בלאט 1 פון 2

די צווייטע דור פונעם אמאל, די ערשטע פונעם צוקונפט!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
בס"ד

--

די צווייטע דור פונעם אמאל, די ערשטע פונעם צוקונפט!


אז איך קלער איך קוק צוריק,
איך דערמאן זיך און איך בין שטארק פארטראכט,
ווען איך בין נאך היפש יונגער געווען,
און געהערט פארציילן, אויף יענע שווערע טעג א בליק,
די טעג פון פיין פון שרעק, די יארן לאנגע נאכט.

און איך האב מיט א תמימות פון א קינד,
געוואלט הערן מער, געוואלט פארשטיין,
בין איך צו מיינע עלטערן געגאנגען,
און זיי מיט א נייגער און א וואנדער געפרעגט, בארירט דעם וואונד,
"אפשר קענט איר מיר פארציילן עפעס מער, איך וויל בעסער וויסן וואס איך הער און ליין"...

האבן זיי אויף מיר געקוקט, באהאלטן א טרער,
געטראכט, אפילו מיט'ן גרעסטן געפיל, מיט די בעסטע ווילן, פארשטאנען,
די ארבעט טאן אפילו אלס אן עקספערט,
וואו קומט עס, וואו בארירט עס, וואו שטייט עס, וואו, וואס, ווער,
צו די שוואכסטע פון די וואס זענען זעלבסט געווען די רייזענדע אויף די באנען.

געזאגט האבן זיי צו מיר שטיל ווי מיט א געבעט,
"גיי אונזער טייער קינד, צו זיידי, צו באבי, גיב זיי א פרעג",
הער זיך גוט איין צו וואס זיי פארציילן,
לאז נישט אויס אפילו א קרעכץ, איין בליק, וואס זיי זאגן זעהט,
פארפאס נישט איין תנועה'לע, איין טאג איין וועג.

און אז איך האב פארשטענדליך געפאלגט ווי א גוט קינד,
און די שווערע פראגע צו מיינע אור עלטערן געשטעלט,
האבן זיי מיר גוט אין די אויגן געקוקט,
באטראכט צו איך וועל שוין קענען אפילו עטוואס פארשטיין, פאפיר אן א בוים, ווערטער אן טינט,
צו איז יעצט די ריכטיגע צייט, די ריכטיגע מינוט שוין, צו דערציילן פון יענע וועלט...

און אז איך האב נאר אויף זייער געזיכט געקוקט און געזען,
ווי זיי פארווישן פון די טיפע פארקנייטשטע אויגן א טרער,
איז עס מיר שוין כמעט געווען גענוג,
אין די איין טרערעלע איז שוין אזויפיל געווען,
אין די איין קרעכץ אזויפיל געהערט, כמעט שוין נישט געדארפט מער.

און דאן האט מיר די זיידע געזאגט, מיין קינד הער גוט,
ברענג א בענקל זעץ זיך אראפ נעבן מיר,
לאמיר דיר פארציילן פון אמאל,
לאמיר דיר טראגן א וועג צוריק, צוריק אסאך טריט,
צו א צייט ווען איך בין נאך יונג געווען נישט צופיל מער ווי דיר.

צו א צייט אין דער היים דער אלטער,
צו אונזער שטעטל, אונזער רב, אונזער הייזל,
צו א טאטע מאמע, ברודער שוועסטער, פעטער מומע,
צו א משפחה, א לעבן, א הויף, א פארוואלטער,
צו א חדר, אונזער שול, אונזער קלייטל.

געקומען אבער זענען שווערע טעג, שווארצע וואלקענס פון יעדע ריכטונג,
בלוט איינגעזאפטע סעקונדן, מינוטן און יארן,
א צייט פון טרויער, פון פיין און טרערן,
א שטורעם ווינט וואס האט געברענגט פארניכטונג,
א שווארצקייט, א טונקלקייט, אונז איבערגעפארן.

עס קלינגט מיר נאך יעצט אין די אויערן,
דאס געוויין, דאס פארלוירנקייט, דאס געשריי,
אז מען האט אונזער משפחה צוטיילט,
טאטע מאמע, קינדער, פיצלעך, זיי טיען מיר אין מח בויערן,
אלעס, אין א אויגן בליק, אלעס איז געווען פארביי.

אלס וואס איך געדענק נעמט באנען אריין...
געשרייען, געפילדער, אנגסט און שרעק,
שלעק, ווייטאג, פארלוירנקייט,
קיין טאג קיין נאכט, קיין עסן, קיין שלאף, נישט צו זיצן, נישט צו שטיין,
איין לאנגע שווערע נעפל, א צומישעניש און אן עק.

און נאך א לאנגע צייט אז דער שטורעם איז ענדליך געווען פארביי,
ווען די בלוט האט פון אפשוואכונג נישט געקאכט מער,
ווען טרויער האט פון אלטקייט פארלוירן איר קראפט,
ווען די ווינטן זענען פארשווינדן, און די פארניכטונג איז געווען אינגאנצן, איי איי איי,
און איך האב צום ערשטן מאל געקענט געבן א קלער.

האט איך דערזען א חורבן, די פארלוסט,
די פארגאנגענהייט, דאס אמאל,
געבליבן אליינס, פארבלאנדזשעט, פארלוירן אין די גרויסע וועלט,
קיין קרובים, קיין באקאנטע, די רעאליטעט זען געמוזט,
קיין הויז, קיין שטעטל קיין געלט, הערצער פון שטאל.

מען האט געדארפט אנהויבן פון דאסניי,
אויפבויען וואס מען האט נאר געקענט,
זיך געשטארקט, צוזאמענגענומען, איבערגעקומען,
פון גארנישט אנגעהויבן, נישט געקענט קלערן פון פריער, וואס איז שוין געווען פארביי,
א נייע דאך, נייע פענסטער, א נייע שטוב, נייע ווענט.

און אז עס האט געביסן די געוויסן,
אז די ווייטאג האט שטיקער געריסן,
אז מען האט אין די נעכט נישט געקענט שלאפן,
אז מען האט פון בייזע חלומות געהאט גענוג און נאך צו וויסן,
האט מען די געפילן געדארפט דערשטיקן, זיי איגנארירן, זיי פארשליסן.

זיך מאכן ווי עס איז קיינמאל גארנישט געווען,
אנגיין אזוי ווי עס האט גארנישט פאסירט,
נישט געמעגט לאזן דאס אמאל אריינדרינגען,
נישט געקענט זיך ערלויבן צו קוקן אויף צוריק, גארנישט איז געשען,
נאר אלס פאראויס, ווייטער בויען, ווייטער פלאנירט.

און אט דא ביסטו מיין טייער הארציג קינד,
פון מיין הארעוואניע די שווערע, די ביטערע, די שכר,
דאס אלעס וואס איך בין אריבער,
דאס אלעס וואס אונז האבן איבערגעלעבט פון דעמאלט ביז אצינד,
אלעס האט זיך געלוינט, אלעס איז געווען ווערט דערפאר.

---

אריבער זענען פיל יארן שוין פון דאן,
די זיידע באבע... זיי שוין באגלייט,
שוין געווען א יארצייט און היפש מער ווי איינס אויך,
איך בין שוין אליינס ב"ה א טאטע א שטוב פארהאן,
אליינס א משפחה, אליינס א נייע רינגל אינעם קייט.

און גענוי ווי איך אליינס מיט די אלע יארן פריער,
אז די קינדער הערן פון יענע שווערע צייט,
אז די קינדער אצינד שוין מיינע,
ווילן מער וויסן, ווילן מער פארשטיין, מער ביאור,
און צו מיר קומען זיין מיט די פראגע, ווילן וויסן די באדייט...

אבער..... די זאך האט זיך שוין געטוישט, א נייער בליק,
עס איז שוין אינגאנצן נישט ווי דאן!
איך קוק צו רעכטס, און קוק צו לינקס,
און קוק פארנט, און קוק צוריק,
"איך האב זיי נישט צו וועמען צו שיקן, עס איז שוין אפגעפארן יענער באן"!

אנשטאט די קנייטשן, די קרעכצן די אויגן,
אנשטאט די טרערן, די אטעם די צער,
איז היינט פארהאן בילדער, דאקומענטן פיל......
מען קען אויף קיין בילד קיין קרעכץ אבער נישט הערן, זיי טיען אויף דעם נישט טויגן,
מען קען פון א דוקומנט א דומם נישט באקומען די געפיל דערפאר.

--

די איבערלעבער אליינס זענען דאך געווען אט דאס,
און ווידער די ערשטע דור, מיט זייערע אייגענע שוועריגקייטן,
און אונז אצינד די צווייטע דור,
אויף אונז איז געבליבן א שווערע אמט אן א מאס,
איבערגעבן די מעשה אלס "געשיכטע" עס צוגרייטן.

די עדות זענען נישטא כמעט שוין,
די פאסירונג ווערט צוביסלעך טייל פון די "אמאל",
עס ליגט אויף אונז די שווערע ארבעט,
די ארבעט וואס אויף אונזערע עלטערן איז נישט געווען, על מי נטשת הצאן,
די פליכט פון "ווייטער איבערגעבן" די געשעענישן אן א צאל.

מיר זענען "די ערשטע דור" אין דעם זין,
די "ערשטע דור" וואס איז די פארבינדונג,
דאס ערשטע דור וואס האט עס נאך כאטש געזען,
מיר זענען די וואס האבן סיי דעם אמאל, אבער אויך ווי מייסדים א דין,
מיר האבן אויך די אנהייב פון די צוקונפט, פון "וואס ווייטער" די גרינדונג.

מיר זענען אין דעם אן ערנסטן אויסנאם,
עס ליגט אויף אונז א אחריות גאר גרויס,
לאמיר דאס נישט פארפאטשקען,
לאמיר נישט לאזן די געשיכטע ווערן פארגעסן, נישט פארלירן דעם טעם,
ביז מיר וועלן אינאיינעם פרייליך פון דעם גלות ארויס.

כאטש מיט'ן בעסטן ווילן וועלן מיר נישט קענען,
דאס איבערגעבן אזוי ווי זיי, איז נישט מעגליך, אפילו מיר זאלן דאס קלייבן,
אבער דאס בעסטע וואס מען קען כאטש פרובירן, רעדן און פארציילן אסאך,
אז די געשיכטעס זאלן נישט פארגעסן ווערן, פון אונז א טייל זיי זענען,
אז זייערע זיכרונות, זייערע ליידן זאל אין אונזער מסורה פארבלייבן.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:10 pm
דורך צוקער וואסער
מאסיוו זייער שיין!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:15 pm
דורך למעלה משבעים
געוואלדיגע געדאנק, הערליך אראפגעלייגט.
:-e;/ :-e;/ :-e;/

כ'קוק ווער דער שרייבער איז, יאך רייב זיך די אויגן, כ'זע גוט, כאפטס אים אן ער זאל נישט אנטלויפן פון דא.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:18 pm
דורך עושר וכבוד
איידער איך ליין עס, לאמיר זען ווער עס שרייבט דאס.

א דרוק אויף 'זוך ניקס תגובות' צייגט, אז לכתחילה (עשרת אלפים) האט שוין נישט געשריבן דא צוויי יאר!

יהא בואכם לברכה.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:19 pm
דורך יוד אלף
WOW

איך האב דעם פארגאנגענעם יום טוב איינגעהאנדלט פאר די בני בית א בוך מיטן נאמען "דער אומפארענדיגטער טאג בוך"
דאס איז א טאג בוך פון א פולישער חסידי'שער איד וואס איז גע'הרג'ט געווארן אין קריג
די שריפטן זייינע האבן אבער איבערגעלעבט מיט טייל פון זיין משפחה
דער מחבר - פון נאטור אויס א געזונטער שרייבער - אראפמאלנדיג זיינע טאג טעגליכע איבערלעבענישן, קרבנות, און נסים, איז מצליח איבערצוגבן אביסל די נפשיות'דיגע איבערגאנג וואס דו אידן האבן מיטגעמאכט, ווי עלטער מען ווערט, אלץ שווערער איז דאס צו באגרייפן

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:20 pm
דורך יוד אלף
עושר וכבוד האט געשריבן:איידער איך ליין עס, לאמיר זען ווער עס שרייבט דאס.

א דרוק אויף 'זוך ניקס תגובות' צייגט...


אז דו האסט שוין יא געקוקט דארטן, וועסטו געפונען גוטע סחורה דארט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:38 pm
דורך ענדע צדיק!
wow wow! נאו ווארדס

געמיינט דער באן איז שוין אפגעפארן און איך דארף שוין 'דערציילן' א לכתחילה תגובה...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:45 pm
דורך התבונני
געוואלדיג - און אזוי ריכטיג
(מען דארף נאר אריינכאפן פון די פאר געציילטע וואס זענען בתוכינו לאויוש"ט)

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:50 pm
דורך שאינו יודע
מאסיוו!!!

און נאך מער אמת ווי גוט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:54 pm
דורך farshlufen
זייער זייער שטארק און טיף ארויסגעברענגט.
דאס זענען ווערטער וואס אלע פון אונזער יארגאנג טראכטן און קלערן
טאטע, טאטע, זאל מיר שוין בקרוב געהאלפן ווערן.

***

אינדערהיים האט מען
אינדערהיים פלעגט מען
אינדערהיים איז געווען
אינדערהיים, אינדערהיים, א בענקשאפט וואס ליגט אין דעם אומשילדיגן ווארט צום ליכטיגן אמאל.

די אידן האבן זיך געפונען 70 יאר ווייט ווייט אוועק פון דארט, אינדערצווישן א מרחק פון "כל משבריך וגליך עלי עברו", אבער געלעבט האבן זיי "אינדערהיים".

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:51 pm
דורך עקבי הצאן
זייער הארציג און שטארקע נקודה.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:39 am
דורך צל עובר
וועלקאם בעק מיט דעם ניק.

מעגסט דא בלייבן און ווייטער שרייבן דיינע קלארע תגובות אין אלע עניינים און אויך אין השקפה מיט דעם פאפעלער באוואוסטן ניק "לכתחילה אריבער" המכונה בלשון חיבה "חילי" דער שטאלץ פון אייוועלט.

נישט געוואוסט אז פאעזיע קען ער אויך, דער חילי.

הערליך הערליך שיין געשריבן, ארויסגעברענגט מעכטיג אזא וויכטיגע פוינט.

שפראכלאז.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:46 am
דורך בעל דמיון
וואף! א פרישע ארטיקל פון חילי?
איך בין זיכער אז דער אלטער דור וועט קומען צו לויפן! לאמיר נאר האפן אז די סערווערס וועלן קענען דערהייבן...
נאכנישט געליינט אבער אן ארטיקל פון חילי מוז מען באגריסן!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:58 am
דורך יש ברירה
הערליך און וואונדערליך!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:04 am
דורך איש האשכולות
שיין און אינהאלטסרייך

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:07 am
דורך מחשב
און טאקע די וואס האבן אזוי געהערט
די שארפקייט פונעם מציאות וואס האט דאן פאסירט
איז זייער רצון דערפאר אזוי צופלאקערט
אז אויף אייביג זאל דאס אזוי ווערן אריבערגעפירט

אך ווי טרויעריג איז אונזער פאלק'ס פארגאנגענהייט
פיל מיט שמדיות און מערדעריי באגלייט
וועט טאקע אזוי אלעמאל אונזער היסטאריע פארבלייבן?
איז טאקע נישטא עפעס מיט וואס דיזע זכרונות צו פארטרייבן?

עס וועט אבער אמאל קומען א צייט
וואס די אלע פאסירונגען וועט באקומען א אנדערע באדייט
דער גוטער זייט פון דער חורבן וועט ווערן אנטפלעקט
אז דער טרויער וועט מיט פרייד ווערן באדעקט

ניין! מיר וועלן טאקע נישט פארגעסן קיינמאל
דאס וואס מיר האבן אויף אונזער אמונה מזבח געאפפערט
עס איז נישט עפעס וואס וועט ווערן פארלוירן צום אמאל
עס וועט נאר מיט אנדערע סארט לידער ווערן געהערט

אוי טאטע! ערפיל שוין אונזער טרוים
דיין פאלק זאל שוין לעבעדיגערהייט צוריק ווערן גאנץ
און אלע אינאיינעם אויפן 'כי דם עבדיו יקום'
ארויסלאזן וועלן מיר זיך מיט א לעבעדיגן טאנץ

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:31 am
דורך ממה נפשך
Wow א ריכטיגע נקודה און א שווערע פליכט.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:43 am
דורך טשאדעלע באדעלע
יישר כח. א געוואלדיגע ארבעטן, און זייער טאלאנטפול אויסגעשטעלט. מער אויף א אמאליגע פאעזיע סטייל.

דער קעפל האט אבער א פיל טיפערן באדייט ווי דער איין נקודה וואס איר ברענגט ארויס אינעם ארטיקל.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:40 am
דורך גרינע בוים
הערליך ארויסגעברענגט וואס קוועטשט יעדן וואס האט געהאט אור עלטערן וואס האבן איבערגעלעבט די שווערע צייטן און היינט זענען די אידן שוין נישט דא, אלץ טראכט איך ביי מיר, וואס גייען מיינע קינדער וויסן און וויאזוי גייען זיי פארשטיין די צרות און פיין וואס זייערע עלטער עלטערן זענען אריבער, וועט עס זיין פאר זיי א בלוי שטיקל טרוקענע היסטאריע, וואויל זענען די וועלכע האבן רעקארדירט און פארשריבן זכרונות פון זייערע זיידעס און באבעס סיי איבער דאס גאלרייכן לעבן אין דער אלטן היים און סיי איבער די איבערמענטשליכע פייניגונגען וואס זענען פאריבער אויף זיי!


אגב, קען ווער איינמעלדן פאר חילי ראז אויף זיין ניק פראפיל שטייט אז ער האט נאך 12 תגובות צוריק אנצוקומען צו 20000, און ווען מ'סירטשט זיין ניק תגובות קען ער נאך אריין שטעלן 344 שטיק להחיות בהם נפש כל חי?...!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 10:47 am
דורך שלך לחמך
יישר כח פארן ארויסברענגען די געדאנק, און אויף אזא שיינע וועג.

ציליב דיין ארטיקעל, גיימיר בל"נ די וואך פרייטאג צינאכטס ביי די סעודה דערציילען פאר מיינע קינדער וואס זיידי האט מיר גענטפערט ווען איך האב אים געפרעגט "זיידי, וויאזוי האסטו געהאט די כוחות אנציפאנגען אלעס פריש, נאכן איבערלאזן דארט א ווייב און קינדער?"

קראכט'ז אלע - חילי לעבט...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:42 pm
דורך עירמאנט'ער
זייער שיין אראפגעשריבן.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:45 pm
דורך עירמאנט'ער
שלך לחמך האט געשריבן:יישר כח פארן ארויסברענגען די געדאנק, און אויף אזא שיינע וועג.

ציליב דיין ארטיקעל, גיימיר בל"נ די וואך פרייטאג צינאכטס ביי די סעודה דערציילען פאר מיינע קינדער וואס זיידי האט מיר גענטפערט ווען איך האב אים געפרעגט "זיידי, וויאזוי האסטו געהאט די כוחות אנציפאנגען אלעס פריש, נאכן איבערלאזן דארט א ווייב און קינדער?"


קען מיר קומען צו אייער סעודה?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 5:06 pm
דורך בשבילי נברא
עירמאנט'ער האט געשריבן:
שלך לחמך האט געשריבן:יישר כח פארן ארויסברענגען די געדאנק, און אויף אזא שיינע וועג.

ציליב דיין ארטיקעל, גיימיר בל"נ די וואך פרייטאג צינאכטס ביי די סעודה דערציילען פאר מיינע קינדער וואס זיידי האט מיר גענטפערט ווען איך האב אים געפרעגט "זיידי, וויאזוי האסטו געהאט די כוחות אנציפאנגען אלעס פריש, נאכן איבערלאזן דארט א ווייב און קינדער?"


קען מיר קומען צו אייער סעודה?

איך וואלט געפרעגט אביסל אנדערש.
קענסטו אפשר אהערברענגען דיין סעודה דא צו אונז?...
נישט די חלה און די חריין... נאר דיין שיינע שמועס וואס דו גייסט געבן פאר דיינע קינדער?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 5:08 pm
דורך farshlufen
איך האב קיינמאל געהאט די חוצפה צו פרעגן פון מיינע זיידעס אזא פראגע.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 5:34 pm
דורך שלך לחמך
farshlufen האט געשריבן:איך האב קיינמאל געהאט די חוצפה צו פרעגן פון מיינע זיידעס אזא פראגע.


קרעדיט פארן פרעגן די שאלה קומט פאר זיידי,

    אז ווען איך בין געווען ביי אים איינמאל וויזיטען אינמיטען יאר מיט מיינע קינדער און די זייגער האט זיך געריקט און איך האב מורא געהאט אז איך האלט אים אויף, האט ער מיר געזאגט איך און דיינע יארן האב שוין נישט געהאט א זיידע וועם צי באזוכן, זיץ דא נאך און האב הנאה...

    אז ווען זיידי האט מיר איינמאל געוואלט זאגן מוסר,האט ער מיר געפרעגט פאר דעם "רשות" צי ער מעג מיר זאגן...

זיידי היינט פארשטיי איך שוין וואס די האסט געטאן צי מיר, און איך בין דיר דאנקבאר פאר די אומשאצבארע מתנה וואס נאר א זיידע/טאטע קענען געבן פאר די קינדער,און איך פראביר פאר מיינע קינדער אויך צי האלטען אויפן די טיר אז זיי זאלן פילען באקוועם צי פרעגן, טאטי, וויאזוי................

און אי"ה די וואך וועט מען לכבוד חילי פארציילען פאר די קינדער ווער זיידי איז געווען.