היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

ברוכאוויטש האט געשריבן:ווייל דיין זיידע האט געהאט א מאדערנע שטוב צייגט דאס נאך נישט אויף די גענצע צוויי ריזיגע אידישע שטעט וואס דו האסט דערמאנט!
מיינע באבע'ס ע"ה יוכיחו פארקערט!


ווי עס קוקט אויס קומען דיינע באבעס פון פוילן אדער גאליציע.
ביי אונז אין אונגארן האבן כמעט אלע נשים נישט געקענט קיין אידיש ,און האבן זיך עס אויס געלערנט הערשט נאכן קריג.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'האב גענוג גוט געקאנהט מיינע ביידע באבעס, האבן פיין געקאנט רעדן אידיש נאך פון דערהיים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

געקענט? אוודאי. זיי זענען נישט געגאנגען פאר קיינע אידיש קלאסן נאכן איבערלעבן די קריג. (עס איז אוודאי געווען פילע מקומות - למשל בודאפעסט שטעל איך זיך פאר - וואס אסאך אידן דארט אפילו ארטאדאקסישע האבן בכלל נישט געקענט קיין אידיש, אבער די אידן זענען געווענליך נישט אנגעקומען צו אונזער היימישער טשאלענט טעפל).אבער אלע אדער כמעט אלע פון אונזערע באבעס האבן פארשטייט זיך געקענט אידיש אויך. אבער אונגאריש איז געווען די מוטער שפראך.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

די אוובערלענדישע אידן זענען נישט געווען קיין חסידישע אידן. געווען גאר ערליכע אידן מדקדקים בקלה כבחמירה אבער זיי זענען נישט געווען קיין חסידים. א תמימותדיגן אויבערלענדישער איד (יעקע- ווי מ׳פלעגט זיי רופן) איז שוין היינט א יקר המציאות. כמעט שוין נישטא פון זיי. אינעם נייעם דור איז שוין בכלל נישט פארהאנען דאס.
זיי זענען אבער נישט געווען חסידיש. עפ״ר געגאנגען אן בערד, גערעדט די לאנדס שפראך אין שטוב, נישט מקפיד געווען אויף געוויסע חומרות וואס איז געווען הארב ביי חסידים. אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי געהאט גאר א שטארקע געטריישאפט צום ארטאדאקסי וואס האט זיי מיט זייערע דורות געהאלטן ביי אידישקייט אן קיין פשרות. דאס תמימות פון דעי אידן איש געווען הפלא׳דיג. זייער מהלך אין אידישקייט איז געווען געבויעט אויפן דרך החת״ס.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

Programming האט געשריבן:געקענט? אוודאי. זיי זענען נישט געגאנגען פאר קיינע אידיש קלאסן נאכן איבערלעבן די קריג. (עס איז אוודאי געווען פילע מקומות - למשל בודאפעסט שטעל איך זיך פאר - וואס אסאך אידן דארט אפילו ארטאדאקסישע האבן בכלל נישט געקענט קיין אידיש, אבער די אידן זענען געווענליך נישט אנגעקומען צו אונזער היימישער טשאלענט טעפל).אבער אלע אדער כמעט אלע פון אונזערע באבעס האבן פארשטייט זיך געקענט אידיש אויך. אבער אונגאריש איז געווען די מוטער שפראך.

לאו דוקא. אסאך פון אונזערע באבעס האבן ניטש געקענט קיין אידיש. נאר זיך דאס אויסגעלערנט נאכן קריג. דוק ותשכח
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

מענין לענין באותו ענין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

סהאט מיר לעצטענס אריין גע'דרשנ'ט א גאליציאנע יודל איבער די געפערליכער וויסטעניש וואס האט געהערשט ביי אונגארישע ייודענטום פאר די הייליגע חת"ס און די הייליגע ישמח משה.
כהאב פרובירט אביסעל צוריק צו גיין צו זעהן וואס באמת איז פארגעקומען דארט, און ליידער לא מצאתי הרבה.
קען איינער גיסען אביסל ליכטיגקייט אויף דעם נושא?
ווער זענען געווען די פרומונירטע גדולים ומנהיגי העדה פאר די צוויי מאורות הגדולים האבן באלאכטען די מדינה?
אונטערעסאנט אז ביידע פון זיי (וואס ווי באקאנט זענען געווען בקשרי ידידות אין געטוישט בריוון) זענען געקומען מארצות נכר זי באלייכטן, אבער זענען נישט געבוירען געווארען דארט.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

אונגארן איז רעלאטיוו א נייע מדינה, קעגן די שכנים.
לאמיר נישט אריינגיין יעצט אין די ספרד'ישע תקופה פון ווען די טערקן האבן דארט געהערשט, און די אידן פון טערקיי זענען ארויפגעקומען ביזן דונא.
אונגארן איז צעטיילט אין כמה מחוזות, קודם איז דא מזרח און מערב, וואס מ'איז געוואוינט צו רופן גליל העליון והתחתון, אויבערלאנד וכו'.
איז אזוי . אויבערלאנד קומט בעיקר פון מערב, פון בעהמען און מעהערן, די מערסטע אידן זענען אהין נאך די גזירה פון מעהרן נישט צו לאזן חתונה האבן מער ווי איין קינד. אזוי אויך ווען אין דייטשלאנד און בעהמען האבן די רוחות פון השכלה אלעס פארטיליגט, זענען אסאך פרומע אוועק געלאפן.
ס'דא עטליכע אלטע קהלות אין יענע געגנט ווי טירנוי, אפען, בודא.
אלנפאלס, איז דער מערב זייט געווען די דייטשע אשכנזישע קהלות, פרומע קהלות מיט פרומע רבנים, מער ווייניגער.
משא"כ אונטערלאנד, מזרח זייט לאנד, איז געווען די מעשה אינגאנצן אנדערש, דארט האט געהערשט אביסל א מדבר שממה, פון אנהייב התיישבות היהודים, אין די פריע ת"ק יארן. קודם איז עס געווען די מאדיארישע אידן דערנאך די מאסן גאליציאנע אויסוואנדערער קיין אונגארן, און די ליטוויש-רוסישע אנטלאפענע פון די קאנטאניסטן און מיליטער.
דארט איז נאכנישט געווען געהעריג קיין רבנים וקהלות ווי ערגעץ אנדרש, געוויסע שטעטלעך ווי זבארוב און סטראפקוב האבן זוכה געווען צו גרויסע רבנים פריער ווי אנדערע, בפרט די שטעטעלך וואס זענען געווען נאנט צום גאליציאנע געגנט, ווי קירימא בארדיוב, וואס דארט זענען געווען אסאך גאליציאנע חשוב'ע אידן און בנש"ק,
אבער אראפ ביי דרום זעמפלענער קאמיטאט, און אונטער ביי די קאמיטאטען פון סאבאלטש הוידא ביהאר, האט מען געדארפט אזעלכע לייבען ווי דער קאלובער און ישמח משה ודומיהם.
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:ווייל דיין זיידע האט געהאט א מאדערנע שטוב צייגט דאס נאך נישט אויף די גענצע צוויי ריזיגע אידישע שטעט וואס דו האסט דערמאנט!
מיינע באבע'ס ע"ה יוכיחו פארקערט!


ווי עס קוקט אויס קומען דיינע באבעס פון פוילן אדער גאליציע.
ביי אונז אין אונגארן האבן כמעט אלע נשים נישט געקענט קיין אידיש ,און האבן זיך עס אויס געלערנט הערשט נאכן קריג.

פון די לעצטע עטליכע דורות האב איך נישט געהאט קיין איין באבע וואס איז נישט געוועהן קיין אונגאריש, טאקע נישט קיין אויבערלענדער אבער אלע פון אונגארין און זייער מוטער שפראך איז געוועהן אידיש.
איינע פון מיינע באבע'ס האט אפי' פארציילט אז שבת האט איהר טאטע בכלל נישט געלאזט רעדן קיין אונגאריש אפי' מיט פרעמדע, און אויב איז געוועהן ביי זיי אין שטוב א חבר'טע וואס האט גערעדט אונגאריש אום שבת האט איהר טאטע געזאגט אז אויב זי וועט רעדן דא אין שטוב אונגאריש אום שבת וועט זי מער נישט קענען קומען אויף שבת.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אין נוי יארק רעדט מען אידיש אדער ענגליש...
די זעלבע אין אונגארן, פשוט א שאד זיך צו טענהן
איינער רעדט פין מאנסי אין איינער פון עירמאנט, איינער פון בית חינוך הישן איינער פון בד''י...
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

ביללער האט געשריבן:.


יישכ פאר די געוואלדיגע ידיעות.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:ווייל דיין זיידע האט געהאט א מאדערנע שטוב צייגט דאס נאך נישט אויף די גענצע צוויי ריזיגע אידישע שטעט וואס דו האסט דערמאנט!
מיינע באבע'ס ע"ה יוכיחו פארקערט!


ווי עס קוקט אויס קומען דיינע באבעס פון פוילן אדער גאליציע.
ביי אונז אין אונגארן האבן כמעט אלע נשים נישט געקענט קיין אידיש ,און האבן זיך עס אויס געלערנט הערשט נאכן קריג.

עקזעקטלי!
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

איך פארשטיי עפעס אינגאנצן נישט די שמועס און די דעבאטע דא. האט מען יא גערעדט אידיש, האט מען גערעדט אונגאריש.

לאמיר זאגן מען האט יא גערעדט אונגאריש, לאמיר זאגן די סיבה איז געווען צוליב די שולע, אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. איז דען נישט א דבר פשוט מאוד אז אידן האבן אלע יארן כאטש פרובירט צו האבן א אייגענע שפראך? איז דען נישט דא די מאמר חז"ל פון שם לשון און מלבוש?

הכל מודים אז אידן האבן בדרך כלל גערעדט א אייגענע שפראך. אידיש אין די אשכנז'שע ערטער, לאדינא אין די ספרד'שע ערטער, און אידיש-אראביש - פארשידענע סארטן - אין די אראבישע לענדער. אויסער דעם איז געווען אידיש-איטליעניש, אידיש-פארטוגעזיש און נאך עטליכע סארטן אידיש שפראכן. קיינער איז אויף דעם נישט מחולק.

אלזא, ווייל אין אוגארן - לאמיר זאגן - איז געווען א שוואכקייט אין דעם ענין, איז דעריבער? דעריבער איז עס שוין נישט קיין פראבלעם?

עס איז פשוט מאוד אז בעסער איז אז מען רעדט א אידישע שפראך. און דאס איז פארוואס די רבנים האבן נאכן קריג מעורר געווען אויף דעם ענין.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:
ברוכאוויטש האט געשריבן:ווייל דיין זיידע האט געהאט א מאדערנע שטוב צייגט דאס נאך נישט אויף די גענצע צוויי ריזיגע אידישע שטעט וואס דו האסט דערמאנט!
מיינע באבע'ס ע"ה יוכיחו פארקערט!


ווי עס קוקט אויס קומען דיינע באבעס פון פוילן אדער גאליציע.
ביי אונז אין אונגארן האבן כמעט אלע נשים נישט געקענט קיין אידיש ,און האבן זיך עס אויס געלערנט הערשט נאכן קריג.



זיי מסביר ׳אונז׳ דא איז שוין געווען אין דעם אשכול א שיין ביסל אידן וואס זייערע באבעס האבן גערעדט אידיש אינדערהיים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
צפרא טב
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 6:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפרא טב »

עם לבבנו האט געשריבן:איך פארשטיי עפעס אינגאנצן נישט די שמועס און די דעבאטע דא. האט מען יא גערעדט אידיש, האט מען גערעדט אונגאריש.

לאמיר זאגן מען האט יא גערעדט אונגאריש, לאמיר זאגן די סיבה איז געווען צוליב די שולע, אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. איז דען נישט א דבר פשוט מאוד אז אידן האבן אלע יארן כאטש פרובירט צו האבן א אייגענע שפראך? איז דען נישט דא די מאמר חז"ל פון שם לשון און מלבוש?

הכל מודים אז אידן האבן בדרך כלל גערעדט א אייגענע שפראך. אידיש אין די אשכנז'שע ערטער, לאדינא אין די ספרד'שע ערטער, און אידיש-אראביש - פארשידענע סארטן - אין די אראבישע לענדער. אויסער דעם איז געווען אידיש-איטליעניש, אידיש-פארטוגעזיש און נאך עטליכע סארטן אידיש שפראכן. קיינער איז אויף דעם נישט מחולק.

אלזא, ווייל אין אוגארן - לאמיר זאגן - איז געווען א שוואכקייט אין דעם ענין, איז דעריבער? דעריבער איז עס שוין נישט קיין פראבלעם?

עס איז פשוט מאוד אז בעסער איז אז מען רעדט א אידישע שפראך. און דאס איז פארוואס די רבנים האבן נאכן קריג מעורר געווען אויף דעם ענין.


לפי ידיעתי וויפיל איך האב געהערט געקענט די באבעס, האט מען געקענט רעדן אידיש גוט, אבער ליינען האט מען נישט געקענט אידיש, חוץ פון דאווענען אין סידור וואס דאס פלעגן די מאמעס אויסלערנען די קינדער
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

צפרא טב האט געשריבן:
לפי ידיעתי וויפיל איך האב געהערט געקענט די באבעס, האט מען געקענט רעדן אידיש גוט, אבער ליינען האט מען נישט געקענט אידיש, חוץ פון דאווענען אין סידור וואס דאס פלעגן די מאמעס אויסלערנען די קינדער


ריכטיג, לייענען האבן א טייל נישט געקענט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אויבער אינטער.gif
אויבער אינטער.gif (87.45 KiB) געזען 594 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כאילו אין פוילן און אין גאליציע האבן די יודן נישט גערעדט קיין פויליש?
ראפשיצער רב האט געזאגט תורה אויף פוילישע אויסדרוקן, דער רבי מענדילי דאכט זיך אויך.
ס׳איז פארהאנען פילע יודישע לידלעך אויף פויליש. דאכציך ווען די גערער זענען געפארן קיין גער האבן זיי געהאט א לידל אויף פויליש.

דאס גאנצע פארפירעריי מיט׳ן שפראך איז א לעצטיגע פרומקייט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איטשע האט געשריבן:כאילו אין פוילן און אין גאליציע האבן די יודן נישט גערעדט קיין פויליש?
ראפשיצער רב האט געזאגט תורה אויף פוילישע אויסדרוקן, דער רבי מענדילי דאכט זיך אויך.
ס׳איז פארהאנען פילע יודישע לידלעך אויף פויליש. דאכציך ווען די גערער זענען געפארן קיין גער האבן זיי געהאט א לידל אויף פויליש.

דאס גאנצע פארפירעריי מיט׳ן שפראך איז א לעצטיגע פרומקייט.


שירים ולחנים עממיים יהודים בשפה הרוסית המושרים בפי חסידי חב"ד:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איטשע האט געשריבן:כאילו אין פוילן און אין גאליציע האבן די יודן נישט גערעדט קיין פויליש?

יודען זענען געזעסן אין בהמ"ד און געשמועסט אויף פויליש? אפשר די טעמפעל יודען

איטשע האט געשריבן:ראפשיצער רב האט געזאגט תורה אויף פוילישע אויסדרוקן

נארישקייטן, ער האט בס"ה נאכגעזאגט פוילישער אויסדריקען עי' ספה"ק קדושת ציון פ' מקץ מה שי"ל ביאור כוונתו הק'.

בכלל פון דעם חדר קען מען קיין ראי' נישט ברענגען דאס איז געווען א חלק פונ'ם דרך ההסתר אויפ'ן רפאשיצער שטייגער.

הרה"ק רבי ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער זי"ע האט געזאגט רמזים אויפ'ן ווארט ראדי"ש (כידוע מהמעשה עם חסידו של בעל חידושי הרי"ם זי"ע), וואס ביסודו איז דאס געוועהן א פויליש ווארט, אבער למעשה האט מען דאס אזוי גערופען אויף אידיש.

וע''ע בדרכי חיים הועתק כאן:
אטעטשמענטס
image_2021-07-14_031034.png
image_2021-07-14_031034.png (312.04 KiB) געזען 526 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כאילו אין פוילן און אין גאליציע האבן די יודן נישט גערעדט קיין פויליש?

יודען זענען געזעסן אין בהמ"ד און געשמועסט אויף פויליש? אפשר די טעמפעל יודען

איטשע האט געשריבן:ראפשיצער רב האט געזאגט תורה אויף פוילישע אויסדרוקן

נארישקייטן, ער האט בס"ה נאכגעזאגט פוילישער אויסדריקען עי' ספה"ק קדושת ציון פ' מקץ מה שי"ל ביאור כוונתו הק'.

בכלל פון דעם חדר קען מען קיין ראי' נישט ברענגען דאס איז געווען א חלק פונ'ם דרך ההסתר אויפ'ן רפאשיצער שטייגער.

הרה"ק רבי ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער זי"ע האט געזאגט רמזים אויפ'ן ווארט ראדי"ש (כידוע מהמעשה עם חסידו של בעל חידושי הרי"ם זי"ע), וואס ביסודו איז דאס געוועהן א פויליש ווארט, אבער למעשה האט מען דאס אזוי גערופען אויף אידיש.

וע''ע בדרכי חיים הועתק כאן:


ווי עס שיינט איז דיין אגענדע פשוט איבערצושרייבן דאס גאליציאנע היסטאריע.
כ׳וואונדער מיך צו דו ווייסט בכלל ווער ס׳איז געווען דער ארגינעלע ״הרב מגאליציען.״
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איטשע האט געשריבן:כ׳וואונדער מיך צו דו ווייסט בכלל ווער ס׳איז געווען דער ארגינעלע ״הרב מגאליציען.״


בנוגע דיין שאלה ווער ס'געווען דער ערשטער לאנד רב למדינת גאליציא, לא אמנע טוב מבעליו, 'על איך דיר מגלה זיין, דאס איז געווען ש"ב הג''ר לייבוש בערנשטיין זצ"ל.
לעצט פארראכטן דורך הרב מגאליציען אום מיטוואך יולי 14, 2021 8:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ס'איז זיכער געווען פיל פיל פיל פיל ווייניגער ווי אין אונגארן, און פון דעם רעדט מען דא
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:כ׳וואונדער מיך צו דו ווייסט בכלל ווער ס׳איז געווען דער ארגינעלע ״הרב מגאליציען.״


בנוגע דיין שאלה ווער ס'געווען דער ערשטער לאנד רב למדינת גאליציא, לא אמנע טוב מבעליו, 'על איך דיר מגלה זיין, דאס איז געווען ש"ב הג''ר לייבוש בערנשטיין זצ"ל.


בייגעלייגט זיין הסכמה אויף סידור האר"י דפוס ראשון זאלקאווא תקמ"א:
אטעטשמענטס
image_2021-07-15_041614.png
image_2021-07-15_041614.png (507.24 KiB) געזען 441 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

איטשע האט געשריבן:כאילו אין פוילן און אין גאליציע האבן די יודן נישט גערעדט קיין פויליש?
.

וועגן פוילן ווייס איך נישט.
אבער וועגן גאליציע - ניין!
כ'האב געהערט פון כמה וכמה אידן אז אין גאליציא האט מען ממש נישט געקענט רעדן קיין איין שורה פויליש. די וועלעכע האבן גע'האנדלט האבן זיך זעהר געמיטשעט מיט דעם.
ס'האט פארציילט א איד אז ווען ער איז געווען ערב פסח אין באבוב האט הרה"ק די קדושת ציון זצוק"ל - וועלעכע איז כידוע געווען א חכם מחוכם - געדארפט א פארמיטלער צווישן אים אין - להבדיל - די שייגץ צו וועם מען האט פארקויפט די חמץ.

כ'האב אמאל געפרעגט א אידנע 'וואס הייסט מען האט נישט געקענט קיין פויליש, איך הער אייך כסדר זאגן אויף געוויסע זאכן ווי אזוי מען האט עס געזאגט אויף פויליש?'
האט זי אנגהויבן צו לאכן "הערסט מיך זאגן פינף ווערטער אויף פויליש אין די רעדסט זיך נעבעך איין אז איך קען שוין דעם גאנצע שפרייך"...

דרך אגב אין גאליציע האט מען עס נישט געריפען "פויליש", נאר מען האט עס געריפען "גוי'יש" והדברים ידועים. סאיז דא וואס זאגן אז טאקע צוליב דעם וואס מען האט עס אזוי געריפן האבן אידן זיך נישט באניצט מיט דעם שפרייך.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

די אמת איז כ'האב נישט געוואלט אזוי פארקריכען. ווי מישט מען גאליציא מיט אונגארין? [קוק אויפ'ן קעפל פון אשכול]. נו, אז מ'איז שוין סייווי סיי פארפאהרען.

ריקוד האט געשריבן:כ'האב אמאל געפרעגט א אידענע 'וואס הייסט מען האט נישט געקענט קיין פויליש, איך הער אייך כסדר זאגן אויף געוויסע זאכן ווי אזוי מען האט עס געזאגט אויף פויליש?'
האט זי אנגהויבן צו לאכן "הערסט מיך זאגן פינף ווערטער אויף פויליש אין די רעדסט זיך נעבעך איין אז איך קען שוין דעם גאנצע שפרייך"...


א פלא, אפשר נאכ'ן דורכלויף פון אזויפיל יאר האט זי פארגעסן...
ביי אונז היימישער אידען האט מען דאך נישט געשיקט די מיידלעך לערנען אין בית יעקב [דארטן האט מען גראדע אויך געלערנט פויליש], נאר אין די גוי'שער שולעס, נו האט מען דארט גערעדט יודיש, אתמהה?!

מיינער באבעס ע"ה, האבן אלע געקענט א גוט'ן פויליש און האבען נאך געדענקט פויליש'ער לידער פון אלס קינד וואס מ'האט געזינגען אין שולע.

בכלל נאכ'ן ערשט'ן קריג איז דאס זעהר נפרץ געווארען ביי די ווייבער שול אין גאליציא [אפילו ביי די שענסטע משפחות], כידוע ווי ס'האט אויסגעזעהן די מצב אין אלגעמיין אין גאליציע ואכמ"ל.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”