בלאט 1 פון 4

משפחות וואס זענען ניצל געווארען פון די דייטשען ימ"ש גאנצערהייט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:22 pm
דורך קיקיון
קעפל: ברוך דיין האמת
יליד מאנסי האט געשריבן:מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

נישטאמת האט געשריבן:די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא

קרייסלער האט געשריבן:שרייבן "די איינציגסטע איד" איז לכאורה שטארק איבער געטריבן. אויפן מינוט געדענק איך ר' חיים הערש גאלדבערגער וואס האט איבער געלעבט מיט רוב קינדער. סאיז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, זאלן אנדערע צו ווייזן.

ר' זעקל האט געשריבן:כ"ק מרן הרה"ק מוויזשניץ זצללה"ה בעל מחבר ספר "אמרי חיים" האט איבערגעלעבט מיט אלע אלע קינדער.

קרייסלער האט געשריבן:ר׳ וואלף לאנדא ז״ל האט איבערגעלעבט מיט חתונה געהאטע קינדער און חתונה געהאטע אייניקלעך און איר אייניקלעך
אין אנדערע ווערטער ער האט איבערגעלעבט מיט דריי דורות דעיס איז שוין יא א זעלטענהייט

אחראי האט געשריבן:ביטע פירן דעם שמועס ווייטער אין "זכור ימות עולם".

א דאנק.


[align=center]וזה החלי[/align]

כ"ק הרה"ק ר' י"י מסקווירא זי"ע

הרהגה"צ ר' שמוא' כץ אבד"ק ביווילאיע זצ"ל

הרהגה"צ ר' אשר יונה וויינבערגער ז"ל מטעמעשוואר דער דרייצענער רבי

Untitled.gif
Untitled.gif (183.29 KiB) געזען 3593 מאל


TEMP.gif
TEMP.gif (277.47 KiB) געזען 3593 מאל





פון אן איטערוויא מיט א ישישה ילידת טעגלאש
זי איז געווען אויף דעם באן פון דעברעצין קיין עסטרייך

די רעבעצין גראסס ע"ה איז געווען די טאכטער פון הרה"ק ר' אברהם זי"ע
ווי דער קערעסטיר-בערעבעשטער איז געווען ווייס איך נישט


הרה"ח ר' אהרן טייטעלבוים ז"ל
חותנם של
כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א
הגה"צ משאמשון שליט"א
כ"ק מרן מ'בית חיים יהושע שליט"א
ולהבחל"ח
הגה"צ מנייטרא וויליאמסבורג זצ"ל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:32 pm
דורך שאהן הענניטי
ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל פון טעמעשוואר-סאטמאר, איז געבליבן מיט די גאנצע משפחה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:39 pm
דורך קיקיון
אינגאנצען פארגעסן שרייבען
הורי ע"ה מיט זייער דעמאלסדיגער בן יחיד אחי וראשי הי"ו
און מיין פעטער און מומע ע"ה מיט זייער בת יחידה וואס איז דעמאלט אלט געווען אפשר א יאר
אמי מורתי אין די מומע ע"ה זענען געווען אויף איינע פון די 2 באנען פון דעברעצין קיין עסטרייך
ווי זיי האבען געארבייט אין א LIGHT BULB פאבריק

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:39 pm
דורך חוח בין השושנים
משפחת בראנסדאפער, הגאון ר' מאיר ז"ל און זיינע געשוויסטער. כ'מיין אז 8.

משפחת טויבער, הרה"ח ר' אהרן הלוי וילדיו, אלע חוץ איין ניי געבוירן בעיבי.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:41 pm
דורך לייטער
אפשר משפחות גאנץ
צווישן זיי די עלטסטע ברודער הרה"ח ר עקיבא
הרה"ח ר שמואל דוד
הרה"ח יואל גאנץ
און נאך

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:52 pm
דורך אוראייניקל
הרה"ג ר' שמעון יחזקאל יאקאבאוויטש זצ"ל
אב"ד ש. וואדקערט (אחר המלחמה עד תשי"ז) ואח"כ בירושלים.
עם שני בניו וחמש בנותיו.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:13 pm
דורך טאנץ 2
משפחת קעסטענבוים ממאקעווע

עס איז געווען צוויי שטעט וואס א גרויס חלק זענען ניצל געווארן

מאקאווע און דעברעצין

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:22 pm
דורך אביונה
משפחת הגה"ק מדיערעש זצ"ל בעל תורת יקותיאל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:35 pm
דורך חושב מחשבות...
משפחת רבי אשר יונה וויינבערגער זצ"ל

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:41 pm
דורך איפה פייביש
משפחת טייטלבוים הרה"ח ר' אהרן ז"ל איז אויך אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:55 pm
דורך Come and go
רבי אביגדור כהנא ז"ל
מיט 11 קינדער פון שארמאש,

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:03 pm
דורך משהלע
צוויי פון מיין עלטער זיידעס האבען איבערגעלעבט מיט אלע קינדער. מיין טאטע זז"ג, געבוירן נישט לאנג נאכן קריג, איז געווען גאר גאר אן אויסנאם אין חדר. ער'ט געהאט צוויי זיידעס און צוויי באבעס.
ביידע נישט פון אונגארן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:10 pm
דורך קרייסלער
הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל איז געווען אויף דעם באן פון דעברעצין אויפן וועג קיין אוישוויץ און מאת השם היתה זאת אז אינמיטן וועג איז עס פארקירעוועט געווארן קיים עסטרייך ווי מהאט זיי פלאצירט אין א לאגער און ער האט איבערגעלעבט מיט זיינע קינדער, רוב פון זיי פארהייראט און אפילו גרויסע אייניקלעך פון העכער די דרייצן יאר

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:44 pm
דורך משה צימערינג
משפחת געשטעטנער
ר׳ אליעזר דוד, אשתו וכל ילדיו.
אשת ר׳ כלב עם כל הילדים. ער האט שוין יעמאלט נישט געלעבט.
ביידע משפחות געווען צוזאמען אין פעסט ביים קריג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:34 pm
דורך שפע רב
משפחת ר' משה אלי' עסטרייכער ז"ל. ומשפחת ר' יושע הערש גליק ז"ל.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:40 pm
דורך שמואל בארג
קעפל: צווייטע וועלט מלחמה אינפארמאציע איבער אידן און אידנטוהם


נא_שכל האט געשריבן:
Browsing האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:פרטים איבער טראנספארט וואס האט דורך געלעבט מיט קליינער קינדער פון דעברעצין אויב מ'קען ארויף לייגן, משפחות וכדומה.


משפחת הרב פריעד מאויוואראש, משפחת הרב ראזענפעלד מיפו, ועוד

משפחת הרב פריעד איז דא אין די ארכיוון פון באדן ארלסאן

משפחת פריעד עס איז דא דארט א בילד פון די מאמע מרת פריידא (יערמיאש).


חקירות ודרישות האט געשריבן:משפחת ר' אהרן טייטלבוים ב"ר לייבוש איז דארט געווען

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:05 pm
דורך חיים צבי
אחים לעפקאוויטש בני ר׳ יצחק אייזיק כדלהלן ואין מוקדם ומאוחר
ר׳ ליפא, הערשל, יחזקאל, שמחה, יושע, וואלף, טובי׳ גדליה

כ׳האב אויסגעלאזט איינעם ווער? איין ברודער חיים יוחנן האט נישט איבערגעלעבט די קריג אבער ער האט געהאט דא עטליכע קינדער ר׳ נחום מרדכי, וואלף, און אשת ר׳ וואלף

כמדומה האט די גאנצע משפחה זיך אויפגעהאלטען אין טעמעשוואר בעת׳ן קריג אבער כ׳בין נישט זיכער אין דעם.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:20 pm
דורך שאינו יודע
Come and go האט געשריבן:רבי אביגדור כהנא ז"ל
מיט 11 קינדער פון שארמאש,


מיט אייניקלעך

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:28 pm
דורך קאנסילמאן
לייטער האט געשריבן:אפשר משפחות גאנץ
צווישן זיי די עלטסטע ברודער הרה"ח ר עקיבא
הרה"ח ר שמואל דוד
הרה"ח יואל גאנץ
און נאך


טאטע און געשוויסטער נישט איבערגעלעבט

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:04 am
דורך אין כל חדש
אולי וועט איינער וויסן מער
דא איז געווען אן "אלטער" איד מיט א שטוב מיט קינדער ר' משה אהרן האפמאן (וואס איז אוועק אינג)

ר' שמעון לויפער (עם בניו להבחל"ח הרב ר' חיים משה און הרב ר' בעריש, א טאכטער דוכט זיך אויך) איז אויך פון טעמעשוואר

אין די אנדערע אשכול האט מען גערעדט פון ר' חיים הערש ג"ב

הרב משארמאש זצ"ל איז ניצול געווארן מיט האלב פון די משפחה

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:37 am
דורך חקירות ודרישות
משפחת בראך (הגה"צ ר' שמואל מנאנאש ואחיו) (אבער אן דער טאטע)
משפחת לעבאוויטש (ר' ברוך מרדכי ואחיו)

די אלע וואס זענען געווען אין די שטעט אין ראמעניא: טעמעשוואר, טארדא, אראד, וכו'
למעשה די תלמידי הישיבה תורה ויראה בשנות תשי-תשכ, זענען געווען קינדער פון אזעלכע משפחות וואס זענען ניצל געווארן מיט די גאנצע משפחה.

בדרך כלל פשטות רוב האלטע אידן פון היינט זענען פון די סעריע

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:58 am
דורך דריידל
הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:54 am
דורך מיללער
דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:02 am
דורך חקירות ודרישות
מיללער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו


אין בודאפעסט האט מען יא א חלק אידן דעפאטירט ארום חודש תמוז, אבער נאר א קליין חלק,
אויכט האט מען געפירט אידן צו די 'בודא' אין דארטן ל"ע
אויכט האט מען אסאך צוזאמען גענומען אידן אין געשאסן דארטן
נאר עס איז געווען אסאך שיץ פלעצער דארטן וואו מ'האט זיך באהאלטן, אויכט פון אזויפיל מענטשן פון אזא גרויסע שטאט זענען געבליבן אסאך, משום כמה סיבות
די געטא איז אויכט געווען א גאנצע מלחמה ביז נאך חנוכה תש"ה, (משא"כ אין אנדערע שטעט האט מען דעפאטירט אין צונומען די געטא,),
אין א גרויסע שטאט איז דא אויכט אסאך וועגן וואו זיך צו באהאלטן וכדומה,

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:48 am
דורך Programming
אז מען רעכנט אידן וואס זענען געווען אין ראמעניע וואלט שוין כדאי געווען אויסצורעכענען אלע ארץ ישראל משפחות, ווי אויך די וואס זענען געווען אין אמעריקע צי אנדערע לענדער וואס זענען נישט געווען נאצי - אקופירט