געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

הערליך שיין און מייסטערהאפטיג!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב דאס וגעלייגט אין דעם צוויטן אשכול
למעשה נישט נאר אויף די קברים נאר זייער זייער .. זייער אסאך קברים האלט אהלי צדיקים אז סאיז נישט די אנגענומענע (קרי: קדמונינו) ציון, אלטס וועט איר טרעפן איין ציון און אביסל ארויפצו אדער אראפ צו און אמאל גאר אין אצוויטן שטאט א מערה אנגפעינט בלוי מיט א טוועל פון אהלי צדיקים אז דא איז די ציון פון ר פלוני (און נישט דארט)

האט דאס שוין נאכאיינער באמערקט אדער בין איך ראנג, און אפשר קען איינער ברענגען מער פרטים איבער דעם (פארשטייט זיך אן אריין גיין אין פאליטישע געשפרעכן)

וואס גייט פאר?
האבן מיר דעם צוויי היסטאריעס 1) תנאים ואמוראים קדמונים. 2) תנאים ואמוראים צדיקים.

___

דרך אגב רעדיט פאר די בילדער קומט זיך אסאך פאר באהלי צדיקים, אןורוב אנדערע איז ויקיפידיה קרעדיט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח פאר רופא נפשות און פייערקרעקער'ס פארן מיר באדאנקן און לאזן וויסן אז די עולם האלט מיט.

די עולם האלט מיט אינגרויסן.
לעצטע וואך הער איך אין ביהמ"ד ווי איינער זאגט פארן צווייטן, "האסט געזעהן אויף אייוועלט ווי איינער שרייבט געאגראפיע פון ארץ ישראל. סאיז מוראדיג"

יא, דערוילם האלט מיט, קיפ איט אפ.

און פאר "איינס" שכוח פאר די הערליכע בילדער
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ODOM האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:היינט וועלן מיר אנהייבן מיט א קבר ווי רוב מענטשן וואס זענען שוין אביסעלע ארומגעפארן אויף מקומות הקדושים, זענען שוין דארט געווען, דאס איז די קבר פון 'אביי ורבא'.

...

בקיצור, עס איז דא דארט אסאך אינטערעסאנטע זאכן. אבער אלעס אויסער איין זאך: די קבר פון אביי ורבא...

דאס הייסט אזוי: די קבר פון אביי ורבא געפינט זיך באמת אין די מיליטערישער באזע אין א מערה צו וואו מען קען נישט צוקומען, דאס איז גראדע נישט ווייט פון ווי מען שטייט היינט ביים אנגעגעבענעם קבר.
אבער אין דער גרויסער מערה ווי מען גייט היינט, דארט איז ניטאמאל א מערת קבורה, נאר א פשוטער מערה, ווי מעגליך מען האט זיך דארט אמאל באהאלטן אדער עפעס אנדערש, אבער נישט די קבר פון אביי ורבא.

נאר פארוואס דען זאגט מען אז דארט געפינט זיך עס?
דאס איז צוליב א גרויסע מערכה וואס האט זיך געטון פאר פופציג יאר צוריק, ווען מען האט געבויעט דער באזע. זיי האבן דאן אנגעהויבן צו אויסגראבן מערות קבורה, האט מען דאן געוואלט ארויסשלעפן דעם עולם צו פראטעסטירן, האט מען געזאגט אז זיי ווילן אויסגראבן די קבר פון אביי ורבא, און די עולם איז טאקע געקומען, ווער דען וואלט נישט געקומען צו ראטעווען די קבר פון אביי ורבא. זיי האבן זיך טאקע אינטערגעגעבן, און אין דעם זכות קען מען ביז היינט דא קומען באזוכען, כאטש עס איז נעבן א מיליטערישער באזע וואס געווענליך לאזן זיי נישט צוקומען אזוי נאנט דערצו.

...

גאר נישט פונקטליך ערציילט.
די מערה איז אלע מאהל געווען אנגערופין "מערת אביי ורבא", פאר וועל די מיליטער האט געגראבען און געארבעט דארט.
די מצבות אין די מערה היינט זענען פון "בני רב פפא", וואס זענען ארויס געגראבען פון א מערה נאנט צו דעם וואס היינט איז זי נישטא.
פאר יאהרן לאנג איז געווען איין געצייכנט אויף א אויסגעקריצטען שטיין "מקום מערת בני רב פפא". היינט ווייס איך נישט צו ס'איז נאך דא.
אבער דער אמת איז, די מערה איז אלע מאהל געווען אנגערופין "מערת אביי ורבא", און די מצבות פון די ביינער וואס מ'האט געברענגט לקבורה אין די מערה איז פון "בני רב פפא".

האב איך געהערט פון ר' יוסף חיים גר"וו זז"ג די מעשה אזוי ווי טוב ה' פארציילט עס, ער האט עס נאכדערציילט פון הגה"ח ר' שלמה אליעזר מרגליות ז"ל וואס ער האט דארטן אויפגעגראבן די מערות בשעת יענע מערכה, כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז מען רעדט פון קברי אביי ורבא.
איין זאך אבער האט טוב ה' נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט, די ציהל פארוואס מען האט עס געטוהן איז געווען ווייל אין יענעם געגענט איז דא נאך אסאך קברים פון אומבאוואוסטע תנאים/אמוראים, על כן אויפצורודערן די וועלט און ראטעווען די אנדערע האט מען דאס געטוהן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איינס האט געשריבן:איך האב דאס וגעלייגט אין דעם צוויטן אשכול
למעשה נישט נאר אויף די קברים נאר זייער זייער .. זייער אסאך קברים האלט אהלי צדיקים אז סאיז נישט די אנגענומענע (קרי: קדמונינו) ציון, אלטס וועט איר טרעפן איין ציון און אביסל ארויפצו אדער אראפ צו און אמאל גאר אין אצוויטן שטאט א מערה אנגפעינט בלוי מיט א טוועל פון אהלי צדיקים אז דא איז די ציון פון ר פלוני (און נישט דארט)

האט דאס שוין נאכאיינער באמערקט אדער בין איך ראנג, און אפשר קען איינער ברענגען מער פרטים איבער דעם (פארשטייט זיך אן אריין גיין אין פאליטישע געשפרעכן)

וואס גייט פאר?
האבן מיר דעם צוויי היסטאריעס 1) תנאים ואמוראים קדמונים. 2) תנאים ואמוראים צדיקים.

כהאב אמאל געזען דא א קונטרס "לקדושים אשר בארץ" פון שמואל מאיר חשין איבער די נושא, (אויך רעדט ער איבער אביי ורבא)
איך טרעף עס נישט יעצט אין איך קען עס נישט עטעטשען ווייל סאיז צו גרויס
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מים חיים האט געשריבן:

יגעתי ומצאתי
וללמוד אני צריך האט געשריבן:שיינע ארטיקלן פון איינע פון די חוקרים וואס גייען נאך די מקום מנוחתם פון די קברי צדיקים אין צפון ארץ ישראל.

https://drive.google.com/open?id=11AYMR ... v7kmDhx9wm

אביי ורבא 73
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 90 - אצבע הגליל - ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

האבן מיר שוין באזוכט דא אינעם טאל ביי אן ארכיאלאגישע ארט (חצור), א נאטור רעזערוו און זעאלאגיע ארט (ים החולה), און אן אטראקציע ארט (צוק מנרה), און דאס פארן גוף. אויך די נשמה האבן מיר שוין געשפייזט מיט קברי צדיקים (חוני המעגל). יעצט וועלן מיר שוין אט אט ארויסגיין פון דעם טאל און זיך צוריק הייבן אויף די בערג.
אבער בעפאר, דארפן מיר נאך אדורכפארן די שטאט 'קרית שמונה'. וויבאלד די ניינציגער לויפט עס דורך אינדערמיט. גוט, וועלן מיר עס דורכפארן.
שוין, שוין דורכגעפארן, יוצא געווען...

יעצט קענען מיר מאכן דא א רעכטס אויפן 99. די ניין און ניינציג קען אונז פירן צו א גאר אינטערעסאנטע ארט:
דאס איז, צום גרויסן חרמון בארג וואס מיר האבן שוין דערמאנט ביז אהער מערערע מאל.
חוץ פון די שיינע פאנאראמעס וואס קענען געזען ווערן פון די הויכן פונעם בארג, ווי מען שטעלט זיך שוין פאר, געפינט זיך דארט אויך א גרויסע אטראקציע ארט, ווי עס געפינען זיך פינף אנדערע טשעיר ליפטס, און נאך מערערע אקטיוויטעטן.
אנדערש ווי אנדערע באזוך ערטער וואס זענען בעיקר פארנומען אין די זומער, איז דער חרמון אנדערש, און דער אקטיווסטער סעזאן איז דוקא אין די ווינטער. אין די זומער באזוכן דארט א סך הכל פון פערציג טויזענט מענטשן, און אין די ווינטער ריקט זיך ארויף די ציפער צו דריי הונדערט טויזענט מענטשן!
דאס איז צוליב דעם וואס די חרמון האט שניי...

אה, נאך א זאך פון וואס עס הערשט א מאנגל דערפון אינעם לאנד, און די גאנצע לאנד ווערט משוגע דערפאר, דאס איז: שניי...
יא, דאס וואס פאר אונז, נאך די ערשטע שניי אינעם יאר ווילן מיר שוין נישט הערן דערפון און עס זען פאר די אויגן, איז עס אבער די גרעסטע עקסטאז פונעם יאר דארט אינעם לאנד, און אלע ווארטן דערויף מיט גרויס שפאנונג און האפענונג אז עס וועט אנקומען.
און אפילו אויב עס קומט שוין יא אן, דארף מען נאך האבן גרויס רחמי שמים אז עס זאל זיך האלטן פאר מער ווי אפאר מינוט און נישט ווערן צונישט דורך די פרי מארגן זון... עס איז דא דארט יעדן טאג אין די ווינטער פיל מער אויסזיכטן און טשאנסען אז מען וועט זוכה זיין צו הערן א מלחמה אלארם וואס ווארענט איבער א פליענדע ראקעט פון עזה, ווי אז עס זאל אנקומען א פאר אויסגעגארטע ברעקעלעך שניי...

אמאל פלעגט היבש אסאך שנייען אין די ווינטער, עכ''פ אין ירושלים און אין צפת, דאס הייסט, אין אלע הויכע געגענטער. אבער די לעצטע צענדליגע יארן ווערט עס ווייניגער און זעלטענער, צוליב די גלאבאלע אנווארעמונג פונעם פלאנעט.
די לעצטע ווינטער האט דאכצעך גארנישט געשנייט. נעבעך, פאר די אלע ירושלימ'ע קינדער וואס ווארטן דערויף בכליון עינים. בעצם, נישט נאר די קינדער, נאר די גאנצע לאנד פון קליין ביז גרויס לעבט אויף ווען די ערד ווערט באדעקט מיט א ווייסע שיכט פון שניי. אלע גאסן ווערן פאראלעזירט, די געשעפטן פארמאכן זיך, די אפיציעלע טראנספארטאציע שטעלט זיך אפ, און די גאנצע שטאט גייט כאדאראם.
בקיצור, אלעס וואס פאסירט ביי אונז ווען עס קומט א ערנסטע שניי זאווערוכע פון צוויי פיס און העכער, פאסירט ביי זיי ווען עס פאלן עטליכע ברעקלעך און עס ווערט באדעקט די ערד מיט א דינע שיכט פון שניי, וואס צוגייט געווענטליך נאך עטליכע מינוט.

אני הקטן געדענק א וואונדערליכע ספעקטאל וואס איך האב מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן, ווען איך האב אמאל געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית אין די אלטע סאטמאר יואל שול אין ירושלים, ווען אינמיטן סאמע ברען פונעם דאווענען האט זיך פלוצלינג געהערט א אומבאנומענע הילכיגע געשריי: ס'שנייט!!! און ביז א בליץ סעקונדע איז די גאנצע שול געווארן אויסגעליידיגט פון די מתפללים, ווען אלע, פון קליין ביז גרויס, פון קינדער ביז 'שניי' ווייסע בערד, זענען ארויסגעלאפן אנגעטון מיט די טלית ותפילין, נישט צו פארפאסן צו זען די וואונדער פונעם יאר הונדערט: שניי...
און איך בין געשטאנען אין די זייט און זיך געהאלטן אויף די זייטן, צוקוקנדיג צו גענצליך א צווייטע וואונדער...

נחזור לחרמונינו, די איינציגסטע ארט אינעם לאנד ווי עס שנייט יא א יעדעס יאר, עכ''פ ביזדערווייל, און די שניי האלט זיך פאר די גאנצע ווינטער, איז נאר אויפן חרמון בארג, צוליב איר הייעך וואס האלט אן גאר א קאלטע וועטער די גאנצע ווינטער.
אפילו דארט איז אין יאר תשנ''ט גארנישט געפאלן קיין שניי, און די סקיונג ארט איז געווען גענצליך געשלאסן. און ווי זיי זאגן, פלעגט אמאל זיין דריי חדשים פונעם ווינטער געאייגענט פאר סקיונג, היינט האלט עס ביי נישט מער ווי איין חודש פונעם יאר.
עכ''פ, יעדער דארט וואס וויל נישט ווארטן ווי א נער אויף די שניי אז עס זאל קומען צו אים דארט ווי ער איז, און למעשה וועט ער זיך טרעפן פרילינג נאך אלץ ווארטן, הייבט זיך אויף און גייט צו די שניי וואס ווארט אויף אים אויפן שפיץ פונעם חרמון בארג. דארט קען מען ארויפגיין מיטן טשעיר ליפט און זיך ארומשפילן מיט די שניי, גיין סקיונג, און נאך שניי אקטיוויטעטן.

איך בין נאך נישט געווען אויף דעם טשעיר ליפט, וויבאלד שניי אויפן חרמון איז נישט מיין ערשטע און אויך נישט מיין צווייטע זאך אויף די ליסטע וואס איך דארף נאך אנקומען צו דעקן, און קענען מאכן א טשעק אז איך בין שוין געווען... אבער אויפן חרמון בין איך שוין יא געווען צוליב א צווייטע אינטערעסאנטע זאך וואס עס פארמאגט.
יעצט כאפט אייך שטארק אן אויפן בענקל ווייל עס קומט אן איבעראשונג... אפילו איך וואלט אייך געגעבן א יאר צייט צו טראכטן, וואלט איר נישט געקענט צוטרעפן וואס דארט געפינט זיך. דארט געפינט זיך: דאס ארט ווי עס איז פארגעקומען דער ברית בין הבתרים... אמטשולדיגס: דאס ארט וואס די אראבער זאגן אז דארט איז פארגעקומען די ברית בין הבתרים. נישט דא ווער זאל לאכן...
נו, קודם האט מען שוין נאך א פלאץ ווי צוגיין, צו עפעס טויגן יא די אראבער... כאטש עס איז זיכער נישט אמת, און ווי עס שטייט אין מדרש, און משמע פון די פסוקים, איז עס פארגעקומען אין חברון, דארט ווי אברהם אבינו האט דאן געוואוינט.
אבער דא קען מען נישט גיין אזוי גרינג, אויב בכלל. די מקום געפינט זיך אין א מיליטעריש דעזיגנירטע שטח, וויבאלד עס געפינט זיך ממש ביים גרעניץ מיט לבנון נעבן חיזבאללה צענטערן. מיר האבן געדארפט שאפן א ספעציעלע פערמיט פון די מיליטער צו קענען דארט אריינגיין, און אזוי האט מען אונז אריינגעלאזט, מיט א מיליטערישע באגלייטונג.

אנצוקומען צו דעם אויסטערלישן מקום, דארף מען קריכן אין א וועלדל פאר בערך פופצן מינוט ארויף דעם בארג, ביז מען דערגרייכט גאר א הויכע הייעך פון איבער פיר טויזענט פיס! פון פון ווי מען זעט א פאנאראמע פון האלב ארץ ישראל זיכער, דארט געפינט זיך דאס מקום.
אויפן ארט געפינט זיך סך הכל אן אראבישע סטיל געביידע, מיט דריי כיפות אויפן דאך, און אינעוויינדיג איז ליידיג. די קאפ פון די בהמות וואס מען האט געניצט ביים ברית בין הבתרים געפינען זיך שוין נישט דארט, ווי עס איז פארשוואונדן געווארן, ווייס איך נישט...

אונז האבן דארט געדאווענט שחרית מיט מנין, אה! אזא התעוררות געווען! שחרית אויפן ארט ווי עס איז נישט פארגעקומען די ברית מיט אברהם דער בעל השחרית! פרעג איך דיר, וואס קען זיין גרעסער פון דעם? אפשר, דאווענען שחרית אין א נארמאלע בית המדרש...
אזוי שרייבענדיג, פאלט מיר יעצט ביי א געניאלן וואזשנעם בייפאל, אז אפשר קען מען גאר מאכן א תהלים כולל אויפן פלאץ, און מאכן אפאר דאללער דערפון! איך מיין אז אזא זעלטן הייליגע ארט קען זייער אנווארעמען דעם עולם צו צאלן גרויס געלט, אז מען זאל זיי דערמאנען דארט אויף די הויכן פונעם חרמון. געצאלט דערפאר וואלט איך נישט, אבער גענומען די געלט וואלט איך זיכער...

שוין, האבן מיר גענדיגט מיטן חרמון. למעשה איז געבליבן אז יעצט אין די זוממער האבן מיר נישט וואס דארט צו זוכן. אבער נאך איין אינטערעסאנטע זאך געפינט זיך אויף די ניין און ניינציג, בעיקר פאר אונזערע ארכיאלאגיע אינטערעסירטע, דאס איז 'תל דן'.
תל דן איז די ארט ווי עס האט זיך געפינען די שטאט 'דן'. די שטאט ווי ירבעם בן נבט האט אויפגעשטעלט זיין עגל און עבודה זרה.
אין די גראבונגען האט מען דארט געטראפן א געבוי, וואס שטימט מיט די יארן פון די צייטן פון ירבעם, און מען קען זען אז דארט איז געווען א מזבח, געבויט ע''פ די הלכות וואס שטייט אין די תורה וויאזוי מען זאל בויען א מזבח. און מען האט דארט אפילו געטראפן נאר ביינער פון כשר'ע בהמות וואס מען מעג מקריב זיין אויפן מזבח, וואס דאס אלעס ווייזט אז עס איז א אידישע מזבח, בלייבט נאר איבער עס אליין צאמצושטעלן מיט די מזבח פון ירבעם בן נבט.

ווי אויך האט מען דארט אפירגעזוכט די עלצטע סארט טויער אריינצוגיין אין א שטאט, וואס איז געבויט אין א פארעם פון א האלבע רינג, א קשת. וואס צו בויען דאס, פארלאנגט זיך אסאך קאפ און רעלאטיוו פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, און מען טרעפט עס געווענטליך ביי די רומישע טויערן און געביידעס, פון טויזנט יאר שפעטער.
דאס איז געווען א גרויסע חידוש פאר די ארכיאלאגן וואס האבן ביז דאן געמיינט אז אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געבויט אזוי פארגעשריטן, אבער דא האבן זיי געזען אז זיי האבן זיך טועה געווען אין דעם, און עס איז שוין יא געווען. שוין, יעצט מיינען זיי נאר צוויי טויזענט, ווייניגער מיט איינס, נישט ריכטיגע זאכן...
ווי אויך האט מען דארט געפינען א גרויסע געפינס, דאס איז אן אויפשריפט פון די מלך פון ארם, ווי עס ווערט לכאורה די ערשטע מאל דערמאנט די נאמען פון דוד המלך אין א ארכיאלאגישע געפינס. דאס איז א נושא פאר זיך ואכמ''ל.

עס איז נישט דא דארט נאר ארכיאלאגישע אויפגראבונגען, נאר אויך איז דא דארט א שיינע פארק, מיט געדעכט באוואקסענע שטחים, ווי מען קען ארומשפאצירן אויף אויסגעפלאסטערטע וועגן און שטעגן צווישן די ביימער און געוויקסן, ווען אין די זייט לויפט א שיין וואסער'ל, א צווייגל פונעם שפעטערדיגע ירדן.
אזא מקום איז ביי אונז אין ניו יארק פארהאן בריווח, ווי נאר דו גייסט אביסל ארויס פון די סיטי. א שיין באוואקסענע וואלד מיט א וואסער – ברו''ק אינדערמיט איז נישט קיין זעלטענהייט פאר אונז און מיר האבן דערפון בשפע. אבער ווי מיר ווייסן שוין, איז אין א''י אנדערש די מצב, און פאר דארט הייסט דאס גאר א שיינע ארט.
דעריבער, אלץ ניו יארקער וואלט איך אייך נישט געראטן אהין צו גיין נאר פארדעם, פון דעם האבן מיר גענוג אין אונזער געבורט לאנד.
ווי אויך ווייס איך נישט צו עס איז דא עפעס גאר א גרויסער ענין צו גיין באזוכן די מזבח, וואס האט אזוי דערצערנט דעם אייבערשטן און אנגעברענגט אזעלכע חורבנות אויף כלל ישראל. די ציונים זענען טאקע שטארק פריילעך דערפון, גייענדיג אין יענע פיס טריט, איז עס פאר זיי טאקע גאר אינטערעסאנט, זכה להם, אבער מיך ציט עס נישט אזוי שטארק ב''ה.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר משה'לע, שאהן העניטי, מצב כללי, הילולא דצדיקיא, בערל קראקעווער, לאדזער, גיב א שמייכל, פארמוח'ט, לכאורה, שמואל אלצווייסער, פארן מיר באדאנקן!! דאס גיבט מוט פאר ווייטער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לכאורה האט געשריבן:יעצט באמערקט ביידע אשכולות, ממש משוגע צו ווערן.

יישר כח טוב ה' לכל - דיין שפראך איז רייך און היימיש, א נחת צו לעזן.

און יישר כח איינס - מאכסט עס שטארק ציענד פארן אויג.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ODOM האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:היינט וועלן מיר אנהייבן מיט א קבר ווי רוב מענטשן וואס זענען שוין אביסעלע ארומגעפארן אויף מקומות הקדושים, זענען שוין דארט געווען, דאס איז די קבר פון 'אביי ורבא'.

...

בקיצור, עס איז דא דארט אסאך אינטערעסאנטע זאכן. אבער אלעס אויסער איין זאך: די קבר פון אביי ורבא...

דאס הייסט אזוי: די קבר פון אביי ורבא געפינט זיך באמת אין די מיליטערישער באזע אין א מערה צו וואו מען קען נישט צוקומען, דאס איז גראדע נישט ווייט פון ווי מען שטייט היינט ביים אנגעגעבענעם קבר.
אבער אין דער גרויסער מערה ווי מען גייט היינט, דארט איז ניטאמאל א מערת קבורה, נאר א פשוטער מערה, ווי מעגליך מען האט זיך דארט אמאל באהאלטן אדער עפעס אנדערש, אבער נישט די קבר פון אביי ורבא.

נאר פארוואס דען זאגט מען אז דארט געפינט זיך עס?
דאס איז צוליב א גרויסע מערכה וואס האט זיך געטון פאר פופציג יאר צוריק, ווען מען האט געבויעט דער באזע. זיי האבן דאן אנגעהויבן צו אויסגראבן מערות קבורה, האט מען דאן געוואלט ארויסשלעפן דעם עולם צו פראטעסטירן, האט מען געזאגט אז זיי ווילן אויסגראבן די קבר פון אביי ורבא, און די עולם איז טאקע געקומען, ווער דען וואלט נישט געקומען צו ראטעווען די קבר פון אביי ורבא. זיי האבן זיך טאקע אינטערגעגעבן, און אין דעם זכות קען מען ביז היינט דא קומען באזוכען, כאטש עס איז נעבן א מיליטערישער באזע וואס געווענליך לאזן זיי נישט צוקומען אזוי נאנט דערצו.

...

גאר נישט פונקטליך ערציילט.
די מערה איז אלע מאהל געווען אנגערופין "מערת אביי ורבא", פאר וועל די מיליטער האט געגראבען און געארבעט דארט.
די מצבות אין די מערה היינט זענען פון "בני רב פפא", וואס זענען ארויס געגראבען פון א מערה נאנט צו דעם וואס היינט איז זי נישטא.
פאר יאהרן לאנג איז געווען איין געצייכנט אויף א אויסגעקריצטען שטיין "מקום מערת בני רב פפא". היינט ווייס איך נישט צו ס'איז נאך דא.
אבער דער אמת איז, די מערה איז אלע מאהל געווען אנגערופין "מערת אביי ורבא", און די מצבות פון די ביינער וואס מ'האט געברענגט לקבורה אין די מערה איז פון "בני רב פפא".

האב איך געהערט פון ר' יוסף חיים גר"וו זז"ג די מעשה אזוי ווי טוב ה' פארציילט עס, ער האט עס נאכדערציילט פון הגה"ח ר' שלמה אליעזר מרגליות ז"ל וואס ער האט דארטן אויפגעגראבן די מערות בשעת יענע מערכה, כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז מען רעדט פון קברי אביי ורבא.
איין זאך אבער האט טוב ה' נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט, די ציהל פארוואס מען האט עס געטוהן איז געווען ווייל אין יענעם געגענט איז דא נאך אסאך קברים פון אומבאוואוסטע תנאים/אמוראים, על כן אויפצורודערן די וועלט און ראטעווען די אנדערע האט מען דאס געטוהן.

דארפין מיר ווארטין ביז מען וועט אנפרעגעין ביי דעם גאון רבי דוד מיכאל שמידל שליט"א, און וויסן פוקנטליך דעם אמת.
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 886

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פארן מיר ווייטער אויפן 90, קומען מיר אן צו ראוד 9977 וואס וועט אונז ארויפפירן אויף א שיינע געדרייטע שמאלע וועג, ארויפקלעטערענדיג צו די צפון שפיץ פונעם גליל העליון.
אנקומענדיג אויבן וועלן מיר מאכן רעכטס, צו כאפן א שטיקל בליק אויף אונזער אומהיימליכער שכן, די לאנד לבנון.
מיר פארן אריין אין די ישוב 'משגב עם' וואס זיצט כמעט ביים צפון שפיץ פונעם לאנד, און ממש ביים גרעניץ מיט לבנון. דארט איז דא א ספעציעל באשטימטן ארט פון ווי מען קען שטיין און באטראכטן די שטעט פון לבנון וואס געפינען זיך נישט ווייט פון אונז. עטליכע שטעט קען מען כמעט זען די ארטיגע איינוואוינער גיין אויפן גאס.

לבנון האט אלץ געשפילט א גרויסע ראלע אין די אידישע היסטאריע. בעצם, איז רוב היינטיגע לבנון, אדער די גאנצע אפילו, א טייל פון די גאנצע ארץ ישראל וואס דער אייבערשטער האט אונז צוגעזאגט אין די תורה. בהשגחה פרטית איז עס טאקע דערמאנט די וואך אין די תורה, פר' מסעי, ווי עס ווערט דערמאנט די צפון שפיץ ביי די שטאט חמת זו אנטוכיא, וואס דאכצעך אז דאס איז אין די היינטיגע טערקיי.
צור און צידון, וואס זענען היינט די דריטע און פערטע גרעסטע שטעט אין לבנון, ווערן אסאך דערמאנט אין די פסוקים, אלץ א טייל פון נחלת אשר און זבולון. יעקב אבינו ביי די ברכות זעט פאר וויכטיג צו אויסרומען זבולון מיט דעם אז פאר אים געהערט צידון: 'זבולון לחוף ימים ישכון וכו' וירכתו על צידן'. ביז היינט איז נאך מקובל ווי דארט אין שטאט עס געפינט זיך די קבר פון זבולון.
צור ווערט אסאך דערמאנט אין די צייטן פון שלמה המלך ווען ער האט געהאנדעלט מיט חירם מלך צור, באקומענדיג פון אים ארבעטער'ס צו בויען די בית המקדש, און בעיקר די באקאנטע ארזי הלבנון, וואס ווערן אויך אסאך דערמאנט אין די פסוקים, און לבנון איז נאך ביז היינט באקאנט דערמיט. אויף זייערע פאן ערשיינט א הויכע לבנון טענענבוים.
און ווער עס זאגט שיר השירים טרעפט זיך מערערע מאל אן אינעם לבנון. ווי אויך ביי קבלת שבת דערמאנען מיר 'וישבר ה' את ארזי הלבנון... לבנון ושריון (סיריע?) כמו בן ראמים'. און 'כארז בלבנון ישגה'.

די ציוניסטישע מדינה האט אסאך אסאך געהאט צוטון מיט זיי אלע יארן. קלענערע און גרעסערע מלחמות און שיסערייען, האט זיך געטון דארט ביים גרעניץ אלע יארן זינט די מדינה האט זיך געגרינדעט.
די לעצטע גרויסע אויסטויש מיט זיי, איז פארגעקומען אין יאר תשס''ה, ווען די מדינה איז אריין צופיסנס אין לבנון אינטערצודריקן די ארטיגע טעראר גרופעס וואס הויערן ביים גרעניץ אויפן הינער אויג.

זינט דאן איז די מצב גאנץ רוהיג, כאטש עס איז זיכער אז חיזבאללה איז נישט געגאנגען אין די לעצטע פופצן יאר אויף דאטשע ביי די קאריביען אינזלען... זיי זיצן זיכער נישט מיט קיין פארלייגטע הענט און ארבעטן אויפצובויען זייער מיליטער און שאפן נאך קריגס געצייג און קריגס מיטלען, און ווי עס צייגט טאקע די פילע גאר פארגעשריטענע טונעלן וואס מען האט די לעצטע פאר חדשים אויפגעריסן ביים גרעניץ, וואס האבן שוין דערגרייכט טיף אין א''י.
ווי אויך איז אין די נייעס, שוין די לעצטע דריי – פיר יאר, איבער באמבעדירונגען אויף קאראוואנען, וואס געפינען זיך אויפן וועג פון איראן צו זייער באליבטע ברודער 'חיזבאללה' אין לבנון. מדינת ישראל פרובירט דאס צו פארמיידן פאר יעדן פרייז, וויסנדיג אז דארט געפינען זיך די מערסט פארגעשריטענע וואפן, וואס חיזבאללה דארף דאס נאר פאר איין ציל, צו אינטערברענגן די מדינה.
אבער, ביים גרעניץ איז למעשה שטיל און רוהיג. בכלל זענען אסאך דערפער ארום ביים גרעניץ, באוואוינט מיט קריסטן אראבער, וואס האבן גארנישט קעגן די מדינה, און פארקערט, זיי האסן שרעקליך די חיזבאללה טעראר גרופע און אלע מוסלעמענער, און זיי האבן טאקע אסאך ארויסגעהאלפן אלע יארן פאר די מדינה, צו באקעמפן די פילע מוסלעמענער טעראר גרופעס.

באטראכטן מיר אביסל די די לבנון שטעטלעך אויפן אנדערן זייט גרעניץ. נאכן זיך אנזעטיגן דעם אויג מיט זען א מקום וואס אותו תראה ושמה לא תבוא... מפני הסכנה. וועלן מיר זיך אויסדרייען און צוריק ארויספארן, צוריק גייענדיג צום 886 אין ריכטונג פון דרום.
מיר פארן יעצט גאר הויעך, די ישוב משגב עם געפינט זיך ביי א הייעך פון 2,600 פיס! און מיר וועלן בלייבן ביז צפת אויף דער הייעך בערך, צווישן 2000 און 2,500 פיס.

דא פארן מיר אדורך די ישוב 'מנרה', וואס פאר זיי באלאנגט די צוק מנרה אטראקציע.
נישט ווייט דערפון געפינט זיך א געוויסע קבר וואס יש אומרים אז דארט ליגט רב אשי, אבער די אראבער טענה'ן אז דארט ליגט זייער'ס א 'שעך'. לכאורה ליגט דארט נישט רב אשי.
אבער למעשה האט דאס צוגעברענגט צו א אינטערעסאנטע זאך, אז ווען מען האט געבויט די גרעניץ מיט לבנון, האבן די אידן געטענה'ט אז דער קבר געהערט פאר זיי, און די אראבער פון לבנון האבן געטענה'ט אז דאס איז זייער'ס א שעך, שנים אוחזין בקבר...
איז געבליבן אז די גרעניץ וועט טאקע דורכלויפן פונקט אינדערמיט, דאס הייסט, אויף דער קבר! אזוי זאלן ביידע קענען צוקומען דערצו און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. און אזוי זעט מען טאקע ביז היינט, ווי די צוים לויפט אריבער אויף די קבר ממש (איך האף אז הרב איינס וועט טרעפן א שיינע בילד דערפון...).

למעשה קען מען נישט צוקומען דערצו, וויבאלד עס געפינט זיך אין אן מיליטערישע באזע, זייענדיג סטאנציאנירט ביים גרעניץ במלוא מובן המילה... אבער מיט א פערמיט קען מען דארט יא אריינגיין. איך בין שוין דארט געווען דריי מאל, מיט גרופעס. איך ווייס נישט צו די עולם קומט פאר רב אשי, אדער פאר די מאדנע גרעניץ. איך מיין איך ווייס יא...
זייענדיג דארט זענען די יו. ען. איינגעשטעלטע וואס היטן די אנגעצויגענע הייסע גרעניץ, צוגעקומען פן די אנדערע זייט נאנט צום גרעניץ, און באוואכט אז מיר זאלן נישט שיסן קיין מיסילס אויף לבנון... העכער אונז זענען געשטאנען סאלדאטן פון די מדינה, מיט אנגעשטעלטע געווער גרייט אונז צו פארטיידיגן אין פאל פון א נויט. בקיצור, ס'איז געווען לעבעדיג. עטליכע האבן אפילו געדענקט אז עס אויך דא א קבר דא אין די געגענט... און געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים.

וועלן מיר נישט קענען אריינפארן. פארן מיר ווייטער.
מיר פארן אריבער די ישובים 'מרגליות' און 'יפתח' וואס געפינען זיך גאר הויעך, אפן צו הערליכע פאנאראמע אויסקוקן פונעם טאל ווי מיר זענען פריער ארומגעפארן.
דא קומען מיר אן צו 'קדש', אבער מיר דארפן זיך דא אפשטעלן און מיר וועלן מארגן פארן ווייטער אי''ה.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר ווער עס האט ארויפגעלייגט די ארטיקלען פון מיין ידיד ר' שמואל מאיר חשין, איך האב עס שוין לאנג געזוכט. זייער באלערנד.

אגב, די ענין פון קברי צדיקים האב איך אדורך געטון פאר יארן. עס זענען פארהאן 130 קברים אין צפון פון לאנד און איך בין געווען ביי יעדע, און ביי אכציג פרעצענט אויך ביי ביידע, סיי פון קדמונינו און סיי פון גבאי.
איך וויל נישט דא אריינגיין דערין, וויבאלד עס איז גאר קאמפלעצירט און ברייט, און דא איז נישט די פלאץ דערפאר. ווער עס וויל קען אדורכליינען דער קובץ. אדער קען מען פרעגן בפרטיות אויף א קבר און איך וועל פרובירן צו ענטפערן בעזהשי''ת.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טוב ה' לכל האט געשריבן:איז געבליבן אז די גרעניץ וועט טאקע דורכלויפן פונקט אינדערמיט, דאס הייסט, אויף דער קבר! אזוי זאלן ביידע קענען צוקומען דערצו און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. און אזוי זעט מען טאקע ביז היינט, ווי די צוים לויפט אריבער אויף די קבר ממש (איך האף אז הרב איינס וועט טרעפן א שיינע בילד דערפון...).

האסט געבטן שיין.. דא האסטו

נאר איין סערטש אין גוגל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח! מן הסתם ביי איינע פון די נסיעות ווי איך בין געווען. מ'זעט דארט אמעריקאנע בחורים (איך ווייס נישט צו זיי ווילן מ'זאל זיי זען דארט... ודי) מ' זעט פון אינטן די יו. ען. חברה
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ביסט פיינע נייעס הרב טוב ה', א געשמאק געווען אפצוליינען די גאנצע אשכול דא! א עקטערע שכח פאר הרב איינס פאר די הערליכע בילדער.
מיר ווארטן פאר נאך...
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

טוב ה' לכל האט געשריבן:יישר כח פאר ווער עס האט ארויפגעלייגט די ארטיקלען פון מיין ידיד ר' שמואל מאיר חשין, איך האב עס שוין לאנג געזוכט. זייער באלערנד.

אגב, די ענין פון קברי צדיקים האב איך אדורך געטון פאר יארן. עס זענען פארהאן 130 קברים אין צפון פון לאנד און איך בין געווען ביי יעדע, און ביי אכציג פרעצענט אויך ביי ביידע, סיי פון קדמונינו און סיי פון גבאי.
איך וויל נישט דא אריינגיין דערין, וויבאלד עס איז גאר קאמפלעצירט און ברייט, און דא איז נישט די פלאץ דערפאר. ווער עס וויל קען אדורכליינען דער קובץ. אדער קען מען פרעגן בפרטיות אויף א קבר און איך וועל פרובירן צו ענטפערן בעזהשי''ת.

דא האט איר נאך
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

עטץ זענטץ ביידע ריזיג!
געוואלדיג געוואלדיג
יישר כח
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אטעם פארכאפענד wow
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

מוראדיג!

אויב איינער קען דערפין מאכען א שיינע PDF BOOKLET ביטע
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פרישוואסער האט געשריבן:מוראדיג!

אויב איינער קען דערפין מאכען א שיינע PDF BOOKLET ביטע

גא"מ
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינער ארבעט שוין אויף א pdf

ביזדערווייל נוץ דאס

(סאיז א פרינט פונעם צוויטן אשכול אן עדיטינג)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

הערליך אינטרעסאנט און זייער USEFULL
איך וואלט עס דעפיניטלי גענוצט אלס א גייעד ביים נעקסטן נסיעה.
POCKET GUIDE וואלט עס זיכער אפגעקויפט פאר גוט געלט און אריינגעשטעלט אינעם נעקסטן ביכעל (אדער הרב טוב ה' האב שכל און געבט עס ארויס און א שיינע אויפלאגע עס וועט גיין ווי מצה וואסער)
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

יישר כח 'טוב ה' לכל' פאר אייער שיינע און הערליכע ארבעט, א ברכה צו מאכן דערויף.

כ'וויל נאר מעיר זיין א קלייניקייטן להגדיל ולהאדירה און אויך ווייל "תורה היא, וללמוד כולם צריכים". נישט ח"ו קריטיקירן.
טוב ה' לכל האט געשריבן:אבער, אפילו אויב עס איז נישט דארט די קבר פון אביי ורבא, געפינט זיך אבער העכער דעם די קבר פון ר' יהודה נשיאה, אן אייניקל פון רבינו הקדוש, וואס פאר דעם איז אויך כדאי אהין צוקומען. און ווער רעדט שוין פון די פאנאראמע און נאך...

אויך ליגט דארט רב דימי מנהרדעא [אויך פונעם אריז"ל] לויט ספר חיבת ירושלים בשם שבחי ירושלים ליגן דארט אויך רב פפא און בני רב פפא זייער מערה איז אביסל ווייטער אויף די רעכטע זייט. טייל זאגן אז ליגן שוין ליידער נישט דארט.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: די גאנצע לאנד דורכצופארן נעמט בערך א פינף – זעקס שעה... ממילא, ווער עס איז דארט און וויל דורכפארן די לאנד פון אינטען ביז אויבן, קען כאפן דעם ראוד, און פשוט פארן דערויף פון אויבן ביי מטולה ביז אינטען אין אילת, וועט ער האבן דורכגעפארן ארץ ישראל פון אויבן ביז אינטען.

אגב, די אמת'ע ארץ ישראל וואס ווערט דערמאנט אין תנ''ך אלץ 'מדן ועד באר שבע', נעמט קוים צוויי – דריי שעה דורכצופארן... נאר דא רעדט מען פון דאס וואס מען רופט היינט מדינת ישראל.

שטיקל טעות , ווייל עס איז אריינגעגעגאנגען ביז טיף אינמיטן די היינטיגע לבנון, אדער בעסער געזאגט כמעט גאנץ לבנון, געוואנדן מיט וועלכע שיטה מ'גייט. לבנון אליינס איז בערך 250 קילאמעטער פון אונטען ארויף דאס איז משלים וואס עס פעלט פון דרום.

ממש די וואך אין די פרשה, (במדבר לד ז) "וזה יהיה לכם גבול צפון מן הים הגדל תתאו לכם הר ההר": "מהר ההר תתאו לבא חמת והיו תוצאת הגבל צדדה". הֹר הָהָר, (נישט אויסמישן מיט הור ההר פון ירדן, ווא אהרן הכהן ליגט), וואס דער פסוק רעכענט אויס איז גאר ווייט ארויף צפון, עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז שוין טערקיי, לויטן רמב"ם איז דאס בוניאס וואס געפונט זיך אין סוריע (נישט אויסמישן מיט די וואטער פאול פלאץ אין גליל). לבא חמת איז דא וואס זאגן אז דאס איז נאנט צו דמשק, סוריע.

אין דרום איז עס אויך היפש נידריגער וואו באר שבע, ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר לד ד) "ונסב לכם הגבול מנגב למעלה עקרבים ועבר צנה והיו תוצאתיו מנגב לקדש ברנע ויצא חצר אדר ועבר עצמנה. קָדֵשׁ בַּרְנֵעַ, חֲצַר אַדָּר און עָבַר עַצְמֹנָה זענען די נידריגסטע פלעצער אין ארץ ישראל.

א מאפע וואס איז אנגעצייכענט געווארן דורך די עדה החרדית פאר שמיטה יאר תש"מ האבן דעם גבול ארץ ישראל היפש אונטער מצפה רמון. מצפה רמון איז איבער 80 קילאמטער אונטער באר שבע, שפעטער איז געקומען דער מנחת יצחק און נאך מער מחמיר געווען.

די גמרא אין מסכת מגילה (ו.) "רבי ירמיה אמר רקת שמה ולמה נקרא שמה טבריא שיושבת בטבורה של ארץ ישראל" רשיז"ל (היינט די יארצייט) זאגט אויף דעם "בטיבורה – באמצעיתה". לויט די היינטיגע מדינות ישראל מאפע, איז טבריא כמעט ביים קאפ פון מדינות ישראל. עס איז דא נאך ראיות, אבער אין להאריך פה. איר אליין האט געשריבן נעכטן אז ארץ ישראל גרעניץ איז ווייטער ארויף.

לאור הכל האמור למעלה, נראה לענ"ד, אז די ריכטיגע גבולות ארץ ישראל איז גרעסער ווי די היינטיגע מדינות ישראל גרעניצן, בפרט אויב מ'נעמט אריין עבר הירדן וואו די בני גד ובני ראובן וחצי שבט מנשה זענען געווען.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

טוב ה' לכל האט געשריבן: נישט ווייט פון נהריה, צפון ארויף צום גרעניץ, געפינט זיך די באקאנטע 'ראש הנקרה', וואס מערערע אמעריקאנע אידן האבן די זכיה צו פארוויילן דארט בשעת'ן זיך געפינען אין א''י. א טייל זאגן אז עס איז גאר שיין און עס לוינט זיך אהין צו גיין, און א טייל האלטן אז עס איז סתם פארשווענדטע צייט און עס איז נישט דא דארט וואס צו זען.

עס איז נישט די איינציגסטע פלאץ וואס מענטשן זאגן דאס, געוויסע מענטשן גייען צו די באקאנטע מצדה און זאגן אז זען גארנישט, אנדערע קומען צוריק אינגאצן באצויבערט פון די היסטאריע. אסאך גייען קיין עין גדי און זאגן אז עס אפילו נישט ווערט זיך אנצושטרענגען ארויף צו קריכן אויפן בארג און אנדערע ווערן פארגאפט פון די שיינקייט, פאנאראמע און היסטאריע.

עס האט אסאך צוזאגן מיט וועם מ'גייט, גייט מען מיט א גוטע טור גייד האט אלעס אן אנדערע טעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”