אביסל טיפער האט געשריבן:קוועלער ווייסן צו פארציילן אויף אן אייגענע אפמאך צווישן דייטשלאנד און ענגלאנד אויף גרויס פון זייערע מיליטערן, וואס לויט די קוועלער די דייטשע מיליטער זיך מעגן אויסברייטערן מער פון וואס איז באשטימט געווארן און די ווערסיי טריטי, עס איז נישט באקאנט אויב זיי ארבעטן אויף די גאנצע מיליטער-ארמיי נעיווי און עיר פארס- אדער נאר איין אפטיילונג
יוני 18 1935היינט איז געווארן אינטערגעשריבן די אפמאך צווישן ענגלאנד און דייטשלאנד, באקומענדיג די נאמען "ענגלא-דייטשע ים אפמאך"
די נייע פאקט איז אויף די נעיווי, באשטימענדיג די דייטשע נעיווי זאל זיין 35% פון די ענגלישע נעיווי,
נאך די גרויסע קריג האבן די לענדער איינגעשטימט אויף די ווערסיי טריטי און 1919 און איינע פון די סעיפים איז צו צוימן שטארק די דייטשע ארמיי צווישן זיי די נעיווי וואס איז נאר ערלויבט צו האבן 6 קריגס שיפן, 6 לייכטע קרוזערס, צוועלף דעסטרויערס, און צוועלף טארפידאו שיפן, און די אלע שיפן אויף א זייער באגרעניצטע פארנעם,
די דייטשןנזענען אוודא קיינמאל געווען צופריעדן פון די סעיף, און אלס פארלענג גלייכבארעכטיגונג אויף באוואפענונג, פארלאנגעדיג, אדער זאלן אלע לענדער רעדוצירן זייער מיליטערן צו די זעלבע שטאפל, אדער זאל דייטשלאנד זיך מעגן באוואפענען אויף א גרעסערע פארנעם,
און 1932 איז פארגעקומען א קאנפערענץ מיטן ציהל אז לענדער זאלן רעדוצירן זייער מיליטערן, און דארט האט דייטשלאנד פארלאנגט גלייכבארעכטינגונג און באוואפענען, פראנקרייך האט פארלאנגט אנציהאלטן די ווערסיי טריטי, די עגלענדער האבן געטרייט צו זיי די פארמיטלער, אבער א חלק פון זייערע פשרות איז אפגעווארפן געווארן סיי דורך פראנקרייך און דייטשלאנד,
און סעפטעמבער 1932 האט די דייטשע דעלעגאציע ארויסשפאצירט פון די קאנפרענץ טענה'דיג אז מען וועט במילא נישט דערגרייכן קיין גלייכבארעכטינגונג,
און די זעלבע צייט האט די נאצישע געווינסן און די פארלאמענט אלאמירט ענגלאנד, האלטנדיג חוץ אויב די דעמאלטדיגע רעזשים וועט דערגרייכן א שטארקע אפמאך, וועט היטלער קומען צו די מאכט, און כדי צוריקצישלעפן דייטשלאנד צום קאנפרענץ,
האבן די דעלעגאציעס - נאך שטארקע דריק פון ענגלאנד - געשטימט אויף א רעזילוציע פון די "טעארישע גלייכקייט פון רעכט, און א סיסטעם וואס וואלט צוגעשטעלט זיכערהייט פאר אלע פעלקער". דייטשלאנד האט מסכים געווען צוריקציקומען צום קאנפרענץ און עס איז געווארן באשטעטיגט אז דייטשלאנד וועט מעגן אויסברייטערען זייער מיליטער, אבער עס איז נישט באשטימט געווארן פונקטליך וויפיל,
ווען היטלער איז דעקומען צי די מאכט האט ער איבערגענומען די פארהאנדלונגן, און אנגענימען א סטראטעגיע פון פארשלאגן אזאלכע פארשלאגן וואס פראנקרייך וועט זיכער אפווארפן, און אזוי. וועלן זיי זיך קענען ארויסציען און זיך פארברייטערן די מיליטער אן קיין אפמאך,
פראנקרייך איז אלאמירט געווארן פון דייטשלאנדס נאצינאליסטישע נויגונגן, און געלייגט די ווייניגסטע מעגליך טייטש און די ווערטער "טעארישע גלייכקייט פון רעכט", וואס האט אריינגעשפילט און דייטשלאנדס הענד, און אקטאבער 1933 האבן די דייטשן ווידער ארויסשפאצירט, זאגענדיג, אדער זאל אלע לענדער זיך אנטוואפענען צו די ווערסיי שטאפל, אדער לאזן דייטשלאנד זיך צו באוואפענען מער ווי די ווערסיי שטאפל,
ענגלאנד האט געלייגט די שולד אויף פראנקרייך, און נאכאנאנד פראבירט צוריקציברענגן דייטשלאנד צום קאנפרענץ, אבער דייטשלאנד האט נאכאנאנד סאבאטאזשירט די קאנפרענץ, מיט פארשלאגן וואס האבן געצילט צופריעדן צושטעלן ענגלאנד אבער נישט געווען אקצעפטירט ביי פראנקרייך, און די ענדע האט די פראנצויזישער אויסערן מיניסטער "לואיס בארטהאו" געשריבן און א נאטיץ, אז דייטשלאנדס פארשלאג איז נישט אקצעפטירבאר, און פראנקרייך ענדיגט זייער באטייליגונג און די קאנפרענץ, שרייבענדיג "פראנקרייך וועט קוקען אויף איהר זיכערהייט און יעדע וועג וואס איז וויכטיג"
נאכדעם האט היטלער געשיקט א פארשלאג דירעקט קיין ענגלאנד אויף א אפמאך, דאס די דייטשע נעיווי וועט זיין 35% פון די ענגלישע נעיווי,
און נאך לענגערע פארהאנדלונגן און זיצונגן איז די אפמאך אינטעגעשריבען געווארן און לאנדאן דעם היינטיגע טאג,