די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

און אנדערע נייעס פון היטלערס פרואוון צו איבערנעמען גענצליך הערשאפט איבער גאנץ דייטשלאנד, ווערט באריכטעט אז יעצט נאכן צוזאמשטעלן די צוויי פאזיציעס פון קאנצלער און פרעזידענט אלס איינס, האט דער קריגס מיניסטער געטוישט די שבועה וואס סאלדאטן געבן פארן אריינגיין און מיליטער, פון א שבועה צו זיין געטריי פארן לאנד, צו א פערזענליכע שבועה צו זיין געטריי פאר היטלער, און איהם פאלגן אפילו עס איז קעגן די דייטשע קאנסטיטוציע,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אגוסט 5 1934, די כיניזער רעגירונג בראשות טשענג קעי-שעק (Chiang Kai-Shek), זאגט אז זיי האבן אונטערדריקט א קאמיונסטעשער אויפשטאנד אין די שטאט פאאטשא (Foochow) וועלעכע געפינט זיך אין די פויקען (Fukien) פראווינץ, ענגלאנד, אמעריקע און יאפאן, האבן אהינגעשיקט קריגסשיפן אין פאל עפעס ברעכט אויס דארט, ווי אויך אהיימצוטראגען זייערע לאנדסלייט, וויבאלד די מצב איז זייער נישט פארזיכערט דארט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:און אנדערע נייעס פון היטלערס פרואוון צו איבערנעמען גענצליך הערשאפט איבער גאנץ דייטשלאנד, ווערט באריכטעט אז יעצט נאכן צוזאמשטעלן די צוויי פאזיציעס פון קאנצלער און פרעזידענט אלס איינס, האט דער קריגס מיניסטער געטוישט די שבועה וואס סאלדאטן געבן פארן אריינגיין און מיליטער, פון א שבועה צו זיין געטריי פארן לאנד, צו א פערזענליכע שבועה צו זיין געטריי פאר היטלער, און איהם פאלגן אפילו עס איז קעגן די דייטשע קאנסטיטוציע,

עפעס א שמועה איז דא בנוגע א צוואה פון פרעזידענט הינדענבורג?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:

נישט געהערט,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

בבקשה האט געשריבן:אגוסט 5 1934, די כיניזער רעגירונג בראשות טשענג קעי-שעק (Chiang Kai-Shek), זאגט אז זיי האבן אונטערדריקט א קאמיונסטעשער אויפשטאנד אין די שטאט פאאטשא (Foochow) וועלעכע געפינט זיך אין די פויקען (Fukien) פראווינץ, ענגלאנד, אמעריקע און יאפאן, האבן אהינגעשיקט קריגסשיפן אין פאל עפעס ברעכט אויס דארט, ווי אויך אהיימצוטראגען זייערע לאנדסלייט, וויבאלד די מצב איז זייער נישט פארזיכערט דארט.

קומט דארטן פאר א שוין אכט יעריגע ציווילע קריג, צווישן די יעצטיגע גאווערמענט, רעכטע נאציאנאליסטן, און "קאמוניסטן" וואס ווילן איינפירן די זעלבע מין גאווארמענט וואס לענין ימ"ש האט איינגעפירט אין רוסיע.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:אגוסט 5 1934, די כיניזער רעגירונג בראשות טשענג קעי-שעק (Chiang Kai-Shek), זאגט אז זיי האבן אונטערדריקט א קאמיונסטעשער אויפשטאנד אין די שטאט פאאטשא (Foochow) וועלעכע געפינט זיך אין די פויקען (Fukien) פראווינץ, ענגלאנד, אמעריקע און יאפאן, האבן אהינגעשיקט קריגסשיפן אין פאל עפעס ברעכט אויס דארט, ווי אויך אהיימצוטראגען זייערע לאנדסלייט, וויבאלד די מצב איז זייער נישט פארזיכערט דארט.

עפעס ספעציעל יעצט?
לויט ווי איך הער גייט עס שוין אן א שיינע פאר חודשים, די נאציאליסטישע רעגירונג טרייט אונטערצודריקן די קאמוניסטן,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:

גארנישט ספיציעל, ס׳איז געווען גאנץ שטיל דארט, ספיציעל אין פאאטשאו, וואס די נאציליסטישע רעגירונג האט שוין די בעלות פאר 7 חדשים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אגוסט 7 1934 די דייטשע וויצע קאנצלער פראנז וואן פאפען האט אפגעטרויטען פון זיין אמט, און גייט ווערען די נייע דייטשע אמבאסאדער צו עסטרייך. וואן פאפען צוזאמען מיט הינדענבורג, זענען געווען די 2 העכסט ראנקיגע דייטשע רעגירונג מיטגלידער וואס זענען נישט געווען קיין נאציס, אצינד זענען זיי ביידע שוין נישט דארט, און די נאציס זענען פולקאם בעה״ב אויף די דייטשע רעגירונג, אן קיין שום הויעך ראנקיגע רעגירונג מיטגלידער וואס זאל זיך קעגנשטעלען קעגן זיי. די איינציגסטע וואס קענען זיך נאך אפשר פארמעסטען מיט זיי, זענען די מילטער פירער, אבער ווי עס שיינט זענען זיי העכסט צופרידען פון היטלער, און וועלען עם לאזן טוהן וואס ער וויל.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

דאס איז גאר אינטרעסאנטע נייעס, ויייל פאפען איז געווען און הויז ארעסט ביז יעצט, זינט די "נאכט פון דער לאנגע מעסער" היטלער איז געוועןנהזייער אויפגערעגט אויף פאפען ווען ער האט געהאלטן א שארפע רעדע אקעגן נאציזם, עס האט געדארפט צו הייסן אז היטלער קען איהם נישט הרג'נען ווייל ער איז ווייס קאנצלער, אבער יעצט נאך הינדענבורג טויט איז א סורפרייז ער האט איהם נישט געהרגט , נאר געשטעלט אלס אמבעסאדאר און עסטרייך,
אגב פאפען האלט זייער פון פאראייניגן דייטשלאנד מיט עסטרייך, און מן הסתם וועט ער אויסניצן זיי פאזיציע עס צו שטיפן פאראויס, (ער האט אסאך עקספיריענס און אינטערערדישע טאקטיקן נאך פון די גרויסע קריג ווען ער איז געווען די דייטשע אטאשע און אמעריקע)
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אקטאבער 1 1934

דעם פארגאנגענעם אויגוסט 19 איז פארגעקומען א רעפערענדום צו צוזאמשטעלן די פרעזידענט און די קאנצלער אמטן אלס איינס אינטער די נאמען "פירער און קאנצער"
די רעפערענדום איז דורך מיט א מאסיווע 89.93% אויף יא, צו א נישטיגע 10.07% ניין,
באריכטן ווייסן צו דערציילן אויף טעראר און סטראשונגן ווער עס וואגט זיך צו וואוטן ניין, א באשילדיגונגנוואס עס ווערט ארויסגעשטעלט ביי יעדע וואלן אונטער נאצי דייטשלאנד,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

און די סאארלאנד (א היסטארישע דייטשע טעריטאריע, אוועקגענימען געווארן פון דייטשלאנד נאך די גרויסע קריג) גרייט מען זיך אויף א רעפערענדום צו די טעריטאריע זאל בלייבן מיט די יעצטיגע סטאטוס - דאס הייסט אונטער די פעלקער ליגיע - אדער צוריקגיין אונטער דייטשלאנד, נאכדעם וואס די פעלקער ליגיע פלאנט פאר א אפשטימונג, און ווי עס זעהט אויס גייט עס באשטעטיגט ווערן.

אבער קודם די היסטאריע,
נאך די גרויסע קריג איז די סאארלאנד אוועקגענומען געווארן פון דייטשלאנד, און געשטעלט אונטער די אויפזיכט פון די פעלקער ליגיע, און פראנקרייך האט באקומען קאנטראל אויף די קוילן מינעס און די טעריטאריע,
אלס אן היסטאריש דייטשלאנד לאנד זענען די ארטיגע איינוואוינער דייטשן, און ווילן שוין לאנג צוריקגיין צו דייטשלאנד נאך פאר היטלער איז געקומען צו די מאכט, אבער יעצט מיט היטלער ביי די מאכט - און ער פארפאלגט די קאמוניסטן און סאציאליסטן - איז דא געוויסע וואס ווילן נישט צוריקגיין צו דייטשלאנד, אבער מען ערווארט אז אויב די רעפערענדום וועט פארקומען וועט עס באשטעטיגט ווערן,
אינטער די ווערסיי טריטי איז די אינדוסטריאלע טעריטאריע אוועקגענומען געווארן פון דייטשלאנד- לכאורה כדי דייטשלאנד זאל עס נישט ניצן זיך צו באוואפענען- אויף 15 יאהר אונטער די קאנטראל פון די פעלקער ליגיע דורך ענגלאנד און פראנקרייך, נאך 15 יאהר - ווי מיר שטייען יעצט - דארף פארקומען א רעפערענדום אויף ווייטער, און דא ווי מיר האלטן,
מיר וועלן פראבירן צי ברענגן ווי. ער אפדעיטס,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

סעפטעמבער 15 1934 דרייסיג מדינות מיט פראנקרייך אין שפיץ, האבן געשיקט א בקשה צו רוסלאנד אריינצוקומען אין די פעלקער ליגע, פראנקרייך האפט אז דאס וועט פארשטערקערן די ליגע קעגן סיי וועלעכע שריט פון דייטשלאנד.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אפשר אז זיי העלן אריינבאקומען אונזער לאנד אמעריקע אינעם פעלעקער ליגע, העט עס שטערקער ווערן און באקומען מער מאכט.
ס'גייט אבער קיינמאל געשען, די אמעריקאנע פאלק און קאנגרעס זענען זייער אנטי גלאבאליזם יעצט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

סעפטעמער 18 1934,
רוסלאנד האט אנגענומען די בקשה פון פראנקרייך אין די אנדערע לענדער און איז אריינגעקומען אין די פעלקער ליגע.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

סעפטעמבער 28 1934
אפגניסטאן, אן אראבישע לאנד אין די מיטל-מזרח, איז אריינגעקומען אין די פעלקער ליגע.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אפאר טעג צוריק סעפטעמבער 27, האבן ענגלאנד, פראנקרייך, און די פאשיסטישע איטאליע, צוזאמען דעקלערט אז זיי שטיצן די זעלבסשטענדיגייט פון עסטרייך, האפענדיג צוריקצוהאלטן היטלער פון עס אנשליסן און דייטשלאנד,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אקטובער 2 1934

שפאניע איז אין כאאס, קודם אביסל היסטאריע אין 1931 איז די ספאנישע קעניגרייך געפאלען (די לעצטע קעניג איז נאך געווען אן אייניקעל פון פערדינאנד און איזעבעלע ימ"ש), אין נאוועמבער 1933 איז פארגעקומען וואלען, דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס פרויען האבען געקענט שטימען. די 3 גרעסטע פארטייען זענען געווען

די נייע ספאנישע רעגירונג האט איין הויז פון 437 זיצן, און נאך די וואלען באשליסט די פרעזידענט ווער עס האט די רעכט צו מאכן א קאאלעציע

די האלב פאשיסטישע CEDA (די ספאנישע קאנפעדעראציע פון זעלבסטשטענדיגע רעכטען Confederación Española de Derechas Autónomas) האט באקומען 115 זיצן
די קאנסערוויטיווע PRR (די ראדיקאלע רעפובליקאנע פארטיי Partido Republicano Radical) האט באקומען 102 זיצן
און די סאציעלטישע PSOE (ספאנישע סאציעלסטישע ארבייטערס פארטיי Partido Socialista Obrero Español ) האט באקומען 59 זיצן.

נאך די וואלן האט פרעזידענט ניקעטא זאמאראו (Niceto Alcalá-Zamora) נישט געוואלט געבן די מאכט פאר האוזעי גיל ראבלעס (José María Gil-Robles y Quiñones) פון די פאשיסטישע CEDA פארטיי, כאשט זיי זענען געווען די גרעסטע פארטיי, אנשטאטס דעם האט ער געבעטען אלעהאנדראו לעראו (Alejandro Lerroux) פון די PRR זאל צוזאמשטעלען א קאאלעציע, לעראו האט געמאכט א קאאלעציע מיט די CEDA, אבער ער האט זיי נישט געגעבן קיין שום מינעסטארען, די לעצטע 11 חדשים לייגט די CEDA גרויס דרוק אז מען זאל זיי עפעס געבן, יעצט סטראשען זיי אז אויב מען געט זיי נישט דריי מיניסטארען, ציען זיי זיך ארויס פון די קאאלעציע, די סאציעלסטען פון זייער זייט שרייען, אז אויב מען וועט געבן פאר CEDA אפילו איין מיניסטאר, וועלען זיי מאכן א רעוועלאציע קעגן שפאניע.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

וואס האלטסטו שפאניע ציט זיך צו נאציזם?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

WOW... יעצט געזעהן א געהיימע אינטעלידזשענט רעפארט, אז היטלער האט און אקטאבער 1, קוים אפאר טעג צוריק, באפוילן שטילערהייט אויסצוברייטערן די מיליטער, ארמי, נעיווי, און עיר פארס, און דירעקטע פארלעצונג פון די ווערסיי טריטי,
פרעגענדיג אפאר הויכראנגיגע איינגעשטעלטע וואס ענגלאנד און די פעלקער ליגיע פלאנט צו טוהן מיט די רעפארט, געט מיר איינער אזאג (מיט א סודספולע שמייכל) נו... פארדעם איז די רעפארט געהיים, בקיצור זיי פלאנען לכאורה גארנישט צו טוהן,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:וואס האלטסטו שפאניע ציט זיך צו נאציזם?

אפשר נישט צו נאציזם, אבער צו פאשיזם יא. די פאשיסטען האבן אנגעהאלטען גרויסע נצחונות אין די פאריעריגע וואלן.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אקטובער 5 1934,שפאניע

אלעהאנדראו לעראו, פון די רעכטע PRR פארטיי, האט באנייעט די קאאלעציע מיט די האלב-פאשיסטישע CEDA, די CEDA פארטיי האט דערפאר באקומען 3 מיניסטארען, די סאציעלסטיען האבן מקיים געווען זייער סטראשע און זענען ארויס אין א רעוואלט קעגן די רעגירונג, באריכטען געבן איבער אז דורכאויס די געשלעגען זענען שוין 31 מענטשען געשטארבען און נאך 46 זענען פארוואנדעט געווארען, די רעגירונג האט אויך ארעסטירט העכער 1000 מענטשען.

העפטיגע געשלעגן קומען נאך פאר אין די איסט ענד קווארטעל פון מאדריד. מען גרייט זיך צו אן ערענסטע שלאכט דארט אין די נעקסטע 48 שעה. די פרעמיער לעראו זאגט אז ער איז זיכער אז די רעגירונג וועט זיגן אין די שלאכט, ער קוקט טאקע אויס צו זיין רואיג.

אין די ספאנישע פראווינץ קאטאלאניע איז די קאטעלן פארלימענט גערופען געווארען אויף א דריגענדיגע אסיפה, זיי גייען באהאנדלען אויב קאטאלאניע זאל זיך אפטיילן פון שפאניע און זיך ערקלערען אלץ א זעלבסטשענדיגער מדינה. ס'איז ערווארטעט איז צום סוף וועלן זיי זיך טאקע אפטיילען פון שפאניע, און בארצעלונה, די הויפט שטאט פון קאטאלאניע, איז פארגעקומען גרויסע פראטעסטען אין שטיצע פון זיך אפטיילען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אקטובער 7 1934, שפאניע

קאטאלניע איז אין רעוואלט, קאטאלניע האט זיך אפגעבראכען פון שפאניע און זיך דערקלערט אלץ א זעלבסשטענדיגע לאנד, אבער דאס האט נישט צו לאנג אנגעהאלטען, די קרעפטען פון די שפאנישע רעגירונג האבן באמבידירט די פאלאץ פון די קאטאלאן פרעזידענט קאמיפניעס, און פרעזידענט קאמיפניעס האט זיך געמוזט אונטערגעבען, אלע מיניסטארען פון די קאטאלן רעגירונג זענען ארעסטירט געווארען.

די געוועזענער פרעמיער פון שפאניע מאנועל אזאזא (Manuel Azana), וועלעכער איז געווען די ערשטער פרעמיער פון לאנד, נאכ׳ן געווינען די 1931 וואלן, אבער איז געווארען אויס פרעמיער נאך די וואלן פון 1933, שטיצט שטארק די אויפשטענדלער, ס׳איז נישט קלאר אויב ס׳איז געלונגען פאר די רעגירונג עם צו ארעסטירן, ס׳איז פארהאן א חלום ביי די אויפשטענדלער, אינגאצען בטל צו מאכן די שפאנישע רעגירונג, און אנשטאט דעם אויפמאכן א נייער רעגירונג, מיט א נייע קאנסטיטאציע, די הויפטשטאט וועט זיין בארצולנה און נישט מאדריד, און די פירער וועט זיין מאנועל אזאנא.

כאטש ס׳איז געלונגען פאר די רעגירונג קרעפטען צו באזיגן דעם קאטאלן אויפשטאנד, הערשט נאך אין די לאנד א מלחמה צושטאנד, די קאמיונסטען האבן פארכאפט די שטעטל רעימאסא (Reimosa), און אין בארצולנה, כאשט די שפאנישע רעגירונג האבן פארכאפט די פרעזידענט׳ס פאלאץ, קומען נאך פאר העפטיגע שלאכטן אין אנדערע חלקים פון די שטאט. אויך אין די אוסטריאס פראווינץ (Asturias), קומען פאר העפטיגע שלאכטען.

דאס אלעס האט נישט צוריקגעהאלטען פרעזידענט לעראו פון ערקלערען זיג, ער האט דערקלערט אז די אויפשטאנד איז גענצליך אונטערדריקט.

נ.ב. ס׳איז אביסל אינטרעסאנט די אומ׳פארשעם׳קייט פון די אנטיסעמיטען אין שפאניע, זיי לייגען אן א חלק פון די שילד פון די יעצטיגע אויפשטאנד אויף די אידן, יא יא אין שפאניע פון ווי מען האט אונז ארויסגעטריבען פון 442 יאר צוריק (כאטש די אינקוויזיציע איז בטל געווארען 100 יאר צוריק, איז די גירוש נאכנישט נתבטל געווארען) דארט רעדען זיי זיך איין אז מיר האבן די כח צו ארגאניזערען אן אויפשטאנד...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אקטובער 9 1934,

שפאניע:
די רעוואלט אין שפאניע איז מער ווייניגער געענדיגט, די קאטאלען רעגירונג האט אנגעהאלטען גאנצע 12 שעה, די ספאנישע רעגירונג האט געזיגט און די סאציעלסטען האבן געהאט א דורכפאל, אין די ספאנישע פארלימענט רעדט מען יעצט פון צוריק לעגאל מאכן טויט שטראף, כדי צו קענען באשטראפען די אויפשטענדלער, די געריכט פאר די אויפשטענדלער וועט פארקומען אין מאדריד און אין בארצולונה

עסטרייך:
בערך א וואך צוריק, איז געווען א פראוו צו הארגענען די נייע דייטשע אמבעסעדער, וואן פאפען, ער איז די געוועזענע דייטשע וויצע קאנצלער, די עסטרייכישע רעגירונג זאגט אז מען גייט פארשטערקערען זיין זיכערהייט. ס׳איז דא שמועות אז ער גייט צייטווייליג גיין צו סאארלאנד, אנצופירן מיט די קאמפיין אז די מענטשען דארט זאלן שטימען זיך צוזאמצושטעלען מיט דייטשלאנד (פאר מער אינפארמאציע איבער סאארלאנד זעהט אביסל טיפער׳ס באריכט

פראנקרייך-יוגעסלאוויע:
קעניג אלכסנדר פון יוגעסלאוויע האט באזיכט אין פראנקרייך, בשעת די באזיך האט איינער געעפענט פייער אויף עם, דער קעניג, ווי אויך די פראנצויזישע אויסערען מיניסטער (דער אויסערען מיניסטער איז געוועהן די פראצויזשע פרעמיער פאר א האלבע יאר אין 1913) זענען געהארגעט געווארען. יוגעסלאוויע איז א האקעלע לאנד, עס באשטייט פון 7 פראווינצען וואס א חלק וואלטען געקענט באשטיין צו זיין זעלבסטשטענדיג, די קעניג איז געווען א מומחה אין האלטען אלע שטיקלעך פון לאנד צוזאמען. די שכנים פון יוגעסלאוויע מיט איטאליע בראש, זוכן כסדר אז יוגעסלאוויע זאל צוזאמפאלען, כדי זיי זאלן קענען גרינגערהייט גנב׳ען שטחים פון יוגעסלאוויע. די מערדער איז געווען א בולגרייעיש׳ער, און איז געהארגעט געווארען דורך די פראנצויזשע פאליציי ביים פריבורען צו אנטלויפען. יעצט ווערט די 11 יעריגע קרוין פרינץ פעטער (Peter) די נייע קעניג אין יוגעסלאוויע. (די קעניג אלכסנדר האט געהאט א פחד פאר דינסטאגס, און פלעגט קיינמאל נישט ארויסגיין פון שטוב אויף א דינסטאג, צוליב דעם וואס 3 משפחה מיטגלידער זענען גע׳הארגע׳ט געווארען אויף א דינסטאג, זעהט אויס אז יש דברים בגו, ווייל היינט דינסטאג האט ער געמאכט אן אויסנאם, כדי נישט צו פארשעמען די פראנצויזען זיך איינצושפארען ווען ער איז אין זייער לאנד)

פארטוגאל:
די פאסט מייסטער גענעראל און די מיניסטער פון תפיסות זענען ביידע ארעסטיריט געווארען, זיי באלאנגען צו די פארטגעיזישע פאשיסטישע באוועגונג, די ארעסטען זענען לכאורה אפצושטילן סיי וועלעכע רידערייען פון וועלען מאכן אן אויפשטאנד, די פארטגעיזישע רעגירונג לייקענט אז די ארעסטען האבן צו טוהן מיט די רעוואלט אין די שכינות׳דיג׳ע שפאניע
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אקטובער 10 1934

שפאניע: די רעבעלען זענען געגאנגען אונטערערדיש, און באנוצען זיך מיט גורעליע טאקטיקין. די ספאנישע פארלימענט רופט אויף רעזערווערן פון מענער ביז די עלטער פון 39 יאר. ווי אויך האבן זיי צוגעטיילט די ווערט פון מיליאן פונט פאר פאליציי און זיכערהייט. זיי האבן צוריקגעברענגט טויט שטראף, און זיי זאגן אז סיי ווער עס וועט ארומטראגען מיט געווער, וועט באשטראפט ווערען מיט טויט שטראף, קיינער פון די לינקע און סאציעלסטישע פארלימענט מיטגלידער, זענען נישט געקומען צו די סעסיע פון פארלימענט ווי מען האט באשטעטיגט די אלע זאכן.

מען האט אויך אנגעפאנגען מיט די פראצעסען קעגן די אויפשטענדלער, איינער פון די אנפירער האט שוין באקומען 12 יאר טורמע, די געוועזענער פרעמיער אזאנא, איז ערשט היינט ארעסטירט געווארען.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כוח @בבקשה, קומסט אריין זייער קלאר,
עס איז אינטרעסאנט מיטצוהאלטן די אפעקט וואס מוסאליני און היטלער האבן אויף אייראפע,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”