משפחות וואס זענען ניצל געווארען פון די דייטשען ימ"ש גאנצערהייט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 3:40 pm

אודווארער רב ז"ל מיט זיין רעבעצין ע"ה האבן איבער געלעבט מיט זייער (דעמאלס) איינציג קינד אפאר חדשים אלט אויף די קאסטנער באן כעת אשת ר' נחום גערמאן שליט"א

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:04 pm

איך האב זיך די וואך געטראפען מיט מיט הרה"ח חיים אלעזר בראנסדארפער נ"י
האב איך זיך דערמאנט
אני הפעוט האט געשריבן: דא
פאר א פאר חדשים צירוק בין איך ג'זעסען ביי א שמחה ציזאם מיט הרה"ח חיים אלעזר בראנסדארפער נ"י
(אחיו להבחל"ח פון הגאון רבי מאיר בראנדסדארפער זצ "ל) א באטעמטר שמועסר (א שאד איך האב ניט געהאט א רעקארדער),
לפי זכרוני איז אביהם ר ' שלמה ז"ל ומשפחתו ניצל געווארען פון דעם גירוש פון פוילישע פון אונגארען
קיין קאמעניץ פאדאלסק, און אנגעקימען קיין אנטווערפען פון ווי זיי זענין אנטלאפען קיין פראנקרייך,
ווי זיי זענען ג'ווען במשך שנות הזעם באהאלעטן אין דערפער, אין איין דארף האט ר' שלמה מברר געווען
אז דאס טייכעל איז ניט קיין מי גשמים און איז כשר בזוחלין, איינע פון זיינע ברודער איז דארט געבוירען געווארען,
אויך דערציילט רח"א אז עס איז געווען מצות (פרטים געדענק איך ניט), זיי זענען געווען פון די ערשטע
פליטים אנקימען קיין א"י כמעט תיכף נאך די ימי הזעם נאך פאר דעם היום המר והנמהר ה אייר תש"ח
און זיך גלייך מקשר צי הרה"ק בעל שומרי אמונים זי"ע

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:13 pm

רבי שלמה דוב וויעדער ז"ל (אבי משפחות ווידער מסאטמאר, פאפא, בעלזא) פון נירעדהאז איז ניצל געווארן מיט אלע קינדער
זה הקטן גדול יהי'

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:08 pm

ר' אהרן זאב גלויבער ז"ל איז ניצל געווארן מיט זיין ווייב און צוויי קינדער וואס ער האט דאן פארמאגט
געווען א ברידער פאר ר' בערל פון G&G קלאדינג

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:54 pm

באקומען אין אישי
Untitled.gif
Untitled.gif (87.52 KiB) געזעהן 1476 מאל

קיקיון האט געשריבן:פארוואס האסט די עס מיר געשיקט?
דארפסט נישט מיין רשות ארויסלייגען
ווער ?
םון ווען איז דער בילד? עס האט נאך געברענט? נאך די מלחמה?
לבסוף ווי האט ער געוואינט ארה"ב ארה"ק אייראפע?

............... האט געשריבן:נאך די מלחמה, דאס איז ר' חיים שלמה, דער סטריזובער רבי פון ב"פ, די טאטע פון ר' הערשל ר' יוקל (זליזשא) און להבחל"ח ר' משה לייב.

איך קען עס נישט ארויפלייגען מטעם הכמוס.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:53 pm

אין די 'אור הצפון' אויסגאבע פון חודש חשון ווערט געברענגט א אינטערסאנטע געשיכטע פון משפחת ר' מנחם יהודה גראס ע"ה פון שטאט דארג.
א אלמנה מיט 5 קינדער, וואס ביים קריג אין אינגארין זענען זיי געווען אין די עלטער פון 7-16 יאהר אין בזכות א ברכה וואס זיי האבן באקומען פון כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האבן זיי אלע איבערגלעבט די מלחמה.
דריי פון די פינעף קינדער לעבן נאך היינט.

ראש חדשים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:34 pm

לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד

שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל

אבער א שיינע צאל פון שארמאש'ער רב'ס קינדער צוזאמען מיט זיין רעביצין זענען אומגעקומען ביים קריג.
קרייסלער האט געשריבן:הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל איז געווען אויף דעם באן פון דעברעצין אויפן וועג קיין אוישוויץ און מאת השם היתה זאת אז אינמיטן וועג איז עס פארקירעוועט געווארן קיים עסטרייך ווי מהאט זיי פלאצירט אין א לאגער און ער האט איבערגעלעבט מיט זיינע קינדער, רוב פון זיי פארהייראט און אפילו גרויסע אייניקלעך פון העכער די דרייצן יאר

ווי עס שטייט אויף די מציבה פון מרת חנה אשת ר' וואלף, אז 4 חתונה געהאטע קינדער זענען אונגעקומען ביים קריג.
שווארצע לעבנס מַאטֶערט
קרעדיט: ראטענשטרייך

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:40 am

ראש חדשים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד

שאפראן רב זצ"ל
שארמאש רב זצ"ל
קאשוי רב זצ"ל
מונקאטש רב זצ"ל

אבער א שיינע צאל פון שארמאש'ער רב'ס קינדער צוזאמען מיט זיין רעביצין זענען אומגעקומען ביים קריג.


זיין רעביצין מיט א חלק קינדער א תושב שארמאש האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט צו זי האט נישט געוואלט אנטלויפן אדער זי האט געפלאנט נאכצוקומען מיט א חלק קינדער

שארמאשער רב האט געהייסן יעדעם אנטלויפן ווען מען האט געהערט אז די נאציס זענען אונטערוועגנס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

School Lane
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 12, 2017 7:45 pm

תגובהדורך School Lane » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:55 am

טארטיקאווער רב איז אויכעט געבליבען מיט זיין בנו בכורו
הרה"ג רבי יצחק באב"ד שליט"א אב"ד טארטיקאוו לאנדאן (לרפו"ש)
וועלעכע איז ניצול געווארען בניסי ניסים

ראש חדשים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 5:49 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
ראש חדשים האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:עטליכע רבנים וואס זייערע קליינע קינדער זענען געראטעוועט געווארן בס''ד
  • שארמאש רב זצ"ל

אבער א שיינע צאל פון שארמאש'ער רב'ס קינדער צוזאמען מיט זיין רעביצין זענען אומגעקומען ביים קריג.


זיין רעביצין מיט א חלק קינדער א תושב שארמאש האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט צו זי האט נישט געוואלט אנטלויפן אדער זי האט געפלאנט נאכצוקומען מיט א חלק קינדער

שארמאשער רב האט געהייסן יעדעם אנטלויפן ווען מען האט געהערט אז די נאציס זענען אונטערוועגנס

זעה אין תולדות תפארת נפתלי מער דערוועגן

ווי עס דאכט זיך מיר איז דעמאלט געוועהן אן ערב יו"ט און זי האט געהאלטן אינמיטן צוגרייטן די עסן און זי האט געדארפט נאכקומען אפאר שעה דערויף... און.. השם ינקום דמה
שווארצע לעבנס מַאטֶערט
קרעדיט: ראטענשטרייך

לצבאותיכם
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 12:55 am

ריסקאווע רב זצ"ל האט איבערגעלעבט מיט זוגתו בזיוו"ש און אלע קינדער פון שטוב אויסער איין חתונה געהאטע זון
א לעעעעכככטיגע שבת! [קרעדיט: מושי מייער]

א גולם
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:56 pm

גענימען פון דא


טרעוולער האט געשריבן:משפחות וואס האבן איבערגעלעבט די קריג (און אנגעקומען קיין סאטמאר)
און האבן אליין אינטערגעפירט זייערע קינדער.

ר' אברהם חיים ווערצבערגער ע"ה
ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ע"ה
ר' יהוסף שווארץ ע"ה
ר' וואלף לאנדא ע"ה
ר' אברהם ווערצבערגער ע"ה
אב"ד סענדזשארדז קאהן ז"ל
ר' אליעזר ליימזידער ע"ה
ר' חיים הערש גאלדבערגער ע"ה
ר' משה אהרן האפפמאן ע"ה
ועוד


ווער זענען ר' משה אהרן האפפמאן ע"ה קינדער

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:37 pm

מאטערסדארפ'ע רב ז"ל האט איבערגעלעבט מיט 7 קינדער. ער איז אנטלאפן קיין אמעריקא פון עסטרייך אום תרצ"ח ווען די צרות האבן זיך דארט אנגעהויבן

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:54 pm

א גולם האט געשריבן:
ווער זענען ר' משה אהרן האפפמאן ע"ה קינדער


בנו ר' יודא האפמאן ז"ל
חתניו
ר' שלום נחמן פילאפ ז"ל
ר' שלמה שטערן ז"ל
ולהבחל"ח
ר' אשר (ב"ר ליפא) מאן שליט"א
ר' ישעי' ראזנבערג שליט"א
ר' ישעי' יעקב שטויבער שליט"א
ר' אליעזר דוד גרינוואלד שליט"א
ר' קאפל שענברוין שליט"א


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דבריך יאיר און 5 געסט