טעלעפאן ראדיאציע, כ'געדענק וויאזוי כ'בין אמאל געזעצן נעבן אים מיט א אפענע טעלעפאן ווען ער האט איינגעדרימלט, מיינע קישקעס האבן זיך געדרייט אז נעקסט גייט ער צום ר''י אז איך האב א פאון און איך העל פארשאלטן ווערן פון ביידע וועלטן, כ'האב עס שנעל אויס געלאשן, און ער האט זיך תיכף ערוועקט, עד היום בין איך נישט זיכער אויב די קאנספיראציע איז געווען אמת, אבער וואס איז זיכער איז אז ער איז א געלונגענע שפיאן- אייביג געווען!
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

און אז די רעדסט פון די ר''י דרשות, דריי יאר בין איך געזיצן ביים חומש, די ריעפיעטן די סדרות אזוי פונקטלעך יעדעס יאר איז געווען א חוש וואס כ'ווייס נישט צו ס'איז דא נאך איין ראש ישיבה וואס קען אזוי.... יעדע יאר מיט די זעלבע לשונות, לדוגמא די מעשה מיט ר' משה גרין מיט די סקווירא שטיבל נאכן סטראוק,
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

פין די מערסטע זכרונות אין ביהמ"ד איז מיר געבליבן פין די שפאלט ביי די טרעילערס אין די ליינס צי די בתי כבוד, ביידע פאר די זעלבע סיבה..
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

איך געדענק די פרייטיג אינדערפרי וואס די טראקטאר האט געמאכט די ערשטע לאך פאר די נייע בנין
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

Clm האט געשריבן:איך געדענק די פרייטיג אינדערפרי וואס די טראקטאר האט געמאכט די ערשטע לאך פאר די נייע בנין

אז די דערמאנסט די נייע ביהמ"ד קעניך נישט פארגעסן פין די הנחת אבן הפינה ווי די ר"י שליט"א האט געהאלטן א דרשה אין דערנאך האט מען יעדן אריינגעטריבן צים לערנען...
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

ס"ה ביז ס"ח
געווען היבש אנדערש פון היינט
האב איך דא באקאנטע ?
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

ווער דענגט ווען דיטעקטיווס זענען געקומען ארעסטירן איינעם וואס האט געבּאבּערט מיט די טרעקטער קעגן איבער די גאס ווי מהאט געבויט אויפן בּארג..
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װער געדענקט די דרשה פונעם ר״י איבער די נושא פון אנפירקלען די װענט פון די בתי כסא אין די טרעילערס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

א.ב.ג האט געשריבן:ווער דענגט ווען דיטעקטיווס זענען געקומען ארעסטירן איינעם וואס האט געבּאבּערט מיט די טרעקטער קעגן איבער די גאס ווי מהאט געבויט אויפן בּארג..

פאליצײ האבן ארעסטירט עטליכע בוחרים שבת נאכמיטאג (די ערשטע אדער צװײטע יאר אין טשעסטער) פארן אריבערלױפען די 17
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

א.ב.ג האט געשריבן:ווער דענגט ווען דיטעקטיווס זענען געקומען ארעסטירן איינעם וואס האט געבּאבּערט מיט די טרעקטער קעגן איבער די גאס ווי מהאט געבויט אויפן בּארג..

פּאַסירט ס״ט צי ע״ ערגעץ אין יענע יאָרן..
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

א.ב.ג האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:ווער דענגט ווען דיטעקטיווס זענען געקומען ארעסטירן איינעם וואס האט געבּאבּערט מיט די טרעקטער קעגן איבער די גאס ווי מהאט געבויט אויפן בּארג..

פּאַסירט ס״ח ס״ט צי ע״ ערגעץ אין יענע יאָרן..

זיי זענען דעמעלס ארומגעגאנגען אויבן בּארג אינדרויסן פון סמעדרעש מיט א חאלאט קנעפּל וואס זיי האבן געפינען אויפן ארט, אינטערזיכענדיג יעדעמס רעקל צי עס פעלט איינעם אזא קנעפעל וואס מעטשט..
חכם די! יעדער טראגט דא די זעלבע זאך כמעט.. (האלב פון וואס פעלן קנעפּלעך..)
עניוועי צום סוף האט מען טאקע אריינגעזעצט איינעם א קרבן נעבעך..
דער עכטער פארברעכער האט זיך בּאהאלטן אינטן אין דארמיטארי אין א קלאזעט אין זיך בכלל נישט געפינען דארט אויבן ארום זיי..
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

קולי שמע האט געשריבן:האבעך געהאט די זכיה צי לערנען אפאר יאר אין די בארימטע נייטרא ישיבה אין טשעסטער, האבעך אין מיינד א גאנצע פאק
זכרונות פין מיינע יארן דארט, דארף מען נאר נעמען די צייט אראפ צי שרייבן,

וואלט געווען אינטערעסאנט צי ס'דרייען זיך תלמידים פין נייטרא, אין וואס זיי האבן צי דערציילן פין זייערע יארן,

פאנג אן צו פאקן
העמיר פרובירן צו גיין ווייטער
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

א.ב.ג האט געשריבן:ווער דענגט ווען דיטעקטיווס זענען געקומען ארעסטירן איינעם וואס האט געבּאבּערט מיט די טרעקטער קעגן איבער די גאס ווי מהאט געבויט אויפן בּארג..

אוודאי גדענק מיר, געווען תשס"ט, זיי האבן דורך געקיקט די כאלאטן פאר פעלענדע קנעפלעך.. די שרעק וואס איז באפאלן דער עולם ווען מ'האט געקייטלטע דעם בוחר,

אגב ער איז געווען נישט געווען שילדיג, דער אמת' ער פעלענדע קנעפל שילדיגער האט אגעפיצט באצייטנס נאך פאר די דרשה,

די ר"י האט שפעטער בא'קאנסעט די שילדיגע מיט די סכום וואס די ישיבה האט געדארפט באצאלן פאר די שאדן,
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

abeg האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:ווער דענגט ווען דיטעקטיווס זענען געקומען ארעסטירן איינעם וואס האט געבּאבּערט מיט די טרעקטער קעגן איבער די גאס ווי מהאט געבויט אויפן בּארג..

פאליצײ האבן ארעסטירט עטליכע בוחרים שבת נאכמיטאג (די ערשטע אדער צװײטע יאר אין טשעסטער) פארן אריבערלױפען די 17

איך מיין סאיז געווען די 17M, אין זיי האבן געהאט א פארצויגענע קאורט קעיס
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

קולי שמע האט געשריבן:

נײן ס׳געװען די געהעריגע 17
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

צום פוינט האט געשריבן:
קולי שמע האט געשריבן:האבעך געהאט די זכיה צי לערנען אפאר יאר אין די בארימטע נייטרא ישיבה אין טשעסטער, האבעך אין מיינד א גאנצע פאק
זכרונות פין מיינע יארן דארט, דארף מען נאר נעמען די צייט אראפ צי שרייבן,

וואלט געווען אינטערעסאנט צי ס'דרייען זיך תלמידים פין נייטרא, אין וואס זיי האבן צי דערציילן פין זייערע יארן,

פאנג אן צו פאקן
העמיר פרובירן צו גיין ווייטער

די בלעקאוט וואס האט פאסירט נאך וואס די שלאנג איז אריין אין די טראנספארמער, מאיז געגאנגען לערנען אין א ביהמ"ד אין קרית יואל, אין אנגעפירקלט די בתי כבוד מיט חתן #1...

די קיען וואס פלעגן זיך באזעצן יעדן זומער, אין די הונט וואס מ'פלעגט אויפרייצן אויף גוספאנד ראוד,

די טיפזיניגע שיעורים פין הר"ר זילביגער... די דערלייכטרונג וואס מ' פלעגט שפירן יעדן דאנערשטיג ווען מהאט געזען ווי מ'הייבט אן אויסדרייען די עמוד אז ר' מנשה גייט רעדן,

ר' שלמה משה'ס 2 בעדרום אפארטמענט געשרייען.. אין די אומלעגאלע'ס ארדער'ס וואס ער פלעגט פארכאפן, והעיקר, ר' שמחה שאומעל'ס פעפער באמבעס קען מיר נאך היינט מאכן ברעכן.. די נעכטיגע טונא אין סאגי וועדשטובעלס, וואס מ'פלעגט שטענדיג עסן, אין די גרינע אייער שפייז-קיגל וואס מ'פלעגט זוכה זיין צי האבן אין א פאסט טאג.. מיט די פארברענטע געפילטע וואס מ'האט געהאט שבת, מיט די באליבטע מאטאבחא, וואס איך קען נאך היינט נישט כאפן די גיטסקייט דערפין,

שבת פלעגט זיין אז א היימישע מאכל פין די בחורים וואס איז באשטאנען פין הערינג מיט קיגל אויסגעמישט... ווינדערט מיר נאר פארוואס קיינער האט עס נאך נישט געמאכט פאר אן אפיציעלע מאכל, קען זיין דאס איז טאקע אן עקסקלוסיוו בחורים עסן... נאכן קידוש פלעגט זיין די סדר הלימוד פאר די קלענערע העלפט אין א סדר השפאצירן פאר די גרעסערע העלפט ישיבה.... ביזן אפיציעלן תחום ישיבה וואס האט געהייסן די רויט לייט... אין ווער גדענקט ווען מ'האט געפאקט שלמה משה ארויסקומען פין די בעק אפיס פין סי ווי עס ווי ער פלעגט דורך קיקן די קעמרעס פאר פארלעצער,

המשך יבאו,
לעצט פארראכטן דורך קולי שמע אום דאנערשטאג אפריל 28, 2022 12:51 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װער געדענקט דער גױ שיע שװארץ?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

געדענק איך ווען מען האט איינגעפירט די טאנצען ווען א חתן קימט צירוק משום מעשה שהיה ווען י. מענדעלאוויטש איז א חתן געווארען. נישט מער געדאכט ווי אזוי ר' שלמה משה האט זיך אויסגעדריגט.. א משל צי די שעם דיר אין פנים אריין זאוואראכע ודי
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

איינער דא וואוינט אין וויליאמסבורג, און דאווענט אין אונזער בית מדרש? וואס איז די מעמד וואס איז געפלאנט פאר מארגן?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

אחר חצות האט געשריבן:איינער דא וואוינט אין וויליאמסבורג, און דאווענט אין אונזער בית מדרש? וואס איז די מעמד וואס איז געפלאנט פאר מארגן?

ווי איז דא א שיל אין וויליאמסבורג?
נייע זאך?
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: זכרונות פון ישיבת תורת חמ"ד נייטרא - טשעסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

אחר חצות האט געשריבן:איינער דא וואוינט אין וויליאמסבורג, און דאווענט אין אונזער בית מדרש? וואס איז די מעמד וואס איז געפלאנט פאר מארגן?

די רב האט פאריפן א מעמד קביעת עתים לתורה, ווי מ'גייט זיך מחזק זיין מיט קובע זיין צי האבן א שיעור,
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”