משפחות וואס זענען ניצל געווארען פון די דייטשען ימ"ש גאנצערהייט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

משפחות וואס זענען ניצל געווארען פון די דייטשען ימ"ש גאנצערהייט

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:22 pm

קעפל: ברוך דיין האמת
יליד מאנסי האט געשריבן:מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

נישטאמת האט געשריבן:די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא

קרייסלער האט געשריבן:שרייבן "די איינציגסטע איד" איז לכאורה שטארק איבער געטריבן. אויפן מינוט געדענק איך ר' חיים הערש גאלדבערגער וואס האט איבער געלעבט מיט רוב קינדער. סאיז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, זאלן אנדערע צו ווייזן.

ר' זעקל האט געשריבן:כ"ק מרן הרה"ק מוויזשניץ זצללה"ה בעל מחבר ספר "אמרי חיים" האט איבערגעלעבט מיט אלע אלע קינדער.

קרייסלער האט געשריבן:ר׳ וואלף לאנדא ז״ל האט איבערגעלעבט מיט חתונה געהאטע קינדער און חתונה געהאטע אייניקלעך און איר אייניקלעך
אין אנדערע ווערטער ער האט איבערגעלעבט מיט דריי דורות דעיס איז שוין יא א זעלטענהייט

אחראי האט געשריבן:ביטע פירן דעם שמועס ווייטער אין "זכור ימות עולם".

א דאנק.


וזה החלי

כ"ק הרה"ק ר' י"י מסקווירא זי"ע

הרהגה"צ ר' שמוא' כץ אבד"ק ביווילאיע זצ"ל

הרהגה"צ ר' אשר יונה וויינבערגער ז"ל מטעמעשוואר דער דרייצענער רבי

Untitled.gif
Untitled.gif (183.29 KiB) געזעהן 1862 מאל


TEMP.gif
TEMP.gif (277.47 KiB) געזעהן 1862 מאל





פון אן איטערוויא מיט א ישישה ילידת טעגלאש
זי איז געווען אויף דעם באן פון דעברעצין קיין עסטרייך

די רעבעצין גראסס ע"ה איז געווען די טאכטער פון הרה"ק ר' אברהם זי"ע
ווי דער קערעסטיר-בערעבעשטער איז געווען ווייס איך נישט


הרה"ח ר' אהרן טייטעלבוים ז"ל
חותנם של
כ"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א
הגה"צ משאמשון שליט"א
כ"ק מרן מ'בית חיים יהושע שליט"א
ולהבחל"ח
הגה"צ מנייטרא וויליאמסבורג זצ"ל
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:32 pm

ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל פון טעמעשוואר-סאטמאר, איז געבליבן מיט די גאנצע משפחה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:39 pm

אינגאנצען פארגעסן שרייבען
הורי ע"ה מיט זייער דעמאלסדיגער בן יחיד אחי וראשי הי"ו
און מיין פעטער און מומע ע"ה מיט זייער בת יחידה וואס איז דעמאלט אלט געווען אפשר א יאר
אמי מורתי אין די מומע ע"ה זענען געווען אויף איינע פון די 2 באנען פון דעברעצין קיין עסטרייך
ווי זיי האבען געארבייט אין א LIGHT BULB פאבריק

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:39 pm

משפחת בראנסדאפער, הגאון ר' מאיר ז"ל און זיינע געשוויסטער. כ'מיין אז 8.

משפחת טויבער, הרה"ח ר' אהרן הלוי וילדיו, אלע חוץ איין ניי געבוירן בעיבי.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:41 pm

אפשר משפחות גאנץ
צווישן זיי די עלטסטע ברודער הרה"ח ר עקיבא
הרה"ח ר שמואל דוד
הרה"ח יואל גאנץ
און נאך

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:52 pm

הרה"ג ר' שמעון יחזקאל יאקאבאוויטש זצ"ל
אב"ד ש. וואדקערט (אחר המלחמה עד תשי"ז) ואח"כ בירושלים.
עם שני בניו וחמש בנותיו.

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:13 pm

משפחת קעסטענבוים ממאקעווע

עס איז געווען צוויי שטעט וואס א גרויס חלק זענען ניצל געווארן

מאקאווע און דעברעצין

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:22 pm

משפחת הגה"ק מדיערעש זצ"ל בעל תורת יקותיאל
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:35 pm

משפחת רבי אשר יונה וויינבערגער זצ"ל
סוף מעשה במחשבה תחילה.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:41 pm

משפחת טייטלבוים הרה"ח ר' אהרן ז"ל איז אויך אנגעקומען מיט די גאנצע משפחה.

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:55 pm

רבי אביגדור כהנא ז"ל
מיט 11 קינדער פון שארמאש,
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:03 pm

צוויי פון מיין עלטער זיידעס האבען איבערגעלעבט מיט אלע קינדער. מיין טאטע זז"ג, געבוירן נישט לאנג נאכן קריג, איז געווען גאר גאר אן אויסנאם אין חדר. ער'ט געהאט צוויי זיידעס און צוויי באבעס.
ביידע נישט פון אונגארן.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 7:10 pm

הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל איז געווען אויף דעם באן פון דעברעצין אויפן וועג קיין אוישוויץ און מאת השם היתה זאת אז אינמיטן וועג איז עס פארקירעוועט געווארן קיים עסטרייך ווי מהאט זיי פלאצירט אין א לאגער און ער האט איבערגעלעבט מיט זיינע קינדער, רוב פון זיי פארהייראט און אפילו גרויסע אייניקלעך פון העכער די דרייצן יאר

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:44 pm

משפחת געשטעטנער
ר׳ אליעזר דוד, אשתו וכל ילדיו.
אשת ר׳ כלב עם כל הילדים. ער האט שוין יעמאלט נישט געלעבט.
ביידע משפחות געווען צוזאמען אין פעסט ביים קריג.
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:34 pm

משפחת ר' משה אלי' עסטרייכער ז"ל. ומשפחת ר' יושע הערש גליק ז"ל.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:40 pm

קעפל: צווייטע וועלט מלחמה אינפארמאציע איבער אידן און אידנטוהם


נא_שכל האט געשריבן:
Browsing האט געשריבן:
צפרא טב האט געשריבן:פרטים איבער טראנספארט וואס האט דורך געלעבט מיט קליינער קינדער פון דעברעצין אויב מ'קען ארויף לייגן, משפחות וכדומה.


משפחת הרב פריעד מאויוואראש, משפחת הרב ראזענפעלד מיפו, ועוד

משפחת הרב פריעד איז דא אין די ארכיוון פון באדן ארלסאן

משפחת פריעד עס איז דא דארט א בילד פון די מאמע מרת פריידא (יערמיאש).


חקירות ודרישות האט געשריבן:משפחת ר' אהרן טייטלבוים ב"ר לייבוש איז דארט געווען

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:05 pm

אחים לעפקאוויטש בני ר׳ יצחק אייזיק כדלהלן ואין מוקדם ומאוחר
ר׳ ליפא, הערשל, יחזקאל, שמחה, יושע, וואלף, טובי׳ גדליה

כ׳האב אויסגעלאזט איינעם ווער? איין ברודער חיים יוחנן האט נישט איבערגעלעבט די קריג אבער ער האט געהאט דא עטליכע קינדער ר׳ נחום מרדכי, וואלף, און אשת ר׳ וואלף

כמדומה האט די גאנצע משפחה זיך אויפגעהאלטען אין טעמעשוואר בעת׳ן קריג אבער כ׳בין נישט זיכער אין דעם.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:20 pm

Come and go האט געשריבן:רבי אביגדור כהנא ז"ל
מיט 11 קינדער פון שארמאש,


מיט אייניקלעך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:28 pm

לייטער האט געשריבן:אפשר משפחות גאנץ
צווישן זיי די עלטסטע ברודער הרה"ח ר עקיבא
הרה"ח ר שמואל דוד
הרה"ח יואל גאנץ
און נאך


טאטע און געשוויסטער נישט איבערגעלעבט

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 12:04 am

אולי וועט איינער וויסן מער
דא איז געווען אן "אלטער" איד מיט א שטוב מיט קינדער ר' משה אהרן האפמאן (וואס איז אוועק אינג)

ר' שמעון לויפער (עם בניו להבחל"ח הרב ר' חיים משה און הרב ר' בעריש, א טאכטער דוכט זיך אויך) איז אויך פון טעמעשוואר

אין די אנדערע אשכול האט מען גערעדט פון ר' חיים הערש ג"ב

הרב משארמאש זצ"ל איז ניצול געווארן מיט האלב פון די משפחה

חקירות ודרישות
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:37 am

משפחת בראך (הגה"צ ר' שמואל מנאנאש ואחיו) (אבער אן דער טאטע)
משפחת לעבאוויטש (ר' ברוך מרדכי ואחיו)

די אלע וואס זענען געווען אין די שטעט אין ראמעניא: טעמעשוואר, טארדא, אראד, וכו'
למעשה די תלמידי הישיבה תורה ויראה בשנות תשי-תשכ, זענען געווען קינדער פון אזעלכע משפחות וואס זענען ניצל געווארן מיט די גאנצע משפחה.

בדרך כלל פשטות רוב האלטע אידן פון היינט זענען פון די סעריע

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:58 am

הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:54 am

דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו

חקירות ודרישות
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:02 am

מיללער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הרב אליעזר אבערלענדער ובניו זענען דעפארטירט געווארן און האט איבערגעלעבט מיט אלע קינדער

זיי זענען פון בודאפעסט פון וואנעט מ'האט נישט דעפארטירט, זיי זענען צום סוף געווען אין די שוץ-הייזער פון די שוועדישע און שווייצארישע קאנסולאטן.

פון בודאפעסט און ארום קענט איר צולייגן הרה"ח ר' יואל קליין ז"ל דער סאטמארער ראה"ק מיט זיינע קינדער, אזוי אויך הגה"צ מהרחי"ל גאלדמאן זצ"ל מנייפעסט ובניו


אין בודאפעסט האט מען יא א חלק אידן דעפאטירט ארום חודש תמוז, אבער נאר א קליין חלק,
אויכט האט מען געפירט אידן צו די 'בודא' אין דארטן ל"ע
אויכט האט מען אסאך צוזאמען גענומען אידן אין געשאסן דארטן
נאר עס איז געווען אסאך שיץ פלעצער דארטן וואו מ'האט זיך באהאלטן, אויכט פון אזויפיל מענטשן פון אזא גרויסע שטאט זענען געבליבן אסאך, משום כמה סיבות
די געטא איז אויכט געווען א גאנצע מלחמה ביז נאך חנוכה תש"ה, (משא"כ אין אנדערע שטעט האט מען דעפאטירט אין צונומען די געטא,),
אין א גרויסע שטאט איז דא אויכט אסאך וועגן וואו זיך צו באהאלטן וכדומה,

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:48 am

אז מען רעכנט אידן וואס זענען געווען אין ראמעניע וואלט שוין כדאי געווען אויסצורעכענען אלע ארץ ישראל משפחות, ווי אויך די וואס זענען געווען אין אמעריקע צי אנדערע לענדער וואס זענען נישט געווען נאצי - אקופירט


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט