זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'קען זיין »

העעע. גיימער גוואר ווערען אז אלע שרייבערס פון ivelt זענען ליזענסק'ע פירות ?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ש'ט אלע קוק אין אנדערע ישיבה אשכולות העסטע טרעפן גענוג און נאך
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן
אטעטשמענטס
5c2b462bb5c23_1546339883_news_images_gallery.jpg
5c2b462bb5c23_1546339883_news_images_gallery.jpg (112.37 KiB) געזען 1224 מאל
5c2b462c315dc_1546339884_news_images_gallery.jpg
5c2b462c315dc_1546339884_news_images_gallery.jpg (145.25 KiB) געזען 1224 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מיין סענסע קליפ ליגט נאך ביי .... אין הענט..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

חנוך האט געשריבן:איינער געדענקט די באהאלטענע אומלעגאלע ברסלבע חבורה אין בעיסמענט?

ווען די הנהלה האט אויסגעפינען וועגן דעם סקאנדל איז געווען צרות, מען האט עטליכע בחורים פארטריבן אין גלות אריין, עס האט נישט געהאלפן קיין צען קאפיטלעך.

לענ"ד איז עס אפי' נישט געווען קיין ברעסלעווע חבורה, זיי האבען נישט געוויסט בחייכון וביומיכן, די עיקר עולה איז געווען אז עס איז געווען א חבורה און די בעסמענט, ברעסלעוו האט נישט מעלה און נישט מוריד געווען.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן

אין ליזענסק איז דא קברים, איך האב געוויסט אז מען האט אלעס חרוב געמאכט ביים קריג
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Haklal האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן

אין ליזענסק איז דא קברים, איך האב געוויסט אז מען האט אלעס חרוב געמאכט ביים קריג

גערעכט, ס'איז זיכער נישט ליזענסק.
כ'דארף מיר דערמאנען וועלעכע בית החיים דאס איז
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
עכט איך
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 9:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט איך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן

אין ליזענסק איז דא קברים, איך האב געוויסט אז מען האט אלעס חרוב געמאכט ביים קריג

גערעכט, ס'איז זיכער נישט ליזענסק.
כ'דארף מיר דערמאנען וועלעכע בית החיים דאס איז

אפשר ראדאמסק?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

באקומען פון ידידי הרה"ח .... שליט"א באישי ותשוחח"ל:


"היות איך האב א מנהג נישט צו שרייבן ברבים, קענסטו אריינשטעלן מיינע עטליכע שורות:
מיינע זיסע זכרונות שווימען מיר ארויף ביים זען דעם אשכול. צו קענען אין קורצן אראפגעבן דעם געדאנק פונעם ישיבה איז בכלל נישט לייכט, אבער מיינע פאר צענט וועל איך אריינווארפן.

פון די הויפט מעלות פונעם ישיבה, איז דאס חסידי'שער אווירה וואס הערשט אינעם ישיבה. ס'איז פאראן ווייניג ישיבות כהיום וואס שטעלן פאר אויף אזא נוסחא און שטייגער. ס'איז דארט פאראן א שיינער פראצענט רבי'שע קינדער, און אסאך חסידי'שע בחורים פון אלע סארטן, וואס כאטש רוב איז סאטמאר געשטימט, איז דארט פאראן א גרויסער פראצענט בחורים פון טאהש, וועלכע קאכן זיך אין קאמארנע/זידיטשוב, היבש וויזניצער בחורים, געוואנדן לפי התקופה, און אסאך אלגעמיינע חסידי'שע בחורים פון מאנסי וועלכע מ'קען נישטאמאל לאקעטען וואו זיי באלאנגען ווייל זיי זעלבסט האבן אויכנישט קיין מושג. אין צוגאב צו אסאך אויסלענדישע בחורים פון אסאך מקומות, ווי ענגלאנד, אנטווערפן, מאנטריאל, און אפי' בראזיל כו', וואס געבט דאס א קאלירפולן געשטעל, הצד השוה רובם ככולם עכט חסידי'שע בחורים מיט'ן פארצייטישן חן. ס'איז היינט דא ווייניג ישיבות וואס מ'קען מגדיר זיין אז ס'האט די ארגינעלקייט און פארצייטישקייט.

(דאס איז אין צוגאב וואס דער ישיבה איז דוקא געשטעלט אויף א שטארקע לומד'ישע געשטעל, מיט שטארקע מגידי שיעור, ווי הגאון רבי שמעי' סאלאמאן שליט"א בוגר ישיבת סלבודקא ולעיקוואד כו'.)

וואס ס'איז מיר דאס מערסטע פארבליבן אין די ביינער פון די זמנים אין ישיבה, איז דער 'מצב' און 'אווירה' פון יעדן יום טוב אדער יומא דפגרא. איך רעד נישט דוקא פון די שבתים מיט המשפיע רבי פנחס ווידער שליט"א, אדער מיט'ן רבי'ן, ווען דער גאנצער שבת איז באגלייט מיט א טענצל אדער א ניגון אינמיטן הויעך שמו"ע כמנהג ווייסעך ווער, און די פארשידענע באטעס יעדן ליל שב"ק, יעדער חבורה מיט א צווייטער שניט און געשמאק.

אנגעהויבן פון חנוכה, ווען די גאנצע ישיבה האט געצינדען אינעאיינעם אינעם גרויסן לאנטש רום, און די ארומיגע צימערן. שוין פון אינמיטן טאג האט מען זיך געכאפט חזקות ביי אלע שוועלן פון די טירן, און זיך ארויפגעשריבן א צייכן אז ס'איז תפוס. ביים זמן הדלקה האט מען פארקויפט די זכות ההדלקה, און דער באטרעפנדער איז באהאגלט געווארן מיט האנטוכער, און צומאל אפי' שאכטלען, וואס אין איין פאל איז די מנורה גאר אומגאפאלן און זיך צעבראכן... דערנאך האט די גאנצע ישיבה אינאיינעם געצינדען און דאן האט מען געזינגען אינאיינעם די זמירות חנוכה מיט א התלהבות, אלע סארטן ניגונים און זמירות, סקולען, חב"ד כו'. דא און דארט מאכט זיך פריוואטע חבורה'לעך וועלכע זינגען בצוותא חדא ביי די טירן צו די גאס, ווען פונדרויסן זעט מען די ווייסע שניי וואס באדעקט דעם גרויסן שטח הישיבה. איי, ליכטיגע זמנים..

און הערשט דערנאך איז געקומען די שפיץ, נעמליך דאס ארומלויפן צו די טישן און ליכט צינדען פון די מאנסי רביים. ווי נאר מ'האט פארענדיגט מיט די צינדען אין ישיבה, האבן זיך גענומען אריינשווימען פארנט פונעם ישיבה 'לא פאמיליע' טעקסיס, און דער עולם האט זיך אריינגעזעקלט אחת לאחת, יעדער מיט זיינע חברים. איין גרופע פארט קיין שיכון סקווירא, א צווייטער קיין וויזניץ, א אנדערע וועלכע גלייכן מער דיפרענד, גייען קיין ניקלשבורג, און א פרייליכע חבורה צום אלטער צדיק רבי מיכל'ע נתני' זצ"ל.. דא און דארט איז דא אזעלכע וועלכע שלייכן זיך אריין אין שטוב פון הצדיק רבי מרדכי שטיינער שליט"א, און האלטן מיט דעם מחזה הוד פונעם פארצייטישן צדיק אמת. (די גרעסטע געשמאק איז געווען ווען ס'איז נישט געווען 'ערלויבט' מטעם הישיבה, וואס כמובן האט דאס געהאט א באזונדערע טעם און געשמאק, מים גנובים ימתקו).
המשך יבוא.."
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Haklal האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן

אין ליזענסק איז דא קברים, איך האב געוויסט אז מען האט אלעס חרוב געמאכט ביים קריג

דאס איז טאקע אין אלטונה בית החיים (המבורג, דייטשלאנד) אדר שנת תשס"ז

http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=14006
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שיר דברי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיר דברי »

וועלעכע יאהר איז די ישיבה נתייסד געווארען ?
שיר דברי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיר דברי »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ס'איז היינט דא ווייניג ישיבות וואס מ'קען מגדיר זיין אז ס'האט די ארגינעלקייט און פארצייטישקייט.

.."

ישיבת תורת משה מאנטריאל איז גאנץ ענדליך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א גרויסע חילוק איז אבער אז תורת משה באשטייט די ווארימקייט בעיקר פון זיך קאכן אין 'סאטמארע' ספרים, ענינים און יסודות. ווידער אין נוע"א איז עס מער ברייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

א מופת פונעם מנהל ר' משה ברוך, וועל דערמאנען ברמז:
דער מנהל שליט"א האט אויסגערופן ברבים אז "........ וויל נישט זיין קיין פורים רב, ער וויל זיין אן עכטע...... והך כוה.
ודי בזה
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

די געפלאכטענע הבדלה האלטערס פון ר' י.ל. געדענקט איינער?
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

פעיק ניוז האט געשריבן:א גרויסע חילוק איז אבער אז תורת משה באשטייט די ווארימקייט בעיקר פון זיך קאכן אין 'סאטמארע' ספרים, ענינים און יסודות. ווידער אין נוע"א איז עס מער ברייט.


איך ווייס נישט צו עס איז מער ברייט, קענסט זאגן אז עס איז מער צומישט. נועם אלימלך האט נישט קיין ראש ישיבה וואס שטעלט אוועק א טאן פאר די בחורים, יעדער בחור פליט דארט מיט זיין אייגענע עראפלאן, אנדערש איז מאנטריאל ווי עס איז דא א ראש ישיבה וואס איז משפיע און שטעלט אוועק יסודות, אוודאי זענען זיינע יסודות נוסח סאטמאר, ער איז דאך א סאטמארע תלמיד בכל הפירושים, אבער די מעלה איז טאקע דאס אז עס איז דא א ראש ישיבה וואס איז משפיע אוצרות פאר די תלמידים און קלארט אויס א דרך פאר זיי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

יאפ, האמיר פארברענגט דארט גאנצע פיר א האלב יאר ב״ה...

פעיק ניוז האט געשריבן: וואס זאל איך שרייבן?..

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:יד אחת

װער געדענקט טאקע מאנועל׳ס הענגען עפאכע?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:יאפ, האמיר פארברענגט דארט גאנצע פיר א האלב יאר ב״ה...

פעיק ניוז האט געשריבן: וואס זאל איך שרייבן?..

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:יד אחת

װער געדענקט טאקע מאנועל׳ס הענגען עפאכע?

יא יא, איך געדענק ווען י.ה. האט איהם געטראפן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

רבי טראק דרייווער, די לעוועל פון משפיעים אין נועם אלימלך איז עפעס מוראדיג. אנגעהויבן פון ר׳ בערל שפיץ אין שיעור א, ר׳ ברוך ראזנפעלד, ר׳ חיים יואל ראזנבערג, ר׳ ישראל סענדראוויטש, ר׳ שמעי׳ סאלאמאן, ר׳ ... ברוינפעלד, ר׳ שמואל פאזן, ר׳ אלימלך ראזנבערגער, ר׳ ... בריעף, ר׳ יהושע העשיל הערשבערג און נאך וואס כ׳האב מסתמא אויסגעלאזט אלע קאנאנען איינס גרעסער פון צווייטן ... איך גלייב ס׳איז נישטא זיינס גלייכן אזא צאמשטעל פון לייבן סיי ווי ... 

דו זאגסט טאקע גוט אז תורת משה איז א גאר ווארעמע פלאץ מיט א ראש ישיבה וואס פירט דעם ישיבה פינקטליך לויט זיינע שטריכן, לא כן נוע"א איז דא פון ר' בערל ביז ר' יושע העשיל הערשבערג און הרב בריעף, וואס יעדער קען זיך מדבק זיין צי זיין תכונת הנפש...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פשוט אזוי. עס איז פיל א גרעסערע מעלה ווען מען האט א ברייטע ווערייעטי פון משפיעים פון כל מיני סוגים, ווי האבן איין אולטימעט טאן שטעלער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דביקות
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:51 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דביקות »

געווען גיטע יארן איינס פון די חדושים דארט א אכציג יעריגע מנהל אבער דער עולם האט פון אים מורא אימת מוות ממש אז ער פלעגט אריינרופן א בחור צו זיך אין צימער האט אים געווארפן הענט אין פיס פין פחד
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

איי געווען צייטן ווען דער משגיח לרפו"ש (בד"א א גרויסער ת"ח, וואס מען פלעגט נישט רעדן דערפון) פלעגט ארום גיין דרייענדיג מיטן קייטל פונעם זייגער, נו נו נו..., זאג די וואקסט אויף צוריק?!
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבי טראק דרייווער, די לעוועל פון משפיעים אין נועם אלימלך איז עפעס מוראדיג. אנגעהויבן פון ר׳ בערל שפיץ אין שיעור א, ר׳ ברוך ראזנפעלד, ר׳ חיים יואל ראזנבערג, ר׳ ישראל סענדראוויטש, ר׳ שמעי׳ סאלאמאן, ר׳ ... ברוינפעלד, ר׳ שמואל פאזן, ר׳ אלימלך ראזנבערגער, ר׳ ... בריעף, ר׳ יהושע העשיל הערשבערג און נאך וואס כ׳האב מסתמא אויסגעלאזט..

הרב ? פעלדמאן ב''ר בן ציון
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:די געפלאכטענע הבדלה האלטערס פון ר' י.ל. געדענקט איינער?

מיט די געפלאכטענע הוט?
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”